בלאט 5 פון 67
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:31 pm
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 08, 2024 10:21 pm
מצילי אש ד'ראקלענד האלט ביי די לעצטע פאזעס פון פארענדיגן די ערשטע 'פייער-פייטער-וואן' קלאס, בייגעלייגט זענען בילדער פון אויפברעכן טירן און שטעלן/קריכן לייטערס.
קרעדיט @פייער פייטער - אייוועלט
.F1.jpg
F2.jpg
די בילדער זענען מיר ממש מחי'.
עוד ישראל רד עם קל ועם קדושיו נאמן.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:31 pm
דורך וואוילער
ווי אומגלויבליך ס'הערט זיך, מצילי אש ד'ראקלענד צייכנט יעצט אפ א פולע יאר פון ווען מ'האט אפעציעל ארויסגעלייגט די פאון נומבער, וואו תושבי מאנסי והגלילות קענען רופן אין פאל פון נויט, און געענטפערט ווערן מיט שנעלע הילף, און פירנדיג זיך עפ"י תורה.
קוקנדיג אויף נומערן, האט מצילי אז געדעקט איבער 443 קאלס אין דעם יאר, און די רעזאלטאטן זעהן זיך אן!
.
- 443 Calls.jpg (130.36 KiB) געזען געווארן 1132 מאל
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מאנטאג אפריל 15, 2024 10:33 pm
דורך וואוילער
אין די הויפקוואטירן פון מצילי אש קומען פאר העפטיגע צוגרייטונגען צו די נייע פאזעס אין וואס מצילי אש גייט אט אט אריין.
אנגעהויבן פון די טראקס וואס וועלן גרייט ווערן גאר אין נאנטן, און נאך עטליכע טייערע און וויכטיגע עקוויפמענט וואס מצילי אש ד'ראקלענד האט זיך איינגעקויפט.
אין די קומענדיגע וואכן וועט אי"ה גאר גינסטיגע נייעס פאר תושבי מאנסי, ווארט מיט שפאנונג!
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: דינסטאג אפריל 16, 2024 10:09 am
דורך דער תהלים איד
וואוילער האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 15, 2024 10:33 pm
אין די הויפקוואטירן פון מצילי אש קומען פאר העפטיגע צוגרייטונגען צו די נייע פאזעס אין וואס מצילי אש גייט אט אט אריין.
אנגעהויבן פון די טראקס וואס וועלן גרייט ווערן גאר אין נאנטן, און נאך עטליכע טייערע און וויכטיגע עקוויפמענט וואס מצילי אש ד'ראקלענד האט זיך איינגעקויפט.
אין די קומענדיגע וואכן וועט אי"ה גאר גינסטיגע נייעס פאר תושבי מאנסי, ווארט מיט שפאנונג!
WOW. איך שמעק אז אונז האמיר דא ערשטהאנטיגע באריכטן.
קוק איך טאקע ארויס מיט שפאנונג.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: זונטאג אפריל 28, 2024 12:21 pm
דורך וואוילער
לאור
די שרעקליכע שריפה וואס האט פאסירט דעם שבת, וואס איז געוועהן בגדר פיקוח נפש, האט הרה״ג ר' יחזקאל ווייס שליט״א פאררופן נעכטן מוצאי שב״ק אן עמערדזענסי מיטינג מיט אלע מעמבערס פון מצילי אש ד'ראקלענד, און געמאלדן אז די ״שבת סיסטעם״ וואס האט געזאלט אריינגיין אין קראפט אין עטליכע וואכן פון יעצט, וועט עפ״י הוראת הרבנים ווערן געעפנט שוין יעצט אויף די צווייטע טעג יום טוב.
די וואלענטירן זענען איבערגעגעבן געווארן אלע וויכטיגע אנווייזונגען, הלכה'דיגע און פראקטישע, און זענען גרייט צו רעאגירן צו א פייער עמערדזענסי שלא תבא.
די סיסטעם נעמט אריין אין זיך עטליכע באצאלטע גוים וואס וועלן ארויסהעלפן מיט קאלס וואס זענען נישט קיין פיקוח נפש, און אזוי אויך אהיימטראגן די וואלענטירן און קארס נאך א קאלל.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: זונטאג אפריל 28, 2024 12:22 pm
דורך וואוילער
- שבת סיסטעם.jpg (262.83 KiB) געזען געווארן 1013 מאל
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:02 am
דורך וואוילער
- מצילי אש 2.jpg (350.1 KiB) געזען געווארן 926 מאל
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 7:43 pm
דורך פישל שווארץ
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:02 am
מצילי אש 2.jpg
וואס האט מען גערעדט ביין שיעור?
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:22 pm
דורך פליט
האבן זיי א רב/רבי וואס שטיצט זיי?
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:25 pm
דורך מענדל
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:22 pm
האבן זיי א רב/רבי וואס שטיצט זיי?
רוב רבני מאנסי
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:27 pm
דורך פליט
מענדל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:25 pm
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:22 pm
האבן זיי א רב/רבי וואס שטיצט זיי?
רוב רבני מאנסי
כווייס נישט וועם איר רעכענט אריין אין די רוב, אבער כמיין אז די גרויסע רבני העיר זענען נישט אין שטיצע.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:34 pm
דורך מענדל
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:27 pm
מענדל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:25 pm
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:22 pm
האבן זיי א רב/רבי וואס שטיצט זיי?
רוב רבני מאנסי
כווייס נישט וועם איר רעכענט אריין אין די רוב, אבער כמיין אז די גרויסע רבני העיר זענען נישט אין שטיצע.
אדמור מוויזניץ מאנסי איז נישט געהריג און שטיצע ווייל זיין טאטע האט גהאלטען אז אפי אין הצלה זאלן יודן נישט גיין שבת. חוץ דעם זענען אלע רבנים און שטיצע און פארדעם האב איך געשריבן רוב אנשטאט אלע...
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:04 pm
דורך מחדש
מענדל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:34 pm
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:27 pm
מענדל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:25 pm
רוב רבני מאנסי
כווייס נישט וועם איר רעכענט אריין אין די רוב, אבער כמיין אז די גרויסע רבני העיר זענען נישט אין שטיצע.
אדמור מוויזניץ מאנסי איז נישט געהריג און שטיצע ווייל זיין טאטע האט גהאלטען אז אפי אין הצלה זאלן יודן נישט גיין שבת. חוץ דעם זענען אלע רבנים און שטיצע און פארדעם האב איך געשריבן רוב אנשטאט אלע...
אינטערסאנט, אדמו"ר מוויזניץ ז"ל האט קיינמאל נישט צירוק געצויגען פון זיין התנגדות צו הצלה?!
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: פרייטאג מאי 03, 2024 12:02 am
דורך רואה חשבונות
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:22 pm
האבן זיי א רב/רבי וואס שטיצט זיי?
ווער? מצילי אש?
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: פרייטאג מאי 03, 2024 1:59 am
דורך וואוילער
פישל שווארץ האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 7:43 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:02 am
מצילי אש 2.jpg
וואס האט מען גערעדט ביין שיעור?
בינעך נישט דארט געוועהן, אבער כ'האב געהערט אז ס'געוועהן גאר א שיינע און געשמאקע שיעור אין די נושא פון מצילי אש אין שבת, הלכה'דיג און פראקטיש, צונומען דעם גאנצן ענין מיט א געשמאק וואס נאר ר' יחזקאל קען.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: פרייטאג מאי 03, 2024 2:01 am
דורך וואוילער
מחדש האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:04 pm
מענדל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:34 pm
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:27 pm
כווייס נישט וועם איר רעכענט אריין אין די רוב, אבער כמיין אז די גרויסע רבני העיר זענען נישט אין שטיצע.
אדמור מוויזניץ מאנסי איז נישט געהריג און שטיצע ווייל זיין טאטע האט גהאלטען אז אפי אין הצלה זאלן יודן נישט גיין שבת. חוץ דעם זענען אלע רבנים און שטיצע און פארדעם האב איך געשריבן רוב אנשטאט אלע...
אינטערסאנט, אדמו"ר מוויזניץ ז"ל האט קיינמאל נישט צירוק געצויגען פון זיין התנגדות צו הצלה?!
ניין, נאר שוין נישט אזוי שארף דערקעגן.
חברי הצלה וואס זענען חסידי וויזניץ מאנסי, גייען עפ"י רוב נישט שבת צו קיין קאלס.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: פרייטאג מאי 03, 2024 2:03 am
דורך וואוילער
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:22 pm
האבן זיי א רב/רבי וואס שטיצט זיי?
א שאלה?
פרעג דו וועלכע רב דו קענסט נאר!
וויפיהל איך ווייס זענען אלע רבנים אין שטיצע פון דעם ארגעניזאציע.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: פרייטאג מאי 03, 2024 11:07 am
דורך פלאם
- מחאה אדירה+.jpg (334.94 KiB) געזען געווארן 734 מאל
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מוצש"ק מאי 04, 2024 9:59 pm
דורך פליט
האדמור מוויזניץ מאנסי האט יעצט ביי של"ס תורה געבעטן אז קיינער זאל נישט ווערן קיין וואלאנטיר אין מצילי אש.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:08 pm
דורך פליט
וואוילער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 2:03 am
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:22 pm
האבן זיי א רב/רבי וואס שטיצט זיי?
א שאלה?
פרעג דו וועלכע רב דו קענסט נאר!
וויפיהל איך ווייס זענען אלע רבנים אין שטיצע פון דעם ארגעניזאציע.
אויפן צעטיל זע'עך גראדע נישט אבד פאפא מאנסי, האדמור מוויזניץ מאנסי, ר' חיים פייוויל שנעבאלג, ר' חיים יהושע האלבערשטאם, כמיין זיי זענען פון די גרעסטע רבנים אין מאנסי.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:31 pm
דורך רואה חשבונות
פליט האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 04, 2024 10:08 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 2:03 am
פליט האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 02, 2024 8:22 pm
האבן זיי א רב/רבי וואס שטיצט זיי?
א שאלה?
פרעג דו וועלכע רב דו קענסט נאר!
וויפיהל איך ווייס זענען אלע רבנים אין שטיצע פון דעם ארגעניזאציע.
אויפן צעטיל זע'עך גראדע נישט אבד פאפא מאנסי, האדמור מוויזניץ מאנסי, ר' חיים פייוויל שנעבאלג, ר' חיים יהושע האלבערשטאם, כמיין זיי זענען פון די גרעסטע רבנים אין מאנסי.
וואס דו זאגט נישט.. הייסט שינאווער רבי ז"ל איז קלענער ווי אב"ד פאפא?
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:33 pm
דורך שמויגער
א שטארקע פראסק פאר די גאנצע מצילי אש נושא.
בינעך נייגעריג וואס זייער קימענדיגע סטעפעס וועלן זיין
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:38 pm
דורך הר ההר
שמויגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 04, 2024 10:33 pm
א שטארקע פראסק פאר די גאנצע מצילי אש נושא.
בינעך נייגעריג וואס זייער קימענדיגע סטעפעס וועלן זיין
א גוטן פורים, א פראסק אין קאפ אריין!
איז הצלה צופראסקעט ווייל וויזניץ האט א פראבלעם?
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:49 pm
דורך פליט
רואה חשבונות האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 04, 2024 10:31 pm
פליט האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 04, 2024 10:08 pm
וואוילער האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 03, 2024 2:03 am
א שאלה?
פרעג דו וועלכע רב דו קענסט נאר!
וויפיהל איך ווייס זענען אלע רבנים אין שטיצע פון דעם ארגעניזאציע.
אויפן צעטיל זע'עך גראדע נישט אבד פאפא מאנסי, האדמור מוויזניץ מאנסי, ר' חיים פייוויל שנעבאלג, ר' חיים יהושע האלבערשטאם, כמיין זיי זענען פון די גרעסטע רבנים אין מאנסי.
וואס דו זאגט נישט.. הייסט שינאווער רבי ז"ל איז קלענער ווי אב"ד פאפא?
די שינעווער איז געווען באמת א הייליגע איד, אבער א ווארט אויף מאנסי האט ער נישט געהאט.
איך האב געשריבן די נעמען וואס האבן די שטערקסטע ווארט אין מאנסי.
Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!
געפאוסט: מוצש"ק מאי 04, 2024 10:51 pm
דורך פליט
הר ההר האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 04, 2024 10:38 pm
שמויגער האט געשריבן: ↑מוצש"ק מאי 04, 2024 10:33 pm
א שטארקע פראסק פאר די גאנצע מצילי אש נושא.
בינעך נייגעריג וואס זייער קימענדיגע סטעפעס וועלן זיין
א גוטן פורים, א פראסק אין קאפ אריין!
איז הצלה צופראסקעט ווייל וויזניץ האט א פראבלעם?
ניין!
אבער הצלה איז נישט צופרראסקעט טאקע ווייל ער האט געהאט א פראבלעם מיט זיי..