מיט הרב צוויידייטיג ווייס איך נישט, (קוקט נישט אויס אז ער קריגט זיך דערמיט), אבער מיט הרב שטערן פון די UJO קריג איך זיך זיכער נישט, קיינמאל געהערט אדער געזעהן אז ער זאל שרייבן אדער זאגן אנדערשט, אדרבה נאכגעהערט אז ער זאגט די זעלבע זאך פאר יעדן, ווי אויך האט מיר איינער נאכגעזאגט פון אים לעצטע וואך אז אויף די גאנצע פעטוועי 6 דארף מען נאכאלץ רחמי שמים, ווייל מען ערווארט נאך אן ענטפער פון די סטעיט צו זיי אקצעפטירן דאס און דערווייל שלאפן זיי נאך כדרכם בקודש.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 18, 2024 5:14 pm @מיטב הגיון קום זיך אדורך מיט @צווייזייטיג דא און נאך 100 פלעצער, ווי אויך מיט הרב שטערן פון UJO.
זיי אלע זאגן אז די גיידליינס זענען גוט. נישטא קיין גזירה. נאר חששות פון מסירה.
און יעצט צו דיר לדבריך:
דו ביסט ערנסט ווען ביסט מדמה פעטוועי 6 צו פעטישאנס?מיטב הגיון האט געשריבן: ↑דינסטאג יוני 18, 2024 5:08 pm דאן פארוואס נעמט מען פעטוועי 6?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס מען האט אונטערגעשריבן פעטישאנס:
ווייל דאס געט בעסערע שאנסן אז אפשר קען מען פטור ווערן פון די גזירה, און אויב נישט געט עס שטערקערע טענות ביים באקעמפן די גזירה אין געריכט.
פעטוועי 6 איז א "נייע פאדערונג" וואס איז געמאכט געווארן "דורך די גיידליינס" וואס דו ביסט מסכים אז ס'איז א "גזירה". סוי האסט עקטשולי געזאגט "הנני" איך בין גרייט צו עקסעפטן די גזירה, ווייל אפשר אזוי העטעך פעטעך.
שטימט?
כ'ווייס נישט פונקטליך וואס דו ווילסט מיט די מדמה זיין פראגע און כ'וויל זיך אויך נישט מטפל זיין די הנני שטותים.
כ'האב סך הכל געזאגט די סיבה פארוואס מען האט גענומען פעטוועי 6 איז די זעלבע סיבה פארוואס מען האט אזוי שטארק געארבייט אויף פעטישאנס.
און די זעלבע סיבה פון אסאך אנדערע פעולות לטובה, פרעס רעליסעס, ארטיקלען אין צייטונגען, פובליק קשיות פון פראפעסארן, און נאך און נאך וואס דאס אלעס האט געדינט דעם צוועק פון פטור ווערן פון די גזירה אדער אז די רעגירונג וועט ווערן ווייכער, אדער מיט שטערקערע טענות אין געריכט (וואס באמת איז דאס היינו הך, אויב די רעגירונג זעהט אז דו האסט גוטע טענות קעגן אים, העלפט דאס אז ער זאל ווערן ווייכער)
דו האסט געשריבן א ליגנט (אדער מיסאינפארמאציע) פארוואס מען האט גענומען פעטוועי 6, און איך האב דאס סך הכל קלאר געשטעלט, כדי צו פארווישן דיין ליגנט אדער מיסאינפארמאציע ווילסטו עס אריינשלעפן אין א נייער אסור און מותר נושא, סארי, נישט דאס איז געווען די נושא דא און כ'גיי נישט אריינגיין אהין.
(טראץ וואס דארט ביסטו אויך נישט גערעכט).