כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
פלעשלייט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 152
זיך איינגעשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 12, 2023 4:08 pm
x 183

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך פלעשלייט »

קיינמאל האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 9:38 am
פלעשלייט האט געשריבן: מאנטאג יוני 17, 2024 6:32 pm איך גיב עס 24 שעה ביז ווען די טעמע גייט ווערן פארוואנדעלט אין היציגע טענה'רייען ווער עס האט מער קהילה מעמבערס, מהר"א צו מהרי"י.

וועיט ענד סי.
ביז דערווייל ביסטו די איינציגסטע וואס האט געשריבן וועגן דעם
איך האב געוויסט אז אויב וועל איך עס שרייבן, איז דא א קלענערע שאנס אז עס זאל פאסירן, מילא האב איך עס געשריבן.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך נקודות טובות »

אז מען רעדט פון ציפערען דערמאן איך מיך א מעשה.

איך בין אמאל געווען אין א גרויסען ביהמ''ד בין הזמנים, געווירבעלט האט די ביהמ''ד מיט הונדערטער מתפללים, ישיבה בחורים און עלטערע אידן צו גלייך. זע איך דארט אן עלטערע איד א באקאנטע תלמיד חכם זיצן און קוקט זיך ארום, ועניו זלגו דמעות.

איך קען דעם איד פערזענליך, ער רופט מיך צו און זאגט מיר מיט טרערן אין די אויגען. געבוירען געווארן בין איך ממש הארט נאכ'ן קריג, כלל ישראל בתפארתה האב איך נישט זוכה געווען צו זעהן, אנשטאט בין איך אויפגעצויגען געווארן אין א סביבה בבחינת והיה ראשיתך מצער. קוים געווען צוויי מנינים אין ביהמ''ד, עטליכע קינדער אין חדר, די היימישע פאפיולאציע איז געווען גאר קליין. איך זיץ אין ביהמ''ד שוין א לענגערע צייט און פשוט איך קוק ארום, און איך קען נישט צו מיך קומען פון וואס מיינע אויגען זעהען! הונדערטער בחורים, כולל אינגעלייט, מגידי שיעור, ארבעטערס, בעלי בתים, עלטערע אידן. און א חתן כמעט אין יעדע צווייטע מנין. עס ווירבעלט א וועלט! און דאס איז נישט נאר אין דעם בית המדרש, נאר בכל שני וחמישי עפענען זיך פרישע בתי מדרשים, און עס איז דא גענוג פאר יעדען! איך זיץ דא, און פאר מיינע אויגען דערמאן איך מיך ווי אזוי א ביהמ''ד האט אויסגעזעהן פאר 60-70 יאר צוריק און איך קען גארנישט טוהן חוץ פון לאזן אפאר טרערן! עד כאן תוכן דבריו.

איך שפאציר אוועק אינגאנצען איבער גענומען און איך טראכט צו מיר. דער אויבערשטער האט באשאפען א שיינע רייכע הערליכע וועלט. א ריזיגע וועלט וואס מיר קענען אין חלום נישט משיג זיין די גרויסקייט דערפון. לויט ווי די סייענטיסטען ווייסען היינט רעדט מען פון א קיימא לן פון א יונעווירס גרויס 56,448,000,000,000,000,000,000,000,000 מייל אויף די לענג, און נאך אזוי סאך אויף די ברייט, דאס קומט אויס צו שטחים וואס איז נישט מעגליך פאר א ילוד אשה צו אפי' צו באגרייפען! 200 ביליאן שטערנס, צוויי טריליאן געלעקסיס, טויזענטער ערליי חיות ובהמות, ריזיגע הרים וגבעות, מעכטיגע וואלקעינויס און וואסער פאלען, הערליכע פעלדער און וועלדער, קליינטשיגע וויירוסעס און באקעריעס, און מייקראסקאפישע אטעמס און סעלס. הדרה דלא אפשר למפרט בשפותא! א וועלט פיל מיט חכמה א וועלט פיל מיט וואונדער. ווי מען דרייט זיך נאר זעט מען געטליכקייט! גְּבוּרָן עָלְמִין לֵהּ וְלָא סִפֵּק פְּרִישׁוּתָא. גְּוִיל אִלּוּ רְקִיעֵי קְנֵי כָּל חֻרְשָׁתָא. דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְּנִישׁוּתָא. דַּיְרֵי אַרְעָא סַפְרֵי וְרַשְׁמֵי רַשְׁוָתָא.

אבער וואס? דאס איז גארנישט ווערד! די תכלית הדברים איז עס זאל זיין איינער וואס זאל היטען תורה ומצוות! די גאנצע וועלט מיט אלע אירע חכמות האט נישט קיין זכות קיום אן דעם! דער אויבערשטער זאגט נישטא קיין שטערן, געלעקסי, מלכים שרפים, חיות ובהמות אויב עס איז נישטא קיין תורה. דאס אלעס איז ביי מיר אינגאנצען ווערטלאז!

שטעלט זיך די שאלה, פאר וועמען געבט מען די תורה? די תירוץ איז, אתה הוא האלקים אשר בחרת באברם! אונזער פאטער אברהם, יא רק באבתיך חשק ד' לאהבה אותם ויבחר בזרעם אחריהם בכם מכל העמים כיום הזה. און נישט ווייל מיר האבן סיי וועלכע קוואליפעקאציעס צו דעם מער ווי סיי וועלכע אנדערע פאלק! לא מרבכם מכל העמים חשק ד' בכם ויבחר בכם כי אתם המעט מכל העמים! דאס איז א בלויזע חסד מאת הבורא יתברך אז ער האט אונז אויסגעקליבען און געגעבן די הייליגע תורה! ומי גוי גדול אשר לו חקים ומשפטים צדיקם ככל התורה הזאת?!! די גאנצע ריזיגע מעכטיגע וועלט איז גארנישט ווערד ביי דער וואס האט עס באשאפען, נאר אנשטאט דעם איז ער נאר נייגעריג אויב עפעס א קליין בחור'ל פון דרייצען יאר אלט נעמט דעם פופצענטער טאג אין תשרי א לולב אין די האנט, און אויב ער גייט מיט שעטנ''ז! אדער דען דעט איז נישטא גארנישט!

פון די רגע און ווייטער האט זיך אנגעצינדען א אויסטערלישע קנאה ביי די אנדערע פעלקער הלמאי מיר זענען די עם הנבחר וואס האבן באקומען די תורה מאת הבורא יתברך! זייט דעמאלטס איז בכל דור ודור עומדים עלינו לכלותינו! און אלעס נאר צוליב קנאה!
איינער האט פראבירט צו אויסרייסען די תורה פון אונז, א צווייטער האט פראבירט אונז אוועקצורייסען פון די תורה. א דריטער איז אנגעקומען מיט א נייע תורה, און א פערטער מיט א נביא שקר וואס האט פארדרייעט די תורה. אלעס צוליב וואס זיי זענען אונז מקנא!

דער אויבערשטער האט אבער צוגעזאגט פאר יעקב אבינו ע''ה, והיה זרעך כעפר הארץ. דער רמב''ם איז מסביר אז כעפר הארץ איז פשט אז ווען איינער גייט אין מדבר, דאכט זיך אים אז ער צוטרעט די זאמד. אבער וואס ער כאפט נישט איז אז ווען ער איז שוין לאנג נישט דארט, דרייט זיך נאך די שטויב פון די זאמד אין די לופט דורך דעם וואס ער האט דאס צוטרעטן! פירט דער רמב''ם אויס, דאס האט דער אויבערשטער געזאגט פאר יעקב אבינו והיה זרעך כעפר הארץ. מען וועט דיינע קינדער אונטערדריקען, אבער זיי וועלן בלייבען אויף אייביג. מען וועט פארגעסען אז עס האט עקזעסטירט אן אונטערדריקער, אבער דער אונטערדריקטער בלייבן מיט'ן גאנצען שטארקייט!

עס איז שוין גאנצע אכציג יאר פון ווען אונזערע עלטערן זיידעס און עלטער זיידעס זענען באפרייט געווארן פון די לאגערן. וכמאמר החכם דור הולך ודור בא. קיינע אידן מיט נאמבערס זענען שוין נישט דא, און עס איז נישט דא ווער עס זאל עפרישיעטען דאס וואו מיר שטייען היינט בבחינת ואחריתך ישגה מאד.
מיר האבן כסדר געהערט פון עלטערע אידן דעם סלאגאן "א נקמה אין היטלער ימח שמו". די אפטייטש פון די ווערטער א נקמה אין היטלער איז אז דריי און א האלב טויזענט יאר פייניגט מען אונז און מען הרג'עט אונז, און מיט די גרעסטע חכמות האט מען שוין פון אונז פראבירט פטור צו ווערן. אבער ניין, כי אני ד' לא שניתי ואתם בני יעקב לא כליתם! אידישקייט גייט אן מיט א שטארקייט, אונזערע אינטערדריקער זענען שוין פון לאנג נישטא, אבער מיר בליען ווי קיינמאל פריער! דאס אידישע פאלק איז א נצחי און וועט קיינמאל נישט אויסגעריסען ווערן!

וואס וויל איך ארויסברעגען?
מיר זעהען אז אידישע קינדער בויען זיך צוריק, און עס איז נישטא קיין נאטורליכע ענטפער אויף דעם. אידן זענען פארשקלאפט אזוי פיל יאר, און האלטן זיך און בויען זיך כסדר צוריק נאך יעדע חרבן! דאס איז א גילוי שכינה ממש! דער יצר הרע האלט דאס אבער נישט אויס! ער קען דאס נישט צו זעהן! דאס מאכט אים חרוב זיין גאנצע ארבעט! אויב זעהט מען גילוי שכינה, און מען זעהט אז עס איז באמת דא א מציץ מן החרכים איז ער אויס קאפעליטש מאכער! וואס טוט ער? יעדע זאך ווערט א פארטיי. אנשטאט לעבן באהבה ואחוה פראבירט ער בכל התוקף צו אנדרייען מחלוקת צווישען אידן. און אנשטאט זעהן גילוי שכינה זעהט מען נאר די שטארקייט פון די אייגענע פארטיי! אנשטאט קוקען ווי אידישקייט ווערט נתרבה, דרייעט דער שטן אן אז מען זאל זיין פארנומען צו זעהן יענעמס דורך פעלער! אז מען האט שכל זעהט מען דעם הבטחה פון ואף גם זאת בהיותם בארץ איביהם לא מאסתים ולא געלתים לכלתם להפר בריתי אתם. און אנשטאט זיין פארנומען מיט פארטייען, און ווער עס האט א שענערע ביהמ''ד מיט מער מתפללים, ווייסט מען אז מיר זענען אלע דא פאר איין ציהל און דאס איז כדי עס זאל זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבה!
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך דער תהלים איד »

הייליג!
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@נקודות טובות שטארק!!!!

מיינע צוויי צענט..
להוי ידוע, די בריאה פון מחלוקת האט מעלות, אזוי ווי יעדע זאך אין די בריאה כמבואר בליקוטי מוהר"ן, און לכא’ בתוך שאר ספרי רבותינו זי"ע.

מחלוקת אין פילוג איז לאו דוקא היינו הך.

אחדות, אויב מיינט עס גלייך בארעכטיגט, איז עס שקר.

אויב סאיז נעשה ונשמע אויפן בחינה כאיש אחד ובלב אחד דאן איז נישטא קיין גרעסערס ווי דעים. אבער נאר אחדות, לכשל עצמו איז א שווינדעל טרעפ, פארוואס? ווייל דאן איז עס קיין אמת’ע אחדות אין ס’איז בבחינת שקר אין לו רגלים.
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך פשוט און גראד »

דרך אגב, אפשר לייגט מען עס ביי אויפן שפיץ גאפעל
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1555
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3501

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך נקודות טובות »

פשוט און גראד האט געשריבן: מיטוואך יוני 19, 2024 5:42 pm @נקודות טובות שטארק!!!!

מיינע צוויי צענט..
להוי ידוע, די בריאה פון מחלוקת האט מעלות, אזוי ווי יעדע זאך אין די בריאה כמבואר בליקוטי מוהר"ן, און לכא’ בתוך שאר ספרי רבותינו זי"ע.

מחלוקת אין פילוג איז לאו דוקא היינו הך.

אחדות, אויב מיינט עס גלייך בארעכטיגט, איז עס שקר.

אויב סאיז נעשה ונשמע אויפן בחינה כאיש אחד ובלב אחד דאן איז נישטא קיין גרעסערס ווי דעים. אבער נאר אחדות, לכשל עצמו איז א שווינדעל טרעפ, פארוואס? ווייל דאן איז עס קיין אמת’ע אחדות אין ס’איז בבחינת שקא אין לו רגלים.
איך בין נישט באקאנט אין ספרי ברסלב, דעריבער ווייס איך נישט פון וואס איר רעדט. אבער לאמיר גיין אזוי.

נישטא אזא זאך ווי גלייך-בארעכטיגונג כלל וכלל! נישט תורה'דיג, נישט לאגיש, און נישט געפיליש האט אזא ארגיומענט האפט!

נאך א זאך, כדי נישט צו זיין גלייכבארעכטיגט פעלט נישט אויס מחלוקת, נאר הכל לפי רוב המעשה!

נאך א זאך. מחלוקת איז אסור! מחלוקת איז א גרויל! מחלוקת מאכט חרוב די מענטש! און מחלוקת מאכט חרוב די וועלט! דבר זה כתוב בתורה, ושנויה במשנה, ומשולש במדרשים וספרי מוסר פעמים הרבה בלי מספר.

די ערגסטע דור וואס איז געווען אויף די וועלט זייט בריאת העולם, איז אן קיין ספק די דור המבול. און אויף דעם זאגן חז''ל. קשה היא המחלוקת, שהיא שקולה כדור המבול!

אויב וועט איר זיך איינרעדן אז מחלוקת איז א געזונטע זאך, זאגן אונז חז''ל ניין. קשה היא המחלוקת, שהיא מביאה לידי חולי. וקשה היא המחלוקת, שהיא מביאה לידי מיתה עצמה!

וועט איר אודאי מיינען אז דאס איז נאר במחלוקת דעלמא, אבער ווען עס קומט צו אידישקייט איז מחלוקת יא גוט, זאגן אונז חז''ל. קשה היא המחלוקת, אפלו לעשות סייג למצות און די ראיה איז פון בני גד ובני ראובן!

וועט זיך דיר דאכטען אז כאטש לישוב העולם איז מחלוקת גוט, זאגן אונז חז''ל. קשה היא המחלוקת, אפי' מחלוקת שהיא לישובו של עולם! און טאקע דערפאר שטייט נישט כי טוב ביים צווייטען טאג פון בריאת העולם, ווייל עס איז געוווען א פילוג!

איי מיר ווייסען דאך אז ס'איז דא אזא זאך ווי מחלוקת לשם שמים? אמת טאקע, אבער ביי מחלוקת איז נישטא קיין מתוך שלא לשמה בא לשמה!

רבי יונתן אין יערות דבש חלק ב' דרוש ח' שרייבט אזוי. אבל בעו''ה כל מחלוקת, תהיה מה שתהיה, היצר הרע מפתה ואומר שהוא לשם שמים. ולמצוה גדולה להכניע בוגדים ולשבר זרוע רמה וכהנה דברים רבים. כללו של דבר אין לך מחלוקת שאין היצר הרע מפתהו ואומר שכל הכונה הוא לשם שמים.

נו אויב אזוי שטעלט זיך די שאלה, ווי אזוי קען מען טאקע וויסען אויב די מחלוקה איז לשם שמים אדער נישט? אויף דעם פירט רבי יונתן אויס. בזאת יודע אי המחולקים ובעלי ריבות הם זולת הדבר שנחלקו בו ומנגדים זה לזה הם אוהבים גמורים בלב ונפש זהו אות שמחלוקתם לשם שמים אבל אם הם אויבים ונוטרים שנאה זה לזה ע"י מחלוקת. זהו שלא לשם שמים ויתייצב השטן בתוכם.
וזהו הסימן מסרו לנו חכמי משנה איזה מחלוקת שהיא לשם שמים כי בכל מחלוקת אומרים שהיא לשם שמים ואמרו כמחלוקת שמאי והלל שאהבו זה את זה וכבדו זה את זה. הנאהבים ונעימים זהו אות שמחלוקת לשם שמים אבל במחלוקת קרח ועדתו שהיו נוטרים איבה ושונאים וכמעט יסקלהו למשה וכדומה זהו שלא לשם שמים.

דער נודע ביהודה שרייבט אין ערשטען תשובה אין יורה דעה, ובזמננו לא שכיח מחלוקת לשם שמים!

עס שטייט טאקע אין אגרא דכלה אויפן פסוק ובני קרח לא מתו. שמעתי מאת כבוד אדמו"ר הרב הק' מהרמ"ח זצוק"ל רמז הפסוק ובני קרח לא מתו. הגם כי קרח בעל המחלוקת מת, עם כל זה בני קרח תלמידיו בעלי המחלוקת לא מתו. די כח פון קרח איז געבליבען, און דאס איז מחלוקת שלא לשם שמים. און רוב ראשונים לערנען טאקע אז די פסוק פון ולא יהיה כקרח ועדתו, איז א לאו אויף מחזיק זיין במחלוקת!

פאר מער איבער די הארבקייט פון מחלוקת קען מען אריינקוקען אין די ספרי החפץ חיים וואס די פארום איז גערופען על שמו.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך פשוט און גראד »

נקודות טובות האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 4:34 pm

ס’דא מחלוקת וואס ס’גורם פירוד, אויף וואס דיין הערליכע תגובה ברענגט ארויס שיין אין קלאר.

אבער, ס’דא מחלוקת וואס ס’האט גארנישט מיט פירוד, ווי הלל ושמאי וואס די משנה זאגט, מחלוקת שהיא לשם שמים וכו’.

ווען כ’האב געמענטשענט ליקוטי מוהר"ן, האב איך קלאר געשריבען בתוך שאר ספרי חסידות.

ווי אויך, נישט אלעמאל אין א מחלוקת וואס אנדערע קוקען אן, איז א מחלוקת פון צוויי צדדים. למשל, שטעל דיר פאר איינער פרעגט דיר וויאזוי די הייסט, אין נאכן ענטפערן זאגט ער אז די ווייסט נישט וואס ס’טוט זיך מיט דיר, און ער קריגט מיט דיר. איז דעיס מחלוקה?
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך פשוט און גראד »

פשוט און גראד האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 20, 2024 5:46 pm

ווי אויך, נישט אלעמאל אין א מחלוקת וואס אנדערע קוקען אן, איז א מחלוקת פון צוויי צדדים. למשל, שטעל דיר פאר איינער פרעגט דיר וויאזוי די הייסט, אין נאכן ענטפערן זאגט ער אז די ווייסט נישט וואס ס’טוט זיך מיט דיר, און ער קריגט מיט דיר. איז דעיס מחלוקה
?
טעיתי, כ’האב געליינט צו שנעל דיין תגובה, ווי איך זעה האסטו שוין געמענטשענט אפאר נקודות פון מיין ענטפער.
ביטע פארגעב מיר, איך ווייס אז ס’קען שטארק נערווירען.

אבער די באלד חלק איז א שטארקע נקודה פאר זיך, כ’וועל בל"נ דיר צוצוצייכענען ווי און ליקוטי מוהר"ן איך רעד פון
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2058
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2155

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך אנדערער »

@נקודות טובות דו זאגסט זייער גוט

איך וויל נאר צולייגן א קלייניקייט. צומאל אפילו ווען איין צד פירט א מחלוקת שלא לשם שמים קען נאך די צווייטע זייט זיין אינגאנצן לשם שמים

למשל קעגן השכלה
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8448

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:55 am @נקודות טובות דו זאגסט זייער גוט

איך וויל נאר צולייגן א קלייניקייט. צומאל אפילו ווען איין צד פירט א מחלוקת שלא לשם שמים קען נאך די צווייטע זייט זיין אינגאנצן לשם שמים

למשל קעגן השכלה
די פראבלעם איז אז אסאך מאל ווען איין צד איז באמת לש"ש, אבער נאכן ווערן אריינגעמישט אין מחלוקת ווערט עס א פערזענליכע קאמף.

כ'האב אמאל געהערט אויף דעם וואס מ'זאגט נאך אז דער ישמח משה זי"ע האט געזאגט אז ער איז געווען בדורו של משה און מ'האט אים געפרעגט אויף וועמענס זייט ער איז געווען ביי קרח'ס מחלוקה האט ער גענטפערט אז ער איז נישט געווען אויף קיין איין צד.

האט יענער געזאגט "דו מיינסט אז דער הייליגער יש"מ האט נישט געהאלטן אז משה איז גערעכט?! נאר א "צד" האט ער נישט גענומען. ווייל איינמאל מ'נעמט א "צד" ווערט עס פערזענליך.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2058
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2155

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך אנדערער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:43 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:55 am @נקודות טובות דו זאגסט זייער גוט

איך וויל נאר צולייגן א קלייניקייט. צומאל אפילו ווען איין צד פירט א מחלוקת שלא לשם שמים קען נאך די צווייטע זייט זיין אינגאנצן לשם שמים

למשל קעגן השכלה
די פראבלעם איז אז אסאך מאל ווען איין צד איז באמת לש"ש, אבער נאכן ווערן אריינגעמישט אין מחלוקת ווערט עס א פערזענליכע קאמף.

כ'האב אמאל געהערט אויף דעם וואס מ'זאגט נאך אז דער ישמח משה זי"ע האט געזאגט אז ער איז געווען בדורו של משה און מ'האט אים געפרעגט אויף וועמענס זייט ער איז געווען ביי קרח'ס מחלוקה האט ער גענטפערט אז ער איז נישט געווען אויף קיין איין צד.

האט יענער געזאגט "דו מיינסט אז דער הייליגער יש"מ האט נישט געהאלטן אז משה איז גערעכט?! נאר א "צד" האט ער נישט גענומען. ווייל איינמאל מ'נעמט א "צד" ווערט עס פערזענליך.
שטארק ווארט אבער נישט פשוט פשט
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: כלל ישראל אין ציפערן - בליעה"ר

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 9:43 am
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך יוני 26, 2024 12:55 am @נקודות טובות דו זאגסט זייער גוט

איך וויל נאר צולייגן א קלייניקייט. צומאל אפילו ווען איין צד פירט א מחלוקת שלא לשם שמים קען נאך די צווייטע זייט זיין אינגאנצן לשם שמים

למשל קעגן השכלה
די פראבלעם איז אז אסאך מאל ווען איין צד איז באמת לש"ש, אבער נאכן ווערן אריינגעמישט אין מחלוקת ווערט עס א פערזענליכע קאמף.

כ'האב אמאל געהערט אויף דעם וואס מ'זאגט נאך אז דער ישמח משה זי"ע האט געזאגט אז ער איז געווען בדורו של משה און מ'האט אים געפרעגט אויף וועמענס זייט ער איז געווען ביי קרח'ס מחלוקה האט ער גענטפערט אז ער איז נישט געווען אויף קיין איין צד.

האט יענער געזאגט "דו מיינסט אז דער הייליגער יש"מ האט נישט געהאלטן אז משה איז גערעכט?! נאר א "צד" האט ער נישט גענומען. ווייל איינמאל מ'נעמט א "צד" ווערט עס פערזענליך.
אוהבי ה שנאו רע
אנדערער האקט.
שרייב פאוסט