בלאט 5 פון 5
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 21, 2025 1:03 pm
דורך שאינו יודע לשאול
עדעמס ביים איינשווערונג.

- unnamed - 2025-01-21T125650.760.jpg (73 KiB) געזען געווארן 328 מאל
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 21, 2025 1:33 pm
דורך מיילעך פריילעך
עדיטאריעל האט געשריבן: ↑דינסטאג יאנואר 21, 2025 9:36 am
דער בנש"ק בן ר' ווענס אויפן אויבן אן...
מ'האט שוין לאנג גענדיגט דאווענען, און טאטי שמועסט נאך...
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 21, 2025 1:35 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ לייגט "מענטשן איבער פיש", און פארארדענט זיין רעגירונג צו רוקן וואסער פון די צפון חלק פונעם סטעיט צו אנדערע אויסגעטרוקענטע חלקים פונעם סטעיט. ביז היינט האט געווארנער ניוסאם דאס נישט געלאזט טון אין א פרואוו צו באשיצן א קליין "סמעלט" פישל פון אויסגעראטן ווערן.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 21, 2025 1:37 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ האט אוועקגענומען די סעקיוריטי קלערענס פון די 51 געוועזענע שפיאנאזש קאמיוניטי איינגעשטעלטע וועלכע זענען געכאפט געווארן ליגענט זאגן אנבאלאנגט די האנטער ביידען לעפטאפ, ווען זיי האבן פובליצירט א בריוו פאלש אנגעבנדיג אז עס איז טייל פון א רוסישע מיסאינפארמאציע קאמפיין, און ווערן דערביי גערעכט ווי זיי האבן זיך געמישט אין די 2020 וואלן.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: דינסטאג יאנואר 21, 2025 1:38 pm
דורך מיילעך פריילעך
טראמפ האט היינט אנגעהויבן אויפזאגן איינגעשטעלטע וועלכע גייען נישט אין שפאן מיט זיין אגענדע, אריינגערעכנט געוועזענער גענעראל מארק מילי.
Re: טראמפ'ס איינשווערונגס צערעמאניע, יאנואר 20, 2025
געפאוסט: מוצש"ק יאנואר 25, 2025 8:23 pm
דורך Spa 42
טראמפ:
איך האב אפגעשטעלט דאס אויפנעמען נייע ארבעטערס פאר די IRS וואס זאלן נאכקוקן די בירגער אויף יעדן טריט און שריט, איך וואלט גענומען די 88,000 ארבעטער וואס זענען אויפגענומען געווארן דורך די ביידן אדמיניסטראציע, און זיי אפגעשיקט אז זאלן גיין ארויסהעלפן באוואכן די אמעריקאנע גרענעצן....