דער רבי האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' חיים מענדל פייערשטיין הי"ו בבית חמיו הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא בחדרו הפרטי.
ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון החתן העומד לימינינו בכל עת ועונה החתן יחיאל שלמה ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו עב"ג ב"ר יואל ברי"צ פריינד הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
דערנאך איז דער רבי אריינגעפארן קיין וומ"ס צו די וועכענטליכע זמני כניסה,
ביים אנקומען קיין וומ"ס האט דער רבי צום ערשט מנחם אבל געווען הרה"ג ר' בנציון שטראסער שליט"א - אבד"ק נייטרא ב"פ ואחיו החשובים שיחי' היושבים ע"פ אמם ע"ה.
זמני כניסה איז געווען פון 8:40 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הגה"צ אב"ד ור"מ שליט"א וועלכע האט איבערגעגעבן א באריכט פון די ספעציעלע היי יאריגע ווייץ שניט וואס איז פארגעקומען נעכטן אין קאלעפארניע ווי דער רב שליט"א איז אראפגעפארן בשליחות הקודש פון רבינו שליט"א צו זיין אנוועזנד ביים שניידן די ווייץ און דער רבי האט פאר א לענגערע צייט אויסגעפרעגט אלע פרטים פונעם שניט.
אויך איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א - דומ"ץ דקהלתינו ב"פ מקבל זיין ברכת הקודש לרגל די שמחת החתונה פון בתו הצעירה וועלכע קומט פאר קומענדיגע וואך, און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן ברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 און נאך מעריב ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.
א גוטע נאכט.
~
~