איז ריכטיג אז ביי די ליטווישע איז דער לומד תורה מער ארויפגעקוקט?

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1568
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5125

Re: ס'ריכטיג אז ביי די ליטווישע איז מער ארויפגעקוקט דער לומד תורה ?

פאוסט דורך Think and Thank »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:20 pm ביי די ליטווישע איז אידישקייט געבליבען ארגינעל אזוי ווי במשך הדורות, און חסידים זענען די וואס האבן משנה געווען.

ווי געברענגט אויבן פון בעל התניא איז דאס נישט ריכטיג. במשך הדורות האבן פארשידענע רבנים וועלכע זענען נישט געווען ראוי לאותה איצטלא געטוישט פארשידענע זאכן און אידישקייט אריינגערעכנט אז די גאנצע אידישקייט דרייט זיך בלויז ארום לימוד התורה, עד שבא רבינו הבעל שם טוב והחזיר העטרה ליושנה.

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:20 pm לאמיר נישט פארגעסן. דאס אז תורה איז געווען שטערקער אין די ליטא אלעמאל איז א מציאות! דער נפש החיים איז ארויסגעקומען פאר א סיבה!

ס'נישט אמאל געווען א מציאות און נישט היינט. וואס איז אמאל געווען א מציאות איז אז די גאנצע אידישקייט האט זיך געוואנדן אין לימוד התורה, דהיינו איינער וואס האט געדאוונט מיט א ברען אז א שחרית האט געדויערט צוויי שעה, איז געווען פרוך ומופרך אפילו אויב די גאנצע איבריגע טאג איז ער געזעצן און געלערנט. דאס איז אבער נישט אידישקייט, ווי מען זעהט שוין אין די גמרא ברכות (לב:) אז די חסידים הראשונים האבן פארברענגט ניין שעה א טאג מיט דאווענען.
אוועיטער
Think and Thank
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1568
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 22, 2024 1:34 am
x 5125

Re: איז ריכטיג אז ביי די ליטווישע איז דער לומד תורה מער ארויפגעקוקט?

פאוסט דורך Think and Thank »

מענדל האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:50 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מאנטאג מאי 27, 2024 7:49 pm זאגסט א נקודה, אבער איך קען פונקט אזוי זאגן א נקודה אויף פארקערט, און איך מיין אז דאס איז א הארבערע נקודה.

די נארישע געפראוואכץ איז נישט "אינעם סיסטעם" ביי די חסידישע. נאר פשוט ס'אלס דא מגושמים וואס קענען יעדע זאך אויסנוצן אויף זייער אופן.

משא"כ די חודש אב בין הזמנים, דאס איז א געהעריגע לאך אינעם סיסטעם, מטעם, אפיציעל, א חודש אינמיטן זומער צו הוליען! איין חודש וואס דער אויבערשטער איז וואקאציע.
פאלט דיר נישט ביי אז ביי זיי איז עס אויך נאר די מגשמים ??

ניין עס איז נישט. אב איז אפיציעל די תורה אויף וואקאציע. מען פארט ארום 'מקומות הקדושים'... איבער די לענג און די ברייט פון אמעריקע, און מען עפנט נישט קיין ספר ווי גרויס די טאג איז. די גאר ערנסטע וועלן פרובירן מסדר צו זיין א שטיקל מנין, אבער א היבשע ציבור - לאו דוקא די נידעריגע מגושמים אדער ממש די קצה המחנה - גייט ניטאמאל דאס אן.
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 414
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 1179

Re: איז ריכטיג אז ביי די ליטווישע איז דער לומד תורה מער ארויפגעקוקט?

פאוסט דורך צייטווייליג »

רבותי, כהאב פרובירט צו רייניגן דעם טעמע כפי השגת ידי הדל. ביטע באריכטן אויב האב איך פארזעהן סיי וואס אומפאסיג.

וכאן הקריאה יוצאת, השמר והזהר צו שרייבן דא (און איבעראל) א פאוסט אן זיך פארשטענדיגן מיטן אינערן מיניסטער די מח שבראש. איר ווייסט נישט וואספארא ארבעט אן אנגע’חרוב’טע טעמע קאסט צו רייניגן.

ביטע
שרייב פאוסט