222555 האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 01, 2025 2:38 am
► Show Spoiler
Think and Thank האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 01, 2025 1:11 am
נקודות טובות האט געשריבן: ↑מיטוואך אפריל 30, 2025 6:07 pm
אמת, און טאקע מיט דעם בין איך אביסעל מחולק מיט @Azoi Tzi Zugen. מיר שטערט נישט ווען איינער שיקט אריין, טוה ווי אזוי דו פארשטייסט. קענסט רואיג אריינשיקן אן אימעיל אפילו אויב די ביל איז נישט פיקוח נפש. קענסט אויך אריינשיקן וואס דו עסט היינט פאר סאפיר, ס'איז בחינם... איך וויל נאר פארשטיין פשט פון די וואס דרייען אן אומנויטיגע כאאס. פארוואס אין די וועלט טוט מען אזא זאך?
איך פארשטיי גראדע יא די היסטעריע, הגם דאס בארעכטיגט נישט צו פארקויפן געבראטענע שטותים וואס מיט א קוועטש אויפ'ן מייזל קען מען זיך עס איבערצייגן - און באמת איז שרייבן שטותים קאנטער פראדאקטיוו ווייל מען קוקט אן אז די גאנצע מערכה האט אזא פנים (כידוע וואס הגה"ק ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זצ"ל האט געזאגט פאר רביה"ק מסאטמאר זי"ע בנוגע געבן אן הסמה אויף א געוויסע ספר קעגן ציונות).
ווער עס ווייסט אביסל וואס טוט זיך אין די ליבעראלע וועלט, די היינטיגע ליבעראלן - אפילו מעינסטריעם ליבעראלן, נישט דוקא עקסטרעמע - האלטן בנוגע פארשידענע נושאים אז רציחה דארף זיין מותר לכתחילה, צו ס'זאל זיין בנוגע עבארשען (וואס אסאך ליבעראלן האלטן אז מען דארף ערלויבן אפילו נאך אן אומגעפלאנטע געבורט!), צו ס'זאל זיין בנוגע אסיסטעד סועסייד (און נישט דוקא אויף איינער וואס האט נישט קיין אויסזיכטן צו לעבן צו לאנג) אדער טאקע איינער וואס האט ווייניג שאנסן מעדיציניש זאל מען מעגן אויספלאגן קעגן די ווילן פון די משפחה, אזוי ווי מ'האט געזען אין ענגלאנד.
אלזא, יעדער פארשטייט אז מ'קען נישט גיין פון זערא ביז הונדערט אין א רגע, ממילא וועט קיינער נישט גלייך אינטראדוסן א ביל וואס ערלויבט למשל פאר שפיטעלער אויסצופלאגן פאציענטן קעגן די רצון המשפחה. וואס מען טוט איז אז מען הייבט אן מיט א לייכטערע זאך, וואס צו דעם וועלן אסאך מער מענטשן מסכים זיין אדער עכ"פ זיך נישט שלאגן, און איינמאל דאס איז די געזעץ אויף די ביכער און איינגעפירט אין פראקטיק קען מען עס נעמען א שטאפל ווייטער, וכן הלאה. אלזא, יעדע געזעץ וואס איז מתיר מעדיצינישע רציחה אויף סיי וואספארא אופן, איז א טריט נענטער אין ריכטונג פון געזעצן וואס זענען גאר פראבלעמאטיש (און דאס איז נישט נאר טעארעטיש נאר מ'רעדט פון געזעצן און שיטות וואס זענען שוין היינט אנגענומען ביי אסאך פאליטיקאנטן), און וואס פריער מ'שטעלט אפ די באן אלס מער שאנסן זענען דא בעזר השם אז זאכן זאלן זיך נישט דערקייקלען נאך ווייטער.
נאר כאמור איז דאס פארקויפן שטותים און לגיונות נאריש און קאנטער פראדאקטיוו, און לעת עתה ווערט די מערכה - עכ"פ ביים היימישן עולם - אזוי געפירט.
זאגסט גוט אבער אינטערסאנט אז ביז איך האב נישט געזעהן די אשכול האב איך נישט געשפירט ווי די עקסטרעמיסטן פירן עס כאט כהאב יא געזעהן נעכטן א אימעיל פון עקסטרעמיסטן אבער כהאב אויך געהערט פון אגודה וכו' מיינט נישט אז אויב יענער עסט טאנע מעג איך שוין נישט עסן...
אבער אריינקומענדיג דא איז געווארן א מצוה אראפציברענגען די זאך אז מחלומט וכו' קען זיין איינער האט איבערגעטריבן א לשון אבער איך האב נישט געזעהן אז עס זאל אויסקוקן באופן כללי עפעס איבערגעטריבן
נאר איך וועל אייך מגלה זיין דעם אמת דא היות סקופיס איז דא א ספאנסער זענען די וואס ארבעטן יעצט מיט סקופיס מיט אנדערע וויכטיגע ענינים געצווינגען געווען עס אראפציברענגען
אבער לדעתי איז עס געווען א טעות ווייל עס מאכט נאר פארלירן טראסט
העכסענס זאג דעם עולם קלאר אז תפסת מרובה לא תפסת דעריבער קען מען נישט יעצט פועלן ביי סקופיס צוריקציציען פון די ביל און מהאפט אז פאר חינוך און נאך וועט ער יא דערליווערן אבער דאס אז מען פירט א מערכה און פועלן ביי ווי מער סענאטארן וועט מען עס קענען באזיגן ואדרבה זאל יעדער אנרופן אלע אנדערע סענעטארן אדר ווען איינער פריוואט שיקט א אימעיל זאל ער שיקן צי סקופיס אויך ואולי ירחם
דעריבער מיינט נישט אז איינער האט דא בעצם איבערגעטריבן חוץ אויב מרעדט טאקע נאר פון יענעם אימעיל פון די עקסטרעמיסטן
אבער אין רוב פלעצער ווי קול מבשר, אגודה, או יו, אה בליק, ועוד האט מיר נישט אויסגעקוקט עפעס איבערגעטריבן
הער זיך גוט צו מיין טייערע פריינט: איך גיי נישט גיין אין רינגס ארום און ארום. עס פעלט נישט אויס, ווייל מער ווייניגער זענען די פאקטן אויסגעקלארט. (הגם איך בין נישט זיכער מיט די סקרינשאטס וואס איז געברענגט געווארן, ווייל ליינענדיג די ארגינעלע ביל האב איך פארשטאנען אביסעל אנדערש.) און דאס וואס מען האט פארקויפט שקרים וכזבים, איז א פארברעך!
א מארמאראשע איד האט אמאל פארציילט ווי פאלגענד: פארן קריג האט דער רב גערעדט ביים שבת שובה דרשה איבער די געפערליכע עבירה פון רעדן בשעת'ן זאגן די הפטורה. דער רב האט גאר שטארק מרחיב געווען איבער די חומר העון, און איבער די גאר שרעקליכע עונשים וואס ווארט אפ פאר איינער וואס רעדט חלילה בשעת'ן זאגן הפטורה. דער איד זאגט אז הענט און פיס האבן אים געטרייסעלט, ער האט זיך פשוט געווארפן פאר שרעק. ביז דער רב האט זיך געגעבן א צושריי און געזאגט "רעדן ביי הפטורה איז באלד אזוי הארב ווי רעדן ביי קריאת התורה גופה!". און דאן האט זיך דער איד בארואיגט...
חס ושלום חס ושלום. איך פראביר נישט אראפ צו שפילן דאס רעדן ביי קריאת התורה. איך וואלט אבער נישט געווען שאקירט צו הערן אז די געפערליכע ביל וואס איז נארוואס אריבער מיט די הילף פון סקופיס, איז כמעט אזוי געפערליך ווי די געזעץ וואס צווינגט מוסדות התורה אז די תלמידים מוזן זיין וואקסענירט...
איר חזר'ט איבער איין מאל און נאכאמאל ווי כאילו געוויסע האבן גענומען פאר א מצוה צו אראפשפילן די הארבקייט פון דעם ביל. ניין! קיינער האט דאס נישט גענומען פאר זיין מצוה. די ציל איז פשוט צו פארשטיין מה זה ועל מה זה. פארוואס און פאר ווען דרייעט מען איבער א וועלט? דאס אז בילס שלא כרצון התורה גייען אריבער אין אלבעני, איז א טאג-טעגליכע ערשיינונג. וואס איז יעצט געשעהן? על מה יצא הקצף? מענטשן ווערן שאקירט צו הערן אז מען ליגאלעזירט דאס הרג'ענען מענטשן אין שפיטעלער, און דאס איז אן אומרעכט! מען טאר דאס אין קיין פאל נישט טוהן! ערשטענס, דאס איז קאנטער פראדאקטיוו, דאס ברענגט אז עסקנים זאלן פארלירן טראסט. צווייטענס, די עצם שקר איז א מורא'דיגע בגידה אין כלל ישראל. מען נעמט מענטשן און מען מאכט פון זיי פורים! עס איז נישט דא קיין איד וואס ווען ער הערט אז מען גרייט זיך צו ליגאלעזירן דאס הרג'ענען מענטשן, האט ער נישט געכאפט א טרייסל בכל רמ"ח ושס"ה. ליידער האט יעדער עפעס באקאנטע (נאנטע אדער ווייטע) וואס ליגן נעבעך אפ אין שפיטעלער. ווען מען הערט אזאנס הייבט מען תיכף אן שוויצן "וואס וועט זיין מיט מיין באקאנטער"? און דאס איז אן עולה גדולה!
אבער עכ"ז, ווי איך האב שוין געשריבן. ווער עס קען די פאקטן פון די ביל, און דאך שפירט ער אז מען דארף זיך לאזן הערן קעגן דעם, האט ער די פולסטע רעכט צו רופן וויפיל סענטארן ער וויל און לאזן הערן זיין מיינונג. דאס איז די יסוד פון אמעריקע, דאס לאנד זאל זיך פירן כפי דעת הקהל. די פראבלעם איז נאר, ווען מען נעמט אומוויסענדן מענטשן, וואס ווען זיי קענען ווען די פאקטן וואלטן זיי קיינמאל נישט גערופן. און מען טראמעטעזירט זיי, און מען זייט אן כאאס און דראמע צוליב אומבאקאנטע סיבות!
אבער ווען איך בין אנגעקומען צו די איינע שורה וואס דו שרייבסט, איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן. איר שרייבט ווי פאלגענד:
נאר איך וועל אייך מגלה זיין דעם אמת דא היות סקופיס איז דא א ספאנסער זענען די וואס ארבעטן יעצט מיט סקופיס מיט אנדערע וויכטיגע ענינים געצווינגען געווען עס אראפציברענגען.
כמדומה, בין איך געווען דער ערשטער דא וואס האט אויפגעברענגט א קאנטער ארגיומענט אנקעגן די כאאסישע דראמע דא. איך בין טאקע נישט געווען דער ערשטער ממש, וויבאלד איך זיך נישט אלעמאל צו זיין דער אויבער חכם. אבער די רגע וואס
@לאמר האט אויפגעברענגט א חשש, בין איך אריינגעקומען מיט מיין פראספעקטיוו. איך האב מיט פאליטישענס גארנישט, און ניטאמאל ווייס איך ווער סקופיס איז. פון מיינע איבער 1800 פאוסטס דא איז כמדומה נישט דא קיין איין פאוסט וואס זאל אנדייטן אז איך שטיץ א פאליטישע אגענדע. מיין אינפארמאציע קומט נישט פון קיינעם, און איך האב דאס מיט קיינעם נישט איבערגעשמועסט פארן פאוסטן. חוץ פון ליינען די אפציעלע רעגירונג וועבסייט, און אגודה באשולדיגונג האב איך גארנישט געליינט דערוועגן.
ואשר ע"כ, דאס וואס איך זעה אז איר שפרינגט כסדר ארויף מיט א בשולדיגונג קעגן די וואס בעטן דעקונג אויף די כאאס, צייגט מיר קלאר אז איר זענט גאר דער וואס האט אן אגענדע! קען גאר זיין אז אייער אגענדע איז קעגן סקופיס, און קעגן זיינע שטיצער! איך ווייס נישט, אבער עס קוקט אויס אז איר זענט גאר דער אגענדע געטריבענער.
@דער תהלים איד וואס איז באשולדיגט געווארן מיט געלט פארדינסטן פון סקופיס, איז הערשט אריינגעקומען נאכדעם וואס איך האב געלאזט הערן מיין מיינונג. בסך הכל האט ער געשריבן ווארט ביי ווארט פון וואס איך האב געשריבן. אויב די איינציגע וועג ווי אזוי איר קענט מיר אפענטפערן איז מיטן באשולדיגן
@דער תהלים איד, דאן זענט איר דער וואס האט פארלוירן טראסט, והבן.
אודאי גיי איך נישט מאכן פאטיציעס קעגן קול מבשר. אויב זלמן ווידער באקומט א רוף פון אגודת ישראל אז דא מוז מען אויפשטורעמען דאס יהדות החרדית, דארף ער נישט גיין אפירקראצן דאס ביל און קוקן צו ס'איז טאקע אזוי. ער איז נקי מכל חטא! די טענה איז אויף די וואס האבן אים אנגעדרייט!
לגבי דאס וואס דו טענה'סט אז א פרוי מיט יענע מעשה וועט באשליסן צו נעמען דעם פיל אנשטאט זיך נעמען דאס לעבן מיט ביז איצטיגע מיטלן: ליידער ליידער פעלט נישט קיין סועסייד פעלער ביי היימישע אידן ר"ל. קיינער וועט נישט זאגן אז מען דארף ארומגיין צו אלע דזשודעיקע געשפעטן און צוזאמען נעמען די מנחה מעריב גארטלעך ווייל א בחור'ל האט זיך מיט דעם דערשטיקט ל"ע. קיינער וועט נישט צוזאמען נעמען מעסערס פון האוסוועיר געשעפטן, וויבאלד א משוגענער האט אומגעברענגט מיט דעם זיינע עלטערן רח"ל. אפשר טאר מען שוין אויך נישט פארקויפן שטאפערס פאר די וואנע, ווייל א פרוי האט דערטראנקן אירע צוויי קינדער בידים אין א וואנע ה"י. מאטרין איז דאך שוין אפגערעדט אז מען טאר נישט פארקויפן ווייל א היימישער האט זיך ליידער אווערדאזט מיטן איינשלינגען א גאנצע באטל מאטרין און א באטעל ברוינפען. בליטש מוז אויך ווערן גענצליך פארבאטן, וויבאלד אן אומסטאבילער טאטע האט אריינגעלייגט בליטש אין די עסן פון זיין קינד. גרויסע בנינים דארף מען איינווארפן, ווייל א אינגערמאן האט זיך פון דעם אראפגעווארפן. וכו' וכו' וכו'. די אלע מעשיות שהיה זענען זייער ווייטאגליך יעדע פאר זיך, און מען דארף טאקע טוהן וואס מען קען צו העלפן ראטעווען אידן וואס געפינען זיך בעת צר. אבער יעדער פארשטייט אז די וועלט דארף ווייטער אנגיין. אויב דארף מען עפעס פארבאטן איז עס גאנס, וואס דארט זענען טאקע די רעכטע די וואס שטיצן עס יא.
לעניית דעתי, און דאס איז געריכטעד צו דיר אויך @טינק ענד טענק. מיר זענען אידן, און מיר האבן א תורה. אונזער פליכט איז זיך צו האלטן צו די סטאנדארטן וואס די תורה שטעלט אונז אוועק. אונזער פליכט איז נישט צו פארזיכערן אז דער גוי האלט זיך צו די תורה'דיגע סטאנדארטן. רצון השם איז אז די וועלט זאל זיך פירן בצדק ובמשפט. עס דארף זיין א יושר'דיגע געזעץ, מיט א קארט סיסטעם וואס זאל אינפארסירן דאס געזעץ. רציחה, וגזל דארף זיין פארבאטן איבעראל. די וועלט דארף זיין סטאביל. אבער פארט דארפן מיר אנערקענען אז דער גוי דארף זיך נישט האלטן צו אונזער סטאנדארטן. איך בין נישט זיכער אז זיינע חושן משפט דינים מוז שטימען מיט יעדן סמ"ע.
די סיבה פארוואס ביי אונז אידישע קינדער איז א מינוט לעבן א וועלט, איז נישט צוליב מאראלישע גרינדן. דאס איז אך ורק צוליב אונזער אמונה. מיר גלייבן אז יעדע נשמה איז א חלק אלקי ממעל וואס איז אראפ געקומען אויף די וועלט מיט א תפקיד. מיר גלייבן אין השארת הנפש, און מיר גלייבן אין עולם הבא. מיר גלייבן אז ס'איז דא אן השגחה פרטיות אויף יעדן איד. און דערפאר איז מען מחויב צו מחלל שבת זיין אפילו אויף חיי שעה.
דער גוי אבער איז נישט מחויב צו גלייבן אז דאס לעבן פון 90 יאר אלט אויסגעוועפטע זיידע, וואס קען נישט אליינס עסן, און קען נישט אליינס גיין אין ביהכ"ס, טראגט נאך א ווערד. חלילה וחס טאר מען אים נישט הרג'ענען, ווייל רציחה איז אלעמאל אסור. אבער אויב אין אזא פאל זאל דער חולה אליינס באשליסן אז עס איז געקומען די צייט צו מאכן א סוף צו זיין לעבן, איז דאס נישט מופרך. כבין נישט קאנווינסד אז דאס איז מאראליש אפגעפרעגט. און אויב יא, דאן זאל דאס א דעת תורה קומען באשטעטיגן ווי
@Azoi Tzi Zugen האט פארפירט.
איר וועט געוויס נישט חולק זיין מיט מיר אז ס'איז דא גרויסע חילוק פון זיך מאבד זיין לדעת, ביזן מאבד זיין א צווייטען. ווען איינער באשליסט אז ער וויל מאכן א סוף צו זיין לעבן, איז עס גאר ווייט פון איינער וואס באשליסט צו מאכן א סוף צו יענעמס לעבן. ניטאמאל א רוצח קען מען אים רופן ווי געשריבן
דא. ס'איז אינו דומה כלל וכלל. ואשר ע"כ זעה איך נישט די מורה'דיגע אוממאראלישקייט אין דעם ביל.
פיל אנדערש איז אבער ווען מען רעדט פון עבארשען, וואס דארט איז די נידן יא רציחה ממש אויף א צווייטן. מען נעמט א קינד און מען הרג'ט אים ווייל די מאמע האט פארגעסן צו נעמען די פילן... דאס איז רציחה ממש! פארשטייט זיך אז אפילו אויף עבארשען קען מען זיך אויך דינגען ווען און ווי אזוי דאס איז אסור/מותר, אין געוויסע פעלער האבן שוין היימישע רבנים אויך מקיל געווען וד"ל ואכהמ"ל...
לגבי דאס וואס האט זיך אפגעטוהן אין שפיטעלער ביי קאראנע: איך מיין אז יעדער פארשטייט אז ס'איז דא א גרויסע חילוק פון בפועל הרג'ענען א מענטש, ביז לאזן א מענשט אויסגיין. ביי קאראנע האט דער דאקטער נישט אריינגעשטאכן א מעסער אינעם פאציענט. ער האט נעגלעקטעד דעם פאציענט. נישט געגעבן קיין עסן, נישט געגעבן מעדעצינען, נישט גערייניגט די מאשינס וכו' וכו' וכו'. חז"ל זאגן שוין טוב שברופאים לגהינם. דאס איז אלעמאל געווען, און דאס האט גארנישט מיט ליבערליזם. מיר האבן אלעמאל געוויסט אז מען טאר אין קיין פאל נישט איבערלאזן א חולה אין שפיטאל אן א אידיש הארץ מיט אים אין שטוב. מיר זענען אידן, און מיר האבן א אידש הארץ און מיר זארגן זיך פאר די וואוילזיין פון אונזערע ברודער. די געטרייע חברה הצלה קומען אויך אן צו א קאל 10 מאל שנעלער ווי די אלגעמיינע EMT עמירדשזענסי סירוועס. ביי אונז טראגט לעבן אסאך א גרעסערע באדייט ווי פאר א גוי. אבער דאס צו ברענגן אלץ א ראיה צו דעם אז די ביל גייט קאסטן קרבנות וויבאלד ביי קאראנע האבן דאקטורעם נישט געקעירט? ס'איז בכלל לאגיש?