איר ווייסט אז איר זענט דער ערשטער ארויסצוריקן אזא טענה... פריער האט עמיצער געשריבן דא גאנץ עפעס אנדערש, וכנראה לייגט איר אים אריין ווערטער אין מויל וואס ער האט נישט געזאגט. און נאכדעם אטאקירט איר עס מיט מאכט...
יענער שרייבט דאס פאלגענדע:
ער פארלאנגט וואלן! פארטרעטערשאפט פון די גאנצע שטאט. דו האסט דאס קיינמאל נישט געטון און דו פסל‘סט יענעם אפ אלץ אומלעגיטים ווייל יענער פארלאנגט פון דיר זיך צו פירן על פי תורה מיט דיין רבנות. יענער פארלאנגט פיר דיך ווי א איד, פרעג דעם ציבור, העסטו ווערן רב... דערווייל קומט גארנישט פאר.הלבלר בקולמסו האט געשריבן: ↑דינסטאג סעפטעמבער 01, 2026 2:56 pm דאס צאמשטעלן א "קהילה" מיט א "שטאט" איז א פארדאקס.
אויב מענטשן וואס וואוינען אין דעט "שטאט", און באלאנגען אין א אנדערע "קהילה", האבן נישט קיין רעכט צו לייגן זייערע שמחות אין דעם לוח השמחות פון דעם "שטאט", ווייזטו אז דער "שטאט" איז נישט מחייב די "שטאט" איינוואוינער, נאר די מיטגלידער פון יענעם "קהילה".
אויב אויף די מאפע פון דיין "שטאט" ווערן אפיעלע קהל'שיע שולן פאררעכנט אלס "פריוואטע" בתי מדרשים, מיינט עס אז די "קהילות" זענען נישט אונטערגעווארפן אונטער דיין "שטאט".
אויב די אפיציעלע "שטאטישע" אנגעלעגנהייטן ווערן אפגעמאכט דורך די מיטגלידערשאפט פון איין "קהילה" מיינט דאס אז זיי געוועלטיגן בלויז אויף דעם קהילה וואס איז אונטער זיי.
אין אנדערע ווערטער. אינדערהיים איז נישט געווען קיין "שטאט" עס איז געווען א "שטאטישע קהילה". די "קהילה" פון דער "שטאט" האט צוגעשטעלט אלעס פאר די תושבי העיר, און האט אויך מחייב געווען אלעס פאר זיי.
1] עס קען נישט זיין אז א פריוואטע "קהילה" זאל זיין בעל הבית אויף אנדערע "קהילות" ווייל זיי פארוואלטן אויפ'ן "שטאט".
2]מאך אפ דיין מיינונג, אויב ביסטו א א "שטאט", דאן דארפסטו אייניג פארטרעטן אלע מענטשן וואס וואוינען אין דעם "שטאט", אפגעזען אין וועלכע "קהילה" מען באלאנגט. זיי געהעריג רעכענען אלס תושבי העיר, און רעכענען זייערע קהילות אלס איינער וואס האט די רעכט דא צו זיין.
אויב אנערקענסטו בלויז די מענשטן פון דיין "קהילה", דאן ביסטו נישט מער ווי א לאקאלע "קהילה" און די קענסטו נישט פארטרעטן יעדן איינעם וואס האט באשלאסן צו קויפן א הויז אין דעם תחום פון דעם טעראטאריע, און זיך פאררופן אז ס'איז דיין "שטאט".
דאס איז וואס שטייט דא.