ווערטלעך

להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. ישיבה בחורים פון קרית יואלע מתיבתא זענען ממש בבחינת אוכלי המן!!! יש מי שמוצא מזונו עמו בבית בלאנטש רום, יש מי שצריך לילך לבוטשער ולבוטשער שבסקאנעמאנק, יש מי שצריך לילך עד ריפרעש, ויש מי שצריך לילך עד סטעיק האוז בגלילות קרית יואל...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. מיין מלמד איז ממש א דבר אחר!
– נו שגץ אזוי רעדט מען?
– יא! שטייט אין די הגדה של פסח דבר אחר: ביד חזקה שתים...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• מה זה תורה וגדולה במקום אחד?
הרבה תורה ומעט גדולה אין זה תוב"א! הרבה גדולה ומעט תורה הרי זה תוב"א...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. והרב מאויבערשינטראדאבינדיש היה מנהגו לאכול העין של הגעפילטע פיש...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. זיין שווער האט געטון א דאבל שידוך...{דא ווייזט מען ביים כרס} דערנאך איז זיין ווייב געזיצן 3 טאג שבעה... און ווען נאך א קורצע וויילע איז עס צוריקגעקומען האט מען געפראוועט 3 טאג שבע ברכות... און וואס מיינסטו האט מען געטון די דריי טאג? געגעסן!!!....(דייעט)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. חזן יפת תואר אבל חזנות לא יכול ואמרו עליו אשרי עין ראתה כל אלה הלא למשמע אוזן דאבה נפשינו...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• גרונם: מזל טוב! איך הער אז דו האסט געהאט א מיידל, וואספארא נאמען קלערסטו צו געבן? מסתמא נאך די באבע קריינטשא...
גימפל: איך האב גראדע שטארק חשק צו געבן א נאמען נאך מיין שוויגער...
גרונם: נו פארוואס געבסטו נישט?
גימפל: אה, די פראבלעם איז אז זי לעבט נאך...
גרונם: נישט געדאגה'ט דער אייבערשטער קען נאך העלפן ביז דעמאלס...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• גימפל התפלל בכותל המערבי בדמעות שליש.
גרונם: וואס וויינט איר אזוי?
גימפל: אז מיין ווייב זאל מיר אנהייבן צו פארשטיין!
גרונם: ווילאנג דאווענט איר שוין אזוי?
גימפל: 20 יאר!
גרונם: און וואס איז אייער הרגשה? אז איר גייט נאך אמאל געהאלפן ווערן?
גימפל: איך וועל אייך זאגן דעם אמת! וואס א טאג עס גייט פארביי שפיר איך שוין מער און מער אז איך רעד צו די וואנ"ט...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. הייתי בלאס אנדזשעלעס ובבית המדרש שמעתי אומרים באמצע הלל "איי נאו איי דאונט נאו היי שאו איי נאו" (אנא ה' הושיעה נא")
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• פראפעסאר: מען טאר קיינמאל נישט הייבן א האנט אויף א קינד!!! מען טאר קיינמאל נישט שלאגן!!!
פאציענט: דו האסט נאך קיינמאל נישט געשלאגן דיין קינד???
פראפעסאר: קיינמאל!!!
פאציענט: קיין איינמאל?
פראפעסאר: גראדע יא איינמאל... אבער דאס איז נישט געווען לשם שלאגן! עס איז געווען בלויז פאר סעלף דיפענס... (זעלבסט פארטיידיגונג)
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3380
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3919

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך אנדערער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: פרייטאג יאנואר 31, 2025 11:46 am • פראפעסאר: מען טאר קיינמאל נישט הייבן א האנט אויף א קינד!!! מען טאר קיינמאל נישט שלאגן!!!
פאציענט: דו האסט נאך קיינמאל נישט געשלאגן דיין קינד???
פראפעסאר: קיינמאל!!!
פאציענט: קיין איינמאל?
פראפעסאר: גראדע יא איינמאל... אבער דאס איז נישט געווען לשם שלאגן! עס איז געווען בלויז פאר סעלף דיפענס... (זעלבסט פארטיידיגונג)
מעשה שהי'
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• פאר א גר ברויך מען זאגן סיי די געשמאקע חלקים פון אידישקייט, די גוטע חלקים צב"ש א פייערדיגע שבת'דיגע דאווענען, א געשמאקע קידוש, א דביקות'דיגע שלש סעודות, און אזוי אויך די נישט געשמאקע חלקים צב"ש אהה זונטאג...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• כלל ישראל מאכט א סיום מס' גיטין (אין חבורת יסודי תורה און די פרשת היתר מאה רבנים) און מען הייבט אן מס' ביצה...(די טייערע אייער)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• טראמפ מאכט א גירוש שפאניע...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

• די צייטונג שרייבער זענען זייער טאלאנטפול!!! מיין חבר א רעדאקטאר איז שוין געווען אויפן וועג מיט א בינטל פאפירן אויפן וועג צום פרינטן און וויפיל נייעס ער האט באוויזן דעמאלס צו שרייבן...!!! פון וואו איך ווייס? ניין, כ'האב עס נישט געזעהן לעבעדיג... כ'האב פשוט אפט באמערקט דעם פראז ביי די נייעס "גייענדיג צום דרוק..."

קרעדיט: אברהם מערץ
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

בס"ד
די וואכעדיגע סדרה שטייט
• ויספר משה לחותנו אויב טייטש עס אז משה האט אים געציילט דהיינו מעות, לפ"ז טייטש ויחד אז ער האט זיך געפרייעט, אויב איז ויספר משה אז ער האט אים אפגעשוירן דאן איז נעשה בשרו חידודין חידודין...(יתרו)
• שטייט ווייטער אין די סדרה
• אני חותנך יתרו בא אליך וצ"ב מה שרצה להדגיש ב' חותנך? - לאפיקו די שוויגער...
• א' אמר לי שאין לו שוויגער, יש לו רק שווער און שווערער...
• מען האט אמאל געפרעגט א בחור וועלכע מין שווער ער דארף? האט ער געזאגט " נישט אזא פון וואס די תורה רעדט! – דהיינו? נישט אזא שווער ווי לבן וואס פייניגט דעם איידעם, און נישט אזא ווי יתרו וועלכער מישט זיך אריין און געבט עצות... וזה מיד אחר שנתן לו העצה, שלח לו לארצו.
• שלום בית מחלוקת די ווייבל קאלט אן די מאמע: מאמי! איך קום וואוינען ביי דיר!! זאגט די מאמע די נייע שוויגער: ער וועט טייער באצאלן, איך קום וואוינען צו דיר...!
• און אז מען רעדט פון די שוויגער אלס אורח דערמאנט עס
• הביא אורח לסעודת שבת, הוא והיא כעסנים... די חריף האט זיך בטעות אויסגעגאסן אויפן וועג אריין צום טיש, פאר כעס האט ער ארויסגעשמעטערט אלע טעלער'ס פון פענסטער, היא זרקה העסצייג, האורח זרק כסא! על שאלתם "כן מתנהג אורח?!" התנצל - סברתי אז מען גייט עסן אינדרויסן...
• אז מען רעדט פון אורחים דארף מען צומאל קענען שפראך צו קאמיוניקירן
• בעל מכניס אורח לאורחו מארץ ישראל פאר קידוש "אני אוציא אותך? או שתצא מעצמך?... דער אורח איז ארויסגעלאפן פאר שרעק...(טייטש)
• וויל איך דיר טאקע אויסלערנען לשון הקודש עטליכע ווערטער
• עירקאנדישאן וואס טראפט בלשון הקודש? משיב הרוח ומוריד הגשם...(טייטש, שפראך)
• ארבעטער להלכה ולא למעשה בלשון הקודש? פועל דמיוני (טייטש)
• מצה אויף ענגליש? – דזשערקי ברעד... (טייטש)
• און צומאל זענען די ליטאים בעסער פון אונז, לדוגמא: די ליטאים זאגן הא לחמא עניא – די דאזיגע ברעיט...
• אז מען רעדט פון ליטווישע מיט מצה איז ממש א שאד נישט צו דערציילן די מעשה שהיה
• מעשה שהיה: בנציון כ"ץ פעל בסקווירא מצה בעקעריי, ויש להם דיל עם ליטווישע ארגאניזאציע שמחלק מצות לנצרכים, כמובן נותנים שם הרבה שברים, שנה א' לא היה כ"כ שברים לכן נתנו שלימים, קרוב לפסח אירע הרבה שברים ורצו לחלוף עם הארגענעזעישאן שיחזרו השלימים ויתנו שברים כמו בכל שנה – צלצלו, טען הלא אני יד העניים וכיון שנטלתים הרי הם כבר קנוים להעניים ואיככה אוכל להחזירם לך? – שוין איז נישט – אין הדבר פשוט! כי מצד אחר כיון שדיעלינו כל השנים שאתם נותנים שברים, נמצא שקנין השברים חל לפני קנין השלימים של שנה זו! – נו אדרבא! געמיר צוריק די שלימים! – ניין! עס איז צו א שווערע שאלה, איך דארף פרעגן מיין רב – למחרת בא בשמחה שהרב מסכים שיחזירם והסביר, שכיון שלטובת הרילעישאנשיפ עם המצה בעקעריי שיכלו להמשיך הלאה טוב להחזירם, הרי זה טובת העניים וזה טובת העניים חל לפני קנין השברים, שלפני קנין השלימים, ממילא יכול להחזיר השלימים וליקח שברים. (פסח, חסידים ליטאים, דברי תורא)
• אז מען רעדט פון מצה וואס מען באקט ערב פסח דערמאנט עס מיר פון א שטארקע קאמפלימענט פון מיין ווייב!!!
• אשתי האלט מיך פאר א בעל מקובל! – ערב פסח ווען איך בין געגאנגען צו שריפת חמץ, שרייט זי מיך נאך "פארגעס נישט די שמות!!! (קבלה, שלום בית, נשים)
• אז מען רעדט פון שמות
• גרונם: איך וויל עפענען א שמות קאמפאני און איך זיך א גוטע נאמען, וואס האלטסטו? אפשר ובשמות תפקדו? גניזת שמות? תפארת שמות? היימישע שמות? גימפל: איך מיין זאלסט זיך רופן 'יתרו'! גרונם: וואס??? יתרו??? גימפל: יא! יתרו האט געהאט אסאך שמות...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. ליתרו היו לו ז' שמות - מיד שנתגייר ונעשה יהודי...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. ילד שבערבי שבועות התחיל לציית ולכבד אב ואם באופן נשגב – על שאלת אביו, ענה שרבו למד העשרת הדברות ושם כתוב כבד את אביך ואת אמך! – שאל האב ומה למדת וועגן זיך פארטראגן מיט די געשוויסטער? – לא תרצח...(זאלסט זיך נישט רצח'ענען) (יתרו, מחלוקת)
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. למה היה ליתרו ז' שמות?
מפני שהיה לו שבע בנות לינשא און יעדע לאון האט ער ארויסגענומען אויף אן אנדערן נאמען (בשם ר' יאנקעלע גאלינסקי)
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3380
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 3919

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך אנדערער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג פעברואר 09, 2025 8:51 pm 1. למה היה ליתרו ז' שמות?
מפני שהיה לו שבע בנות לינשא און יעדע לאון האט ער ארויסגענומען אויף אן אנדערן נאמען (בשם ר' יאנקעלע גאלינסקי)
נאך יעדע טאכטער חתונה מאכן האט ער באנקראטירט און אנגעהויבן מיט א פרישן נאמען
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. א פראקטישע עצה וויאזוי די מילכיגע דעלקעס און מינוטשערס זאלן אנציען ביז די יו"ט סעודה – לייג עס אריין אין א בעקעלע און שרייב דערויף אין גרויס "פיש"...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. מה בין ביידען לטראמפ? ביידען ווייסט נישט א מינוט דערויף וואס ער האט געזאגט, טראמפ ווייסט נישט א מינוט פארדעם וואס ער גייט זאגן....
2. לשיטת טראמפ שצריכים לגרש האימיגראנטן ווען מען קאלט אריין אין זיין אפיס הייבט אויף די מאשין "פאר ענגליש דייל 1, פאר ענגליש דייל 2, פאר ענגליש דייל 3...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. הנותן לשכוי בינה – טראמפ,
בוש – גוי,
עבד- אבאמא,
אשה – קלינטאן,
ביידען – הנותן ליעף כח...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2898
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: אין אפיס (אינדרויסן פון אפיס האב איך ניטאמאל קיין טעקסט ב"ה)
x 8993

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

1. אברך שבא לרבו בבשורה שנולד לו בת! ומבקש שהרב יבחר לה שם! הרב אמר שיתן נאמען מהסדרה, היתה פרשת משפטים חפשו ומצאו שם 'מכשפה' (לא תחיה) התנצל האינגערמאן באמרו "אבער מיין שוויגער לעבט נאך..."
בן נביאים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 241
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 17, 2024 12:07 pm
x 390

Re: ווערטלעך

פאוסט דורך בן נביאים »

געווען ביי א פדיון הבן, אנשטאט געבן פאר'ן כהן 5 זילבערנע שקלים, האט דער טאטע געגעבן 5 אייער
שרייב פאוסט