בלאט 5 פון 5
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: זונטאג יאנואר 25, 2026 3:29 pm
דורך לא ימושו מפיך
אפילו אן די סכנה איז עס א נחות דרגא פאר ערליכע אידן. א הפקירות און א חילול ה'. ווען קינדער און בחור'לעך פירן זיך אזוי אויף.
און די רבנים וואס שטיצן עס וויל איך זיי זען עס טון מיט די שיינע בעלי בתים פון שול אנשטאט קינדער און בחור'לעך. אדרבה.
איך גלייב נישט ס'זענען דא טאטעס וואס לאזן זייערע קינדער דעס טון
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:02 pm
דורך נאסע שמאטעס
מתו מוטל לפניו
אלללה אכבאר
איך ווייס נישט וואס צו זאגן
איך שעהם מיך
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:12 pm
דורך עומד על תלת
נאסע שמאטעס האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 29, 2026 1:02 pm
מתו מוטל לפניו
אלללה אכבאר
איך ווייס נישט וואס צו זאגן
איך שעהם מיך
איך פארשטיי נישט א אנדערע נקודה, איך הער פון אסאך מענטשן נאך די דרשה פון האדמו"ר מהר"א,
אז זיין רציחה האט גארנישט געהאט מיט די מחאה, עס איז געווען נאכדעים,
איז ווען זאגט מען אז יא, און ווען אז נישט?
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:32 am
דורך בערל דער פייפער
צווייטער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 3:44 pm
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 3:34 pm
Think and Thank האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 21, 2026 2:22 pm
ר' עמרם איז געווען אפטער אין טורמע ווי אינדערהיים, נישט פון שטיין אויפ'ן סיידוואק און שרייען שבת.
דרך אגב מיין זיידע וואס פלעגט מיטגיין צו זיינע פראטעסטן האט מיר געזאגט אז ער האט זיך קיינמאל נישט געשלאגן מיט די פאליציי.
ער האט קיינמאל נישט געהויבן הענט אויף קיין איין נפש, זייענדיג א רך הלבב בטבעו.
אבער ער האט זיך פיין געשלאגן (נישט פיזיש) מיט די פאליציי.
ווי נאר ער איז געווען אין זייערע הענט איז מיטגעגאנגן מיט א געהויבענע קאפ
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:37 am
דורך בערל דער פייפער
totty האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 1:09 pm
בקיצור סאיז קלאר אז פראטעסטן טוען אויף עכ"פ ווען ממאכט עס נישט ממש יעדע שני וחמישי טוט עס זיכער עפעס אויף צי לייגן פרעשור
די שאלה איז אבער פארוואס האט בדיץ אלע יארן געאסרט צי פארברענען אדער ווארפן שטיינער אדער אלימות
און אויך ווער גיבט די הסכמה אויף דעם מטעם דעת תורה
יא דער גאב"ד מיט בי"ד האבן געהייסן מוחה זיין די שאלה איז צי זיי האלטן אז ממעג טוהן די ווילדע שריט אויך
אגב אויף קול האמת און קול סאטמאר זענען געווען א אינטערוויא מיט א תלמיד פון ר’ עמרם הרב יקותיאל סאמעט וואס איז מיט רבי עמרם בלוי זצ"ל געזעצן אין תפיסה פאר כבוד שמים סאיז כדאי עס אויסציהערן
אפשר לייגסטו ארויף די אויסצוג?
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: מאנטאג פעברואר 09, 2026 4:56 am
דורך זלמעלע
יא. ליידער, נאכאמל האט מען ארעסטירט איינע פון "אונז".
אלע יונגע פרומע אין ארה"ק זענען "עריקים" - אומליגאל. און דער וואס פרעזענדלעך איז נישט "עריק" וייל ער איז צו עלטער אדער מאיזה סיבה שהיא, דאך אבער זיינע קינדער/ברודער וכו' זענען עריקים.
במילא האבן מיר אלע זייער שווערע געפילן. מיר דארפן נישט ארבעטן אויף מידת "נושא בעול חבירו", ווייל מיר וויייסן גאנץ גוט אז מ'מיינט נישט נאר עם, נאר מ'מיינט קלאר אונז אלע.
אבער... דאס אלע מאכן די פרייע ציונים. פארוואס אין יעדען אזא שווערע מצב, דארפן אונז אלע ליידען אויך פון אונזערע היימישע ברודער. נאכאמאל וועלן זיי גייען פארשפארן אונזער גאסן, יורד זיין צו אונזער לעבן.
אין א גוויסע בחינה עס איז אויך אן "ארעסט". נאר מ'ארעסטירט נישט איינ'ס צווי דריי מענטשן, נאר גאר גאנצעצטע שטעט.
אונז אז ס'קומט פון היימישע איז די ווייטאג א סאך שטארקער. ווי שטייט אין מדרש, אז ווען האלץ קלאפט אויף האלץ, די קול הערט אסאך שטארקער ווי אייזן וואס קלאפט אויף האלץ.
(שטייטזיך אז די ציל זיינע איז גאר די פארקערטע פון להבדיל די פרייע. אבער וואס זאל מען טאן אז די רעזולטאטן זענען די זעלבע...)
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: דינסטאג פעברואר 17, 2026 8:14 pm
דורך זלמעלע
אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט היינט אין דעם ראש חודש שמועס שטארק פארדאמט דעם ווילדע פראטעסטן.
צווישען די ווערטער האט ער צוגלייגט אז חוץ פון די איסור ע"פ תוה"ק, עס מאכט דאך נישט קיין סענס, ווייל אז מ'מאכט פרעות, און מענטשן ווארטן וועגן דעם אין די טראפיק, ווערן זיי שטארקע שונאים פאר די ישיבה בחורים, און במילא מאכט עס די פארקערטע פון די מכוון פון די פראטעסטן.
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענס אחריות?
געפאוסט: מיטוואך פעברואר 18, 2026 12:22 am
דורך totty
בערל דער פייפער האט געשריבן: ↑מאנטאג פעברואר 02, 2026 11:37 am
totty האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 22, 2026 1:09 pm
בקיצור סאיז קלאר אז פראטעסטן טוען אויף עכ"פ ווען ממאכט עס נישט ממש יעדע שני וחמישי טוט עס זיכער עפעס אויף צי לייגן פרעשור
די שאלה איז אבער פארוואס האט בדיץ אלע יארן געאסרט צי פארברענען אדער ווארפן שטיינער אדער אלימות
און אויך ווער גיבט די הסכמה אויף דעם מטעם דעת תורה
יא דער גאב"ד מיט בי"ד האבן געהייסן מוחה זיין די שאלה איז צי זיי האלטן אז ממעג טוהן די ווילדע שריט אויך
אגב אויף קול האמת און קול סאטמאר זענען געווען א אינטערוויא מיט א תלמיד פון ר’ עמרם הרב יקותיאל סאמעט וואס איז מיט רבי עמרם בלוי זצ"ל געזעצן אין תפיסה פאר כבוד שמים סאיז כדאי עס אויסציהערן
אפשר לייגסטו ארויף די אויסצוג?
קול האמת ה עקב תשפ"ג אינטערוויא הרב החסיד הישיש רבי יקותיאל סאמעט שליט"א
https://portal.teleground.com//media/sa ... 790400.wav
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 20, 2026 9:43 am
דורך צפת'ער געסלאך
זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 8:14 pm
אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט היינט אין דעם ראש חודש שמועס שטארק פארדאמט דעם ווילדע פראטעסטן.
צווישען די ווערטער האט ער צוגלייגט אז חוץ פון די איסור ע"פ תוה"ק, עס מאכט דאך נישט קיין סענס, ווייל אז מ'מאכט פרעות, און מענטשן ווארטן וועגן דעם אין די טראפיק, ווערן זיי שטארקע שונאים פאר די ישיבה בחורים, און במילא מאכט עס די פארקערטע פון די מכוון פון די פראטעסטן.
כאילו ער האלט אז נערמאלע פראטעסטן דארף מען יא מאכען...
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 20, 2026 11:43 am
דורך איד
איך ליין דורך די טעמע, נאכנישט געטראפן קיין איין תי' אויף די פולע מכתבי הבד''ץ אז מעשי אלימות איז אסור.
זענען דא אנדערע צעטליך וואס לייקענען אדער זאגן יא אז מ'זאל גיין מיט אלימות?
ווי ווייט מ'האט דא אראפ געלייגט אזויפיל בריוון, פון הזהרות חמירות, פון אלע יארן, פון אלע חברי ביד''ץ, אז מ'טאר נישט בשום אופן גיין מיט מעשי אלימות,
סא ווער זאגט אז מ'מעג יא?
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 20, 2026 12:11 pm
דורך שמח
איד האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 20, 2026 11:43 am
איך ליין דורך די טעמע, נאכנישט געטראפן קיין איין תי' אויף די פולע מכתבי הבד''ץ אז מעשי אלימות איז אסור.
זענען דא אנדערע צעטליך וואס לייקענען אדער זאגן יא אז מ'זאל גיין מיט אלימות?
ווי ווייט מ'האט דא אראפ געלייגט אזויפיל בריוון, פון הזהרות חמירות, פון אלע יארן, פון אלע חברי ביד''ץ, אז מ'טאר נישט בשום אופן גיין מיט מעשי אלימות,
סא ווער זאגט אז מ'מעג יא?
כ'מיין ס'נעמט זיך פון עפעס א דזשיהאד האטליין פירער און זיינע נאכשלעפער און זיינע נאכשלעפער'ס נאכשלעפערס.
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: פרייטאג פעברואר 20, 2026 1:04 pm
דורך דער תהלים איד
איד האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 20, 2026 11:43 am
איך ליין דורך די טעמע, נאכנישט געטראפן קיין איין תי' אויף די פולע מכתבי הבד''ץ אז מעשי אלימות איז אסור.
זענען דא אנדערע צעטליך וואס לייקענען אדער זאגן יא אז מ'זאל גיין מיט אלימות?
ווי ווייט מ'האט דא אראפ געלייגט אזויפיל בריוון, פון הזהרות חמירות, פון אלע יארן, פון אלע חברי ביד''ץ, אז מ'טאר נישט בשום אופן גיין מיט מעשי אלימות,
סא ווער זאגט אז מ'מעג יא?
איינמאל איין סאטמאר'ע רבי האט געזאגט אז ס'טויג נישט, איז דיין שאלה מער נישט אקטועל.
ס'שוין דא לאנגע מאמרים מיט פריש ערשינענע מעשיות ווי ווייט ס'איז א מצוה רבה זיך צו לאזן הרג'נען על קידוש שגעון.
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 21, 2026 2:31 pm
דורך זלמעלע
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 20, 2026 9:43 am
זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 8:14 pm
אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט היינט אין דעם ראש חודש שמועס שטארק פארדאמט דעם ווילדע פראטעסטן.
צווישען די ווערטער האט ער צוגלייגט אז חוץ פון די איסור ע"פ תוה"ק, עס מאכט דאך נישט קיין סענס, ווייל אז מ'מאכט פרעות, און מענטשן ווארטן וועגן דעם אין די טראפיק, ווערן זיי שטארקע שונאים פאר די ישיבה בחורים, און במילא מאכט עס די פארקערטע פון די מכוון פון די פראטעסטן.
כאילו ער האלט אז נערמאלע פראטעסטן דארף מען יא מאכען...
כהאב נאכנישט געזען אז ווען סאטמאר רבי'ס רעדן אנטקעגן חוק הגיוס לאכט מען אויך "כאילו זיי האלטן אז אנדערע געזעצן אין כנסת המינים דארף מען יא מאכען...."
דער וואס האלט אז סאטמאר רביס און עדה החרדית און אלע וואס זענען אינגאנצן אטקעגן אריין גיין אין כנסת המינים, האבן נישט א רעכט צו רעדן וועגן חוק הגיוס,
ער דארף טאקע האלטן אויך אז סאטלינער רבי האט נישט א רעכט צו רעדן וועגן ווילדע פראטעסטן.
רביה"ק מ'סאטמאר זיע"א וועגן ווילדע פראטעסטן
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 21, 2026 2:43 pm
דורך זלמעלע
אין ספר זכור לאברהם אויף הרה"ק מתולדות אהרן בעל דברי אמונה, תלמוד מובהק פונעם רביה"ק,
ברענגט א שטיקל פון ספה"ק דברי אמונה פסח, וואס הרה"ק דורש געווען לרבים און געברענגט מאשר קיבל מ'הרה"ק מ'סאטמאר בנוגע ווילדע פראטעסטן,
אוייב איינער האט א קאפי פון די אויסגעצייכנטע שטיקל אין ספה"ק ליקוטי תורה דברי אמונה פסח, זאל עס ביטע ברענגען לתועלת הרבים.

- הדברי יואל אנטקעגן פרעות.png (37.08 KiB) געזען געווארן 514 מאל
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 21, 2026 3:21 pm
דורך צפת'ער געסלאך
זלמעלע האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 21, 2026 2:31 pm
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑פרייטאג פעברואר 20, 2026 9:43 am
זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 8:14 pm
אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט היינט אין דעם ראש חודש שמועס שטארק פארדאמט דעם ווילדע פראטעסטן.
צווישען די ווערטער האט ער צוגלייגט אז חוץ פון די איסור ע"פ תוה"ק, עס מאכט דאך נישט קיין סענס, ווייל אז מ'מאכט פרעות, און מענטשן ווארטן וועגן דעם אין די טראפיק, ווערן זיי שטארקע שונאים פאר די ישיבה בחורים, און במילא מאכט עס די פארקערטע פון די מכוון פון די פראטעסטן.
כאילו ער האלט אז נערמאלע פראטעסטן דארף מען יא מאכען...
כהאב נאכנישט געזען אז ווען סאטמאר רבי'ס רעדן אנטקעגן חוק הגיוס לאכט מען אויך "כאילו זיי האלטן אז אנדערע געזעצן אין כנסת המינים דארף מען יא מאכען...."
דער וואס האלט אז סאטמאר רביס און עדה החרדית און אלע וואס זענען אינגאנצן אטקעגן אריין גיין אין כנסת המינים, האבן נישט א רעכט צו רעדן וועגן חוק הגיוס,
ער דארף טאקע האלטן אויך אז סאטלינער רבי האט נישט א רעכט צו רעדן וועגן ווילדע פראטעסטן.
צווישען דיינע שורות קען זיך דאכטען אז נאר פון די פראטעסטען האלט ער נישט, ו
ווייל דאס ברענגט ארויס די פארקערטע מכוון וואס מ'וויל ס'זאל ארויסברענגען...
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 21, 2026 3:34 pm
דורך זלמעלע
צפת'ער געסלאך האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 21, 2026 3:21 pm
זלמעלע האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 21, 2026 2:31 pm
כהאב נאכנישט געזען אז ווען סאטמאר רבי'ס רעדן אנטקעגן חוק הגיוס לאכט מען אויך "כאילו זיי האלטן אז אנדערע געזעצן אין כנסת המינים דארף מען יא מאכען...."
דער וואס האלט אז סאטמאר רביס און עדה החרדית און אלע וואס זענען אינגאנצן אטקעגן אריין גיין אין כנסת המינים, האבן נישט א רעכט צו רעדן וועגן חוק הגיוס,
ער דארף טאקע האלטן אויך אז סאטלינער רבי האט נישט א רעכט צו רעדן וועגן ווילדע פראטעסטן.
צווישען דיינע שורות קען זיך דאכטען אז נאר פון די פראטעסטען האלט ער נישט, ו
ווייל דאס ברענגט ארויס די פארקערטע מכוון וואס מ'וויל ס'זאל ארויסברענגען...
ווי כהאב געדענק, די פראטעסטן זענען אנטקעגן ארעסטירן בני הישיבות הקד'. אויב דאס ברענגט היפך המכוון, איז דאך לכו"ע א שאנדע, נישט אזוי?
די האלסט אפשר אז די פראטעסטן האבן גאר אןאנדערע ציל?????
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 21, 2026 3:38 pm
דורך זלמעלע
און אגב
זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג פעברואר 17, 2026 8:14 pm
אדמו"ר מקארלין סטאלין שליט"א האט היינט אין דעם ראש חודש שמועס שטארק פארדאמט דעם ווילדע פראטעסטן.
צווישען די ווערטער האט ער צוגלייגט אז חוץ פון די איסור ע"פ תוה"ק, עס מאכט דאך נישט קיין סענס, ווייל אז מ'מאכט פרעות, און מענטשן ווארטן וועגן דעם אין די טראפיק, ווערן זיי שטארקע שונאים פאר די ישיבה בחורים, און במילא מאכט עס די פארקערטע פון די מכוון פון די פראטעסטן.
דאס איז טאקע געווען א זייטיגע פוינט, און איך הקטן האב עס געברענגט מפני החידוש שבו, די עיקר דבריו האט ער גערעדט וועגן די גזל הרבים און נאך פאר היימישע מענטשען וכו', די אלע זאכן וואס מ'האט שויין דא געשמוסט באריכות ולא אמרו רבנן בכפילא.
Re: פרעות איז סכנת נפשות. וועמענ'ס אחריות?
געפאוסט: מוצש"ק פעברואר 21, 2026 5:51 pm
דורך זלמעלע
קלארע ווערטער פון אדמו"ר משבט הלוי שליט"א
ווידאו
https://www.bechatzros.com/post/678523585
Re: הרה"ק מ'תולדות אהרן זיע"א וועגן ווילדע פראטעסטן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 24, 2026 10:25 am
דורך זלמעלע
זלמעלע האט געשריבן: ↑מוצש"ק פעברואר 21, 2026 2:43 pm
אין ספר זכור לאברהם אויף הרה"ק מתולדות אהרן בעל דברי אמונה, תלמוד מובהק פונעם רביה"ק,
ברענגט א שטיקל פון ספה"ק דברי אמונה פסח, וואס הרה"ק דורש געווען לרבים און געברענגט מאשר קיבל מ'הרה"ק מ'סאטמאר בנוגע ווילדע פראטעסטן,
אוייב איינער האט א קאפי פון די אויסגעצייכנטע שטיקל אין ספה"ק ליקוטי תורה דברי אמונה פסח, זאל עס ביטע ברענגען לתועלת הרבים.
הדברי יואל אנטקעגן פרעות.png
א שטיקל פון די באקאנטע צוואה פון הרה"ק מ'תולדות אהרן זיע"א, אז נישט נאר מיט די פרעות זאל מען נישט מיטגייען, נאר אז מיט די פערזאנען וואס מאכן די פרעות קען מען נישט בכלל רעכענען אין די מערכות הקודש אנטקעגן די גזרות. (אויף דעם שטיקל זענען ביידע תולדות'ן מודה...)
Re: רביה"ק מ'סאטמאר זיע"א וועגן ווילדע פראטעסטן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 24, 2026 7:01 pm
דורך הדסים
זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 10:25 am

וואו שטייט דא וועגן מאכן פרעות?
Re: רביה"ק מ'סאטמאר זיע"א וועגן ווילדע פראטעסטן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 24, 2026 7:13 pm
דורך אנדערער
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 7:01 pm

אך לא עם הפראים שעושים מעשים אשר לא יעשו
Re: רביה"ק מ'סאטמאר זיע"א וועגן ווילדע פראטעסטן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 24, 2026 7:43 pm
דורך הדסים
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 7:13 pm

פראים מיינט ווילדע מענטשן, מעשים אשר לא יעשו מיינט ער לכאורה די וואס גייען מיט די אראבער.
Re: רביה"ק מ'סאטמאר זיע"א וועגן ווילדע פראטעסטן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 24, 2026 8:19 pm
דורך זלמעלע
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 7:43 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 7:13 pm
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 7:01 pm
וואו שטייט דא וועגן מאכן פרעות?
אך לא עם הפראים שעושים מעשים אשר לא יעשו
פראים מיינט ווילדע מענטשן, מעשים אשר לא יעשו מיינט ער לכאורה די וואס גייען מיט די אראבער.
דא מיינט ער אויך די וואס גייען מיט די אראבער? אנטקעגן חילולי שבת?
viewtopic.php?p=244886#p244886
Re: רביה"ק מ'סאטמאר זיע"א וועגן ווילדע פראטעסטן
געפאוסט: דינסטאג מערץ 24, 2026 9:01 pm
דורך הדסים
זלמעלע האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 8:19 pm
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 7:43 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 7:13 pm
אך לא עם הפראים שעושים מעשים אשר לא יעשו
פראים מיינט ווילדע מענטשן, מעשים אשר לא יעשו מיינט ער לכאורה די וואס גייען מיט די אראבער.
דא מיינט ער אויך די וואס גייען מיט די אראבער? אנטקעגן חילולי שבת?
viewtopic.php?p=244886#p244886
איך האב נישט קיין פראבלעם אז דו ביסט קעגן פרעות, אבער די וואס האבן בימיו געטון פונקט דאס זענען געווען די חסידי תו"א.
Re: רביה"ק מ'סאטמאר זיע"א וועגן ווילדע פראטעסטן
געפאוסט: מיטוואך מערץ 25, 2026 11:48 am
דורך וואלף
הדסים האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 24, 2026 9:01 pm

דברות קודש