בלאט 5 פון 5

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 2:40 pm
דורך Glass
Screenshot 2025-03-11 143913.png
Screenshot 2025-03-11 143913.png (254.69 KiB) געזען געווארן 693 מאל

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
דורך ער זאגט עפעס
Glass האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 2:40 pm Screenshot 2025-03-11 143913.png
פון ojc גייט קיינמאל נישט אראפ קיין פראצענט

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:15 pm
דורך שמח
ער זאגט עפעס האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
Glass האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 2:40 pm Screenshot 2025-03-11 143913.png
פון ojc גייט קיינמאל נישט אראפ קיין פראצענט
כ'מיין אז היינט קען מען יא אנשטעלן אז די פראצענט זאל אראפגיין פונעם ארגענזציע.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:34 pm
דורך אנעקדאט
שמח האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 6:15 pm
ער זאגט עפעס האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 4:33 pm
Glass האט געשריבן: דינסטאג מערץ 11, 2025 2:40 pm Screenshot 2025-03-11 143913.png
פון ojc גייט קיינמאל נישט אראפ קיין פראצענט
כ'מיין אז היינט קען מען יא אנשטעלן אז די פראצענט זאל אראפגיין פונעם ארגענזציע.
זיי האבן פארדעם אן עקסטערע סארט וואוטשער וואס שטייט דערויף נדבן, נישט OJC. אויב שטייט OJC גייט גארנישט אראפ.

לעצטנס האט שוין Pledger אויך אנגעהויבן מאכן א חילוק מיטן לייגן א גאלדענעם שטריך אויבן פונעם וואוטשער וואס גייט נישט אראפ קיין פראצענט

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 11, 2025 7:22 pm
דורך Glass
איינער האט א ליסטע מיט אדרעסן פאר פורים פון קרית יואל?

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 13, 2025 5:34 pm
דורך וואוילער
סטאפ! סטאפ שוין פליז!!
הער אויף (״הרף״ וואלט @דער תהלים איד געשריבן) זאפארט!

געוואלט האב'ך אויסגעבן מיין אויפרעגעניש אויף די ראבא קאלס אין די לעצטע צוויי-דריי טעג,
למעשה בינעך אינצווישן שוין אטאקירט געווארן דורך עטליכע בחורים, נעפיוס מיינע, אז כ'זאל זיי העלפן דעקן זייער ״גאול״ וואס זיי האבן זיך אינטערגענומען פאר די ישיבה וכו'.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: זונטאג מערץ 16, 2025 11:44 am
דורך אנדערער
נעכטן איז א בחור געקומען בעטן געלט פאר קנס

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:15 pm
דורך אנדערער
אנדערער האט געשריבן: זונטאג מערץ 16, 2025 11:44 am נעכטן איז א בחור געקומען בעטן געלט פאר קנס
איינער ווייסט די הלכה אין אזא פאל?

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:16 pm
דורך אנדערער
נאך א הלכה שאלה. אויב איך האב נישט קיין קעש נאר א קארטל בין איך עובר אויף לא תקפוץ אויב איך געב נישט?

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מאנטאג מערץ 17, 2025 5:29 pm
דורך הדסים
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:16 pm נאך א הלכה שאלה. אויב איך האב נישט קיין קעש נאר א קארטל בין איך עובר אויף לא תקפוץ אויב איך געב נישט?
איך בין נישט קיין פוסק אבער דאכט זיך אז לא תקפוץ איז מען נאר עובר אויב דער עני איז געקומען ספעציעל צו אייך צב"ש צום טיר, משא"כ אויב גייט ער אויפן גאס, ביהמ"ד וכדו' איז נישטא קיין לא תקפוץ.
לגבי א קארטל איז א דעביט קארטל לכאורה אזויווי קעש, א קרעדיט קארטל זעט אויס אז ס'דא א מקום לחלק.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 2:24 am
דורך אנדערער
הדסים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 5:29 pm
אנדערער האט געשריבן: מאנטאג מערץ 17, 2025 12:16 pm נאך א הלכה שאלה. אויב איך האב נישט קיין קעש נאר א קארטל בין איך עובר אויף לא תקפוץ אויב איך געב נישט?
איך בין נישט קיין פוסק אבער דאכט זיך אז לא תקפוץ איז מען נאר עובר אויב דער עני איז געקומען ספעציעל צו אייך צב"ש צום טיר, משא"כ אויב גייט ער אויפן גאס, ביהמ"ד וכדו' איז נישטא קיין לא תקפוץ.
לגבי א קארטל איז א דעביט קארטל לכאורה אזויווי קעש, א קרעדיט קארטל זעט אויס אז ס'דא א מקום לחלק.
פון א גליון האט ער אויסגעקוקט אז מען איז יא עובר אויף לא תקפוץ אין שיל

פארוואס איז א דעביט קארטל ווי קעש?

איז דא א שיטה וואס איז מחייב צו בארגן געלט צו קענען געבן צדקה?

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 12:40 pm
דורך דער תהלים איד
אנדערער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 2:24 am איז דא א שיטה וואס איז מחייב צו בארגן געלט צו קענען געבן צדקה?
א חיוב? זיכער נישט.

און א קרעדיט קארטל איז א הלואה. אזוי ווי דו זאגסט.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 1:11 pm
דורך שאינו יודע לשאול
א_מרעדט שוין פון געבן דורך א קרעדיט קארד, האבעך אמאל געהערט א שיעור פון הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א, וואו ער האט אראפגעברענגט די מיינונג פון עטליכע היינטיגע און לעצטיגע פוסקים וואס זענען מסופק אויב מקען יוצא זיין די מצווה פון צדקה מיט א ק"ק,וויבאלד דו געבסט נישט גארנישט; דו זאגסט פאר א קאמפאני צו שיקן געלט צו א צווייטע קאמפאני וואס גיבט עס פארן עני, אבער בשעת דו געבסט עס איז עס נאכנישט דיינס.

כגלייב נישט אז ס'איז אן הלכה'דיגער פראבלעם פון לא תקפוץ וכדו', אבער א שיינער חקירה איז עס זיכער.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 4:15 pm
דורך וואוילער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 1:11 pm א_מרעדט שוין פון געבן דורך א קרעדיט קארד, האבעך אמאל געהערט א שיעור פון הרה"ג ר' שלום שרגא פאפלאנאש שליט"א, וואו ער האט אראפגעברענגט די מיינונג פון עטליכע היינטיגע און לעצטיגע פוסקים וואס זענען מסופק אויב מקען יוצא זיין די מצווה פון צדקה מיט א ק"ק,וויבאלד דו געבסט נישט גארנישט; דו זאגסט פאר א קאמפאני צו שיקן געלט צו א צווייטע קאמפאני וואס גיבט עס פארן עני, אבער בשעת דו געבסט עס איז עס נאכנישט דיינס.

כגלייב נישט אז ס'איז אן הלכה'דיגער פראבלעם פון לא תקפוץ וכדו', אבער א שיינער חקירה איז עס זיכער.
איך בארג געלט כדי צו געבן פארן עני.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:05 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 4:15 pm

אבער דו האסט עס נישט קונה געווען בעפארן געבן.

כ'טראכט יעצט אז ס'דארף לכאורה נישט זיין קיין פראבלעם מכח תנו מנה לפלוני ואקדש לך, אבער מקען דן זיין צי דארט איז עס וועגן הנאה אבער דא דארף עס זיין א נתינה.

כווייס נישט. לאמיר געבן א טריי, @נקודות טובות, אה, ס'געגאנגען. לאמיר זען צי ער קען אונז מיט עפעס העלפן.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 3:11 am
דורך אנדערער
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:05 pm

דער עני באקומט די געלט.
זאגן פאר איינעם צו געבן צדקה אויף מיין חשבון הייסט נישט געגעבן?

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:28 pm
דורך שאינו יודע לשאול
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 3:11 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:05 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 4:15 pm

איך בארג געלט כדי צו געבן פארן עני.
אבער דו האסט עס נישט קונה געווען בעפארן געבן.

כ'טראכט יעצט אז ס'דארף לכאורה נישט זיין קיין פראבלעם מכח תנו מנה לפלוני ואקדש לך, אבער מקען דן זיין צי דארט איז עס וועגן הנאה אבער דא דארף עס זיין א נתינה.

כווייס נישט. לאמיר געבן א טריי, @נקודות טובות, אה, ס'געגאנגען. לאמיר זען צי ער קען אונז מיט עפעס העלפן.
דער עני באקומט די געלט.
זאגן פאר איינעם צו געבן צדקה אויף מיין חשבון הייסט נישט געגעבן?
אטא דאס איז די שאלה. צי נתן תתן מיינט אן עכטע נתינה, ווען 'איך' גיב 'דיר' עפעס וואס איז 'מיינס', צי ס'איז יא אזויווי ביי קידושין, אז יענער באקומט די הנאה און עס ווערט גערעכנט אויף מיין אקאונט.

Re: די נושא פון געלט גייער

געפאוסט: מאנטאג אפריל 21, 2025 3:34 am
דורך מאטאווירט
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 2:28 pm
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 19, 2025 3:11 am
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג מערץ 18, 2025 7:05 pm

אבער דו האסט עס נישט קונה געווען בעפארן געבן.

כ'טראכט יעצט אז ס'דארף לכאורה נישט זיין קיין פראבלעם מכח תנו מנה לפלוני ואקדש לך, אבער מקען דן זיין צי דארט איז עס וועגן הנאה אבער דא דארף עס זיין א נתינה.

כווייס נישט. לאמיר געבן א טריי, @נקודות טובות, אה, ס'געגאנגען. לאמיר זען צי ער קען אונז מיט עפעס העלפן.
דער עני באקומט די געלט.
זאגן פאר איינעם צו געבן צדקה אויף מיין חשבון הייסט נישט געגעבן?
אטא דאס איז די שאלה. צי נתן תתן מיינט אן עכטע נתינה, ווען 'איך' גיב 'דיר' עפעס וואס איז 'מיינס', צי ס'איז יא אזויווי ביי קידושין, אז יענער באקומט די הנאה און עס ווערט גערעכנט אויף מיין אקאונט.
פונעם געלט האט דער עני בעצם אויך גארנישט. אפשר דארפסטו אים געבן ברויט ממש?

און אפשר איז א פראבלעם צו געבן פארן פאנדרעיזער וואס געבט פארן ארגאניזאציע וואס געבט (האפנטליך) פארן עני?