בלאט 5 פון 5

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 12:04 am
דורך צולייגער
זיי האבן מסתמא געוואלט אנגרייטן דעם באדן פאר א יערליכע קאמפיין. א שוואכע קאמפיין היי יאר, געט זיי א גרינגע געלעגנהייט צו ווערן עסטעבלישט. איך שאץ אז ס'איז הכל ריוח

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:28 pm
דורך שמח
ק''פ

💥 *חסדי ה'! - נאך גוטע בשורות - ברעכנדע נייעס!* 💥
*פרעזידענט טראמפ געבט באגנאדונג — באפרייט הר"ר יעקב חיים דייטש הי"ו*

מיט גרויס עקסטאז נעמט כלל ישראל אויף די פריידיגע בשורה אז פרעזידענט יר"ה האט יעצט באגנאדיגט מיט א קלעמענסי פאר הר"ר יעקב חיים דייטש הי"ו פון וויליאמסבורג!

*די נייעס איז געקומען אז ר' יעקב חיים וועט שוין באפרייט ווערן בשעטו"מ!*

ר' יעקב חיים, וועלכער איז פאר'משפט געווארן צו 62 חדשים דורך א ריכטער אין קאנעקטיקעט (כאטש דער פראסעקיוטער האט רעקאמענדירט בלויז ביז מערסטנס 18 חדשים), איז איצט אויף זיין וועג אהיים נאכדעם וואס ער איז שוין ליידער אפגעזעצן באלד 23 חדשים אין תפיסה — און פאראייניגט זיך יעצט מיט זיין משפחה און נאנטע פריינד!

די שטארקע געווינס איז דערגרייכט געווארן דורך די איבערמידליכע און איבערגעגעבנע השתדלות פון די צדק ארגאנעזאציע, און מיט די שטענדיגע סייעתא דשמיא וואס טוט זיי באגלייטן— און ברענגט אריין אן אמת'ע שמחה פאר גאנץ כלל ישראל.

*כלל ישראל לויבן צום באשעפער פאר אלע חסדים, מיט א תפילה אז אלע אסירי ישראל זאלן שוין באפרייט ווערן, מיט א גאנצע גאולה מיט משיח צדקינו בקרוב.*

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:37 pm
דורך הדסים
מזל טוב! ר' משה האט דאכט זיך גערעדט פון אים ביים צדק קאמפיין אז מ'זאל מתפלל זיין פאר אים.

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:42 pm
דורך אנאליסט
גדי האט געשריבן: מיטוואך יאנואר 14, 2026 10:31 pm איך האב געשפירט ווי זיי ווילן נעמען א פאזעטיווע שניט און נישט פארלאנגען צופיל פונעם ציבור אין אזא אנגעשטרענגטע עקאנאמיע.
:lol: :lol: :lol: :lol:

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:45 pm
דורך הדסים
אויב איך מיש נישט קיין קוגל האט דער רשעות'דיגער ריכטער געשריבן אינעם סענטענסינג אז דער איבערגעטריבענער אורטייל איז צוליב דעם וואס אין יענעם געגנט איז דא צופיל ווייסע לענדלארדס.

ימ"ש

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:49 pm
דורך נאסע שמאטעס
ווער האט עס ערלעדיגט?

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:57 pm
דורך קוקן פאזיטיוו
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:45 pm אויב איך מיש נישט קיין קוגל האט דער רשעות'דיגער ריכטער געשריבן אינעם סענטענסינג אז דער איבערגעטריבענער אורטייל איז צוליב דעם וואס אין יענעם געגנט איז דא צופיל ווייסע לענדלארדס.

ימ"ש
ניין דו מישט נישט אויף איהם האט ער עס געזאגט.

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:58 pm
דורך קוקן פאזיטיוו
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:49 pm ווער האט עס ערלעדיגט?
די קעפל פונעם אשכול.

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 8:24 pm
דורך קוקן פאזיטיוו
מזל טוב

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 8:51 pm
דורך יפת

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 9:06 pm
דורך חלום חלמתי
אויף אים האט מהר"א געשתדל'ט?

געווען אינדרויסן אויף א שבת, עפעס אזוי?

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 9:34 pm
דורך קוקן פאזיטיוו
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 9:06 pm אויף אים האט מהר"א געשתדל'ט?

געווען אינדרויסן אויף א שבת, עפעס אזוי?
יא

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: פרייטאג יאנואר 16, 2026 1:43 am
דורך דעת קדשי
חלום חלמתי האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 9:06 pm אויף אים האט מהר"א געשתדל'ט?

געווען אינדרויסן אויף א שבת, עפעס אזוי?
געזאלט זיין אינדערויסן אויף שבת בשלח
אבער ב''ה ער איז פריי געווארן פריער

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: זונטאג יאנואר 18, 2026 1:45 pm
דורך שמייכלדיג
הדסים האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:45 pm אויב איך מיש נישט קיין קוגל האט דער רשעות'דיגער ריכטער געשריבן אינעם סענטענסינג אז דער איבערגעטריבענער אורטייל איז צוליב דעם וואס אין יענעם געגנט איז דא צופיל ווייסע לענדלארדס.

ימ"ש
פארוואס זיצט ער נאכנישט פאר דיסקרימינאציע?

Re: 'צדק' אסאסיאציע

געפאוסט: מאנטאג יאנואר 19, 2026 12:43 pm
דורך בית ישראל
נאסע שמאטעס האט געשריבן: דאנערשטאג יאנואר 15, 2026 7:49 pm ווער האט עס ערלעדיגט?
שבת איז אפגעראכטן געווארן א געהויבענע קידוש ביי ר' יעקב חיים אינדערהיים, ווי ער האט פארציילט נעבאך וואס די אידן מאכן מיט אינעם אזוי גערופענעם 'מלכות של חסד'.

אבער די שענסטע זאך וואס ער האט געזאגט וואס מען דארף ארויסנעמען, איז ווי כלל ישראל האט געארבעט אזוי צוזאמען פאר זיין באפרייאונג.

ער האט ארויסגעברענגט אז ר' משה מאגרעטען באקומט נישט גענוג זיין פארדינטע קרעדיט און די עולם האט נישט קיין באגריף ווי סאך ער טוט פאר די יושבי חושבי וצלמות.

ער האט פארציילט אז ר' משה האט עם אליינס נישט פארציילט וואס ער טוט אלטס, און ער האט גאר געהאט טענות אויף ר' משה אז מען טוט נישט גענוג פאר אום. און יעצט ווערט ער ערשט געוואר ווי סאך ער האט געטוהן.

ר' משה מאגרעטען און ר' יעקב חיים האבן געזאגט אז די מערסטע קרעדיט קומט זיך פאר הגה"צ אבד"ק סיגוט (ר' יעקב בער) וואס זיין השתלשלות האט געברענגט די גאולה דא, צוזאמען מיט הרה"ח ר' משה פריעדמאן שליט"א משב"ק וואס האט אריינגעלייגט שעות על שעות עס מסדר צו זיין.

ר' יעקב חיים האט פארציילט אז כאטשיג ער איז אויף די אנדערע זייט אייל.. האבן זיי געארבעט פאר עם ווי אן אייגענע ברודער. ער האט פארציילט אז פרייטאג נאָכמיטאָג איז ער אראפגעפארן צו סיגטער רב זיך ספעציעל באדאנקען.

און ער איז אינמיטען די קידוש געגאנגען מיט ר' משה מאגרעטען און ר' שלמה אבראמאוויטש צו ר' משה גבאי אינדערהיים זיך פרעזענדליך באדאנקען.

ער האט געזאגט אז ער פלאנט אריינגיין ארבעטן און צדק צו העלפן מיט די געוואלדיגע פעולות!