בלאט 5 פון 5
Re: די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל
געפאוסט: דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:57 pm
דורך להגדיל הטראסק
נאציאנאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:50 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:38 pm
נאציאנאל האט געשריבן: ↑דאנערשטאג נאוועמבער 30, 2023 1:15 pm
האסט אמאל אויסגעהערט א שושן פורים טיש? און יא, בחייו פון רבין אין די געזונטע יארן
כ'האב יא אויסגעהערט, און כ'האב אויסגעהערט ביים ברך משה, און אויך ביים היינטיגן רבי'ן
און דאס איז א קשיא!!!
אבער נאכנישט קיין סיבה מתיר צו זיין אידיש בלוט!!!
כידוע מהר"א האט איין יאר נאך פורים געזאגט פאר די פורים שפילער "נישט פארגיסן אידיש בלוט!"
דער רבי אין זיין פריוואטן לעבן האט זייער אכטונג געגעבן אויף כבוד הבריות, ווען עס האט אים נאר געדאכט אז איינער איז נפגע פערזענליך האט ער פארלייגט וועלטן יענעם צו מפייס זיין!!!
דאס קומט עכט צוריק צו די אלטע טענה אז ווען איינער טוט עפעס ברבים דארף ער זיין גרייט צו כאפן ברבים
"ווען א יחיד באגייט א פעלער" איז מען טאקע נישט מבזה, נישט אמאל און נישט היינט.
ווען א יחיד מאכט א שיטה דערפון בראש כל חוצות איז א טראפקעלע אנדערש..
כעל דיר ענטפערן אין אישי - ווייל כ'וויל האלטן דעם אשכול אפן.
Re: די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל (געטוישט קעפל און אינהאלט)
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 1:27 am
דורך מהודר
Re: די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל (געטוישט קעפל און אינהאלט)
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 8:32 am
דורך Programming
נו ווער ווייסט דען נישט ווי שטארק דער רבי האט מוחה געווען ווען מען האט איין יאר ליצנות געמאכט פונעם באבוב'ער רב
Re: די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל (געטוישט קעפל און אינהאלט)
געפאוסט: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 8:03 pm
דורך פרישער בחור
איך זעה באמת נישט פארוואס מען האקט אונטער א זינגער וואס כולו עלמא מודו אז ער וויל זיין ערליך און ער פרובירט זיין בעסט ! יעדע מענטש מאכט אמאל א טעות ער איז נישט קיין סאטמארער וואס זאל פארשטיין די עומק הדברים פון דעם
ליצנות פון סאטמאר רב האט ער זיכער נישט געווילט מאכן
Re: די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל (געטוישט קעפל און אינהאלט)
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 12:54 am
דורך שמח
פרישער בחור האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 8:03 pm
איך זעה באמת נישט פארוואס מען האקט אונטער א זינגער וואס
כולו עלמא מודו אז ער וויל זיין ערליך און ער פרובירט זיין בעסט ! יעדע מענטש מאכט אמאל א טעות ער איז נישט קיין סאטמארער וואס זאל פארשטיין די עומק הדברים פון דעם
ליצנות פון סאטמאר רב האט ער זיכער נישט געווילט מאכן
האסט עס דורכגערעדט מיט די גאנצע וועלט?
נישט יעדע טעות קען מען גרינג אראפשלינגן!
Re: די ראלע פון זינגערס ביי כלל ישראל (געטוישט קעפל און אינהאלט)
געפאוסט: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 1:24 am
דורך ווירקליך
ביטע נישט ציען דעם שמועס צו פערזענליכע ליניעס.
עס איז א דזשענעראל טעמע, און מיר זוכן נישט צו בארעדן אידן.