בלאט 5 פון 19
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:48 pm
דורך דער תהלים איד
בדרך אפשר וואלט מען געמאכט א גרויסע כינוס נשי כלל ישראל, און אראפגעשטעלט תקנות אז אנשטאט טוישן HOOD פון די קאר יעדע פאר חדשים לויט די סטייל'ס, וואס קאסט אפ א הון תועפות, זאל מען אנהייבן לייגן סחורה'נע טאפינג העכער די קאר, און דערמיט שפארן מיליאנען דאלארן פאר די חסידישע קאמיונעטי!
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:12 pm
דורך בורר
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 3:46 pm
איך קלער אזוי אריין... סאטמאר רב זצ"ל און די אנדערע חסידישע רבנים האבן געהאט ווייטע אויגן!
טראכט נאר א רגע! זעענדיג היינט די טרענדס ביי די חסידישע נשים, לדוגמא ביי די BUGABOO קערידזשעס, וואס יעדער מוז דאס האבן, און יעדע 6 חדשים טוישט זיך סטייל פון די טאפ (ROOF...), וויאזוי וואלט אויסגעזען ווען אונזערע נשים וואלטן געדרייווט קאר'ס?!... ס'וואלט געווען עפעס אזא מין פארמעסט, ס'וואלט געקאסט עפעס אזעלכע ממון ודמים, אז מ'וואלט געשטארבן פון הונגער...
כמיין... דאס וואלט געווען די רטענד פון 6 חדשים צוריק וואס איז שוין יעצט 'יאנטשי' און אויט אוו סטייל:
פארדעם איז דא FINN
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 9:19 pm
דורך וואוילער
@דער תהלים איד אויש זאגסטו גוט...
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 11:50 am
דורך ר' משה
share with middle class families for YT they will add minimum thousand dollars into your grocery account. Offer expires at
12 o'clock today.
https://forms.gle/RpE7u4FyZWRcNMJH8
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 11:52 am
דורך ר' משה
ר' משה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 11:50 am
share with middle class families for YT they will add minimum thousand dollars into your grocery account. Offer expires at
12 o'clock today.
https://forms.gle/RpE7u4FyZWRcNMJH8
תושבי מאנסי די צייט ליופט שוין אויס
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 12:03 pm
דורך וואוילער
ר' משה האט געשריבן: ↑דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2023 11:50 am
share with middle class families for YT they will add minimum thousand dollars into your grocery account. Offer expires at
12 o'clock today.
https://forms.gle/RpE7u4FyZWRcNMJH8
ארבעט שוין נישט
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 01, 2023 8:51 pm
דורך ווינטעלע
דאס ערשטע טאג יו"ט האט א קינד זיבן יאר אלט, זיך געשפולט ביי סוזען לעיק, און בטעות זיך אריין געגליטשט אין טייך, דאס קינד מיט ווען ער האט געשפילט איז געלאפן צי זיין טאטע, דאס טאטע האט גערופן הצלה.
הצלה האט נישט געזען דאס קינד האבן זיי אלאמירט חבירים.
חבירים האט געזען א קישקעטעל שווימען אויפן טייך האבן זיי געוויסט בערך ווי דאס קינד איז, דריי מינוט נאך חבירים איז אנגעקומען איז דאס קינד געווען אינדערויסן, ווי ער האט נאך בחסדי השם געהאט פוילס!
צוואנציג מינוט איז דאס קינד געווען אין וואסער ר"ל
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: זונטאג אקטאבער 01, 2023 8:53 pm
דורך דער תהלים איד
ברוך מחי' מתים...
הודו לה'.
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:32 pm
דורך וואוילער
אויש איז דאס געוועהן א שרעקליך סצענע ווי די חברים קארס פליען...
ארויסגייענדיג פון שול נאכ'ן דאווענען, האב'ך געזעהן א חברים טרעקל פליען מיט לייטס און סיירינס, דעס איז נישט קיין זאך וואס מ'זעהט יעדן טאג, און זיכער נישט יו״ט.
נאך אים זענען נאכגעקומען עטליכע פייער טראקס, און נאך 1, ניין 2, און א דריטע, און אפשר מער חברים קארס מיט אינגעלייט מיט בעקיטשעס, ס'האט נישט געשמעקט גוט.
דער עולם האט געשמועסט אז מ'זוכט 5 מענטשן, המממ, א נישט געשמאקע שטיקל נייעס פאר סוכות צופרי.
שפעטער איז קלאר געווארן די מעשה כנ״ל.
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:33 pm
דורך וואוילער
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 01, 2023 8:53 pm
ברוך מחי' מתים...
הודו לה'.
טייערע אידן, מ'דארף רחמי שמים, פאולס מיינט נאכנישט לעבן, ס'איז צווישן לעבן און טויט.
זייט מתפלל פאר די גאנצע רפואה פון הילד ?
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:35 pm
דורך וואוילער
די משפחה דאווענט אקעגן איבער די לעיק אין תו״א ביהמ״ד.
איז אפשר צייט צו מאכן א געיט ארום די לעיק?
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 11:19 pm
דורך וואוילער
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:33 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 01, 2023 8:53 pm
ברוך מחי' מתים...
הודו לה'.
טייערע אידן, מ'דארף רחמי שמים, פאולס מיינט נאכנישט לעבן, ס'איז צווישן לעבן און טויט.
זייט מתפלל פאר די גאנצע רפואה פון הילד ?
אלעזר בן חי' הינדל - לרפו״ש בתושח״י
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 04, 2023 11:00 pm
דורך גראדער מעכל
וואס איז דער מצב מיטן קינד?
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 11, 2023 11:45 pm
דורך ניקל
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 10:27 am
JD Media
מאנסי - נאך מערערע האר אויפשטעלנדע אינצידענטן די לעצטע תקופה אין מאנסי מיט די לאקאלע נישט אידישע טעקסיס - דריי פון זיי פארגעקומען בלויז אין די פארגאנגענע וואך אליין, האבן עסקנים גענומען די ערשטע שריט פון אלאמירן דעם ציבור צום ברענעדיגע סכנה. מען רעדט נישט פון קיין פחדים און חששות, נאר פון ביטערע ווירקליכע מציאות'ן ווי אומשולדיגע רייזענדע זענען באטראפן געווארן בגוף ונפש רח"ל ה"י. די עסקנים בעטן דעם ציבור צו מעלדן פאר די פאליציי יעדע פארדעכטיגע מעשה וואס מען זעהט. זאת ועוד ארבעטן אצינד עסקנים אינאיינעם מיט די טאון אוו ראמאפו אוועקצושטעלן א שטאנדהאפטיגע טעקסי פאלציי וועלכע זאל אינפארסירן בעקראונד טשעקס אויף דרייווערס מיט מחיצות צווישן דעם דרייווער אין די פאסאזשירן, עלימינירן טונקעלע פענסטערס און האבן קלאר אויסגעשריבן די אידענטיפיקאציע פונעם טעקסי/דרייווער על כל צרה שלא תבוא.
די טאון אוו ראמאפא האט היינט געמאלדן נייע רעגולאציעס פאר טעקסיס וועלכע וועלן אריינגיין אין קראפט בקרוב און בע"ה אינפארסירט ווערן מיט א שטארקייט.
צווישן די נייע איינפירונגען וועט יעדע דרייווער מוזן דורכגיין א בעקגראונד טשעק פאר ער ווערט אויפגענומען אויפן פאזיציע, עס וועט נישט ערלויבט ווערן קיין טונקעלע פענסטערס, יעדע קאר וועט מוזן האבן א טאון סטיקער פון אינדרויסן, און יעדער דרייווער וועט זיך מוזן רעגיסטרירן מיט די טאון.
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 2:48 pm
דורך בערל דער פייפער

- unnamed (18).jpg (70.62 KiB) געזען געווארן 895 מאל
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:35 pm
דורך שרייב מיין קינד
מציאה רבה
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:49 pm
דורך notification
וועלכע דריי קלינער'ס איז גוט און עפארדעבל און טוט וועכנטליכע פיקאפ'ס ענד דעליווערי פאר shirts חוץ value
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:29 pm
דורך וואוילער
notification האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:49 pm
וועלכע דריי קלינער'ס איז גוט און עפארדעבל און טוט וועכנטליכע פיקאפ'ס ענד דעליווערי פאר shirts חוץ value
איך גלייך זייער NuTrand אין די Monsey Hub
א רואיגע פלאץ, גוטע סערוויס און גוטע פרייזן.
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:53 pm
דורך notification
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:29 pm
notification האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:49 pm
וועלכע דריי קלינער'ס איז גוט און עפארדעבל און טוט וועכנטליכע פיקאפ'ס ענד דעליווערי פאר shirts חוץ value
איך גלייך זייער NuTrand אין די Monsey Hub
א רואיגע פלאץ, גוטע סערוויס און גוטע פרייזן.
It's quality?
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 8:40 am
דורך וואוילער
notification האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:53 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:29 pm
notification האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 5:49 pm
וועלכע דריי קלינער'ס איז גוט און עפארדעבל און טוט וועכנטליכע פיקאפ'ס ענד דעליווערי פאר shirts חוץ value
איך גלייך זייער NuTrand אין די Monsey Hub
א רואיגע פלאץ, גוטע סערוויס און גוטע פרייזן.
It's quality?
איך האב ליב זייער ארבעט.
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:04 pm
דורך notification
וואוילער האט געשריבן: ↑פרייטאג אקטאבער 20, 2023 8:40 am
notification האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 11:53 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג אקטאבער 19, 2023 10:29 pm
איך גלייך זייער NuTrand אין די Monsey Hub
א רואיגע פלאץ, גוטע סערוויס און גוטע פרייזן.
It's quality?
אי האב ליב זייער ארבעט.
But they don't make weekly pickups and delivery
Re: נייעס ארום עיר התורה וחסידות "מאנסי"
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 3:42 pm
דורך א עפל
מכל מלמדי האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 15, 2023 5:37 pm
אמת האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 15, 2023 5:21 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג אוגוסט 15, 2023 5:10 pm
א בריוו זיך אנצונעמען פאר די מאנסי פייער דעפארטמענט
בלאפעריש און פארפירעריש אפענע ליגנט, ליידער זענען שוין צופיל עדות צו די שרעקליכע חילולי שבת מידי שבת בשבתו, פאר גארנישט און פאר נישט
ניטעמאל ווערט צו ענטפערן די האלב מיליאן דאלאר געשאפן, איז די גרעסטע עדות וואס מאנסי ווייסט איבער די פייער דיפארטמענט.
איר דארפט שרייבען וואס איז די ליגענט, אין דאס אז מען האט געשאפען א האלב מיליאן (אגב איך האב אויך אטייל גענימען)ווייזט נאך נישט אז עס איז ליגענט
אדרבה אפשר איז דא די פלאץ אויסציקלארען די זאך
יענץ בריוו איז גראבע ליגנט, איך אליין האב צו געזען ווי די פייער לעשערס זענען אפענערהייט מחלל שבת
און סייווי אפילו די וואס גיין צו די שיעור פון ר' חיים שבת טארן נישט האבן קיין שום חלק מיט די אנדערע מעמבערס וועלכע זענען מחלל שבת רח”ל
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: פרייטאג אקטאבער 20, 2023 5:42 pm
דורך א עפל
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:35 pm
די משפחה דאווענט אקעגן איבער די לעיק אין תו״א ביהמ״ד.
איז אפשר צייט צו מאכן א געיט ארום די לעיק?
סאיז שוין דא א געיט די מאקסימום וואס מ'קען לייגן
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 12:17 pm
דורך פארפאלענער
Re: נייעס פון מאנסי און די אומגעגנט
געפאוסט: מיטוואך אקטאבער 25, 2023 9:46 pm
דורך נקודות טובות
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אקטאבער 02, 2023 5:33 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑זונטאג אקטאבער 01, 2023 8:53 pm
ברוך מחי' מתים...
הודו לה'.
טייערע אידן, מ'דארף רחמי שמים, פאולס מיינט נאכנישט לעבן, ס'איז צווישן לעבן און טויט.
זייט מתפלל פאר די גאנצע רפואה פון הילד ?
וואס איז דער מצב פונעם קינד?