בלאט 5 פון 11

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 11:52 pm
דורך שמעלקא
הייסע גרעיפ דזשוס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 9:53 pm
וואוילער האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 12:20 pm
הייסע גרעיפ דזשוס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 12, 2023 11:11 am

כ'פרעג דיך סתם פאר נייגעריגקייט, דו האלסט אז ער האט אנגעטוהן די העדפאונס פלעין פאר פאן?
ניין, אבער איך האב גארנישט געזעהן שלעכט פארדעם, און כ'זעה אז אנדערע קענען אן דעם
ער האט עס אנגעטוהן ווייל די עולם האט זיך אפגערעדט אז אסאך מאל - בפרט ביי שלומי דאסקאל'ס פאדקעסט - איז דא פלעצער אינמיטן וואס יענער רוקט זיך אביסל אוועק פון די מייק און מ'קען ממש נישט הערן, איז אז מ'האט העדפאונס קען די מענטש הערן צו ער הערט זיך און אויב ער הערט זיך נישט רוקט ער זיך אטאמאטיש צו נענטער צום מייק.
אה, גערעכט. ביי די פאדקעסט מיט שלומי האט זיך עס אסאך מאל נישט גוט געהערט, און געמאכט שטארק נערוועז.

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:41 am
דורך למדן וחסיד

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 11:41 am
דורך בעל פרנסה

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:01 pm
דורך ר' משה
למדן וחסיד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:41 am https://www.yiddish24.com/live/209/90594
א נייע פרק
ווי קען מען עס הערן אויף'ן טעלפאון?

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:54 pm
דורך סאטמערע חסיד
ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:01 pm
למדן וחסיד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:41 am https://www.yiddish24.com/live/209/90594
א נייע פרק
ווי קען מען עס הערן אויף'ן טעלפאון?
17189708884

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:13 pm
דורך זאג עפעס
file.jpg
file.jpg (39.17 KiB) געזען געווארן 1317 מאל

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:32 pm
דורך שמח
זאג עפעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:13 pm file.jpg
ווער איז דאס?

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 10:11 pm
דורך זאג עפעס
שמח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:32 pm
זאג עפעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:13 pm file.jpg
ווער איז דאס?
בעני פריעדמאן'ס פאטער

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:54 pm
דורך ישתבח שמו
זאג עפעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 10:11 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:32 pm
זאג עפעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 5:13 pm file.jpg
ווער איז דאס?
בעני פריעדמאן'ס פאטער
גראדע איז בעני ר' מאניס'ס זון...

א ברודער פון אברמל פריד, און ער איז גראדע נישט קיין זינגער, נאר א טיפע רב און א בעל דרשן מיט אסאך צוהערער.

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:35 pm
דורך זאג עפעס
ישתבח שמו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:54 pm
זאג עפעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 10:11 pm
שמח האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 6:32 pm

ווער איז דאס?
בעני פריעדמאן'ס פאטער
גראדע איז בעני ר' מאניס'ס זון...

א ברודער פון אברמל פריד, און ער איז גראדע נישט קיין זינגער, נאר א טיפע רב און א בעל דרשן מיט אסאך צוהערער.
פארן היימישן עולם איז ער נישט אזוי באקאנט, גראדע טוהט מיר זייער וויי אז שמילי ברענגט אים ארויף ער זאל רעדן אויף א היימישן יודיש, און דאס גייט געהערט ווערן דורך הונדערטער בחורים און יונגעלייט, זיינע השקפות און רעיונות זענען שטארק מפוקפקים, לדעתי רעדט ער דברי כפירה ממש, אוי לאזנים שכך שומעות

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:44 pm
דורך א געזונטער
זאג עפעס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:35 pm
ישתבח שמו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:54 pm
זאג עפעס האט געשריבן: זונטאג נאוועמבער 19, 2023 10:11 pm

בעני פריעדמאן'ס פאטער
גראדע איז בעני ר' מאניס'ס זון...

א ברודער פון אברמל פריד, און ער איז גראדע נישט קיין זינגער, נאר א טיפע רב און א בעל דרשן מיט אסאך צוהערער.
פארן היימישן עולם איז ער נישט אזוי באקאנט, גראדע טוהט מיר זייער וויי אז שמילי ברענגט אים ארויף ער זאל רעדן אויף א היימישן יודיש, און דאס גייט געהערט ווערן דורך הונדערטער בחורים און יונגעלייט, זיינע השקפות און רעיונות זענען שטארק מפוקפקים, לדעתי רעדט ער דברי כפירה ממש, אוי לאזנים שכך שומעות
קוק מיין אינטערשריפט

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:59 pm
דורך דער תהלים איד
@א געזונטער ינשטא נאך אזא פאזיטיווע זאך ווי נעגאטיווקייט צו כפירה...

(איך ווייס נישט גארנישט אין מציאות איבער אונזער פאל)

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 4:01 pm
דורך זאג עפעס
א געזונטער האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:44 pm
זאג עפעס האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:35 pm
ישתבח שמו האט געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 20, 2023 9:54 pm

גראדע איז בעני ר' מאניס'ס זון...

א ברודער פון אברמל פריד, און ער איז גראדע נישט קיין זינגער, נאר א טיפע רב און א בעל דרשן מיט אסאך צוהערער.
פארן היימישן עולם איז ער נישט אזוי באקאנט, גראדע טוהט מיר זייער וויי אז שמילי ברענגט אים ארויף ער זאל רעדן אויף א היימישן יודיש, און דאס גייט געהערט ווערן דורך הונדערטער בחורים און יונגעלייט, זיינע השקפות און רעיונות זענען שטארק מפוקפקים, לדעתי רעדט ער דברי כפירה ממש, אוי לאזנים שכך שומעות
קוק מיין אינטערשריפט
הוי האומרים…

לרע טוב ולטוב רע

שמים חשך לאור ואור לחשך

שמים מר למתוק ומתוק למר

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 4:03 pm
דורך א געזונטער
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:59 pm @א געזונטער ינשטא נאך אזא פאזיטיווע זאך ווי נעגאטיווקייט צו כפירה...

(איך ווייס נישט גארנישט אין מציאות איבער אונזער פאל)
איך גיי דיר געבן א לייק ווייל די ביסט 100% גערעכט אבער דא רעד מען פון א זאך וואס איז נאכנישט ארוסגעקומען

אין מהאקט שוין...

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 4:08 pm
דורך זאג עפעס
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 3:59 pm @א געזונטער ינשטא נאך אזא פאזיטיווע זאך ווי נעגאטיווקייט צו כפירה...

(איך ווייס נישט גארנישט אין מציאות איבער אונזער פאל)
כ'האב דיר זייער זייער א פאני דשאוק פון 'הרב' מאניס פריעדמאן

פארוואס גייט מען אין גהנם נאכן שטארבן????

וואס הייסט פארוואס? כדאי צו זיין צוזאמען מיט אונזערע פרענדס!!

אז דו וועסט גיין אין גן עדן מיט וועם וועסטו שמועסן?

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 4:13 pm
דורך דער תהלים איד
אוי וויי.

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:27 pm
דורך שמח
האט איינער שוין גערעדט צו שמואלי דערוועגן?

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:04 am
דורך הייסע גרעיפ דזשוס
שמח האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:27 pm האט איינער שוין גערעדט צו שמואלי דערוועגן?
וועגן וואס?

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:37 am
דורך שמח
הייסע גרעיפ דזשוס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 6:04 am
שמח האט געשריבן: דינסטאג נאוועמבער 21, 2023 7:27 pm האט איינער שוין גערעדט צו שמואלי דערוועגן?
וועגן וואס?
קוק צוריק אפאר פאָוסטס.

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 3:45 pm
דורך זאג עפעס

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 8:34 pm
דורך דער תהלים איד
זאג עפעס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 3:45 pm הרב מאניס פריעדמאן

דער חשוב'ער איד רעדט פאר פייער און פאר וואסער, פשוט נישט צום זאך און נגד הספרים, נוסח חב"ד של היום.

אבער קיין כפירה האב איך נישט געטראפן דא.

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:19 pm
דורך ס'קען זיין אז..
ר' משה האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 12:01 pm
למדן וחסיד האט געשריבן: דאנערשטאג נאוועמבער 16, 2023 3:41 am https://www.yiddish24.com/live/209/90594
א נייע פרק
ווי קען מען עס הערן אויף'ן טעלפאון?
אויף קרעטשמע

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:40 pm
דורך זאג עפעס
א יוד מאכט ליצי ליצנות פון מורא האבן פון גהנם, ער איז מצנן דעם אש של גהנם און סה"כ וואס דו האסט צו זאגן איז 'ער רעדט פאר פייער און פאר וואסער' ?

צו דיין שאלה צו כפירה צו נישט

דארף איך דיר מעתיק זיין חז"ל בגמרא ובמדרשים ובזוהר וואס זאגן אז די גהנם איז דאס וואס ער זאגט אז ס'איז נישט? א פייער וואס ברענט און ברוט, דארף איך דיר מעתיק זיין דעם רמב"ן אין תורת האדם וואס זאגט אויפן 'פייער' פון גהנם שאין לתלות אותם במשל וחידה שהרי הזכירו מקומו מידתו אורכו ורחבו?

נו ודאי אז דאס איז נישט די זעלבע פייער פון שריפת חמץ, אבער חז"ל זאגן אז ס'איז פייער זאגט ער ס'איז אזוי ווי א מענטש וואס איז נישט באקוועם ביי זיך אינדערהיים.

אויף דיר תהלים יוד בין איך נישט חושד אז דו האסט שוין אמאל געהאט א תאווה צו עבירות, אבער איך בין נישט אויף דעם מדריגה, וואס האלטסטו איז בכח אפצושרעקן א מענטש פון טוהן מה שלבו חפץ, דו גהנם פון חז"ל אדער דו גהנם פון מאניס פריעדמאן?!, הגע בעצמך לוינט זיך דען נישט צו מאכן א לעבן פאר זיבעציג יאר פאר אן 'אומבאקוועמלעכקייט' פון 'מאקסמום' צוועלף חדשים?!

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:56 pm
דורך שמעק טאביק
זאג עפעס האט געשריבן: מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 11:40 pm א יוד מאכט ליצי ליצנות פון מורא האבן פון גהנם, ער איז מצנן דעם אש של גהנם און סה"כ וואס דו האסט צו זאגן איז 'ער רעדט פאר פייער און פאר וואסער' ?

צו דיין שאלה צו כפירה צו נישט

דארף איך דיר מעתיק זיין חז"ל בגמרא ובמדרשים ובזוהר וואס זאגן אז די גהנם איז דאס וואס ער זאגט אז ס'איז נישט? א פייער וואס ברענט און ברוט, דארף איך דיר מעתיק זיין דעם רמב"ן אין תורת האדם וואס זאגט אויפן 'פייער' פון גהנם שאין לתלות אותם במשל וחידה שהרי הזכירו מקומו מידתו אורכו ורחבו?

נו ודאי אז דאס איז נישט די זעלבע פייער פון שריפת חמץ, אבער חז"ל זאגן אז ס'איז פייער זאגט ער ס'איז אזוי ווי א מענטש וואס איז נישט באקוועם ביי זיך אינדערהיים.

אויף דיר תהלים יוד בין איך נישט חושד אז דו האסט שוין אמאל געהאט א תאווה צו עבירות, אבער איך בין נישט אויף דעם מדריגה, וואס האלטסטו איז בכח אפצושרעקן א מענטש פון טוהן מה שלבו חפץ, דו גהנם פון חז"ל אדער דו גהנם פון מאניס פריעדמאן?!, הגע בעצמך לוינט זיך דען נישט צו מאכן א לעבן פאר זיבעציג יאר פאר אן 'אומבאקוועמלעכקייט' פון 'מאקסמום' צוועלף חדשים?!
ער מאכט נישט ליצנות,סאיז אפשר צו טיף צו רעדן אזוי, בעסער געזאגט ביי אונזער חדר האט מען נישט גערעדט וואס גיהינום איז, מיינט נאכנישט אז ער מאכט ליצנות, און בכלל הערסטו נישט דא וואס ער ברענגט ארויס צום סוף, כפירה מאן דכר שמיה

Re: שמואלי אונגאר פאדקעסט ''שמואלי קעסט''

געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2023 1:51 am
דורך וואוילער
אזעלכע שטותים צו רעדן...
לויט די ספרים הקדושים וועט יא די גוף ליידן, סיי דורך די פייער גהינום, און דורך אנדערע סארט סיגופים.
כדי ארויסצוברענגען זיין ״טיפע״ פוינט, וואס קען זיין אמת, דארף מען נישט אוועקמאכן וואס ס'שטייט און די ספרים.

אגב, ס'הערט זיך די געלעכטער ווי ער רעדט צו מיידלעך.