נייעס פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג - אוקריינע אינוואדירט צוריק רוסלאנד!
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
די רוסן זאגן אז א מיסל אטאקע דורך אוקריינישע מיליטער האט אפגעשטעלט געז סערוויסעס צו 20 טויזענט היימען אין קריימיע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
ענדרו יערמאק אן עדווייזער צו פרעזידענט זעלענסקי, זאגט אז די שלום סאמיט אין דזשעדא, סאוד אראביע איז אן ערענסטע און אפענע. 40 לענדער האבן זיך אנגעשלאסן אין דעם סאמיט.
די סאמיט דארף אויפצוקומען מיט שלום פלאן צווישן רוסלאנד און אוקריינא.
די רוסן ברויזן אויף דערווייל אויפן סאמיט, זיי זאגן אז ס'איז פשוט נאך א וועג פון די מערב וועלט לענדער אויפצוטרייבן מער שטיצע אנטקעגן רוסלאנד.
די סאמיט דארף אויפצוקומען מיט שלום פלאן צווישן רוסלאנד און אוקריינא.
די רוסן ברויזן אויף דערווייל אויפן סאמיט, זיי זאגן אז ס'איז פשוט נאך א וועג פון די מערב וועלט לענדער אויפצוטרייבן מער שטיצע אנטקעגן רוסלאנד.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינא האט ארויסגעגעבן א ווארענונג אויף זעקס רוסישע פארטן ביים שווארצן ים אז ס'איז נישט פארזיכערט, און ס'איז א מלחמה זאנע.
קוקט אויס ווי זיי גרייטן זיך טאקע פאר נאך אטאקעס.
קוקט אויס ווי זיי גרייטן זיך טאקע פאר נאך אטאקעס.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
היינט איז אוקריינא עיר פורס טאג, ווי מ'באערט די עיר פורס.
זעלענסקי איז געווען ביי א עיר פיעלד ווי ער האט ארויפגעשריבן אויף א פראנקרייך סקאלפ מיסיל (אזויווי ענגלאנד שטורעם שאטן) ווערטער כ'מיין זיין נאמען און נאך אפאר גריסן פאר די רוסן... און דערנאך איז פארגעקומען די אטאקעס אויף די קריימיע בריקן דורך סקאלפ מיסילס.
מעגליך איז גענוצט געווארן די זעלבע מיסיל ביים היינטיגן אטאקע.
זעלענסקי איז געווען ביי א עיר פיעלד ווי ער האט ארויפגעשריבן אויף א פראנקרייך סקאלפ מיסיל (אזויווי ענגלאנד שטורעם שאטן) ווערטער כ'מיין זיין נאמען און נאך אפאר גריסן פאר די רוסן... און דערנאך איז פארגעקומען די אטאקעס אויף די קריימיע בריקן דורך סקאלפ מיסילס.
מעגליך איז גענוצט געווארן די זעלבע מיסיל ביים היינטיגן אטאקע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
די אוקריינער האבן צוריקגעכאפט פארכאפטע שטחים פון די רוסן אין לוהאנסק פארווישנדיג זייער אפענסיווע פון 3 וואכן צוריק מיט א שמיץ אריבער. די אנדערע פלאץ ווי די רוסן זענען אויף אפענסיווע וועט אויסקוקן ווי די פארגעסענע מעכטיגע אפענסיווע דורך די רוסן אין מארינקא... אן קיין פארשריט.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינע האט עטוואס אויסגעברייטערט איר אנוועזנהייט מיט נאך א צאל קלענערע גרופעס אויפן (רוסיש אקופירטע) לינקע זייט דניעפער ביים אנטאנאווסקי בריק
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
היינט איז געווען גאר א סעקסעספולע טאג אין די שלום געשפרעכן סאמיט אין סאודי אראביע איבער די רוסלאנד אוקראינע מלחמה.
פערציג לענדער האבן אנטיילגענומען דערין און אוקריינא זאגט אז זיי זענען זייער צופרידן פון די פארשריט וויבאלד די לענדער זענען שוין צוגעקומען צום אויספיר אז אוקריינא מוז בלייבן מיט איר פולע טעריטאריע.
פערציג לענדער האבן אנטיילגענומען דערין און אוקריינא זאגט אז זיי זענען זייער צופרידן פון די פארשריט וויבאלד די לענדער זענען שוין צוגעקומען צום אויספיר אז אוקריינא מוז בלייבן מיט איר פולע טעריטאריע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינע האט אויסגערומט די אמעריקאנער און די דייטשע עיר דיפענס סיסטעמ’ס זאגענדיג אז די 2 ארבעטן די בעסטע און און שנעלסטע און צום פינטל פון אלע אנדערע וואס זיי האבן באקומען,
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
די וועלט שטוינט נאך וויאזוי אזא קליינער וואסער דראון האט אזויפיל שאדן געמאכט פאר א ריז פון א שיף,
זיי זאגן אז די סארט וואסער דראונס וואס זיי האבן גענוצט ביים אטאקע ספעצילירן זיך מיט גאר א שנעלע ספיד, פארדעים איז זיי עס געלונגען,
זיי זאגן אז די סארט וואסער דראונס וואס זיי האבן גענוצט ביים אטאקע ספעצילירן זיך מיט גאר א שנעלע ספיד, פארדעים איז זיי עס געלונגען,
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אנאליסטן זאגן אז דווקה אין סיריע פרובירט פוטין די בעסטע דארט צו טשעפענען אמעריקא אלס נקמה פארן שטיצן די אוקריינער זייט פון די מלחמה און שיקן אזויפיל וואפן דייקא נאר דארט היות אזוי פארמייד ער פון אריינפאלן אין א מלחמה מיט נאטא אדער אין נאטא טערעטארי, וואס אויף דעים זאגן אנאליסטן אז די איזרעיליס זאלן זיך אויך זייער היטן וואס זיי טוהן, ווייל מיטל מזרח איז נישט נאטא און דארט קען ח”ו פוטין זיך אסאך מער אויסגעבן זיין כעס, אן דעים וואס ער זאל דארפן פעיסן די קאנסעקווינסעס דערויף,
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
יאפאן האט געפערליך פארדאמט די לעצטענדיגע רוסישע נוקלער סטראשינגען,
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינע אפישעלס האבן אנגעהויבן עוועקיארן נאך הונדערטער קינדער פון מלחמה זאנע געגענטער אלץ מורא אז די רוסן וועלן זיי אויך קידנעפן אין אריינלייגען אין פלעצער ווי מ’ברעין וואשט זיי אקעגן אוקריינע, אזוי ווי זיי האבן געטוהן ביז יעצט מיט צענדלידע טויזענטער קינדער,
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינע האט זיך געלאזט הערן אז זיי האבן גרויס חיזוק פון דעים אז טשיינע האט געשיקט פאלעטישאנס צום שלום געשפרעכן קיין סאודיע, און אזוי האבן אויך אנדערע אייראפישער דיפלאמאטן דאס זייער אויסגעלויבט אקעגן רוסלאנד,
אויך ווייל טשיינע האט למעשה יא מצליח געווען לעצטענס אויפצוטוהן און נישט נאר גערעדט ביי א סאמיט נאר האבן טאקע באוויזן צו בארואיגן אפאר חדשים צוריק די מצב פון איראן מיט סאוידיע אראביע, און געמאכט א שטיקל שלום ווערסיע אויף א ריזאלטאטישע פארנעם און די תימנע האטי רעבלען האבן טאקע איינגעשטימט און אויפגעהערט צו אטאקירן סאודיע אראביע,
און די זעלבע צייט וואס רוסלאנד האט געזאגט אז זיי קומען נישט אהין נאר זיי מאניטערן די סאמיט פון דערווייטענס,
אנאליסטן קוקן נאך נאך די זאך און שפוקאלירן נאך צו סאיז א סוקסעס אז טשיינע איז דא אדער גאר פארקערט ווייל אפשר ווילן זיי נאר אינפלואינסן אז סזאל בלייבן אלעס אויפן טשיינעישע פאליטישע זייט און לויט זייערע מהלכים, א משל כדי צו פארשטיין:
פארויסרוקען טשיינעס אייגענע אדשענדעס און פאלאסיס לויט זייערע פאליטישע שיטה און לענדער פריינד, און העלפן איראן זיך אויסקומען מיט סאוידיע וואס אמעריקא מיט די מערב זעהט אלץ פאלשע שלום אויפטועכץ ווען דורך דעים שלום פלאן זעלבסט אין די זעלבע צייט ווערט די איראנער באציאונגען מיט איזריעל ערגער און ערגער, אדער וועט טשיינע דא באמת ארויס העלפן,
עס איז יעצט געווען באריכטעט אז לאור די סאמיט האבן די סאוידי’ס נאכאמאל מרמז געווען צו די מעריב וועלט לענדער אויף זייערע זאכן וואס זיי ווילן אליינס איינקעשן, - זייערע אפיקומענס וואס זיי בעטן שוין לאנג, זיי ווילן ציווילע נוקלערע פאוער (אדער ווער ווייסט אויב נישט צוביסלעך פאר וואפען) און אמעריקא וויל - אז זיי זאלן נארמאלעזירן באציאונגען מיט איזריעל און נישט ארויפשטיפן אויל פרייזן, וכדו’ און דאס וואס ביידן האט דעמאלס געוואלט פון זיי זאלן נישט אפשטעלן אויל פראדאקשאן ווען אמעריקא צאלט דערפאר טייער ביים פאמפ און אויך אז די פרייז גייט ארויף וועט דער רוס בעניפיטירן דערפון און קענען פארקויפן מער אויל פאר מער טייער, און מיר ווילן נישט אז זיי זאלן מאכן געלט, איז מחמד בין סאלאמאן געגאנגען דעמאלס אפאר חדשים דערויף און דווקא יא אפגעשטעלט די אויל פראדאקשאן מיטן ענטפערן פאר די וועלט באבע תוריצים דערויף, בקיצור אז מקען קאנטראלירן די וועלט פארוואס נישט, למעשה אין א שטארקע וועג האט טשיינע בעצם דערווייטערט די עכטע אמעריקאנער בליק אויף רואיגקייט אין די מיטל מזרח דורך דעים וואס זיי האבן צוזאמברענגט סאודיע אראביע מיט איראן, אבער היות זיי האבן אויפגעטוהן און סהאלט זיך, און נישט סתם גערעדט און געגאנגען ווייטער אלזא דעים האט אוקריינע עפעס מער האפענונג יעצט ביי די סאודיע אוקריינע סאמיט אינעם היסטארישן מדינת מלוכה, ווייל סאיז למעשה די ערשטע מאל וואס טשיינע זיצט ביים טיש מיט אפשר א נארמאלער אפער אויפן טיש און דאס איז גאר אנדערש ווי פאריגע מאל וואס טשיינע האט געמאלדן א איינזייטיגע שלום פלאן וואס האט זייער געשטימט מיט וואס רוסלאנד אליינס וויל. און פאר טשיינע האט יעדער דרך ארץ זיי ברענגען דאך ”פרנסה” אין לאנד ווי זיי גייען און ווי זיי שטייען מאכן זיי געלונגענע ביזנעס, במילא האפט מען פאר פאזיטיווע ריזאלטאטן.
לאמיר פאגעסן אביסל אז טשיינע האט יעצט ממש געמאכט גרויזאמע מיליטערישע מישטירינגען מיט רוסלאנד אינאיינעם אין די וואסערן גאר נאנט צו אלעסקע, שאאא נישט דערמאנען די שווארצע חלק יעצט זענען זיי צדיקים גמורים והא ראיה’ זיי העלפן שלום מאכן עס קומט זיי דערפאר גרויס כבוד און לאנגע טראמפ האנט קלאטשען, וד”ל.

די רוסן האבן געשאסן אויף אוקריינא 30 מיסילס און 27 דראונס
די אוקריינאר האבן עס סוקסעספול אראפגעשאסן.
די אוקריינאר האבן עס סוקסעספול אראפגעשאסן.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
די אוקריינאר האבן באשאסן די בריק וואס פירט פון א אינזל קיין כערסאן.
אויך האבן זיי דורעכגעפירט א אטאקע אויף די בריק וואס פארבינד מערב זייט קריימיע צו כערסאן.
די רוסן זאגן אז ס'האט אפגעשטעלט געז צו 20 טויזענט הייזער אין קריימיע.
אין טעריטאריע הערשט א שטילקייט שוין א שיינע שטיק צייט,
אפשר ווילן זיי זיך צופידלען סוף זומער אז די רוס זאל נישט האבן א טשאנס צו צוריקכאפן? אזוי ווי פאריאר?
אדער זענען זיי סטאק? אדער רעגרופורן זיי זיך?
גיי ווייס...
איבער שלום געשפרעכן שרייב איך נישט, סתם געמאלן וואסער, ברענגט נישט קיין ערגעץ.

די פאראייניגטע שטאטן האט אפציעל באשטעטיגט דאס אריבערפירן קיין אוקראינע די ערשטע פעקל פון עם-1 אברעמס טאנקען. עס איז ערווארטעט צו אנקומען דארט אנהויב פרילינג. אינאיינעם מיט די טאנקען וועט די פּענטעגאן שיקן וואפן, ברענשטאף און איבריגע טיילן פאר די באנוץ פון פארעכטן.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
די אוקריינישע שפיאנאזש אגענטור זאגט אז זיי האבן ארעסטירט א רוסישן אינפארמאנט וועלכע האט געזאמעלט שפיאנאזש איבער א באזוך פון פרעזידענט זאלענסקי אין פארבינדונג מיט א רוסישע אטענטאט פארזוך אויפ'ן אוקריינישער פרעזידענט.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
די אוקריינע מיליטער, האט אין א סוקסעפול אקציע, צישטערט א רוסישע אינטעל סטאנציע אין באקמוט,
די סטאנציע האט ערהאלטען פארגעשריטענע קאמרעס, סענסערס, ראדארען
די סטאנציע האט ערהאלטען פארגעשריטענע קאמרעס, סענסערס, ראדארען
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
א אטאנטענט אויף זעלענסקי איז צישטערט געווארען,
לויטן פלאן האט עס געדארפט פאסירען אין די שטאט מיקאלייעוו, און עס שווער באמבעדירן פון די לופט.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
כאראסאן איז שווער באשאסן געווארן מיט שעלס נעכטן נאכט ,
דריי ציווילע זענען גע’הרג’ט געווארן.
אויך איז פארגעקומען א רוסישע אטאקע אויף א ציווילע בנין אין פאקראווסק/דניפרא,
אומברענגנדיג פינף און פארוואונדעט ארום 20.
דריי ציווילע זענען גע’הרג’ט געווארן.
אויך איז פארגעקומען א רוסישע אטאקע אויף א ציווילע בנין אין פאקראווסק/דניפרא,
אומברענגנדיג פינף און פארוואונדעט ארום 20.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
אוקריינא האט אראפגעשאסן א קעי 52 העליקאפטער ביים ראבאטינע פראנט.
די פארקער אויפן קריימיער בריק איז געווען היינט אפגעשטעלט.
ווייל?
די פארקער אויפן קריימיער בריק איז געווען היינט אפגעשטעלט.
ווייל?
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
רוסישע אקאונטס באריכטן אז די אוקריינאר זענען שוין אינעם שטעטל Urozhaine.
ענדליך זיך גערירט א טראפקעלע..
ענדליך זיך גערירט א טראפקעלע..
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
רוסלאנד האט באמבאדירט א ליידיגע האטעל אין פאקראווסק, און נאך בנינים דערנעבן.
ווען די פייערלעשער און אנדערע רעטונגס באאאמטע זענען אנגעקומען אויפן ארט האבן זיי ווידער באמבאדירט.
7 טויט און 67 פארוואונדעטע.
ווען די פייערלעשער און אנדערע רעטונגס באאאמטע זענען אנגעקומען אויפן ארט האבן זיי ווידער באמבאדירט.
7 טויט און 67 פארוואונדעטע.
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
ווי האלט מורדיגע לאנג ערוורטוטע אוקריינע קאנטיר אפינסיווע וואס מ'רעדט שוין אזוי לאנג אז ס'קומט?
Re: "נייעס" פונעם רוסלאנד אוקראינע קריג
רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט קריס קריסטי זאגט אז די פאראייניגטע שטאטן האט נישט גענוג געטון פאר אוקראינע, און זאגט אז פרעזידענט ביידען האט געטון פיל מער און בעסער ווי געוועזענער פרעזידענט טראמפ.