Re: גרינטאטש כשר'ע טעכנאלאגיע
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 20, 2025 10:16 pm
ניין גוגעל מעסעדזשעס ארבייט כעת נאר מיט די גוגעל מעסעדזשעס עפפgoogle voice האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 20, 2025 9:37 pmwill it also work for messages?ארי גרינפעלד האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 20, 2025 8:58 pm 1.20.25
די טאג איז נאכנישט פארביי.
נאך לאנג לאנג לאנג ארבייטן, אין מיט די מיטארבייט פון מיינע שותפים יודישע דעוועלאופערס איז געלונגען אהערצושטעלן א גאר געשמאקע נייע פיטשער מיינד סינק!
מיינד סינק איז א חידוש אין די וועלט פון כשר'ע טעכנאָלאָגיע!
פון היינט אן ווײטער קענסטו סינקען מיט דיין גאגעל עקאונט אנע דארפן אריינסיינען אין גאגעל אויפן פאון!
מיינד סינק וועט סינקען מיט דיין גאגעל עקאונט אין אריינברענגען דיין קאנטעקסט אין קאלענדער עווענטס אריין צום מיינד פאון, אין נעמען אלע דיינע פרישע קאנטאקטן אין קאלענדער עווענטס פון דיין מיינד פאון אין עס שערן מיט דיין גאגעל עקאונט.
עס ארבייט זייער פשוט, דאונלאוד די נייע מיינד סינק עפפ פונעם אפדעיטער.
קוק פאר דיין ID אויפן עפפ, לייג עס אריין אויפ'ן וועב זייטל וואס שטייט אויפן עפפ.
די וועב זייטעל וועט שיקען א נאטיפיקעישאן צו דיין פאון מיט די קאוד, לייג אריין די קאוד אויפ'ן וועב זייטעל, נאכדעם וועט דיר די זייטעל בעטן צו קאנעקטען דיין גוגעל עקאונט.
מזל טוב עס איז דא די שידוך צווישן דיין מיינד פאון אין דיין גאגעל עקאונט, נאכמער, דארפסט נישט מאכן קיין שום מיינד עקאונט, אין דארפסט נישט גיין צו א סטאר עס עקטיוועיטן!
כז'האב ענק געזאגט די מיינד פאון האט געטוישט די כשר'ע פאון איינמאל אין ב"ה מיר שפאנען פאראויס צו ברענגען די הילף פאר די וואס ווילן ניצן נאר כשר'ע טעכנאָלאָגיע זאלן עס קענען ניצן געשמאקע אין רואיג.
די עפפ איז נאך פריש (פובליק בעטע,) ביטע לאז פידבעק!