בלאט 5 פון 6
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:31 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:31 pm
קבלה פון דעם וואך:
איך לייג מיך שלאפן יעדע נאכט בעזה"ש 11:00, אריינגערעכנט די נאכט וואס מיין ברודער מאכט חתונה!
נישט מענטשליך. אין מיין מיינונג.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:44 pm
דורך וואוילער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:31 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:31 pm
קבלה פון דעם וואך:
איך לייג מיך שלאפן יעדע נאכט בעזה"ש 11:00, אריינגערעכנט די נאכט וואס מיין ברודער מאכט חתונה!
נישט מענטשליך. אין מיין מיינונג.
מוזט נישט זיין מיין ברודער.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:48 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
ווען איך וואלט געווען דיין ברודער וואלט איך בלויז געגעבן קוגל מיט דיר, נישט געזאגט מוסר. יעצט אז איך בין נישט קען איך פרובירן... הער אויס, ווען א ברודער מאכט א שמחה, דארף מען מיטשפירן און מיטלעבן די שמחה. צו א לוי' ל"ע (זאל זיך נישט מאכן) גייט מען שפעט ביינאכט? א שמחה איז עס אויך ווערד. (איך זאג נישט אז דו מוזט בלייבן ביז 2:00)
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 10:05 pm
דורך שאינו יודע לשאול
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:48 pm
ווען איך וואלט געווען דיין ברודער וואלט איך בלויז געגעבן קוגל מיט דיר, נישט געזאגט מוסר. יעצט אז איך בין נישט קען איך פרובירן... הער אויס, ווען א ברודער מאכט א שמחה, דארף מען מיטשפירן און מיטלעבן די שמחה. צו א לוי' ל"ע (זאל זיך נישט מאכן) גייט מען שפעט ביינאכט? א שמחה איז עס אויך ווערד. (איך זאג נישט אז דו מוזט בלייבן ביז 2:00)
א לוויה גייט מען אים מאכן נאר איינמאל, חתונות מאכט ער יערליך... [נאר בדרך הלצה שטייצעך]
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 10:17 pm
דורך שינאווער
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:31 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:31 pm
קבלה פון דעם וואך:
איך לייג מיך שלאפן יעדע נאכט בעזה"ש 11:00, אריינגערעכנט די נאכט וואס מיין ברודער מאכט חתונה!
נישט מענטשליך. אין מיין מיינונג.
נישט אמת. אין מיין מיינונג...
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: מאנטאג יאנואר 13, 2025 11:05 pm
דורך שמח
דאס איז א @וואוילער ברודער?
שלאפסט נאכנישט?...
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 11:18 am
דורך וואוילער
טוט זיך אויף טישן און אויף בענק, באלד וועלן שוין אלע רבנים האבן א מיינונג, ס'קומט ארויס א קו״ק מיט עכטע און פאלשע חתימות...
און איך וועל שטיין און שרייען אז קיינער האט ניטאמאל געהערט מיין זייט!
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:29 pm
דורך אנדערער
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 09, 2025 1:36 pm
די בדחן זאגט אז די סיבה פארוואס די זיידע האט זוכה געווען צו דעגרייכן אזא שמחה חתונה צו מאכן א איינקיל קומט צוליב ווייל ער פירט זיך אויף ערליך ער האט יעדן טאג א שיעור קבוע טיילט צדקה און האט געהאט א געוואלדיגע כיבוד אב צו זיין טאטע ז''ל..
קומט דען די חסדים וואס דער באשעפער טוט צו אונז צוליב אונזערע מעשים טובים?
זיכער אז נישט, וויפיל וואווילע אידן זענען נישט זוכה צו דעם, עס איז פשוט לויטער חסדים פונעם באשעפער, צייט אויפצוהערן מיט דעם
וועלכע בדחן ווייסט די סיבות? געווענליך א בדחן וועט ארויסברענגען מעלות פון א זיידע פשוט אזוי
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:30 pm
דורך שבת קודש
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:31 pm
קבלה פון דעם וואך:
איך לייג מיך שלאפן יעדע נאכט בעזה"ש 11:00, אריינגערעכנט די נאכט וואס מיין ברודער מאכט חתונה!
נא גילו..
ביסט מגלה אז דו ביסט נאך גאר יונג און דו טראכסט נאכנישט פון חתונה מאכן דיינע קינדער
ווייל קיינער וויל דאך נישט האבן ביי זייערע חתונות א ליידיגע זאל ביים מצוה טאנץ
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:34 pm
דורך שבת קודש
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:29 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 09, 2025 1:36 pm
די בדחן זאגט אז די סיבה פארוואס די זיידע האט זוכה געווען צו דעגרייכן אזא שמחה חתונה צו מאכן א איינקיל קומט צוליב ווייל ער פירט זיך אויף ערליך ער האט יעדן טאג א שיעור קבוע טיילט צדקה און האט געהאט א געוואלדיגע כיבוד אב צו זיין טאטע ז''ל..
קומט דען די חסדים וואס דער באשעפער טוט צו אונז צוליב אונזערע מעשים טובים?
זיכער אז נישט, וויפיל וואווילע אידן זענען נישט זוכה צו דעם, עס איז פשוט לויטער חסדים פונעם באשעפער, צייט אויפצוהערן מיט דעם
וועלכע בדחן ווייסט די סיבות? געווענליך א בדחן וועט ארויסברענגען מעלות פון א זיידע פשוט אזוי
א מצוה טאנץ איז געמאכט צו 'לויבן דעם באשעפער'
נישט ארויסצוברענגען די 'מעלות פון די מחותנים' עס קומט בכלל נישט אריין דא
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:38 pm
דורך אנדערער
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:34 pm

א מצוה טאנץ איז גאר א הויכע ענין. קען זיין אז מען לויבט אויך דעם באשעפער און אויך איז א געלעגענהייט צו פארציילן פאר די אייניקלעך די גוטע זאכן פון די זיידעס נישט צו ווארטן ביז די לוי'
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 1:15 pm
דורך וואוילער
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:30 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג יאנואר 13, 2025 5:31 pm
קבלה פון דעם וואך:
איך לייג מיך שלאפן יעדע נאכט בעזה"ש 11:00, אריינגערעכנט די נאכט וואס מיין ברודער מאכט חתונה!
נא גילו..
ביסט מגלה אז דו ביסט נאך גאר יונג און דו טראכסט נאכנישט פון חתונה מאכן דיינע קינדער
ווייל קיינער וויל דאך נישט האבן ביי זייערע חתונות א ליידיגע זאל ביים מצוה טאנץ
אופס, לאמיר דיר מגלה זיין אז כ'בין נישט אין די עידז פון חתונה מאכן, אבער אויך נישט אזוי אינג.
מיינע ברידער/שוואגער מאכן חתונה בערך 10 מאל א יאר, צומאל מער ווי איינס אין א חודש.
אויסער אלע בר מצוה, תנאים, שבע ברכות, וואך נאכט, פדיון הבן, וכו', קע״ה כ״י
גראדע געווענליך בלייב איך ביז לכה״פ אינמיטן מצוה טאנץ, טראץ וואס איך און מיינע ברידער שלאפן אויפן טיש ווי די אלטע עלטער פעטער.
איך בין אינספייערד געווארן פון
@נקודות טובות'ס שלאפן גיין/אויפשטיין מהלך, און כ'האב מחליט געוועהן אז די וואך גיי איך גיין שלאפן פרי.
אויב וועט די חתונה זיין אן אפהאלט, איז מיין נעקסטע געלעגענהייט... נעקסטע גולגול...
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 1:35 pm
דורך שבת קודש
די אינטערסאנטע זאך איז אז יעדער שעלט צאם די לאנגע מצוה טאנץ אבער ווען זיי מאכן חתונה טועהן זיי די זעלבע
[חוץ ביי די תקנות זאלן ווי מען מוז ענדיגן פרי]
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:02 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:38 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:34 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:29 pm
וועלכע בדחן ווייסט די סיבות? געווענליך א בדחן וועט ארויסברענגען מעלות פון א זיידע פשוט אזוי
א מצוה טאנץ איז געמאכט צו 'לויבן דעם באשעפער'
נישט ארויסצוברענגען די 'מעלות פון די מחותנים' עס קומט בכלל נישט אריין דא
א מצוה טאנץ איז גאר א הויכע ענין. קען זיין אז מען לויבט אויך דעם באשעפער און אויך איז א געלעגענהייט צו פארציילן פאר די אייניקלעך די גוטע זאכן פון די זיידעס נישט צו ווארטן ביז די לוי'
א מצוה טאנץ איז א ענין פון יחוד, וואס מען פריידט זיך מיט'ן יחוד ה', א שמחה עילאה וואס דאס ברענגט השפעות. אז מען טאנצט איז אודאי אויך דא די חלק הודאה לה'. נישט בכיות און נישט שבחים פאסן זיך אריין דא.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:07 pm
דורך שבת קודש
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:02 pm

זיי מער מסביר ווייל איך פארשטיי נישט צו דעם..ווער יא?
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:39 pm
דורך נקודות טובות
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:07 pm
Azoi Tzi Zugen האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:02 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:38 pm
א מצוה טאנץ איז גאר א הויכע ענין. קען זיין אז מען לויבט אויך דעם באשעפער און אויך איז א געלעגענהייט צו פארציילן פאר די אייניקלעך די גוטע זאכן פון די זיידעס נישט צו ווארטן ביז די לוי'
א מצוה טאנץ איז א ענין פון יחוד, וואס מען פריידט זיך מיט'ן יחוד ה', א שמחה עילאה וואס דאס ברענגט השפעות. אז מען טאנצט איז אודאי אויך דא די חלק הודאה לה'. נישט בכיות און נישט שבחים פאסן זיך אריין דא.
זיי מער מסביר ווייל איך פארשטיי נישט צו דעם..ווער יא?
יחוד איז טייטשט איינציג. אין ענגליש הייסט עס סעלפיש. מצוה טאנץ איז אן ענין פון סעלפישנעסס.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 2:53 pm
דורך Azoi Tzi Zugen
@נקודות טובות מיט זיין גראדע זיסקייט....
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 3:13 pm
דורך נקודות טובות
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:38 pm
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:34 pm
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 12:29 pm
וועלכע בדחן ווייסט די סיבות? געווענליך א בדחן וועט ארויסברענגען מעלות פון א זיידע פשוט אזוי
א מצוה טאנץ איז געמאכט צו 'לויבן דעם באשעפער'
נישט ארויסצוברענגען די 'מעלות פון די מחותנים' עס קומט בכלל נישט אריין דא
א מצוה טאנץ איז גאר א הויכע ענין. קען זיין אז מען לויבט אויך דעם באשעפער און אויך איז א געלעגענהייט צו פארציילן פאר די אייניקלעך די גוטע זאכן פון די זיידעס נישט צו ווארטן ביז די לוי'
מצוה טאנץ איז טאקע גאר א הויכע ענין. לערנען א בלאט גמרא איז אבער אויך גאר א הויכע ענין, און נאך סאך א העכערע ענין. עני טינג וואס גייט אויפן חשבון פון א בלאט גמרא, איז א מצוה הבאה בעבירה! אויב צוליב די זינלאזע מצוה טאנץ (אקעי, איך זאג נישט עבירה טאנץ) פארשלאפט מען דעם אינדערפרי שיעור, און מען קענסעלד די נאכט שיעור ווייל מען איז אויסגעמיטשעט, איז עס יצא שכרו בהפסידו! א חתונה דארף נישט אפהרג'ענען א וואך! אויב האט מען גרעסערע משפחות קען דאס מיינען לכה"פ איין מאל א חודש! הימל שרייענד און הארץ רייסנד!
מצוה טאנץ איז טאקע גאר א הויכע ענין. זיין אן אויסגערוהטער נארמאלע מענטש איז אבער אויך גאר א הויכע ענין. עני טינג וואס גייט דיר מאכן זיך אויפירן ווי א צודרייטער די נעקסטע צוויי טעג, איז אסור! ווער רעדט נאך פון די קינדער, אויב גייען זיי אויך שלאפן 3-4 אזייגער חס ושלום, האט מען א משוגעים הויז די נעקסטע וואך צייט!
די גאר הויכע ענין פון מצוה טאנץ, איז גורם גאר א הויכע צאל שעות ביטול תורה. צענליגע אידן פארפאסן זייער שיעור דעם נעקסטן טאג, די קינדער גייען שפעט און אפילו ווען זיי גייען יא זענען זיי מיד, און מען דערקענט א חילוק אויף זיי סוף וואך. ניין, עס איז נישט מעגליך אז זיי זאלן מיטהאלטן זייערע לימודים אזוי ווי יעדע וואך. וויפיל אידן כאפן אפ א דאווענען די נעקטסע טאג ווייל זיי יאגן זיך מיטן לעצטן אטעם צו די ארבעט. וויפיל מאל בייזערט מען זיך אויף אנדערע בלויז צוליב דעם וואס מען איז נישט אויסגעשלאפן נארמאל. אלעס אויפן חשבון פון דעם הויכן ענין!
מעלות פונעם זיידן וועט מען הערן פון אידן וואס האבן אים געקענט, און האבן מיטגעהאלטן זיין לעבנס שטייגער. סתם הערן פון א באצאלטער בדחן וואס קען ניטאמאל דעם זיידן, נאר זאגט איבער יעדע נאכט די זעלבע זאך אויף א צווייטע זיידע האט אבסעלוטילי זיראו משמעות! ובפרט ווען עס קומט אינמיטן א דרימעל! ווער עס וויל דוקא, זאל נעמען א מקונן ביי די חנוכה פארטי און דארטן מספיד זיין דעם זיידן זז"ג. ביי א חתונה זיצן פיר זייטן און קיינער איז נישט נייגעריג וויפיל צוויבל קוגעל די מחותנ'ס שווער'ס שווער עסט יעדע וואך...
דאס איז אלעס ווען מען רעדט פון מספיד זיין לעבעדיגע זיידעס. ווער רעדט פון מספיד זיין די זיידעס וואס לעבן שוין נישט. וויפיל מאל א יאר דארף מען מספיד זיין דעם זעלבן זיידען? עס איז דאך דא א יארצייט סעודה פאר א סיבה. גענוג! דו שטערסט די שיעורי תורה פון די גאנצע משפחה, ווייל דו ווילסט מען זאל וויסן ווי פלייסיג די זיידע האט געלערנט? וואס איז די הגיון דערפון? פארוואס איז א חתונה געווארן א חינוך אווענט פאר די בני המשפחה? איך קום מיך מיטפרייען מיט מיין בורדער/שוואגער יעצט, טוה מיר א טובה האק נישט אין קאפ יעצט מיט די ווארימע דאווענען פון מיין עלטער זיידע אין הודו נאנאש, און די צדקות און פרישע חלות וואס דער מחותנ'ס עלטער באבע פלעגט פארטיילן אין פישפיקלאדיין!
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 3:22 pm
דורך שבת קודש
@נקודות טובות וויאזוי גייט אויסקוקן די מצוה טאנץ ביי דיינע קינדער?
ווי פריער געזאגט יעדער שעלט אויף דעם אבער יעדער טוט עס ווען זיי מאכן חתונה
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 3:27 pm
דורך וואוילער
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 3:22 pm
@נקודות טובות וויאזוי גייט אויסקוקן די מצוה טאנץ ביי דיינע קינדער?
ווי פריער געזאגט יעדער שעלט אויף דעם אבער יעדער טוט עס ווען זיי מאכן חתונה
גאר אסאך מצוה טענץ זעהט אויס אנדערש ווי די ״יעדער״ פון וואס דו רעדסט!
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 3:33 pm
דורך נקודות טובות
שבת קודש האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 3:22 pm
@נקודות טובות וויאזוי גייט אויסקוקן די מצוה טאנץ ביי דיינע קינדער?
ווי פריער געזאגט יעדער שעלט אויף דעם אבער יעדער טוט עס ווען זיי מאכן חתונה
יעדער טוט אזוי? אבסעלוטלי נישט! עס זענען דא גאר אסאך וואס שטייען מיטן זייגער און טרייבן דעם גראגרער. אשרי להם ואשרי חלקם! דאס איז זיכער אז ענדיגן פינף אזייגער מצוה טאנץ איז כמעט א פארגאנגענהייט. צו עס איז נאך דא וואו צו גיין? זיכער יא. אבער מצוה טאנץ איז זיכער היינט אסאך בעסער ווי 15 יאר צוריק. עס איז שטארק נשתנה געווארן לטובה אין דעם הינזיכט.
שאלות איבער מיר פערזענליך קענסטו פרעגן אין הערות צו ניקס טעמע. לגבי די נושא מאכט עס נישט אויס וואס איך טוה, וואס איך האב געטוהן, און וואס איך וועל טוהן.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 4:33 pm
דורך נקודות טובות
שבת קודש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג יאנואר 09, 2025 1:36 pm
די בדחן זאגט אז די סיבה פארוואס די זיידע האט זוכה געווען צו דעגרייכן אזא שמחה חתונה צו מאכן א איינקיל קומט צוליב ווייל ער פירט זיך אויף ערליך ער האט יעדן טאג א שיעור קבוע טיילט צדקה און האט געהאט א געוואלדיגע כיבוד אב צו זיין טאטע ז''ל..
קומט דען די חסדים וואס דער באשעפער טוט צו אונז צוליב אונזערע מעשים טובים?
זיכער אז נישט, וויפיל וואווילע אידן זענען נישט זוכה צו דעם, עס איז פשוט לויטער חסדים פונעם באשעפער, צייט אויפצוהערן מיט דעם
דו ביסט עס? סיריעסלי? איך וואונדער מיך שוין יארן לאנג ווער עס הערט אויס דעם בדחן...
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 14, 2025 10:02 pm
דורך אנדערער
@נקודות טובות יעדע ענין האט זיין צייט. עס איז דא א צייט פאר מצוה טאנץ
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:19 am
דורך וואוילער
כ'האב געוואלט שרייבן עפעס אזוי, אז יעדע עבודה האט זיין צייט און מ'קען נישט ביי יעדע זאך שרייען ״ביטול תורה״, אבער איך האב נישט געהאט די קלארקייט דערין בינעך געבליבן שטיל.
דאס איז זיכער אז ר' נקודות האט א נקודה, און אויך איז קלאר אז יעדע זאך האט זיין צייט, די שאלה בלייבט נאר צו די נער'ישע מהלך פון די מצוה טענץ וואס האט זיך אוועקגעשטעלט נישט דוקא דורך גדולי ישראל אדער מסורה, איז גענוג שטארק.
Re: די אויסקוק פון אונזערע חתונות
געפאוסט: מיטוואך יאנואר 15, 2025 10:30 am
דורך נקודות טובות
אנדערער האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 14, 2025 10:02 pm
@נקודות טובות יעדע ענין האט זיין צייט. עס איז דא א צייט פאר מצוה טאנץ
אמת. אבער קודם כל פון וואנעט ווייסט איר אז מצוה טאנץ איז א גאר הויכע ענין, אפשר איז דאס נישט מער ווי א משוגעת? אויב איז די מקור פון די גמרא כתובות, דאן ווער זאגט אז דאס דארף זיין סוף חתונה? איז נישט גענוג אז די כלה קומט אריין צו עוד ישמע, און כל הקהל הקודש זאל טאנצן לפני חתן וכלה פאר צען מינוט און פארטיג? און אויב מוז עס דוקא יא זיין סוף חתונה, דאן ברענג איר אריין צו לשנה הבאה. ווער האט אפגעמאכט אז דאס מוז זיך ענדיגן 2-3-4 אזייגער, און דערנאך גיין אויפן חשבון פון לימוד התורה, און הרג'ענען די וואך פאר אנשים נשים וטף? אפשר קען מען יוצא זיין די גאנצע ענין און נאך זיין אינדערהיים 12 אזייגער. נישט בייגעפאלן?
אויב איז דאס אן ענין ע"פ קבלה, דאן ביטע ברענג מיר די מקור צו דעם. לאמיר כאפן א בליק און זעהן צו אונזער מצוה טאנץ האט טאקע א שייכות מיט יענע ענין. סתם לעבן אין phobias אז דאס איז גאר א הויכע ענין און דערפאר טאר איך עס נישט טשעלענדזשן, אפילו ווען עס גייט אויפן חשבון פון אלע באטייליגטע, בו בזמן וואס אפשר איז נישט א מקור צו די גאנצע ענין? ניתי ספר וניחזי, לאמיר זעהן פון וואנעט קומט די פערדעריי פון אויסרופן און מספיד זיין די באטייליגטע? וועלכע רשע איז אויפגעקומען מיט דעם אז עס דארף נעמען לכה"פ צוויי שעה, וכל המרבה הרי זה משובח? וועלכע בהמה איז אויפגעקומען מיט דעם אז די זיידעס קומען אראפ צו מצוה טאנץ, און אז עס איז אן עת לבכות? וועלכער שלעפער האט אפגעמאכט אז צווישן טאנצן און מצוה טאנץ דארף זיין א ברעיק פון לכה"פ א האלבע שעה? אדרבה, ווייז מיר א מקור פאר די גאנצע פערדעריי, נאכדעם קען מען דן זיין אויב עס מעג גיין אויפן חשבון פון די שיעורי תורה, און אויפן חשבון פון די תורה פון תינוקת של בית רבן. און אויפן חשבון פון זיין א נארמאלע מענשט די נעקסטע וואך.
ווען דו ברענגסט מיר אן ענין צו טאנצן מצוה טאנץ איין מאל א יאר, וואלט איך דיר אפשר גערעכט געגעבן אז א מצוה עוברת איז מבטל תלמוד תורה. אבער יעדע חודש נאכאמאל פון פריש? סתם ווייל איך בין ב"ה א חלק פון א גרויסע משפחה?
שוין, וואס מיר נעמט 3 פארעגרעפס, האקט
@וואוילער אין דריי שורות. שיק עני וועי.