בלאט 5 פון 6

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 3:39 pm
דורך בן חיים
נישט קיין בהלה האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:15 pm
בן חיים האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 10:42 am איך מאך ח"ו נישט אוועק ר' אביגדור מיללער ז"ל
אבער סאטמאר רב זי"ע האט געשריבן א ספר און די הקדמה ברענגט ער ראיות פון חז"ל וכו' אז עס איז געקומען וועגן ציונות,
עס איז נישט קיין סתירה, פונקט אזוי ווי די בית המקדש איז חרוב געווארן וועגן שנאת חינם מיינט נאך נישט אז די אנדערע חטאים האבן נישט צוגעגעבן, די עיקר גורם איז טאקע געווען וועגן ציונות, אבער אוודאי איז געווען אויך אמת אז עס איז געווען נאך עבירות וואס האבן געגעבן כח פאר די מקטרג השם ירחם.
גערעכט
אבער ער שרייבט אז דאס איז די סיבה און דערמאנט נישט קיין ווארט וועגן ציונות, ווי כאילו נישט ציונות איז די סיבה,
ממילא האב איך דאס געענטפערט

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: דינסטאג מאי 07, 2024 3:56 pm
דורך הר ההר
פרייליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:21 pm
ניקל האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:51 pm א אידיש קינד איז ערמארדעט געווארן און עגיפטן ה"י
אוי וויי
אלץ נקמה אויף די אנגייענדע שחיטות וואס די ציוניסטן מאכן אהן?
אויב זענען די ציונים אזוי שולדיג אין צווייטען וועלט קריג ווי אין דעם, איז....

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: מיטוואך מאי 08, 2024 1:05 am
דורך אנדערער
הר ההר האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:56 pm
פרייליך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:21 pm
ניקל האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:51 pm א אידיש קינד איז ערמארדעט געווארן און עגיפטן ה"י
אוי וויי
אלץ נקמה אויף די אנגייענדע שחיטות וואס די ציוניסטן מאכן אהן?
אויב זענען די ציונים אזוי שולדיג אין צווייטען וועלט קריג ווי אין דעם, איז....
איז וואס?

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 6:04 pm
דורך איך ווייס
איך וויל צושרייבן א וואס נישט א ווער. די עוויען קאנפרענס. ס'איז א שטיקל היסטאריע וואס ווייניג קענען, אבער אביסל א בליק איבער דער מצב פון איידער די מלחמה. זינט היטלער איז געקומען צו די מאכט, האט מען אנגעפאנגן לייגן דרוק אויף רוזוועלט צו טוהן עפעס צו ראטעווען די אידן פון דייטשלאנד, מיט די צייט, איז די מצב געווארען ערגער און ערגער, און די דרוק אויף רוזוועלט שווערער און שווערער, אין 1938 האט רוזוועלט געזען אז לפטור בלא כלום אי אפשר, איז ער געגאנען, און גערופן א קאנפרענס, די קאנפרענס איז גערופן געווארן די עוויען קאנפרענס, 32 לענדער האבן זיך באטייליגט אין דעם קאנפרענס, כולם פה אחד האבן געזאגט אז מען מוז זעהן צו ראטעווען די אידן, און אז אלע אנדערע באטייליגטע ביים קאנפרענס, זאלן נעמען וואס מער אידן, אבער זיי זעלבסט קענען נישט, צוליב סיבות שונות... און דאס איז געווען די החלטה ביים קאנפרענס, יענער וועט אריינעמען אידן, יענער וועט ראטעווען די אידן פון די נאציס...

דער עוויען קאנפרענס איז געווען א גלעצענדע געלגענהייט פאר די דעמעקראטישע לענדער צו טוהן עפעס לטובות די אידן, און זיי האבן אלע אפגעזאגט.

Re: ווער האט גורם געווען אז מ' זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה??

געפאוסט: מאנטאג מאי 13, 2024 8:34 pm
דורך פעיק ניוז
נטרונא האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:59 pm
אלטערנעסייד פארקינג האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 1:30 pm
וואלף האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 11:56 am
אז דו זאגסט אזוי זאגסטו אזוי, וויקיפידיע שרייבט
Later in 1941 or early 1942, the highest levels of the German government decided to murder all Jews in Europe
אזוי דו מיינסט אז דער באשלוס איז געקומען פון איין מינוט אויפן צווייטן? היטלער האט דאס געשריגן ביי זיינע רעדעס אז מ'דארף אויס הרג'נען אלע אידן עפ"ל...
א בריוו פון ר' מיכאל בער זצ"ל
די ווערטער נאגלען עס. עס איז נישט די דירעקטע פעולות וואס די אפיציעלע ציונים האבן געטון אויפצורעגן היטלער אדער אפצוהאלטן רעטונג. עס איז די קולטור וועלכע די באוועגונג האט אריינגעברענגט. עס האט אפגעלאכט פון דעם נכנע'דיגן גלות איד וועלכער לאזט זיך טרעטן פון די אומות העולם, עס האט אויפגעבויעט נאציאנאליסטישע סענטימענטן צווישן אידן, וועלכע האט געברענגט אז אידן זאלן זיך אויפהייבן דעם קאפ סיי וואו זיי האבן נאר געוואוינט און אנגעהויבן פאדערן, פארלאנגען און אראפרייסן די אומות העולם אויף דעם וואס זיי האלטן דעם איד פאר צווייט קלאסיג און טוען באקריוודען איד.

דער גוי האט נישט ליב דעם איד. אבער מער ווי ער גלייכט נישט דעם אפגעריסענעם נעבעכדיגן איד וואס לאזט זיך טרעטן און אנשטאט פאדערן רעכטן פאלט ער צו די פיס זיך בעטן רחמנות, אויב זאל דער איד זיך הייבן דעם קאפ און זאגן פאר'ן גוי: איך בין מער נישט ביי דיר אין גלות, איך בין פונקט ווי דיר און מיר וועסטו רעספעקטירן גלייך ווי אלעמען, דאן וועט די אומליבע פארוואנדלט ווערן אין א וויסטער שנאה. דער גוי וויל זען דעם איד אין גלות אונטער אים, און דער רגע ווען דער אנטיסעמיט האט רעאליזירט אז די קולטור ביי די אידן האט זיך געטוישט, האט עס ארויסגערופן זיין ווילדע חיה וואס ליגט אין אים באהאלטן און ליידער פארציקט מיט אייפער מיליאנען אידישע נפשות.

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: דינסטאג מאי 14, 2024 12:01 pm
דורך וואלף
איך ווייס האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 6:04 pm איך וויל צושרייבן א וואס נישט א ווער. די עוויען קאנפרענס. ס'איז א שטיקל היסטאריע וואס ווייניג קענען, אבער אביסל א בליק איבער דער מצב פון איידער די מלחמה. זינט היטלער איז געקומען צו די מאכט, האט מען אנגעפאנגן לייגן דרוק אויף רוזוועלט צו טוהן עפעס צו ראטעווען די אידן פון דייטשלאנד, מיט די צייט, איז די מצב געווארען ערגער און ערגער, און די דרוק אויף רוזוועלט שווערער און שווערער, אין 1938 האט רוזוועלט געזען אז לפטור בלא כלום אי אפשר, איז ער געגאנען, און גערופן א קאנפרענס, די קאנפרענס איז גערופן געווארן די עוויען קאנפרענס, 32 לענדער האבן זיך באטייליגט אין דעם קאנפרענס, כולם פה אחד האבן געזאגט אז מען מוז זעהן צו ראטעווען די אידן, און אז אלע אנדערע באטייליגטע ביים קאנפרענס, זאלן נעמען וואס מער אידן, אבער זיי זעלבסט קענען נישט, צוליב סיבות שונות... און דאס איז געווען די החלטה ביים קאנפרענס, יענער וועט אריינעמען אידן, יענער וועט ראטעווען די אידן פון די נאציס...

דער עוויען קאנפרענס איז געווען א גלעצענדע געלגענהייט פאר די דעמעקראטישע לענדער צו טוהן עפעס לטובות די אידן, און זיי האבן אלע אפגעזאגט.
רשעים ארורים
@איך ווייס פון וועם איז געקומען די דרוק אויף רוזוועלט?

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:00 pm
דורך איך ווייס
אויף דער טעמע האב איך געטראפן אן אינטרעסאטנע באריכט. די חידוש פון דעם באריכט איז דער דאטום. דער דאטום פון דער באריכט איז January 13 1944, איבער 15 חדשים איידער די מלחמה האט זיך גע'ענדיג'ט. די באריכט איז געשריבן געווארן אויף די פארלאנג פון די אידישע טרעזשורי סעקרוטאר, הענרי מארגענטוי (Henry Morgenthau), דורך Josiah DuBois און John Pehle, צוויי ארבייטער אין די טרעזשורי דעפארטמענט. דער טיטל פון דעם דאקומענט איז "Report to the Secretary on the Acquiescence of this Government in the Murder of the Jews" אין אידיש, דער באריכט צום [טרעזושרי] סעקרוטאר איבער דער צולאזענג פון דעם [אמעריקאנער] רעגירונג אין דער מארד פון די אידן.

די אריינפיר פון דעם באריכט איז שרעקעדיג, איבערגעזעצט אויף אידיש
איינער פון דער גרעסטער פארברעכנס אין היסטאריע, דער שחיטה פון די אידן אין אייראפע, זעצט פאר אומאפגעשטעלט.

דער גאווערמענט האט פאר א לאנגע צייט געזאגט אז איהר פאליסי איז צו ראטעווען די אידן פון אייראפע וואס קענען געראטעוועט ווערן.

איך בין איבערצייגט באזירט אויף אינפארמאציע וואס איז עוועליביל צו מיר אז געוויסע באאמטע אין אונזער סטעיט דעפארטמענט, וועלעכע דארף צו אויספירען דער פאליסי [פון ראטעווען אידן], זענען שולדיג נישט בלויז אין דאס גראב אפשטופען, און ברצון נישט טוהן, אבער אויך [זענען זיי שולדיג] אין ברצון פראבירן אפצושטעלן טאהטן פון געטוהן ווערן צו ראטעווען די אידן פון היטלער.

איך אנערקען גענצליך דער הארבקייט פון דעם דאזיגן באשטעטונג און איך מאך דאס בלויז נאכן פארזיכטעג וועגן די שטויענדענע פאקטן וואס זענען געקומען צו מיין אויפמערקזיימקייט די לעצטע פאר חדשים.

חוץ אויב דראסטישע שריט וועלן גענומען ווערן, און זאפארט גענומען ווערן, בין איך זיכער אז קיין שום זאכליכע טאהט ווערט געטוהן ווערן דורך דער גאווערמענט צוריקצוהאלטן דעם גענצילכע אויסראט פון די אידן אין די [חלק אייראפע אונטער די דייטשן], און אז דער גאווערמענט וועט דארפן טיילן פאר אייביג דער שולד פאר דער אויסראט.
דאס איז דער אריינפיר, עוד חזון למועד אפצוטייטשן נאך חלקים פון דעם באריכט.

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:03 pm
דורך דער תהלים איד
Wow

Re: ווער האט גורם געווען אז מ' זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה??

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:06 pm
דורך העלדיש
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:12 am סאטמארע רב האט עס געזאגט די שימלויע רב האט עס געזאגט, רבי מיכאל בער זצ"ל האט עס באשריבן אין מן המיצר
ווילסט זיי ליעב האבן זאג אז ביסט נישט צופרידן וואס גדו"י האבן געהאלטן איבער זיי, אבער ליידער איז די פאקט אז אידיש בלוט פון מיליאנען קדושים הי"ד ליגט אויף זייערע הענט
הייסט דאס אז אדער האב איך ליב די ציונים אדער מוז איך האלטן אז זיי זענען שילדיג אין די ביטערע וועלט מלחמה???

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 10:24 pm
דורך איך ווייס
איך ווייס האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:00 pm אויף דער טעמע האב איך געטראפן אן אינטרעסאטנע באריכט. די חידוש פון דעם באריכט איז דער דאטום. דער דאטום פון דער באריכט איז January 13 1944, איבער 15 חדשים איידער די מלחמה האט זיך גע'ענדיג'ט. די באריכט איז געשריבן געווארן אויף די פארלאנג פון די אידישע טרעזשורי סעקרוטאר, הענרי מארגענטוי (Henry Morgenthau), דורך Josiah DuBois און John Pehle, צוויי ארבייטער אין די טרעזשורי דעפארטמענט. דער טיטל פון דעם דאקומענט איז "Report to the Secretary on the Acquiescence of this Government in the Murder of the Jews" אין אידיש, דער באריכט צום [טרעזושרי] סעקרוטאר איבער דער צולאזענג פון דעם [אמעריקאנער] רעגירונג אין דער מארד פון די אידן.

די אריינפיר פון דעם באריכט איז שרעקעדיג, איבערגעזעצט אויף אידיש
► Show Spoiler
דאס איז דער אריינפיר, עוד חזון למועד אפצוטייטשן נאך חלקים פון דעם באריכט.
סוף בלאט 1 + בלאט 2 (פון 18)
דער טראגישע היסטאריע פון דער רעגירונג'ס באהאנלדלונג פון דעם נושא אנטפלעקט אז געוויסע סטעיט דעפארטמענט באאמטע זענען שולדיג אין די פאלגענדע.

1) זיי האבן נישט בלויז נישט גענוצט די רעגירונג'ס געצייג אין זייער באזיץ צו ראטעווען די אידן פון היטלער, נאר זיי זענען געגאנגען אזוי ווייט ווי צו ניצן די רעגירונג'ס געצייג צוריקצוהאלטען דער הצלה פון אידן

2) זיי האבן נישט נאר פארפעלט צוזאמצוארבייטען מיט פריוואטע ארגאניזאציעס אין דער פריוון אויסצוארבייטען זייער אייגענע פראגראמען, נאר זיי האבן גענומען שריט צוריקצוהאלטען די פראגרעמען פון אריינגיין אין קראפט.

3) זיי [האבן] נישט בלויז פארפעלט צו מסדר זיין דאס באקומען אינפארמאציע איבער היטלער'ס פלענער אויסצוראטן די אידן פון אייראפע נאר אין זייער אפיצעלע שטעלע געגאנגן אזוי ווייט ווי צו באהאלטענערהייט פראבירן אפצושטעלן דאס באקומען אינפארמיע איבער דער מארד פון די אידשע באפעלקרונג פון אייראפע

4) זיי האבן פראבירט צו פארדעקען זייער שולד דורך:
א) באהאלטענקייט און פארדיירענעש
ב) געבן פאלטש און פארפירשע תירוצים אויף זייער פארפעלט צו טוהן און זייער פריוון אפצוהאלטן [אנדערע] פון טוהן און
ג) ארויסגעבן פאלטשע און פארפרישע סטעיטמענט בנוגע דער "ארבייט" וועלעכע זיי האבן געטוהן ביז אהער

כאטש וואס בלויז א חלק פון די פאקטן וואס האבן שייכות צו די אקטיוועטען פון פ דער סטעיט דעפארטמענט בנוגע דעם געביט איז עוועליביל צו אונז, גענוג פאקט זענען געקומען צו מיין אויפמערקזאמגקייט פון פארשידנע מקורות דורכאויס די לעצטע פאר חדשים גענצליך אונטערצושטיצן דער מסקנות צו וואס איך בין אנגעקומען צו.

1) סטעיט דעפארטמענט באאמטע האבן נישט בלויז פארפעלט צו ניצן די רעגירונג געצייג אין זייער באזיץ צו ראטעווען אידן פון היטלער, נאר זענען געגאנגן אזוי וויי אז צו ניצן די רעגירונג געצייג צוריקצוהאלטן דאס ראטעווען פון אידן

דער פובליק רעקארד, אפילו אן די פאקטן וואס זענען נאכנישט געמאכט געווארן פובליק, אנטפלעקען דער גרויס אפשטופעניש, און בייזוויליגע פארפעלן צו טוהן דורך די באאמטע וואס טוהן רעפרעזענטירען דער רעגירונג אין דעם געביט

א) א לאנגע צייט איז דורכגעגאנן זינט ס'איז קלאר געווארן אז היטלער איז אנטשלאסן אויסצוראטען די אידן פון אייראפע.
ב) איבער א יאר איז פאראיבער זינט די רעגירונג און אנדערע מיטגלידיער פון די United Nations האבן עפנעטליך אנערקענט און אראפגעריסן דער פאליסי פון אויסראטן; און זינט דער פרעזידענט האט מבטיח געווען אז דער פאראייניגטע שטאטען וועט טוהן אלעס וואס זי קען צוזאמען מיט די UN צו ראטעווען די וואס קענען געראטעוועט ווערן
נ. ב. דאס איבערזעצן קומט נישט אן גרינג, אלזא גיבטס א לייק וועל איך וויסן אז מען האט הנאה, און איך וועל פארזעצן איבערצוזעצן

Re: ווער האט גורם געווען אז מ' זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי די צווייטע וועלט מלחמה??

געפאוסט: דאנערשטאג מאי 30, 2024 11:22 pm
דורך וואלף
העלדיש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2024 5:06 pm
פרייליך האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 12:12 am סאטמארע רב האט עס געזאגט די שימלויע רב האט עס געזאגט, רבי מיכאל בער זצ"ל האט עס באשריבן אין מן המיצר
ווילסט זיי ליעב האבן זאג אז ביסט נישט צופרידן וואס גדו"י האבן געהאלטן איבער זיי, אבער ליידער איז די פאקט אז אידיש בלוט פון מיליאנען קדושים הי"ד ליגט אויף זייערע הענט
הייסט דאס אז אדער האב איך ליב די ציונים אדער מוז איך האלטן אז זיי זענען שילדיג אין די ביטערע וועלט מלחמה???
געווענליך גייט עס אזוי.

ווער עס האט זיי פיינט גלייבט די עדות'שאפטן פון די גדולים וצדיקים, און ווער ליידער נישט זוכט לימודי זכות

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 9:52 am
דורך שרייבן שרייבט זיך
איך האב נאר געליינט די ערשטע בלאט דא, אבער די שיטות זענן נישט געברענגט געווארן בדקדוק ממש.

הרב מיכאל בר האט געהאלטן אז דער עולם האט זיך געשראקן פון היטלר מער ווי עס פאדערט זיך. אוודאי איז ער געווען א (לייג אריין וואס פארא ווערטער דו ווילסט), אבער לגבי די צרות פאר אידן איז עס נישט געווען קיין אויסנאמליכע גזירה. אזוי ווי ביי יעדער פאל, האט מען געקענט פועלן, שתדלן, משחד זיין, און טון צו דער זאך. די חילוק צווישן היטלר און די רוסישן צאר איז מער נישט ווי אזוי די אידן האבן רעאגירט דערצו.
איך זאג נאר איבער זיינס, נישט מיינס.

הרב שך האט געדרשנ'ט ברבים, באקאנט אלס נאום השפנים, ווי כלל ישראל האבן זיך דערקייקעלט פארן קריג, און פארשידענע שלוחים זענן געקומן ווארנן כלל ישראל אז זיי זאלן תשובה טון. נישט דוקא ציונות, נאר אלע קרומע באוועגונגן אינאיינעם. איך געדענק ווען ער האט עס געזאגט, האט איינער פון די ציוניסטישע פירערס געזאגט אז דאס איז 'א הארבע זאך צו זאגן, קעגן גאנץ תורת הציונות'. אלס אינגל האב איך מיר נישט פארשטאנן וואס יענער ציוני האט געוואלט, האט ער דען געהאלטן אז הרב שך וועט יא רעדן ציונות?

דער משך חכמה שרייבט שוין אין די וואכעדיגע פרשה (בחקתי) וואס פאסירט ווען מ'פראבירט זיך איינצוגלידערן אין א פרעמדן פאלק, עיי"ש והדברים קילורין לעינים.

הרב יישכר שלמה טייכטל הי"ד האט געשריבן אז די סיבה איז ממש פארקערט, דאס איז אן עונש פארן 'וימאסו בארץ חמדה', און מענטשן האבן באקעמפט קעגן בויען אידישקייט אין ארץ ישראל. והדברים עתיקין.

אנדער האבן געזאגט אז מחלוקת צווישן אידן איז געווען בעוכרם. באקאנט איז אז אושפיצין איז געווען א שטאט מלומד במחלוקת. אן אלטע בעלזער חסיד פון מונקאטש האט מיר פארציילט אז ווען זיי זענן אנגעקומן קיין אוישוויץ האט זיין מאמע געזאגט פאר אים, "אוי, ווי נאריש אונז זע'מיר געווען. מ'האט זיך פארלייגט אויף שטותים מיט קטנות." טאקע, די דייטשע אידן, על אף וואס זיי זענן נישט געווען קיין תיקון חצות זאגערס, האבן געהאט א שטארקן מיטפיל פאר אנדערע אידן, אפי' די וואס זענן געווען ווייט פון זיי. און זיי האבן שטארק איבערגעלעבט, עפ"י דרך הטבע ווייל זיי זענן אנטלאפן.

עס איז דא א סברא אז מיט די אויפשטייג פון ציונות זענן אידן געווארן א חלק פון די אינטערנעשנעל עקאנאמיא און פוליטיק. זיי זענן ארום געגאנגן אלע מדינות פראבירן צו פארפירן אז מ'זאל מאכן א מדינה. צוליעב דעם האט דער וועלט ווייניג רחמנות געהאט אויף די אומשולדיגע פאלק וואס ליידט און פלאגט זיך. מ'האט זיי אנגעקוקט ווי אללרייטניקס, וואס אדער דערנידערט מען זיי אדער וועלן זיי דיר דערנידערן. ביי יעדער פרואוו צו ראטעוון אידישע זעלעס מיט די ענגלישע רעגירונג האבן זיי מקפיד געווען צו דערמאנן ארץ ישראל, און דארט האט זיך עס גע'ענדיגט.

עכ"פ, גארנישט איז פשוט, און יעדער זאל מתקן זיין ביי זיך און נישט ציען קיין הלכות פון אונזער קורצזיניגע אפטייטש פון די מציאות. אן א נביא זאגט די מציאות גארנישט. לא תנסון את ה' א-להיכם.

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 10:11 am
דורך איך ווייס
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:52 am טאקע, די דייטשע אידן, על אף וואס זיי זענן נישט געווען קיין תיקון חצות זאגערס, האבן געהאט א שטארקן מיטפיל פאר אנדערע אידן, אפי' די וואס זענן געווען ווייט פון זיי. און זיי האבן שטארק איבערגעלעבט, עפ"י דרך הטבע ווייל זיי זענן אנטלאפן.
איך וויל שרייבן זאכן פון דרך הטבע ארויס אין דעם געביט, ווען אידן אין פולין, און רוסלאנד און פארשידינע אנדערע מדינות האבן געליטן צרות פון זייערע רעגירונגען, האבן די דייטשע אידן געגרינדערט אן ארגאענזאציע מיט די נאמען "הילפספאראיין", דער ארגענאזציע האט געהאלפן די אידן אנטלויפן צו פארזיכערטע מדינות (על אף וואס די אידן האבן אויסגעקוקט גאר אנדערש ווי דייטשע אידן). זיי האבן געהאלפן שאפן וויזעס, געהאלפן מיט וועגן אא"וו. לימים איז די נאצי רשע געקומען צו די מאכט, און די זעלבע ארגאנאזציע וואס געהאלפן די "אסט-אידן" (אזוי האבן די דייטשע אידן גערופן די אידן פון מזרח אייראפע, אסט איז דייטש פאר east), האט געהאט די קשרים אין פלאץ צו העלפן די דייטשע אידן אנטלויפן, מילא נישט בלויז הימליש זעהט מען די שייכות פון דעם, נאר אין דער וועלט אריין, ע"פ דרך הטבע האט מען אויך געזעהן די שייכות

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 11:42 am
דורך וואלף
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:52 am הרב יישכר שלמה טייכטל הי"ד האט געשריבן אז די סיבה איז ממש פארקערט, דאס איז אן עונש פארן 'וימאסו בארץ חמדה', און מענטשן האבן באקעמפט קעגן בויען אידישקייט אין ארץ ישראל. והדברים עתיקין.
מזרחי שיטות איז זיכער נישט אקצעפטירט

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 2:31 pm
דורך שרייבן שרייבט זיך
ר' אלחנן וואסערמאן איז ביי דיר א מזרחי? ער האט דען נישט געזאגט אז בויען א יודישע געזעלשאפט אין ארץ ישראל איז וויכטיג. נאר א פרייע געזעלשאפט האבן זיי נישט געוואלט.
675151_132.png
675151_132.png (79.4 KiB) געזען געווארן 470 מאל
אין כאן שום קשר מיט די מזרחי, און הרב טייכטאל דארף נישט קיין הסכמה פון אונז.

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 3:09 pm
דורך שאינו יודע לשאול
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:52 am עכ"פ, גארנישט איז פשוט, און יעדער זאל מתקן זיין ביי זיך און נישט ציען קיין הלכות פון אונזער קורצזיניגע אפטייטש פון די מציאות. אן א נביא זאגט די מציאות גארנישט. לא תנסון את ה' א-להיכם.
די שמועס איז נישט דא איבער הלכה אדער נביאות. נאר אויף זאכן וואס אונזערע פליישיגע אויגן זעהן און זאכן וואס אונזערע חכמים (שעדיף מנביא) האבן אונז איבערגעגעבן.
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 2:31 pm ר' אלחנן וואסערמאן איז ביי דיר א מזרחי? ער האט דען נישט געזאגט אז בויען א יודישע געזעלשאפט אין ארץ ישראל איז וויכטיג. נאר א פרייע געזעלשאפט האבן זיי נישט געוואלט.
675151_132.png
אין כאן שום קשר מיט די מזרחי, און הרב טייכטאל דארף נישט קיין הסכמה פון אונז.
איך זעה דא פונקט פארקערט. דו ביסט חושד ר' אלחנן אין "וימאסו בארץ חמדה"?! אין ר' אלחנן'ס בריוו זעהט מען זייער קלאר וועלכע אידישקייט אין א"י מ'האט באקעמפט. ווי ער שרייבט "לשמחה מה זו עושה? האם זה בנין של יהודים או או חורבן של שונאיהם".

ווער האט באקעמפט אידישקייט אין א"י? ס'איז דאך געווען אין אלע לענדער כוללים וואס האבן געשיקט שווערע געלטער קיין א"י? אלא מאי רעדט ער פון די מזרחי!

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 3:10 pm
דורך דער תהלים איד
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 2:31 pm ר' אלחנן וואסערמאן איז ביי דיר א מזרחי? ער האט דען נישט געזאגט אז בויען א יודישע געזעלשאפט אין ארץ ישראל איז וויכטיג. נאר א פרייע געזעלשאפט האבן זיי נישט געוואלט.

675151_132.png

אין כאן שום קשר מיט די מזרחי, און הרב טייכטאל דארף נישט קיין הסכמה פון אונז.
א אידישע געזעלשאפט אפשר יא.

מיש נישט אריין דא די "מדינת" הציונים.

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 4:38 pm
דורך אנדערער
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:52 am עס איז דא א סברא אז מיט די אויפשטייג פון ציונות זענן אידן געווארן א חלק פון די אינטערנעשנעל עקאנאמיא און פוליטיק. זיי זענן ארום געגאנגן אלע מדינות פראבירן צו פארפירן אז מ'זאל מאכן א מדינה. צוליעב דעם האט דער וועלט ווייניג רחמנות געהאט אויף די אומשולדיגע פאלק וואס ליידט און פלאגט זיך. מ'האט זיי אנגעקוקט ווי אללרייטניקס, וואס אדער דערנידערט מען זיי אדער וועלן זיי דיר דערנידערן. ביי יעדער פרואוו צו ראטעוון אידישע זעלעס מיט די ענגלישע רעגירונג האבן זיי מקפיד געווען צו דערמאנן ארץ ישראל, און דארט האט זיך עס גע'ענדיגט.
זיי האבן זייער קלאר געוואוסט אז דערמאנען אידישע מדינה וועט ענדיגן די פארהאנדלונגען און האבן עס דאך געטון. פארוואס?

און דו גייסט מיר זאגן אז נישט די ציונים זענען שולדיג?

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 4:39 pm
דורך אנדערער
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:52 am הרב מיכאל בר האט געהאלטן אז דער עולם האט זיך געשראקן פון היטלר מער ווי עס פאדערט זיך. אוודאי איז ער געווען א (לייג אריין וואס פארא ווערטער דו ווילסט), אבער לגבי די צרות פאר אידן איז עס נישט געווען קיין אויסנאמליכע גזירה. אזוי ווי ביי יעדער פאל, האט מען געקענט פועלן, שתדלן, משחד זיין, און טון צו דער זאך. די חילוק צווישן היטלר און די רוסישן צאר איז מער נישט ווי אזוי די אידן האבן רעאגירט דערצו.
פון וואו נעמסטו דאס?

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 4:41 pm
דורך אנדערער
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:52 am אנדער האבן געזאגט אז מחלוקת צווישן אידן איז געווען בעוכרם. באקאנט איז אז אושפיצין איז געווען א שטאט מלומד במחלוקת. אן אלטע בעלזער חסיד פון מונקאטש האט מיר פארציילט אז ווען זיי זענן אנגעקומן קיין אוישוויץ האט זיין מאמע געזאגט פאר אים, "אוי, ווי נאריש אונז זע'מיר געווען. מ'האט זיך פארלייגט אויף שטותים מיט קטנות." טאקע, די דייטשע אידן, על אף וואס זיי זענן נישט געווען קיין תיקון חצות זאגערס, האבן געהאט א שטארקן מיטפיל פאר אנדערע אידן, אפי' די וואס זענן געווען ווייט פון זיי. און זיי האבן שטארק איבערגעלעבט, עפ"י דרך הטבע ווייל זיי זענן אנטלאפן.
ברענג מיר ביטע איין גרויסער איד וואס האט געזאגט אז די חורבן איז געקומען וועגן מחלוקת

יא. ווען די חורבן איז געקומען האט מען די טויט לאגער אויפגעשטעלט אין א מחלוקת שטאט

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 4:44 pm
דורך אנדערער
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 9:52 am עכ"פ, גארנישט איז פשוט, און יעדער זאל מתקן זיין ביי זיך און נישט ציען קיין הלכות פון אונזער קורצזיניגע אפטייטש פון די מציאות. אן א נביא זאגט די מציאות גארנישט. לא תנסון את ה' א-להיכם.
קיינער פון אונז דא קליינע מענטשן האט נישט אליינס געצויגן קיין מסקנות איבער הימלישע באשלוסן

הימליש גערעדט האבן אסאך צדיקים געזאגט אז די חורבן איז געקומען וועגן די ציונים

פראקטיש גערעדט האט מען שוין איבערצייגט אז די ציונים האבן געהאט דערין א דירעקטע האנט

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 6:18 pm
דורך שרייבן שרייבט זיך
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 3:10 pm
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 2:31 pm ר' אלחנן וואסערמאן איז ביי דיר א מזרחי? ער האט דען נישט געזאגט אז בויען א יודישע געזעלשאפט אין ארץ ישראל איז וויכטיג. נאר א פרייע געזעלשאפט האבן זיי נישט געוואלט.

675151_132.png

אין כאן שום קשר מיט די מזרחי, און הרב טייכטאל דארף נישט קיין הסכמה פון אונז.
א אידישע געזעלשאפט אפשר יא.

מיש נישט אריין דא די "מדינת" הציונים.
ווער האט דא אריין געמישט מדינת הציונים?

הרב טייכטאל האט מער נישט ווי געזאגט אז מיר האבן געדארפט אפלאזן די גלות און בויען א אידישע לאנד אין א"י. נישט קיין ציוניסטישע, נישט קיין מזרחיסטישע, נאר א יודישע לאנד.
אנדערע האבן געהאלטן אז נאר כולל יונגעלייט מעגן וואוינן אין א"י, האב איך געברענגט ר' אלחנן וואסערמאן, וואס מיט מזרחי האט ער גארנישט געהאט, און טראץ דעם האט ער נישט געהאלטן ווי יענער שיטה.

זה הכל. לייג נישט קיין ווערטער אין מיין, אדער הרב טייכטאל'ס, מויל.

איך בין נאר געקומן ברענגן פארשידענע מיינונגן, נישט ציען קיין מסקנות דערפון. אבער דער איסור פון 'לא תנסון את ה'' גילט אויף צדיקים פונקט ווי פשוטע מענטשן. טאמער א זאך איז נישט אויפגעוויזן עפ"י תורה לאיסור או להיתר, טאר מען נישט נוצן די מציאות אלס א ראיה. ממילא, טאמער בויען א אידישע מדינה איז א מצוה, טאר מען זיך נישט צוריק האלטן צוליעב א האלאקאוסט. און טאמער עס איז אן עבירה, טאר מען עס נישט טון אפילו נאך א האלאקאוסט. די מציאות זאגט אונז גארנישט, די ענדע איז נאך נישט דא.

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 7:41 pm
דורך אנדערער
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג מאי 31, 2024 6:18 pm

ווען ר' ייבי מיט ר' פנחסל קאריצער האבן זיך געטענהט וואס האט געברענגט א געוויסע גזירה און ביידע האבן געטראפן סמוכין אין פסוק הכזונה יעשה את אחותינו האבן זיי עובר געווען אויף לא תנסון?

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: פרייטאג מאי 31, 2024 7:43 pm
דורך אנדערער
@שרייבן שרייבט זיך איר זאגט און שרייבט א לאנגס און א ברייטס. פון די גאנצע מעשה ברויך מען ארויסנעמען אז וואס?

Re: ווער האט גורם געווען אז מ'זאל הרג'ענען מיליאנען אידן ביי דער צווייטער וועלט-מלחמה?

געפאוסט: זונטאג יוני 02, 2024 12:03 am
דורך שרייבן שרייבט זיך
פון דער חרבן איורפה דארך מען ארויסנעמן אז דער אויבישטער'ס דין איז שארף און וויטאגליך, און מיר זאלן וויסן אז יעדער זאך אין אידישקייט איז בנפשינו, און מ'זאל עס נישט גרינג שעצן. מיר זאלן וויסן איידער מיר זיצן לערנן תורה אז מ'גייט דא מברר זיין וואס דער אויבשטער וויל, און דער וואס פארלעצט דער אויבישטער'ס ווילן, קען שטארק ליידן, ממילא איז די לימוד התורה אויך בנפשינו.

און מיר זאלן אויך וויסן אז 'הגזירה אמת והחריצות שקר', און דערמיט שטערקער מאכן אונזער בטחון בה'.