אידכינע - חלק א' און ב'

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

אידכינע - חלק א' און ב'

פאוסט דורך שוש אשיש »

אידכינע - חלק א'



א שטורעמישע היסטארישע קאפיטעל און קורצע געשיכטע אויף א קומענדיגע עפאכע. די עפיזאדע איז געבויעט אויף די לויטערע קוויטשענדע עבר; אויף דעם ווילדען גלענצענדע עתיד; מיט א פארעווע אומאפהענגיקע נמשל אויפ’ן איינפאכען, בלאסען, אומקלארען הווה:



כינע, ה’ אלפים שנת תתפ’’ד

...אזוי אידישט זיך

רויטערס ווי אים איז נישט געווען צו געפונען, זיין צארן האט געבוזשעוועט אין אים ווי א זאווערוכע ארום אן איראנע העליקאפטער מיט הויכראנגיקע פאליטישע שישקעס אויף איר.
ווירטואלע פרה אדומה’ס וואלטען אויפגעטרייסעלט פון זייער פאשעריי אזוי לאנג אויפן וויזע, זיך אויפגעהויבען מלוא קומתם, אזש פון ווייטענס וואלט געקענט אויסזען אז די זענען גאר צווייפיסיגע, און הארצען גערן אראפגעווארפן זייער יאך, אויסגעגליכן דעם שדרה, און זאפארט אויסגעקעמט און געפארבט זייער צוויי שווארצע האר כדי זוכה צו זיין א טוץ סעלפיס מיט אים.

דערנאך וואלטען זיי אים צוטופעט מיט זייער טיפישע מהלך פון דרך הילוכו און אויך יוצא געווען דעם כי יגח לויט אלע ראשונים ואחרונים.

מיט בייז וואונדער וואלט’ן די עלטערע אין סטאדע געליימט זייערע אויגן אויף זיין פארב.

א ברים וואלט זיך געהערט אין כאר און א טענה פון הלמאי והיתכן אז: ''מאי חזית דדמך סמיק טפי? אז דו האסט טאקע דעם גליק צו פארמאגען רויטערע בלוט מיינט נישט אז אלע ברויכן דאס מערקן, דארפסט נישט עס ארויסשטארצען כאילו עס איז א רויטע פאטשיילע אין די האנט פון א שפאנישער מעדאטאר ?!'' (-דער וואס צורייצט און קריגט זיך מיט די אקסען ביי די אקס-קאמפן) וואלט זיך אט פונקט אזוי געהערט אויף שיחת בהמות שפראך''.

’נערים פני זקנים ילבינו’ קריגט מיט רעכט א ניי דערהער.

* * *

די ריס צווישן די צוויי דורות איז געווען אומיידבאר צו פארזען, די יונגווארג האבן זיך געריסען פון געלעכטער אויף די אינטערסאנטע שפראך פון די עלטערע דור, אויף זייער אקצענט, וויאזוי זיי זאגן ארויס דעם אות רי’’ש: ’’רררר’’, זיי האבן אויסגעלאכט אלעס און אלצדינג, סיי די אמעריקאנע געקייקעלטע רי’’ש, אבער נאכמער האבן זיי געשפאסט פון די שטארקע מודגש’דיגע אונגארישע, ’’זיי קענען נישט זאגן ’’דזשאדזשי’’ (דהיינו: 家具) חי חי חי’’ פארוואס זאגן ’’פוררררניטשערררר? הי הי, זאלן זיי עס זאגן נארמאל"

"ירידת הדורות" האבן די פון די אלטע דור אונטערגעקרעכצט, ’’וואס איז שלעכט מיט ’פורניטשער’ אדער מעבל?’’ - האט הישיש ר’ נחום יואל געפרעגט פארדראסן און דאן ארויסגעבלאזן מיט זיין פארצייטישע עיסי’’ג- דהיינו- דזשוע’’ל, א קייקעל געדוכטע רויך, פריינטלעך צום אטמאספער און סביבה.

’’דאכט זיך אז דאס ווארט ’מעבל’ איז רוסיש’’ האט עמיצער אונטערגעברימט און זיך געקנאבעלט זיין בערדל אין שאול תחתית פון זיין מארדע, און תיכף דערנאך האבן עטליכע פרומע לייט בלויז-אידיש-טרייע אידן פונעם נייען דור זיך אונטערגענומען א קבלה טובה צו נאר אנרופן פון היינט און ווייטער מיט’ן הייליג נאמען ’פיורנעטשור’ און חלילה נישט ארויסזאגען דעם פאסקונדע ’’דזשאדזשי’’.

די צייטען זענען שווערע, בייזע ווינטען בוזשעווען, און די כינעזישע קאלטור האט זיך צוביסלעך אריינגעפראסן אין די אידישע געמיינדע, עס איז געווארן זעלטען צו זען ביי א וואכנאכט פרענק-אין- בלענק’ס מיט סקאטש, מער און מער איז געווען רויע טופ’’א, אויפגעטאנצענע גרינצייגען אין טריאקי, פארשוועמטע ים זופען און יויך, סאשי רייז, און ווילדע פאלשע שרצים, ( דאס הייסט ספעציעל כשר) א קאלטור פון שטרוי און מויל פייפערס האט זיך געמערט ווי אויף הייווען.

און אז עס האט אזוי געבוזשעוועט די פארשאלטענע א.ג. ’’וועהוהא’’ [- 文化, דהיינו קאלטור] אז די חסידים הראשונים פון די אלטע דור וועלכע האבן איבערגעלעבט חורבן אמעריקע, זענען געווען צו שוואך צו קעמפען אנטקעגן די מעכטיגע גלענצענדע כינעזישע יצר הרע און אלע שפיציגע טורעמעס און סטרוקטערן וואס דער כינעזישע קוויטשיגע גאס מיט אירע קוויטשיגע קולות האבן געהאט צו מציע זיין פאר די יונגווארג. טונקעלע וואלקענעס האט זיך אראפגעלאזט אויף יהדות כינע.

די עלטערע דור האט אומזיסט פארגאסען טרערען אנטקעגן די פארפירעשע רייז געקעכטס, און באוויינט די בארגערס און וואס זענען אזוי גרויזאם ארויסגעריסען געווארן פון די היימישע קיך.

זייער ליארעם און שטורעם האט געקענט אויפרודערן און צוטרייסלען וואסער דאמבעס, אבער עס האט נישט געקענט האבן אן ערפאלג אויף די הערצער פון די יונגע פארגעשריטענע דור וועלכע זענען געפאלן ווי פליגען אויף די מזבח פון די כינעזישע רייצענדע גאס.

און אט די עפאכע איז אפירגעקומען ווי א מלאך המושיע ר’ שמחה אליעזר און מיט זיין הייליגע אויסגאבע פשוט אפגעראטעוועט כלל ישראל והגלילות

* * *

אזוי ווי עס גוי'אישט זיך...

ווען אין די אויפגעקלערטע צייטונג 'געזעלשאפט' איז ערשינען א מעלדונג איבער א נייע רובריק מיט'ן נאמען 'פאסיק' האט קיינער נישט פארדעכטיגט גארנישט, עס האט אויסגעזען ווי נאך א גראנדיאזע פייערונג איבער א גרויען בלאט וואס איר אויפגאבע איז צו אנפולען א בלאט מיט געדרוקטע אותיות.

זאל מען נישט זאגן אז דער צייטונג פארמאגט נאר רעקלאמעס.

אלצ-ווייסערס מיט הולכי רכיל האבן דייקא געוואוסט צו לחש'נען שטיל, אז דא קומט א באמבע.
’’נאכמער'', האבן זיי זיך געאייסערט, ''עס איז א פראוואקאטישע קעפל''.

ווען מען האט זיי געפרעגט א ''פארוואס?'' האבן די שישקעס געשמייכלט א געהיימענספולע שמייכעל וואס צייגט אויף רעטעניש.

נאך יענער וואך, דאנערשטאג מיטאג, האט דער הייליגע צייטונג 'קהל' געמאלדען אז זיי זענען מוסיף א רובריק מיט'ן נאמען 'שלייקעס'.


די 'געזעלשאפט’ רעדאקציע האט געהאלטען ווארט און דער דיזיינער מיט'ן טשופיק האט צוגעשטעלט א בילד פון א באקעל פאסיק מיט צוויי ענגלישע בוכשטאבן.

''!BP'' האבן די זילבערנע ענגלישע בוכשטאבען ארויסגעשטארצט, ווען אויף די צוויי זייטען שלענגעלט זיך א לעדערנע שיינענדיגע מלקות טיילער אויף די גראפיק דעזיין.

מאנכע האבן גע'טענה'ט אז עס הייסט אזוי אלץ ראשי תיבות פון באקע''ל - פאסיק, דאגעגען אנדערע האבן ממתיק סוד געווען אז דאס איז א היסטארישע דענקמאל פון בארא פארק, דער אמאליגער עיר ואם בישראל.

אונטער דעם דעזיין איז ערשינען אפאר ווערטער אין שווארצע און רויטע אותיות: '’קומענדיגע וואך בעזרת ה'! ווארט מיט שפאנונג, עס לוינט זיך!''

ימים יגידו ולילות ישירו.

'קהל' האט זיך נישט געזוימט, נאר גלייך אראפגעדרוקט א קול קורא וואס איז פאר'חתם'ט געווארן פון די רבנים המפקחים פון זייער אייגענע צייטונג, אז- ''ווי שוין געווארענט מערערע מאל (יעדע איינציגסטע וואך ברציפות) אז דער צייטונג ’'געזעלשאפט’’ איז פסול ווי א ממזר וואס איז אסור לבוא 'בקהל' און פארבאטען ווי וויין פאר א נזיר וואס גייט רונקס רום און סחור סחור.'' דערנאך האבן זיי צוגעלייגט א נ. ב. פון דער רעדאקטאר אז: ''נאך וואס דער פארבאטענע צייטונג האט צוגעלייגט א נייער רובריק מיט'ן שאנדספולע נאמען פאסיק- א מלבוש וואס קיין איין גדול האט נישט געטראגען - איז א חזקה אויף זיי, און זייער המונם, אז עס וועט מטמטם זיין אידישע הערצער.'''

פאר טאקע דאס גופא האט די רעדאקציע פון 'געזעלשאפט' געווארט.

נאך יענע וואך, אין די סאמע ערשטע ארטיקעל, איז ערשינען א באשרייבונג איבער דער צייטונג 'קהל'.

דער לעצט- דערמאנטע צייטונג איז באשולדיגט געווארען אין צמצום, אין מויל פארמאכעריי, אין אומערפארענקייט, אין עם הארצות, און אויך אין אומבאהאווענטקייט אין היסטאריע.

צו שטארקען דעם לעצטע באשולדעגונג אויף ’קהל’ האט דער 'געזעלשאפט’ צום סוף פונעם ארטיקעל, געברענגט אן אינטערוויא מיט א היסטאריקער וועלכער האט אראפגעריסען מיט שפאט ווערטער און שארפע לשונות, א פארזעצונג וואס לויפט שוין אין דער צייטונג 'קהל' א האלבע יאר, איבער די שפאנישע אינקוויזיציע.

מיר וועלן מיטטיילען מיט אייך אין אפאר ווערטער, די לאקשען אויסגעצויגענע דראמע פונע'ם ארטיקעל.

דער הויפט כאראקטער פון די פארזעצונג איז א בן אנוסים מיט'ן נאמען וויליאם, דער וויליאם האט פארלוירען אין סטאלין'ס הויף - דער גרויזאמער פאשא פון שפאניע - אן עס-די קארד וואס ענהאלט בילדער פון א סדר געפראוועט דורך אנוסים אין הויכע פאזיציעס.

די פארזעצונג גייט ארויף א שטאפעל ווען דער קעניג פון כוזר איז זיך מגייר נאכ'ן הערן א ניגון פונעם צדיק ר' יעקב, הנקרא שוועקי.

דער קעניג פון כוזר, מוסטאפא דזשמאל, טוישט זיין נאמען צו 'הערשעל' און האלט אידישקייט באהאלטערנערהייט מיט מסירות נפש.

אין א נאסע קעלער עסט ער רויע יאפטשיק.

אין זיין שלאף צימער טראגט ער א פידזשאמע וואס איז געקנעפלט רעכטס אויף לינקס מיט חסידישע ארבעל.

פון אט די ארטיקעל האט די ’געזעלשאפט’ צייטונג געשפאסט, דער שרייבער, א היסטאריע פראפעסער, א מאן אין די ניינציגערס, האט- נאכ'ן ערקלערן וויפיל בייז-בלוט און ווייטאג אט די ארטיקעל ברענגט אים, און ווי א גרויסע קידוש ה' ער מאכט ווען היימישע אידן גייען וויסן דעם אמת - גע'טענה'ט אז ער געדענקט נאך איסורים פון רבנים פון אלע קרייזען אויסצוהערן דעם שוועקי'נען, נאכמער, האט דער היסטאריע פראפעסער אנגעגרייפט דעם ארטיקעל, סטאלין איז אין שפאניע קיינמאל נישט געווען; אין די צייטען פון די אינקוויזיציע איז קיין עס די קארד''ס נאכנישט געווען, עס איז א שפעטערע ערפינדונג; דער טיטעל 'פאשא' איז א טערקישער; און דער נאמען וויליאמס איז דאס ערשטע מאל געגעבן געווארן אין ענגלאנד און קיינער אין שפאניע האט נישט אזא נאמען געטראגען אין די אינקעוויזיצע עפאכע.

אלץ אנטווארט און ווילד רעאקציע האט 'קהל' געדריקט א ספעציעלע אויפלאגע וואס האט געהייסען שלייקעס.

דער קעפל איז געווען 'ברוך הוא וברוך שמו'

עס איז געווען א רמז אויפ'ן פראפעסארס נאמען ''ברוך ווייס''.

מיט גראמען קונסטליכע האבן זיי געשילדערט די רדיפה וואס זייער צייטונג גייט אריבער, ''וויבאלד מיר קענען נישט היסטאריע מעגן מיר נישט פראבירען??" האט דער אונטערקעפל געשריגען מיט רויטע אותיות

דער רעדאקטאר האט צוגעלייגט א נ.ב. וואס האט אויפגענומען גאנצעטע פיר בלעטער אז מיר זענען גליקלעך מיט דעם וואס מיר זענען אפגעזונדערט פון בלוט מענטשען און שווינדעל לייט (עברי-טייטש פון אנשי דמים ומרמה) וואס פארדרייען היסטאריע מיט אינטערעסן און מאכן פון צדיקים רשעים.

'לית מאן דפליג אז שוועקי איז געווען א גרויסער צדיק פונעם לעיקוואדער חדר'' האט א באזונדערע קעסטעל אויפגעוויזען מיט שטארקע באווייזען:

"אויב דער קדוש מרחם ר' ליפא, און דער פועל ישועות ר' מ.ב.ד. האבן געזונגען מיט אים ווייזט עס אויף זיין קדושה וטהרה."

’’לא בחינם הלך השרשיר אצל הטורף.’’ האט א וואך דערנאך נאכגעפאלגט א בריוו פון א געוויסער וועלכער חתם’עט זיך מיט’ן נאמען ’א. שרייבער פון אריזאנע’, (עס איז קענטיג אז דער שרייבער האט א יד ורגל אינעם תנ''ך און מליצה שפראך) "-אלא שמצא מין את מינו, דער גאנצער בראטעל און פולמוס ארום דער אידענטיטעט פון דעם ר' יעקב הנקרא שוועקי איז אן איבריגע, עס איז דא אסאך מקורות און קליפס (אזאלכע אלטמאדישע טעכנאלאגישע פאראייבונגען) אז עס זענען געווען צוויי ר' יעקב'ס, איינער אן ערליכער, דער האט טאקע געזונגען מיטען באוואוסטער צדיק ר' מ.ב.ד. זצוקללה''ה און ר' ליפא זי''ע, און א צווייטער נישט היימישער, וואס האט געזינגען אויף פראסט העברעאיש רח''ל.



דער רעדאקטאר פונעם 'געזעלשאפט' האט זיך געריבען דאס בייכעל העכערן פאסיק, ער האט דערקענט די שרייב שניט און סטיל, ער האט אינאכט געגעבן אז דאס בריוו איז געשריבען געווארן דורך נישט קיין צווייטער ווי דער רעדאקטאר פונעם 'קהל'.

’’זיי זוכן א לייטער אראפצוקריכען פונעם בוים’’ האט ער געטריבען שפאס.

ביז דערווייל איז אין ’קהל’ רעדאקציע זיצונגען און מיטונגען פארגעקומען, איינקייען און אויסקייען, שפעקולירען און דעבאטעס און פארטראכטע מנחה'ס, שפינען געוועבאכץ און וועבן געדאנקען, אינטערוויאס און פאר'חתמ'ענען. צום סוף איז געבליבען אז מען ברויך אן אינטערוויא פון איינער וואס 'קומט פון דארט' א בעל תשובה פון א היימישע שטוב וואס איז היפש שטודירט.

די וועד הרבנים האט איינגעשטימט, א שעת השמד און חילול ה' חלילה אויב ערליכע אידן פונעם 'קהל' וועלן חלילה, הס מלהזכיר, לא נפתח פה, נישט קויפען מער.

צווייטע און לעצטע טייל קומט אט אט בעזהי’’ת...

געטראפען אט דאס שימלען ביי מיר אין קאמפיוטער, אן אלטע רויע בוסר’דיג ארטיקעל, עס עטוואס רעדאגירט און ארויסגעלייגט דעם קוקוריקו
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 786
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: אידכינע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

קוקוריקו איט איז! @שוש אשיש געוואלדיג ווי געווענדליך!
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5336
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9954

Re: אידכינע

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אויך מיר בוסר'דיג...

אנבעליוועבל!!!

אבער... אך און וויי ווען דאס זאל אלעס וויקרליך פאסירן... אוי באשעפער!!! נאר א גלות כינע פעלט אונז נישט אויס. טאטע אין הימל.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: אידכינע

פאוסט דורך פופציגער »

ברררר....

וואסערע מערכות דער ברענגט דא צאם...

געוואלד!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
שמעלקא
מנהל המערכת
פאוסטס: 293
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 12:23 am
x 191

Re: אידכינע

פאוסט דורך שמעלקא »

מאמאמיא… אנבעליוועבל!

@שוש אשיש, האסט מיר ממש דער'ממית'ט מיט דיין שפראך, שרייבזשע ביטע נאך.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1196
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 3218

Re: אידכינע

פאוסט דורך מסתמא »

@שוש אשיש דו האסט מיר אוועקגעטראגן!

אנבעליוועבל דיין טאלאנט! Wowow!

יישר כחך וחילך לאורייתא!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: אידכינע

פאוסט דורך צייטווייליג »

@שוש אשיש טייערער, אזא טאלאנט אין שרייבעריי ווי אייך האב איך אין מיין לעבן נישט געזען.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3332
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4828

Re: אידכינע

פאוסט דורך וואוילער »

יויש בינעך דיזי
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: אידכינע חלק ב’

פאוסט דורך שוש אשיש »

אידכינע חלק ב’

...עס האט זיך ארויסגעוויזען אז דער פאסיגסטער קאנדידאט פאר א ’דע מה שתשיב לקהל’ איז ר’ זעליג שליט’’א.

דער ר’ זעליג איז סיי שטודירט, סיי א כלל טוער, סיי היבש אויפגעקלערט און אויך א מענטש מיט פרינציפען.
אויסער דאס אלעס איז ער דאך אויך א שטיקעל וועגווייזער פאר די יונגע עסקנים און אומבאקרוינטע ווארטזאגער פון די איינוואוינער אין זיין געגענט.

אבער וואס ’קהל’ רעדאקציע האט נישט געוואוסט איז אז זיי זענען געקומען אביסעלע צו שפעט, דער ר’ זעליג האט נעבעך נישט געקענט ביישטיין דעם נסיון און ליידער ארויס לתרבות רעה רח’’ל, אל תאמין בעצמך עד יום מותך.

ומעשה שהיה כך היה:
-
עס איז א סוד פאר גאנץ בראד די שווערע געפעכטען צווישען די זויערע אידישיסטן מיט די ביטערע ענגלישיסטען.

פון צייט צו צייט קומט פאר סקאנדאלען באגלייט מיט הענט און גרמא’ס דנזיקין צווישען די צוויי גרופעס.
ביידע צדדים האלטען זיך טראדיציאנאל און טוען דאס אלץ חוב קדוש פון ’חדש אסור’ און ’אין כל חדש’
אט נעמט אזא איד ווי ר’ זעליג, דער איז דאך א פארברענטער ביטערער ענגלישיסט, אפילו דאס ווארט ’גארבידזש’ זאגט ער מיט א קעפיטעל דזשי מיט צוויי דאבעליוס אזש עס הערט זיך ווי ער וואלט ווען געזאגט ’גווווארבידזש’

דער זעליג איז א קנאי פאר ענגלישען שפראך וועגן, פון צייט צו צייט, בעידן דחדוותא, פלעגט ער קענען עמיצער אנברעכן די ביינער, און פון מאל צו מאל, בעידן דצלותא, פלעגט ער קענען אפשעלטען זיינע שכנים. אויב דער עמיצער אדער שכן האט נישט ריכטיג ארויסגעזאגט א ווארט אויף ענגליש.

וואס טוט מען נישט פאר אונזער הייליגע שפראך?

ווען ער האט אויפגעטרעטן ביי א דינער צו סיי אימער פלעגט ער זאגן כהאי לישנא: ’’מען קען אפשר זאגן, אפשר צולייגען, אזוי בדרך צחוק וקלות ראש, אז לא איש דברים אנוכי ובמקום שאין איש ואדם, וכו’’..

’בדרך צחוק וקלות ראש’ איז וויבאלד אן איש דברים איז ער געווען, כמעיין המתגבר.

געווען א שטיק צייט וואס ער האט געמאכט איבונגען און די איבונגען האבן אים דער עיקר אויסגעארבעט זיין הויקער, עס באפעסטיגט ווי א נוי סוכה. תרבות יוון. אויפגעקלערט.

אז עס ווערט אים אמאל קלאמוטנע אין הארצען אדער גלאט - לאנגווייליג שפאצירט ער אריין אין חדר הטיי (אין כינע זויפט מען טיי) שעל ידי בית מדרשינו און הייבט אן זיין מאנעלאג:

’’יונגערמאן, אין אמעריקע פאר’ן קריג בין איך געווען א פילאט, א טעסלע ביי די אכצען יאר, א ראולעקס ביי די דרייסיג, געפייערט און געדינערט מיט דעם טראמפ’ען!’’

און דער איז ממשיך: ’’יונגערמאן, ווייסטו ווער טראמפ ירום הודו איז געווען?"

כאטש איינמאל א וואך פאסירט אזא שמועס.

האט זיך געמאכט א שרעקליך מעשה אמאל, אז פונקט איז דארט געזיצען א זויערער אידישיסט און דער לעצטער האט אים נישט געלאזט צום ווארט קומען, יענער האט אים געצאפט דאס בלוט, עס האט זיך אנגעהויבען א ’כל דאלים’ קאנפרענץ און א גאפל איז אויך געווען אריינגעמישט אינעם סקאנדאל.

ווי באקאנט גייט עסן, שפראך און קאלטור אינאיינעם, כחוט המשולש, און עס האט אנגעהויבען גיין טענער אויף ארויף און געדאנקען אויף אראפ, אראפ דייקא.

און ערעב זעליג הייבט אהן שיסען בקיאות און ווארפען ידיעות, ער נוצט דעם גראבען מתיבי פינגער און מאכט חשבונות הויעך: ’’גאלע איז א הייליג מאכל, הע?! דעם מקור פון דעם איז פון די רוסישע פויערן, אריגענעל הייסט עס ’’כאלעדיץ’’, אין רוסיש איז אות ’’ה’’ און אות ’’ג’’ אותיות מתחלפות, פון שוויינען עס שטאמט, און פון דעם דבר אחר איז עס געווען געמאכט און פארפרוירען ביז עס איז אריין אינעם אידישען גאסטרענאם. די צדיקים האבן דאן געזאגט אז עם ישראל, די בני הנביאים, ווייסן וואס זיי טוען, ופוק חזי. אבער אויב די עסן קומט פון כינעזע יונגען איז עס פאסקונדע? אידן זענען מער קיין בני הנביאים? דאס זעלבע לויטעט אויך מיט מוזיק, מיט די ווארעמע ניגונים פון דער אלטע היים אין אמעריקע, א שטייגער ווי חיים שלמה מייעס און ארי סאמעט, אוי עס בענקט צום אמאל!!! די צדיקים אין גלות אייראפע האבן געקענט מגייר זיין ניגונים, דווקא ציגיינער קענען זוכה זיין, נאר צדיקי אמעריקע האבן נישט געקענט?!"

יענער זויערער אידישסט איז נישט שולדיג געבליבען און ארויסגעזידט צווישען די ליפען עפעס ווערטער ווי ’’מחוצף. מנהג ישראל. חלילה. צדיקים. כח. מגייר זיין. שייגעץ.’’

עס איז געווארן הייס אין צימער.

חפצים האבן זיך גענומען פליען, כולל א גאפל.

דאס גאפל האט זיך געוואלגערט פונעם טיש צום ערד, אונטער טאנצענדיגע שיך, זיך צוגעקלעבט צו קלעבעדיגס, צו מאראסט, און דערנאך געלאנדעט אויף ר’ זעליג’ס פארציע.

אויס עקל און שאנדע איז אונזער ר’ זעליג געלאפען צום ריכטונג פונעם טיר.

די רוקעדיגע טיר איז עפעס נישט געווען אזוי שווה בשווה מיט אים, און אים אראפגעווארפן זיין דאשיק און אנטפלעקט א קאפ אן אויסגעקראכענס, די אנוועזענדע כאפטע בחורים האבן זיך געווארפען פון געלעכטער, א שפין געוועבאכץ ביים ווינקעל האט זיך העפטיג מיטגעשאקעלט מיט זייערע געלעכטער און ליארעם.

תיכף דערנאך, תוך כדי דיבור, בגילופין פון ווילדע געלעכטער אויסברוכען, האבן די אנוועזענדע צעבוזשעוועטע בחורים אים אריינגעגאסן א שטורעם זאלץ אין זיין טיי גלאז וואס איז געליגען אויפן טיש. און פאר קינוח האבן זיי אנגעצינדען ר’ לייבי יואלוויטש פון קוויטש- מבשר (אין כינע רעדט מען נישט, מען קוויטשעט) פורים אפטיילונג ווי ער מאכט לצינות פון די אמעריקאנע עלטערע דור, זיידעס און באבעס אלטישקערס,
מען האט אים גערירט זיין כבוד.

און דאן האט דער אויסברוך פאסירט:
רויטערס ווי אים איז נישט געווען צו געפונען, זיין צארן האט געבוזשעוועט אין אים ווי א זאווערוכע ארום אן איראנע העליקאפטער מיט הויכראנגיקע פאליטישע שישקעס אויף איר.
ווירטואלע פרה אדומה’ס וואלטען אויפגעטרייסעלט פון זייער פאשעריי אזוי לאנג אויפן וויזע, זיך אויפגעהויבען מלוא קומתם, אזש פון ווייטענס וואלט געקענט אויסזען אז די זענען גאר צווייפיסיגע, און הארצען גערן אראפגעווארפן זייער יאך, אויסגעגליכן דעם שדרה, און זאפארט אויסגעקעמט און געפארבט זייער צוויי שווארצע האר כדי זוכה צו זיין א טוץ סעלפיס מיט אים.

דערנאך וואלטען זיי אים צוטופעט מיט זייער טיפישע מהלך פון דרך הילוכו און אויך יוצא געווען דעם כי יגח לויט אלע ראשונים ואחרונים.

מיט בייז וואונדער וואלט’ן די עלטערע אין סטאדע געליימט זייערע אויגן אויף זיין פארב.

א ברים וואלט זיך געהערט אין כאר און א טענה פון הלמאי והיתכן אז: ''מאי חזית דדמך סמיק טפי? אז דו האסט טאקע דעם גליק צו פארמאגען רויטערע בלוט מיינט נישט אז אלע ברויכן דאס מערקן, דארפסט נישט עס ארויסשטארצען כאילו עס איז א רויטע פאטשיילע אין די האנט פון א שפאנישער מעדאטאר ?!'' (-דער וואס צורייצט און קריגט זיך מיט די אקסען ביי די אקס-קאמפן) וואלט זיך אט פונקט אזוי געהערט אויף שיחת בהמות שפראך''.

’נערים פני זקנים ילבינו’ קריגט מיט רעכט א ניי דערהער.

א דערצערענטער האט ער געפלאנט נקמה.

ויבז בעיניו לשלוח יד בהאידישיסטען לבדם, נאר ווי קמצא בר קמצא בשעתו איז ער געווען דער גורם פון חורבן יהדות כינע.

אפאר טעג שפעטער האט ער שוין געהאט א קלארען פלאן.

שטילערהייט האט ער ארויסשפאצירט פון די היימישע געגענט און זיכער געמאכט אז קיינער מערקט נישט.

-
כינע ה’ אלפים שנת תתפ’’ד

די מאדערנעזירטע קהילות האבן זיך פלאצירט אין די פארגעשריטענע מאדערנע געגענטער, די האבן אכטונג געגעבן אויף סטיל; געקליידעט מיט זיידענע קליידער און פאפיר שיך, מיט שיינע רונדיגע קורצע וואנזשעס און שיינע נידריג - געוואוקס, די מישלינגען מיט די גלאטע פנימ’ער מיט צוויי האר אין מארדע, און אויסגעדארטע איינגעשרומפענע רייזקוכן-בלאסע געזיכטער.

זיי האבן זיך גענצליך כינעזירט און זיך אויסגעמישט מיט די לאקאלע באפעלקערונג, זיי זענען געווען פאטריאטישע שטאלצע כינעזער און געפעלשעט כל הבא ליד. יעדע קליינע דעטאל ווי עס פאסט פאר א שטאלצער כינעזער.

צו דארט איז זיינע טריט געוואנדען, ער מוז אים באגעגענען, דער פראפעסער ברוך ווייס, דער היסטאריקער און פירער פון די מאדערנע באוועגונג וועט אים זיכער העלפען צופיקסען זיינע שונאים.

ער האט געשפרייזט צום ריכטונג פון יענע גאס, דארט ווי פראפעסער ווייס לערנט פאר זיינע לעקציעס.
ער האט אנגעקלאפט אויפן טיר.

שפאטישע בליטשקעדיגע אויגן האבן אים ענטפאנגען, די שיפע אויגן קייקלען זיך ארויס פון די לעכער, א יאמער פון טיפישע כינעזישע פארריסענע עזות, אין אזא דור פון שפע איז דאס נישט זעלטען, אין אזא דור וואס יעדער קליינע כינעזישער בויטשיק דרוקט א קנעפל און פליעט אין די לופט מקצה הכינע ועד סופו, א מלכות של חסד, נישט ווי אין אמעריקע ווי אידן זענען נאכאנאנד געווען פארפאלגט פון טראפיק פאליציי און קאזאקן.
’’מכת כינים’’ האבן דורשי רשימות עס אנגערופען בלשון חיבה, ’’טויזענטער קליינע מענטשען פליגלען העכער אונז יעדע מינוט דאהי אין כינע.’’

ער איז אנגעקומען פונקט ווען דער פראפעסאר האט זיך געזעצט עסן מיט זיינע שילערס.
ער האט זיך גענויגט מיט מאניערן, א קידה געטון, זיין הויקער האט געשטראלט און ארויסגעשטארצט.
דער פראפעסאר האט אים פארבעטן צום טיש.

אין די דאזיגע קרייזען ווערט גרינע טיי סערווירט צום טיש גענצליך אומגעבעטן. חוקת הגוי.

ביי זיי איז די לאקשען צושניטען אויף קלענערע שטיקער אז מען זאל עס קענען אריינעמען אין פיסק מיט איין בייס, א שאנדע אז אזוי זעט אויס אן אידיש סעודה אז מען זאל עס קענען בולע זיין אין איין געניץ.

א קוועלענדיגער האט דער פראפעסאר אים אויסגעהערט.

די צוויי האבן גערעדט מיט פאטאס און אייפער, געשלינגען און געשפיגען רייז און באנדלעך און דערנאך זיך געזעצט שרייבען.

אן ערך פון צוויי שעה האבן זיי געשריבען און געמעקט און ווידער געשריבען.

אינאיינעם האבן זיי אריינגעגעבען צום רעגירונג אן אנקלאגע, א נידערטרעכטיגע מסירה אנטקעגן די היימישע אידן אז זיי טוען גענצליך אנטקעגן די קלארע געזעצען.

די כינעזע געזעץ לויטעט דאך אז איבער’ן כינעזער באדן טאר מען נישט פאבראצירען קיין קוואליטעט אדער האנדלען מיט עפעס וואס קען זיך האלטען גאנץ פאר מער ווי איין מאנאט אהן צובראכען ווערן, די סיבה איז א פארשטענדליכע היות די עקאנאמיע וועט נאר אנגיין אויב מען וועט יעדע פאר טעג מוזען קויפען אלצדינג פון דאסניי (געזעץ נומער 47语/漢語44, יאר 2111. ווערט אויך אנגערופען אין פראפעסיאנעלע שפראך ’געזעץ - אנזעץ’) און די היימישע אידן פאברעצירען אזוי אומלעגאל טאג טעגליך גוטע קוואליטעט פראדוקטען וועלכע האלטען זיך פאר יארן.

שוין יארן וואס די רבנים זענען מוחה דערויף אבער די נסיונות אין גלות כינע איז פילפאכיגער שווערער ווי די פריערדיגע דורות, וואס טוט מען נישט פאר פרנסה?

דער פראפעסער מיט זעליג האבן זיך מורה היתר געווען, דער פראפעסאר האט זיך מורה היתר געווען מיט’ן אלט-באקאנטען היתר פון ’עבר ושנה’, דאגעגן ר’ זעליג האט זיך געשטילט זיין געוויסענביסען מיט’ן ’דינא דמלכותא דינא.’

כשיורדין יורדין עד לעפר.

די צוויי מנהיגים זענען דאך פון די ל’’ו רשעים נסתרים, ווי באקאנט איז דא א קבלה פון דער הייליגער שינאווער רב זי''ע אז גענוי ווי עס איז פארהאן ל''ו צדיקים אין דעם צד הקדושה, איז אזוי אויך להיפך, און עס שיינט אז פונקט ווי די צדיקים אינעם צד הקדושה זענען פארשטעלט, דהיינו נסתרים, און קענען נאך אפילו אויסזען ווי שחצנים, איז פונקט אזוי די ל''ו רשעים דטומאה זענען רשעים נסתרים, און קענען אויסזען ווי ערליכע מענטשען. און א סימן מובהק זיי צו דערקענען למי החותמת ולמי ''הפסולים'', איז אויב ער איז נישט נכנע צו בית דין ישראל און צו דין תורה. (שו’’ת דברי יציב, ליקוטים סימן קל סוף אות א’)

און אזוי זענען די צוויי פארוואנדעלט געווארן אין די ראשי הל''ו רשעים שבדור.

די אינסטאנצען האבן נישט קלאר פארשטאנען ווער די היימישע אידן זענען, ביי זיי איז אלץ אייניג, אלע אידן זענען אייניג. סתם אזוי האבן זיי שוין א לאנגע צייט פאר די מסירה געקוקט אזוי נישט- גלאטיג אויף די פרעמדע און זיי האבן געצארענט אויף גאנץ כלל ישראל, עס האט זיך דערקייקעלט צו א גזירה קשה ואכזרי’ צו פארטרייבען אלע אידן פון כינע. מלך קשה כהמן.

שתדלנים האבן פראבירט צו געבן שוחד און נוצען פארשידענע דיפלאמאטישע מיטלען, אבער מיר זענען איז כינע. גזירה איז גזירה.

מען האט געמאכט א מאדערנע גורל (דאס הייסט מען האט צוגעשטעלט עסן לע’’נ ר’ ישעיה בן ר’ משה, די עסן איז געווען לויט ראשי תיבות, למשל פאר אות א’ איז געווען א’ייער, אות ס’ איז געווען פאר ס’טעיק, און וועלכע מאכלים עס האבן זיך ערשט גענדיגט איז געווען א רמז מובהק מן שמייא ווי דער פתק פאר א נ נח) פונעם גורל איז אויסגעקומען אז מען ברויך גיין צום הייעך. (דאס הייסט אז די מאכלים ל’אקשען מ’ייערן ע’פל ל’עקעך ה’ערינג = למעלה, האבן זיך דאס ערשטע גענדיגט, דווקא געווען א קליין קוואנטום)

אינעם ביטערען ליל תשעה באב ה’ אלפים שנת תתפ’’ה איז די שארית הפליטה פון כלל ישראל ארויפגעפלויגען מיט די ספעיס שאטלען, ווער קיין מארס און ווער צום לבנה, די פארמעגליכע זענען געפלויגען אין זייערע פריוואטע שאטלען און די ארימע אין די שאטלען וואס די קהילות האבן צוגעשטעלט.

א קליין פראצענט זענען געפלויגען קיין ארץ ישראל, די איבריגע האבן אבער געזאגט אז זיי ווילען ענדערש די באקוועמליכע סטאנדארטען אויף די אנדערע פלאנעטן.

אסאך פיין האט זיי נעבעך אפגעווארט ביים גירוש, עליענ’’ס האבן געשפעט פון זיי און זיי געקיצעלט מיט ציצית אין אויער אריין, די גוים פון די אנדערע פלאנטען האבן ארויסגעווארפען פונעם ’מילעך- וועג’ פלאקערדיגע שטערענס, פארשימעלטע סאטעליטען און געשטראנדעטע אמעריקאנע פענער אויף די ספעיס שאטלען. געוויסע פריוואטע ספעיס שאטלען האבן געבלאנדזשעט און בלית ברירה געמאכט אן עמערדזשענסי לאנדונג אינעם קאכעדיגען זון און זייער אייזקרים האט זיך גענצליך אויפגעלאזט נעבעך. אידישע צרות.

נקום נקמת דם עבדיך השפוך.

אין דעם לעצטען געדרוקטען אויפלאגע פון ’קהל’ וואס האט ערשיינט צוויי טעג פאר’ן גרויזאמען גירוש איז צווישען אנדערע אט אזוי געשטאנען:... ’’דידן נצח, עס איז אויפגעוויזען געווארען אז היסטאריע איז נישט קיין פאקטאר, מה שהיה הוא שיהיה עד ביאת המשיח, קוקט נאר אריין וואס דער הייליגער אור שמח שרייבט אין פרשת בחוקותי אז כלל ישראל אין גלות איז ווי א ראד, מען ווערט צו באקוועם אין גלות, מען איז במנוחה, עס גייט גוט, עס אידישט זיך, עס גויאישט זיך, מען טראכט אז דא איז ווי מען געהערט, און בערך הונדערט- צוויי הונדערט יאר שפעטער קומט דער גוי, צו דער דייטש, צו דער אמעריקאנער, אדער דער כינעזער גוי גאר און זאגט צום אידעל: ’’גיי פון דאנעט!!" דער איד גייט ווידער אין גלות, ווערט ווידער צו באקוועם און בענקט נישט ליידער, דערנאך קומט א שטערקערע גוי... ביז דער איד כאפט אז מיר ברויכען משיח! מיר ברויכען גאולה!’’

אין דעם רעדאקטאערס קאלום איז געברענגט געווארען פונעם פיאסעצנער וואס שרייבט אז אין ירושלים וועט אלעמאל בלייבען אידישע קינדער, דער פיאסעצנער האט עס געשריבען בשעת ער האט באהאלטען איינע פון זיינע ספרים, ער שרייבט אזוי: ’’פאר ווער עס טרעפט דעם ספר, איך ווייס נישט צו ווען מען גייט דאס טרעפן וועט נאך זיין איין איד אויפן אייראפעישע באדן אבער אין ירושלים וועט שטענדיג זיין אידן’’ ’’טייערע אידן אין כינע, פארט קיין ירושלים’’

אין א קליין קעסטעלע אינעם לינקען ווינקעל איז געשטאנען א מעלדונג געשריבען דורך די ישישי הקהילה:
נערים היינו גם זקננו, הרבה ילדות עושה, הרבה זקנה עושה, סתירת זקנים בנין, קנינו חכמה ועכשיו נמכור, אלצדינג איז אלעמאל דאס זעלבע, בייט נאר אפאר מינדערוויכטיגע פרטים פונעם עבר און עתיד און דו טרעפסט זיך אינעם הווה. אינעם פראסטען יעצטיגען סקונדע. בדיוק. קיין ברעקל נישט אנדערש!"
גע’חתם’ט דורך אלע איינוואוינער אינעם מושב זקנים פון האנג-קאנג והגלילות.

נ.ב. אין די לעצטע פאר יאר האבן פארשער און ארכיאלאגען אנדעקט שפורען פון די אידישע געמיינדע אין כינע. אין די גראבונגען אין שטאט בעידזשינג האט מען געפונען ליסטעס פון תומכי שבת נצרכים מיט ליסטעס פון דזשערקי מיט סושי וואס מען האט פארטיילט לע’’נ דער צדיק נסתר ר’ אהרן בן ר’ שמעיה הפלאמבער הנורא מדזשערסי סיטי.

נ.ב.
יארן צוריק, פאר די ערשטע ספעי’’ס שאטע’’ל איז ארויפגעפלויגען האט זיך געטון א רעדע אויב עס איז פארהאן איינוואוינער, מענטשען צו באשעפענישען, אויפ’ן לבנה, מען האט אנגעפרעגט הרב כדורי זי’’ע.
הרב כדורי האט עפעס אנגעשריבען אויף א צעטל און געזאגט אז מען זאל עס נישט עפענען ביז דער שאטעל קומט צוריק, ווען מען האט געפענט דעם צעטל האט מען געזען אז ער האט דארט געשריבען א שטיקעל פון ’פתח אליהו’: ’’וּבְאַרְעָא’’ אִילָנִין וּדְשָׁאִין וְגִנְּתָא דְעֵדֶן וְעִשְׂבִּין וְחֵיוָן וְעופִין וְנוּנִין וּבְעִירִין וּבְנֵי נָשָׁא’’.
דווקא ’’בארעא’’, אין ערד זענען פארהאן באשעפענישען און מענטשען...
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3976
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 10879

Re: אידכינע

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

:lol: :lol: :lol:

וואסעט זיין מידיר???

יוי... כ'האב נישט קיין כח צו דעם...
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2503
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6552

Re: אידכינע

פאוסט דורך פופציגער »

העי! מדארף מודיע זיין דעם עולם אז ס'דא א נייע קאפיטל!!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
צייטווייליג
חבר המערכת
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 6:09 pm
x 733

Re: אידכינע

פאוסט דורך צייטווייליג »

משוגע מעטארע! די לעקציע פון די מושב זקנים אין האנג קאנג איז מיר זייער אריין אין הארצן, אפילו נאך היינט קעמען זיך ארויסנעמען די לעקציע.

אבער איר זענט גוט פארריקט.... אבער נאך ווי... געהעריג דו פארשטייפסט מיר דעם אטעם מיט יעדע טראפקעלע טינט פון דיין גין גאלדענע פעדער.

געהעריג סגלייבט זיך נישט וואס מקען טון מיט די פלעינע שפראך און באגריפן וואס מיר אלע קענען.

יישר כח גדול!
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: אידכינע

פאוסט דורך שוש אשיש »

פופציגער האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 4:59 pm העי! מדארף מודיע זיין דעם עולם אז ס'דא א נייע קאפיטל!!
ריכטיג, אבער איך קען עס נישט עדיטען.
נאר די הנהלה
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: אידכינע

פאוסט דורך שוש אשיש »

צייטווייליג האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 6:10 pm משוגע מעטארע! די לעקציע פון די מושב זקנים אין האנג קאנג איז מיר זייער אריין אין הארצן, אפילו נאך היינט קעמען זיך ארויסנעמען די לעקציע.

אבער איר זענט גוט פארריקט.... אבער נאך ווי... געהעריג דו פארשטייפסט מיר דעם אטעם מיט יעדע טראפקעלע טינט פון דיין גין גאלדענע פעדער.

געהעריג סגלייבט זיך נישט וואס מקען טון מיט די פלעינע שפראך און באגריפן וואס מיר אלע קענען.

יישר כח גדול!
האסט מיר פשוט מהנה געווען מיט די תגובה.
א גרויסע דאנק!
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
בערל דער פייפער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 786
זיך איינגעשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 20, 2023 6:24 pm
Location: אין דארף
x 898

Re: אידכינע

פאוסט דורך בערל דער פייפער »

:lol: :lol: :lol:
יעצט באמערקט חלק ב’,

יישר כח
עס איז ממש צום באווינדערן וואס די ברענגסט דא צוזאם,
דיינע אויסשפראכן...און א חלום פון א מציאות אריינגעלייגט אין ווערטער

#טאלאנט
איך וועל אייך באפייפען
פופציגער האט געשריבן: (קלאפ דיין מויל מיט מאראסטיגע פּאָפּוטשן!
שרייב פאוסט