בלאט 5 פון 12
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג מערץ 03, 2024 4:06 pm
דורך שמח
וואוילער האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 3:58 pm
שמח האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 03, 2024 1:15 pm
(זענען די ציונים נישט עלול אויף רציחה און ''בטעות'' איבערטרעטן איינעם?)
די סארט פראטעסטן איז דאך א טעגליכע ערשיינונג
איז די שאלה נאך שטערקער...
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מיטוואך מערץ 06, 2024 1:41 pm
דורך דער תהלים איד
- זדים קמו עלי.jpg (310.56 KiB) געזען געווארן 1237 מאל
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג מערץ 10, 2024 1:19 pm
דורך רעגענדיגע זונטאג
צו הגאון רבי צבי קושעלעווסקי שליט"א ר"י היכל התורה איז געבוירן בנו בכורו למז"ט, נאך וואס בזיווג ראשון האט ער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא.
די ראש ישיבה האט חתונה געהאט בזיווג שני פאר זעקס איר צוריק, און יעצט שוין זייענדיג אין טיפן עלטער פון 88 יאר האט ער זוכה געווען צום בן זקונים.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג מערץ 10, 2024 7:44 pm
דורך שמח
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 1:19 pm
צו הגאון רבי צבי קושעלעווסקי שליט"א ר"י היכל התורה איז געבוירן בנו בכורו למז"ט, נאך וואס בזיווג ראשון האט ער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא.
די ראש ישיבה האט חתונה געהאט בזיווג שני פאר זעקס איר צוריק, און יעצט שוין זייענדיג אין טיפן עלטער פון 88 יאר האט ער זוכה געווען צום בן זקונים.
ירושלים - עטליכע שעה נאכן געבורט איז דער ר"י הגאון רבי צבי קאשלעווסקי שליט"א וואס האט היינט זוכה געווען צו האלזן א בן זכור ביי די 88 יאר בליעה”ר אריבער צום שטוב פון פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א וואס האט אים צו געשטופט צום שידוך פאר 6 יאר צוריק און געווען די מסדר קידושין ביים חופה צו נעמען א ברכה.
אזוי אויך איז באקאנט געווארן אז דער פוסק הדור האט אים אנגעווינטשען ביים חתונה אז ער וועט נאך אי"ה זוכה זיין צו זש”ק וואס איז טאקע ב”ה היינט נתקיים געווארן.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:19 am
דורך שרגא
ר' אלימלך בידערמאן האט געפירט ראש חודש אדר טיש אין דושינסקיא אין ירושלים, און כמנהגו געווארפן זיין שטריימל.
און דאס מאל איז עס געלונגען, און שטעקן געבליבן אין די שענדעליער/ טשילאר
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 12:36 am
דורך דער תהלים איד
שמח האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 7:44 pm
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 1:19 pm
צו הגאון רבי צבי קושעלעווסקי שליט"א ר"י היכל התורה איז געבוירן בנו בכורו למז"ט, נאך וואס בזיווג ראשון האט ער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא.
די ראש ישיבה האט חתונה געהאט בזיווג שני פאר זעקס איר צוריק, און יעצט שוין זייענדיג אין טיפן עלטער פון 88 יאר האט ער זוכה געווען צום בן זקונים.
ירושלים - עטליכע שעה נאכן געבורט איז דער ר"י הגאון רבי צבי קאשלעווסקי שליט"א וואס האט היינט זוכה געווען צו האלזן א בן זכור ביי די 88 יאר בליעה”ר אריבער צום שטוב פון פוסק הדור הגאון רבי משה שטערנבוך שליט"א וואס האט אים צו געשטופט צום שידוך פאר 6 יאר צוריק און געווען די מסדר קידושין ביים חופה צו נעמען א ברכה.
אזוי אויך איז באקאנט געווארן אז דער פוסק הדור האט אים אנגעווינטשען ביים חתונה אז ער וועט נאך אי"ה זוכה זיין צו זש”ק וואס איז טאקע ב”ה היינט נתקיים געווארן.
WOW
איך בין טאקע א 'פתי', אבער זייער ווייט פון א 'יאמין לכל דבר'. עכ"ז, לעצטנס האב איך געהערט צו פיל אויסטערלישע מעשיות מיט ברכות פון רבי משה! ס'איז נישט פשוט.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:04 pm
דורך שבת קודש
וויפיל יאר איז די אשת חיל פון הגאון רבי צבי קאשלעווסקי שליט"א?
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:09 pm
דורך פליט
שבת קודש האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 11, 2024 2:04 pm
וויפיל יאר איז די אשת חיל פון הגאון רבי צבי קאשלעווסקי שליט"א?
56
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 2:22 pm
דורך שבת קודש
ביי דאס קינד'ס בר מצוה גייט ער זיין 101 יאר
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מאנטאג מערץ 11, 2024 10:47 pm
דורך צופרידענער
די ר''י די בעל שמחה העכער 50 יאר צוריק אינאיינעם מיטן מנחת יצחק זצ"ל
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 5#p2504125
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 3:24 pm
דורך Spa 42
רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: ↑זונטאג מערץ 10, 2024 1:19 pm
צו הגאון רבי צבי קושעלעווסקי שליט"א ר"י היכל התורה איז געבוירן בנו בכורו למז"ט, נאך וואס בזיווג ראשון האט ער נישט זוכה געווען צו זרע של קיימא.
די ראש ישיבה האט חתונה געהאט בזיווג שני פאר זעקס איר צוריק, און יעצט שוין זייענדיג אין טיפן עלטער פון 88 יאר האט ער זוכה געווען צום בן זקונים.
פולע ווידיאו פונעם ברית היינט אינדערפרי.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: זונטאג מערץ 17, 2024 8:39 pm
דורך דער תהלים איד
דער בעל הנס האט לעצטע וואך מכבד געווען דעם רב רבי משה שטערנבוך שליט"א מיט סנדקאות.
דער רב האט אים געענטפערט אז ער זאל אליינס זיין סנדק. האט ער געגעבן פאר'ן רב די ברכות וקריאת השם.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דינסטאג מערץ 19, 2024 6:27 pm
דורך דער תהלים איד
אין א היסטארישע ווידער אויפבלי פונעם "עדה החרדית" איז היינט פארגעקומען א גרויסער מושב בי"ד בהרכב מלא, א זאך וואס פלעגט זיין יעדן חודש אבער איז שוין כמעט נישט פארגעקומען די לעצטע 2 יאר צוליב שוואכקייטן אין די כוחות וועלכע ווערן בס"ד ווידער געשטארקט.
דער היינטיגער מושב אין שפיץ פון כ"ק גאב"ד ירושלים שליט"א ובית דינו הצדק, איז געווען צוערשט איבער עניני כשרות מיט'ן אנוועזנהיינט פונעם ועד הכשרות, סיי איבער גאנץ יאריגע שאלות און סיי איבער געוויסע ענמינים וואס זענען יעצט עומד על הפרק אויף פסח.
דערנאך איז געווען א דיון מיט א משלחת פון א חשוב'ע מוסד על טהרת הקודש (לא קיבלתי פרטים), און דערנאך האט מען פארגעשטעלט פאר בי"ד די געוואלדיגע אויפוואכונג מיט די "קרן תמכין דאורייתא" פונעם שוין-באקאנטער "ועד הפעולה של העדה החרדית", און מ'האט אויך געשמועסט איבער א באנקעט פון נגידים וואס קומט םאר אין די טעג אין ניו יארק פאר'ן קרן.
ס'איז ב"ה א שמחה צו זען אזא מחזה הוד וויאזוי דער בי"ד איז ב"ה אויפגעלעבט מיט אזא כח גדול ואדיר וואס שטייט אין שפיץ, אשרי הדור שלו ככה.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:07 am
דורך ס'קען זיין אז..
משה קליינערמאן'ס יונגערער ברידער ברוך השם געטראפן!!
יעצט קומט אריין די בררעכנדיגע נייעס אז די ברידער פון משה קליינערמאן וואס איז געווען פארלוירן פאר איבער 3 שעה איז געטראפן געווארן ברוך השם!
ברייטער גערעדט - ר'מענדל אונגאר
ד' צו פ״ד
https://www.yiddish24.com/analysis/176/103274
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 1:54 am
דורך לייבל פריש
טבריה - מיט עטליכע וואכן צוריק איז פארגעקומען די שטאטישע וואלן אין מדינת ישראל ווי אין דער שטאט טבריה איז אריינגעוועלט געווארן יוסי נבעה אלס מעיאר מיט די שטיצע פון די פרומע אידן אין שטאט, דער מקובל הגאון רבי דב קוק שליט"א האט אריינגעלייגט אסאך כוחות אין די וואל פארמעסט מיטן ציל אז דער קעגנער פון נבעה דער באקאנטער שונא ישראל רון קובי זאל נישט אריינגעוועלט ווערן. קובי וואס אויסער זיין שנאה צו פרומע אידן איז אויך א קוראיזער פארשוין האט אריינגעגעבן א קלאגע אין געריכט ווי ער האט גע'טענה'ט אז דער מקובל האט פארארבעט מעשים מיט קמיעות און שמות הקדושים און אזוי ארום באוויזן צו אריינוועלן נבעה ווען אין פאקט האבן מער געשטיצט זיין קאנדידאטור. די געריכט האט ארויסגעווארפן די קלאגעס זאגענדיג אז עס איז נישט געשטויגן און געפלויגן און געצווינגען קובי צו באצאלן 3,000 שקל פארן מקובל אויף די געריכט קאסטן.
JD MEDIA
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:29 pm
דורך דער תהלים איד
נעכטן האבן די פאליציי אין ירושלים געטראפן א קינד אן קיין עלטערן, ס'איז געווארן א בהלה, און זיי האבן געוואלט אנהייבן א קעיס אויף די עלטערן.
דער עסקן רבי שמעון שישא האט זיך אריינגעמישט, באשאפן פרישע סיפורי צדיקים... און ב"ה מסדר געווען די זאך, דאס קינד איז אהיים בשלום.
- unnamed.jpg (231.31 KiB) געזען געווארן 685 מאל
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:49 pm
דורך Spa 42
באס דרייווער וואס זיין באס האט אנגעהויבן פארן בארג אראפ בשעת די דרייווער האט עפעס פאראכטן אינדרויסן פון די באס און נישט זיכער געמאכט אז די באס קען נישט אנהייבן פארן אליינס, איז געווארן אנגעקלאגט.
די מעשה האט פאסירט ארום 18 חדשים צוריק, און ליידער איז א אידישע פרוי גע'הרג'עט געווארן צוזאמען מיט אירע צוויי טעכטער.
ווידיאו פונעם סצענע זומער תשפ"ב
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: פרייטאג אפריל 05, 2024 3:23 pm
דורך Spa 42
היינט האבן די לינקע אין מדינת ישראל פראטעסטירט פארנט פונעם שטוב פון הגאון ר' דוב לאנדא שליט"א, די פראטעסטירער האבן געווארט אז די ר"י זאל ארויסקומען, און אזוי אים קענען באפאלן, ה"י.
למעשה האט די ר"י געדארפט ארויסגיין פון שטוב, וואס טוט מען דא??
האבן די בחורים גענומען דעם קעכער פון ישיבה ר' יוסי ראזענפעלד, און אים פארשטעלט ווי די ר"י, און ער איז ארויס צו די גאס מיט באגלייטונג פון בחורים און פאליציי, און איז אריין אין א קאר און אוועק געפארן, איינמאל ער איז אוועק געפארן, זענען די פראטעסטירער זיך צוגאנגען, און די ר"י האט מיט א רואיגקייט געקענט ארויסגיין.
https://video.twimg.com/ext_tw_video/17 ... mp4?tag=12
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: פרייטאג אפריל 05, 2024 3:25 pm
דורך דער תהלים איד
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מוצש"ק אפריל 06, 2024 9:39 pm
דורך Spa 42
א שטעכעריי טעראר אטאקע איז געווארן פארמיטן נאך וואס פאליציי האבן באמערקט א 17 יעריגע פאלעסטינער זיך ארומדרייען פארדעכטיגט נעבן די פאליציי סטאנציע אין דער שכם.
די פאליציי האט אים ארעסטירט און געטראפן א מעסער.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: מוצש"ק אפריל 06, 2024 9:44 pm
דורך Spa 42
דער טעראריסט האט געשריבן בעפאר אויף סאציאלע מידיע:
עס איז מיר א חשובע זאך צו ענדיגן מיין לעבן מיט סיפוק, און דערנאך אנקומען אין גן עדן.
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:25 pm
דורך טיפע טאשן
א ארעסטירטער היינט ביי א פראטעסט האט געוויזען זיין תעודת זהות...
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 3:46 pm
דורך טיפע טאשן
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 3:25 pm
א ארעסטירטער היינט ביי א פראטעסט האט געוויזען זיין תעודת זהות...
די משטרה זענען געווען פארשטעלט פאר היימישע אידן...
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 4:02 pm
דורך וואוילער
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 3:46 pm
די משטרה זענען געווען פארשטעלט פאר היימישע אידן...
ווער זאגט פארשטעלט?
ליידער זענען דא דארט היימישע אידן...
Re: אידישע נייעס אין ארץ ישראל
געפאוסט: דינסטאג אפריל 09, 2024 5:07 pm
דורך שאינו יודע לשאול
וואוילער האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 4:02 pm
טיפע טאשן האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 3:46 pm
די משטרה זענען געווען פארשטעלט פאר היימישע אידן...
ווער זאגט פארשטעלט?
ליידער זענען דא דארט היימישע אידן...
אבער זיי דארפן אויך גיין מיט די יוניפארם