
בצל הקודש

סאטמאר מהר"א
=מאנטאג נצו"י=
דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה שיעור ד'.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
דער רבי האט געבלאזן שופר, און געזאגט צען קאפיטלעך תהילים כנהוג אום חודש אלול.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור בפרשת השבוע משולב בדברי חיזוק והדרכה לימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
דערנאך זענען אריין די תלמידי הישיבה בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
אין די פארמיטאג שעות זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ח' סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א פון וומ"ס נאכן זיך אויסצייכענען במשך די יאר מיט קבלת טובות בעניני תפילה,
דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה און פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע תלמידים.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ישיבה גדולה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט די זעקסטע סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום שבת שובה דרשה,
מען האט געענדיגט ארום 2:30.
זמני כניסה איז געווען פון 4:30 ביז 9:20 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט. אין וומ"ס.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
"קול רינה וישועה באהלי צדיקים"
נאך די זמני כניסה ארום 9:20 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צום שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב מאיר אליעזר טייטלבוים שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, עב''ג בת הרה''ג רבי יחיאל שרגא גרינפעלד שליט''א, בן הרה"ג רבי משה שליט"א אב"ד סעמיהאי, וחתן הגה"צ רבי זושא בעער שליט"א - אדמו"ר מראצפערט, וואס איז פארגעקומען אין די ספינקא זאל אין ב"פ,
דער רבי איז אנגעקומען ארום 9:50 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים אויפן אויבנאן,
עס האבן אויפגעטרעטן דער מחותן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א,
דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען די זיידע הגה"צ אב"ד סעמיהאי שליט"א צו ליינען די תנאים,
דערנאך האט דער רבי געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור,
דער רבי האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, און אויסגערעכענט די גרויסע יחוס פון די חתן כלה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור,
מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א און די חשובע זיידעס און מחותנים,
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ אינאיינעם מיט די חשובע זיידעס שליט"א,
מען האט פארענדיגט ארום 11:00 אזייגער, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' פנחס צבי דוב פריינד ע"ה.
פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין וומ"ס ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת מעריב.
מארגן דינסטאג וועט רבינו שליט"א אי"ה דאווענען שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אויף 152 היוז סט.
~

~