בלאט 5 פון 5
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 3:40 pm
דורך ווער
ניסים האט פאסירט אין בארא פארק ווי א קרעין איז געפארלן אויף די דאך פון א אידישע הויז, ב"ה אן קיין פארוואונדעטע
- image_16_57_1722539513963_585_57_240801031203.png (1.47 MiB) געזען געווארן 731 מאל
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 4:54 pm
דורך שאינו יודע לשאול
ווער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 3:40 pm
ניסים האט פאסירט אין בארא פארק ווי א קרעין איז געפארלן אויף די דאך פון א אידישע הויז, ב"ה אן קיין פארוואונדעטע
image_16_57_1722539513963_585_57_240801031203.png
- unnamed (41).png (1.06 MiB) געזען געווארן 700 מאל
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2024 7:06 pm
דורך מיילעך פריילעך
א מחנה פאליציי אפיצירן האבן זיך היינט נאכמיטאג אראפגעלאזט אויף די דרייצנטע עוועניו ביים ווינקל פון די ניין און דרייסיגסטע סטריט, וואו עס איז סטאנציאנירט די קינג דעלי ענד גרילל געשעפט.
עמערדזשענסי אגענטורן האבן נאכגעפאלגט די געשעפט א לענגערע צייט, זעענדיג א פארדעכטיגטע ווירטשאפט, און פיל אומלעגאלע סחורה וואס ווערט דארט אריינגעברענגט. פילע זעק מיט אומלעגאלע וועיפינגס איז ארויסגעשלעפט געווארן פון די געשעפט, און די געשעפט איז געשטעלט געווארן אונטער שלאס און ריגל, נאך וואס איינער פון די אייגענטומער געפונט זיך שוין אין ארעסט פאר פארשידענע קלאגעס.
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג אוגוסט 04, 2024 3:48 pm
דורך מיילעך פריילעך
בארא פארק - מוצאי שבת איז געווען א פארנומענע נאכט פאר שומרים וואלונטירן מיט עטליכע ארעסטן אויף פארברעכער אינאיינעם מיט די פאליציי.
אום 11:00 אזייגער ביינאכט זענען וואלונטירן אראפגערופן געווארן צו א אידישע הויז אויף 58 ביי 11 וואו זיי האבן געכאפט און אראפגעהאלטן א פארברעכער רויטהאנטיג ביים רויבן טייערע חפצים.
שפעטער אויף דער נאכט האבן זיי געהאלפן מיט די ארעסטן פון צוויי פארשוינען וואס זענען ארומגעגאנגען אין בארא פארק און פלעטבוש צו רויבן דעליוועריס, און אין די פארטאגס שעות האבן זיי געהאלפן צו כאפן און ארעסטירן א שיכור׳ע דרייווער וואס איז אנטלאפן פון א היט ענד ראן עקסידענט.
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מאנטאג אוגוסט 05, 2024 10:43 pm
דורך Spa 42
א רויבעריי איז פארגעקומען אויף 61X15.
די פאברעכער באוואפענט מיט א מעסער איז געכאפט געווארן דורך חברה שומרים, און ארעסטירט געווארן דורך די פאליציי ַ
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך אוגוסט 07, 2024 7:19 pm
דורך מיילעך פריילעך
חרדישע נייעס:
פאראייניגטע קאנפרענץ דורך מוסדות התורה אין בארא פארק, בנוגע די לבוש פאר אינגלעך
אין א פאראייניגטע בריוו פון מערערע חדרים, מוסדות התורה לענגאויס די עיר ואם בישראל בארא פארק, ווערט פאררופן א וויכטיגע טעלע קאנפרענץ פאר אלע הורי המוסדות, וואו עס וועט ווערן אויסגעשמועסט קריטיש וויכטיגע דעטאלן אנבאלאנגט די לבוש פאר אינגלעך, וואס איז אין די לעצטערע יארן אריין אין א נייע עפאכע מיט נאכאנאנדע סטיילס און אומאיידעלע מלבושים.
צענדליגע טויזענטער קינדער תינוקות של בית רבן ברענגען אצינד אהיים דעם בריוו וואס ווערט אהיימגעשיקט דורך די מנהלים רוחניים, אונטערגעשריבן דורך די פאלגענדע מוסדות: אלכסנדר, באבוב 45, באיאן, בני תורה, באבוב, בעלזא, גור, צאנז, וויזניץ, וויען, יגדיל תורה, לעלוב, מבקשי השם, סאטמאר, סאטמאר, סקווירא, פאפא, פאפא לינדען, צאנז קלויזענבורג, און צאנז סטעטן איילענד.
די טעלע קאנפרענץ וועט פארקומען קומענדיגן זונטאג אויפדערנאכט, וואו עס וועט געהערט ווערן קורצע און אינהאלטסרייכע דרשות אנבאלאנגט די נושא פון מלבושים פאר אינגלעך, וויכטיגע הלכות און חסידישע פונקטן וואס איז נוגע פאר אלע תלמידי המוסדות, א שריט וואס איז שוין געווארן דורכגעפירט אין די מוסדות התורה אין מאנסי א שטיק צייט צוריק.
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: פרייטאג סעפטעמבער 06, 2024 3:25 pm
דורך שאינו יודע לשאול
קהילת טאהש האט געפנט א נייע ת"ת אין ב"פ
- unnamed (67).png (340.64 KiB) געזען געווארן 460 מאל
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 08, 2024 11:41 am
דורך מיילעך פריילעך
אין ב"ה אזוי ווי לעצטע יאָר, קענען אלע בארא פארקע אידן פארגעסן פון איינקויפן און בינגא דאס יאר, צוליב וואס גאנץ וויליאמסבורג גייט קימען צו בארא פארק...
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2024 11:15 pm
דורך שאינו יודע לשאול
די וואך אין ב"פ.
- unnamed (80).png (253.26 KiB) געזען געווארן 316 מאל
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 01, 2024 1:40 am
דורך באחדות
קיינער האט נישט גארנישט געהערט וואס עס איז פארגעגייגן אין בארא פארק די פארגאנגענע מיטוואך??
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 01, 2024 2:23 am
דורך לאז געמאך
אדרבה העלף ארויס
Re: נייעס פון בארא פארק
געפאוסט: זונטאג דעצעמבער 01, 2024 11:37 am
דורך באחדות
שומרים איז גערופען געווארן פאר א קאל נעבן די טרעינס אז א גוי האט אראפ געהאקט א איד'ס שפיגעל אין ער וויל נישט באצאלן די גוי איז ארויף געגייגן אויף די סטעשין פון די טרעין ארויף צו גיין אויפן טרעין אין אפוצען פון שטח שומרים האט זיך אויסגעשפרייט אויפן גאנצן שטח אים אפצוהאלטן אין מיטן הערט מען ווי איינער שרייט אז א גוי איז אויפן טרעין טרעקס אלע 10 מעמבערס האבן זיך גענומען לויפן צו אים אין גענומען שרייען ער זאל ארויס קומען ער האט זיך שטאטליך זיך אנגעהויבען רוקען ביז איין מעמבער איז צוגעגיין אים געגעבען א הייב אויף אין ארויס גענומען מען האט אים אפגעהאלטן ביז די EMS איז אנגעקומען אין אים גענומען פאר מעדיקעל טריטמענטס
בארא פארק שומרים שרייט ארויס א קודיש השם!!