בלאט 5 פון 9

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 6:02 pm
דורך הדסים
פשוט און גראד האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 5:59 pm אפשאצונג אויף ביידע מיליטערן
https://www.globalfirepower.com/countri ... try2=india
viewtopic.php?p=168692#p168692

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 6:08 pm
דורך מאירוואלף
א אינדיאנער זשורנאליסט

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 6:41 pm
דורך מאירוואלף
באשטעטיגט:
לויטענאנט גענעראל אחמד שאריף, א ווארטזאגער פארן פאקיסטאנער מיליטער זאגט פאר רויטערס אז פאקיסטאן האט אראפגעשאסן צוויי אינדיאנער עראפלאנען און איין דראון בשעת ​​די אטאקעס. ער האט גערופן דעם אינדיאנער אטאקע "א קלארער קריגס-אקט".

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 6:52 pm
דורך מאירוואלף
וואשינגטאן פאוסט:

די טראמפ אדמיניסטראציע האט געבעטן די צוויי נוקלעארע כוחות צו דע-עסקאלירן, אבער אין א טעלעפאן רוף דעם 30סטן אפריל, האט אינדיע'ס הויפט דיפלאמאט, דזשיישאַנקאַר, געזאגט פאר סעקרעטערי רוביא אז פאקיסטאן "מוז צאלן א פרייז".

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 6:55 pm
דורך מאירוואלף
פאקיסטאנער מידיע זאגט יעצט אז א דריטע אינדיאנער עראפלאן איז אראפגעשאסן געווארן. אדער יא אדער נישט...

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 6:58 pm
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן'ס אינפארמאציע מיניסטער. דריי עראפלאנען אלא אחבאר...

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 7:05 pm
דורך מאירוואלף
די פאקיסטאנער ארמיי טענה'ט אז די סרינאגאר לופט באזע פון ​​די אינדיאנער עיר פארס אין קאשמיר געגנט איז געצילט געווארן מיט א צאל באליסטישע מיסילס. די טענה איז נאכנישט באשטעטיגט געווארן.

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 8:08 pm
דורך דעת קדשי
מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 6:58 pm פאקיסטאן'ס אינפארמאציע מיניסטער. דריי עראפלאנען אלא אחבאר...
אייטאולע טעראר...זאגט אללא אכבר.... מצא מין את מינו...

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 8:18 pm
דורך מאירוואלף
פאקיסטאן'ס פארטיידיגונגס מיניסטער זאגט פאר בלומבערג אז עטליכע אינדיאנער זעלנער זענען גענומען געווארן אלס קריגס־געפאנגענע בשעת די היינטיגע שלעגערייען אין קאשמיר.

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 8:19 pm
דורך מאירוואלף
אינדיע'ס פרעמיער מיניסטער מאודי וועט אדרעסירן דאס לאנד 10:30 אינדערפרי (ניו דעלהי צייט).

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 8:25 pm
דורך דעת קדשי
מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 8:19 pm אינדיע'ס פרעמיער מיניסטער מאודי וועט אדרעסירן דאס לאנד 10:30 אינדערפרי (ניו דעלהי צייט).
וויפיל שעה גערוקט פון ניו יארק?

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 8:38 pm
דורך מאירוואלף
דעת קדשי האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 8:25 pm
מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 8:19 pm אינדיע'ס פרעמיער מיניסטער מאודי וועט אדרעסירן דאס לאנד 10:30 אינדערפרי (ניו דעלהי צייט).
וויפיל שעה גערוקט פון ניו יארק?
יעצט איז דארט 6:07 צופרי.

9 אהאלב שעה א חילוק.

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 8:42 pm
דורך מאירוואלף
אין א פרישע אינטערוויו ציהט דער פאקיסטאנער פארטיידיגונגס מיניסטער צוריק פון זיין מודעה אז פאקיסטאן האט פארכאפט אינדיאנער זעלנער.

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 8:43 pm
דורך מאירוואלף
פרעמיער מאודי וועט אנפירן א זיצונג מיט זיין זיכערהייט קאבינעט.

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 8:56 pm
דורך מאירוואלף
רויטערס: די אינדיאנער ארמיי זאגט אז 3 אינדיאנער ציווילע זענען אומגעקומען אין די פאקיסטאנער אטאקע אויף קאשמיר.

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 11:34 pm
דורך מיילעך פריילעך
מאירוואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:13 am
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:24 pm ש'כח @מאירוואלף פאר די כסדר'דיגע באריכטן.
ווער האט אפיציעל א שטערקערע מיליטער אן רעכענען נוקלעארע וואפן?
אינדיע'ס מיליטער האט עטליכע מעלות. קודם איז זי פשוט סאך א גרעסערע מיליטער, וואס מיינט אז זי האט מער טרופן און עקוויפמענט (אינדיע'ס מיליטער איז באדייטנד גרעסער, מיט בערך 1.45 מיליאן אקטיווע זעלנער קעגן פאקיסטאן'ס 654,000. אינדיע האט אויך א גרעסערע רעזערוו קראפט (2.2 מיליאן קעגן 500,000) און פאראמיליטערישע פערסאנעל (1.6 מיליאן קעגן 291,000), וואס גיט איר אן אלגעמיינעם אויבערהאנט אין קאנווענציאנעלער מיליטערישער שטארקייט). אינדיע האט אויך מער פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, וואס העלפט איר מיליטער צו בלייבן פאראויס פון אנדערע. דערצו, טוט אינדיע'ס שטערקערע עקאנאמיע איר ערלויבן צו אויסגעבן מער אויף מאדערניזאציע און עקוויפמענט, און דורך דעם האלטנדיג איר מיליטער גוט אויסגעשטאט.

פון די אנדערער זייט, האט פאקיסטאן'ס מיליטער אירע אייגענע שטארקייטן. איר סטראטעגישע לאקאציע מאכט עס שווער פאר שונאים צו אטאקירן, און זי האט ערפארונג צו קעמפן קעגן מיליטאנטישע גרופּעס און אין א גארילע מלחמה. פאקיסטאן'ס טרופן זענען אויך זייער באגאבט און קענען די געגנט גוט, וואס גיבט זיי אן אויבערהאנט אין געוויסע סיטואציעס.
דאכט זיך אז פאקיסטאן איז געווען א חלק פון אינדיע

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 11:35 pm
דורך מיילעך פריילעך
מאירוואלף האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 5:12 pm רויטערס: באדייטענדע פייער אויסטוישן יעצט צווישן ביידע ארמייען אויף דריי פונקטן לענגאויס דעם גרעניץ.
ווי זאגט יענער?
ווען טראמפ איז ווען פרעזידענט וואלט עס קיינמאל נישט געשען!!

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 11:36 pm
דורך הדסים
מיילעך פריילעך האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 11:34 pm
מאירוואלף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 01, 2025 12:13 am
הדסים האט געשריבן: מיטוואך אפריל 30, 2025 7:24 pm ש'כח @מאירוואלף פאר די כסדר'דיגע באריכטן.
ווער האט אפיציעל א שטערקערע מיליטער אן רעכענען נוקלעארע וואפן?
אינדיע'ס מיליטער האט עטליכע מעלות. קודם איז זי פשוט סאך א גרעסערע מיליטער, וואס מיינט אז זי האט מער טרופן און עקוויפמענט (אינדיע'ס מיליטער איז באדייטנד גרעסער, מיט בערך 1.45 מיליאן אקטיווע זעלנער קעגן פאקיסטאן'ס 654,000. אינדיע האט אויך א גרעסערע רעזערוו קראפט (2.2 מיליאן קעגן 500,000) און פאראמיליטערישע פערסאנעל (1.6 מיליאן קעגן 291,000), וואס גיט איר אן אלגעמיינעם אויבערהאנט אין קאנווענציאנעלער מיליטערישער שטארקייט). אינדיע האט אויך מער פארגעשריטענע טעכנאלאגיע, וואס העלפט איר מיליטער צו בלייבן פאראויס פון אנדערע. דערצו, טוט אינדיע'ס שטערקערע עקאנאמיע איר ערלויבן צו אויסגעבן מער אויף מאדערניזאציע און עקוויפמענט, און דורך דעם האלטנדיג איר מיליטער גוט אויסגעשטאט.

פון די אנדערער זייט, האט פאקיסטאן'ס מיליטער אירע אייגענע שטארקייטן. איר סטראטעגישע לאקאציע מאכט עס שווער פאר שונאים צו אטאקירן, און זי האט ערפארונג צו קעמפן קעגן מיליטאנטישע גרופּעס און אין א גארילע מלחמה. פאקיסטאן'ס טרופן זענען אויך זייער באגאבט און קענען די געגנט גוט, וואס גיבט זיי אן אויבערהאנט אין געוויסע סיטואציעס.
דאכט זיך אז פאקיסטאן איז געווען א חלק פון אינדיע
ס'איז געווען איין גרויסע לאנד אונטער די בריטישע אימפעריע

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: דינסטאג מאי 06, 2025 11:37 pm
דורך שינאווער
@מאירוואלף צייט צו טוישן קעפל

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:03 am
דורך גרינע גראז
דער פאקיסטאנער מיליטערישער ווארטזאגער: "א קורצע וויילע צוריק, האט אינדיע אטאקירט מיט מיסלס ביי דריי לאקאציעס אין לאנד, עס וועט זיין א רעאקציע צו די אומ'יושר'דיגע אגרעסיע דורך אינדיע

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:04 am
דורך אנדערער
שינאווער האט געשריבן: דינסטאג מאי 06, 2025 11:37 pm @מאירוואלף צייט צו טוישן קעפל
אפיציעל אין מלחמה?

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:14 am
דורך גרינע גראז
פאקיסטאן טענה'ן אויף אכט טויטע און פערציג פארוואונדעטע פון הודו. הודו טענה'ט נאר אויף 3 טויטע.
פאקיסטאן טענה'ט אז זי האט אראפ געווארפן 8 מיליטער פליגערס פון הודו, און הודו טענה'ט אז נאר 3.

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:52 am
דורך מאירוואלף
אינדיע זאגט אז דריי פון אירע פליגער האבן 'געקראכט' אין קאשמיר.

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:55 am
דורך מאירוואלף
כינע דרוקט אויף אינדיע און פאקיסטאן צו האנדלען אין די גרעסערע אינטערעסן פון שלום און סטאביליטעט, און זיין איינגעהאלטן.

Re: שפאנונג צווישן די נוקעלארע מאכטן אינדיע און פאקיסטאן

געפאוסט: מיטוואך מאי 07, 2025 12:59 am
דורך מאירוואלף
אין עטליכע מינוט קומט פאר א פרעסע קאנפערענץ דורך די מיליטערישע און רעגירונגס באאמטע אין אינדיע.