אנאליז - ברייטע מלחמה צווישן כיזבאלא און מדנ"י?! ווער איז בכלל אינטערעסירט…

נייעס אין דער אלגעמיינער גאס, לאקאל און נאציאנאל
פארפאלענער
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 996
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 23, 2023 10:38 am
Location: צווישן די קארטאפל
x 1586

אנאליז - ברייטע מלחמה צווישן כיזבאלא און מדנ"י?! ווער איז בכלל אינטערעסירט…

פאוסט דורך פארפאלענער »

א שיינע אנאליז דורך @פיינע קאווע


קוקנדיג אין די יעצטיגע פאזע פון די מלחמה, האט די וועלט, אריינגערעכנט די א"י בירגער, א געפיהל ווי כאילו די מלחמה אין דרום איז שוין מער ווייניגער געגאנגען שלאפן, יא ס'איז נאך דא עטליכע פראבלעמען צו מסדר זיין, אזוי ווי למשל צו היימברענגען די פארכאפטע, אויך צו ערלעדיגן סינוואר און זיינע קאלעגן און אפשר אויך צו עלעמינירן חמאס אלס א מיליטערישע קראפט, אבער חוץ פון דעם איז שוין מער ווייניגער דערנאך, די געפיהל איז גראדע נישט קיין שלעכטע, און ווען נישט די מדינה וואלט זיך געשוואוירן אנהייב די מלחמה דווקא אויף די דריי אויבנדערמאנטע נקודות, וואלט מען שוין געקענט אפשר האלטן ביי א שלב ווייטער, היות אבער דווקא דאס איז וואס נתניהו האט צוגעזאגט פאר זיינע בירגער, און נישט למשל אז ער גייט חרוב מאכן עזה אזוי ווי ער האט בפועל געטוהן -און וואלט זיך געקענט אויך אנהענגען דערויף אלס א ניצחון, מיינט דאס אין פאקט אז אויב בייגט ער זיך יעצט איז ער אין א אפיציעלע אנזעץ, און הגם ס'איז קלאר פאר יעדן אז די מלחמה איז עכט א אנזעץ, און ווערט געשלעפט אן קיין שום ספיציפישע סיבה וואס איז נישט פאליטיש לכאורה, האט ער אבער נישט קיין קלארע מהלך פאר די עזה זייט און מאכט זיך ענדליך צייט צו קוקן אויפן צפון גרעניץ צו פראבירן ברענגען א לעזונג פאר די חורבן וואס קומט דארט פאר,

בעפאר מיר גייען צו וואס איז יעדן'ס אינעטערעס און ווער איז בכלל אינטרעסירט אין מלחמה, איז וויכטיג אביסל צו דורך גיין חיזבאללא'ס היסטאריע און פראבירן ארויסהאבן ווער איז דאס חאסאן נאסראללא און וואס זיינע מאטיוון זענען,

א'
היסטאריע

לבנון, (אנדערש ווי מענטשן האלטן אויף עזה) ווערט פארערעכנט אלס די מערסטע צאמגעפרעסטע געגענט אין מיטל מזרח וויפיל מענטשן עס וואוינען דארט פער מעטער, האבנדיג 6 מיליאן איינוואוינער, וואס רעכנט אריין אין זיך 2אויך מיליאן סירישע פליטים פון די דארטיגע בירגער-קריג, און זענען נישט קיין לעבאנעזער בירגער, און נאך ארום 402,000 פאלסטינער פליטים וואס זענען דארט אנטלאפן ווען די מדינה האט זיך אויפגעשטעלט,

לבנון איז דעמאגראפיש צוטיילט אין דריי חלקים, נוצרישע אראבער, סונישע אראבער און שאיטן, ווען יעדער טענה'עט אז ער איז די גרעסערע רוב, אבער היות אין די לעצטע יארן איז נישט געווען דארטן קיין געהעריגע ציילונג דאס אויפצווייזן ווייסט מען טאקע נישט, אבער לכתחילה זענען געווען די נוצרישע אראבער די רוב.
לבנון, איז זייער א ארעם לאנד און ליידט כסדר פון פינאנציעלע פראבלעמען ברענגענדיג דערצו אז היינט האלט זיי ביים באנקראט, זי פלעגט אייביג ליידן פון רייבערייען צווישן די דריי גרופעס בירגער, ווען די שאיטישע אראבער זענען געווען די ארעמסטע און ווייניגסטע גערעכנט צווישן אלע דריי גרופעס,

אין יאר 1982 (אפציעל 1984) האט זיך געגערינדעט אין לבנון א גרופע וואס איז היינט וועלט באקאנט און רופט זיך חיזבאללא, וואס איז טייטש אין אראביש 'אללה'ס מענטשן', זיי האבן זיך אוועקגעשטעלט אלס א איסלאמישע גורילע און דזשיהאדיסטישע טעראר גרופע וואס איז געקומען זיך שלאגן מיט אמעריקא און מד"י וואס האט דאן אינוואדירט לבנון, און זיך אננעמען פאר די רעכטן פון שאיטישע ארבערס, זיי האבן אויך אויפגעשטעלט א פאליטישע פליגל אינעם פארלעמענט וואס איז כמעט אייביג געווען אין אפאזיציע, די גרופע האט זיך אויפגעשטעלט מיט די דירעקטע הילף פון איראן וואס פארטרעט די הויפט חלק פון די שאיטישע וועלט און האט געזיכט א שופר פאר איראנער אדזשענדע אין לבנון

די גרופע האט אינאנהייב געטוישט עטליכע קעפ און מאטיוון וואס מיר וועלן פארשפארן פון די ליינער בכדי צו צוקומען צום נקודה, ביז אין 1992 ווען חאסאן נאסראללא איז געווארן אויפגענומען אלס די גרופעס פירער נאך וואס מד"י עלעמינירט אין א אטאקע דער פאריגער חיזבאללא פירער, איז די טעראר גרופע געווארן א אפציעלע פליגל פון די איראנער איסלאמישע רעוואלוציאנערע גווארדיע און איז זייט דעמאלטס געבויגן אונטער זיי, מיט 2 צילן, איינס צו ברענגען דערצו אז אין לבנון זאל זיך אויפשטעלן א איסלאמישן רעפבליק, צווייטנס צו באקעמפן און חרוב מאכן די ציונסטישע מדינה, פירנדיג בלוטיגע מערכות מיט מד"י ביז נאך די באקאנטע 2006 מלחמה וואס האט אויסגעבראכן נאך וואס זיי האבן פארכאפט 2 מד"י סאלדאטן,
די דעמאלסדיגע מלחמה האט געברענגט פאר לבנון אומגעהויברע סטראקשטער שאדן'ס אויף וואס נאסראללא האט זיך דערנאך אויסגעדריקט אז ווען ער ווייסט דערפון בעפאר דעם וואלט ער נישט אריין אין מלחמה,

און טאקע זייט די 2006 מלחמה האט נאסראללא מיט איראן געטוישט די סטארטעגיע און אנגעהויבן מאכן פלענער זיך צו בויען אלס א מעכטיגע מיליטערישע קראפט וואס זאל קענען פארפיגן אויף א געהעריגע מלחמה מיט מד"י אין די ריכטיגע צייט, ווי איידער גיין יעדע פאר יאר אין מלחמה ווי זיי פארלירן און דארפן אנהייבן פון אלף בית אזוי ווי חאמאס האט געטוהן אין די לעצטערע יארן,

איראן, וואס האט געהאט אין דעם גאר א גרויסע אינטערעס, פלאנענדיג צו נוצן חיזבלאללא בפרט און אלע אנדערע טעראר פראקציעס אינעם מיטל מזרח בכלל אלס א שטעקן און אלס א לאנגן ארעם קעגן די גאנצע מוסלעמענער סונישע געמיינדע אין מיטל מזרח, האט אויך געמיינט דערמיט צו קענען אטאקירן מד"י וואס איז שוין יענע אין צייטן געווען פארנומען צו פארפירן קעגן איראן'ס פלענער צו באקומען די שליטה אינעם מיטל מזרח און נוקלערע וואופנס, וועלנדיג נוצן חיזבאללא אין פאל ווען זיי ווערן אטאקירט דורך מד"י (איראן וויל זייער שטארק די נוקלערע וואפן בכדי צו קענען דערמיט סטראשען אנדערע סונישע מדינות וואס ווילן נישט גיין מיט זיי אין איין ליין),

און היות איראן אליין האט נישט קיין גרעניץ מיט מד"י און 'גענוג' גוטע וואפן צו נקמה נעמען אויף אזעלכע ווייטע שטרעקעס אין פאל פון נויט, האבן זיי גלייך נאך 2006 אנגעהויבן צו באוואפענען אלע פראקציעס און טעראר גרופעס אין מיטל מזרח מיט אלערליי כלי משחית און מיסלס און בפרט די טעראר גרופעס פון ארום מד"י, אנגהויבן ביי חאמאס אריבער ביי די ח'אוטי'ס און די עיראקער מיליציעס, מיליציעס אין סוריע, און ביז חיזאבללא אין צפון, און זיי שוינען אויך נישט דאס שיקן וואפן צו טעראר גרופעס אין ירדן, און זוכן כהיום נאכאנאנד וועגן צו אריינצושמוגלען שטארקע וואפן צו די מד"י מערב ברעג,

ב'

ווי אויבן דערמאנט איז די עיקר מלחמה וואס איראן פיהרט איז אויף די קאנטראל אינעם מיטל מזרח, זייענדיג א חלק פון די שטילע מלחמה צווישן די סונים און שאיטן (בשעת וואס די סוני'ס זענען די רוב צווישן 85-90 פראצענט, זענען די שאיטן בלויז 10-15 פראצענט) און מיט אזויפיל טעראר פראציעס וויל איראן קענען באקומען די קאנטראל אויף די גאנצע מיטל מזרח, די גאנצע סטארטעגיע איז געווארן אויספלאנירט און אנגעפירט דורך דער רעוואלוציאנערע גווארדיע פירער קאסאם סולימאני וואס איז שוין אינדערמיט געווארן אפגעווישט דורך א אמעריקאנער אטאקע אין 2020,

נאסראללה האט מיט די יארן זייער משקיע געווען אין זיין פראפייל און אנזעהן, זעענדיג זיך צו האלטן אלס א ווארט מענטש וואס שטייט אויף זיינע הבטחות פון איין זייט, און מאכט זיכער אז זיינע קעגנער ווערן עלעמינירט פון די צווייטע זייט, זיכער מאכנדיג מער צו ווארפן א פחד אבער עס זאל נישט ברענגען צו א צו שטארקן אויברויז אין לבנון וואס קען ברענגען צו א בירגער קריג, זיינע דרשות זענען אייביג פול מיט פאטאס און ער לייגט כסדר אראפ גרויסע ידענות און וויסנשאפט וואס טוהט זיך ביים שונא און זייערע גרויסע חסרונות, צו איז דאס מד"י צו איז דאס די סונישע טעראר גרופע אייסעס, אדער זיינע קעגנער אין לבנון

משך די 18 יאר האט ער מיט די שטאנדהאפטיגע הילף פון איראן זיך אנגעזאמלט מיט אלע כלי משחית וואס זיי פארמאגן נאר, און באוויזן צו אויפבויען א טעראר גרופע פון צענליגער טויזנטער טעראריסטן זיך בויענדיג א מאכט וואס איז געווארן למעשה שטערקער ווי די לעבאנעזער מילטער וואס איז באזירט בעיקר אויף אמעריקנער וואפן תרומות און קאטארישע 100 $ מאנאטליכע באצאלונגען פון וואס די לעבאנעזער סאלדאטן לעבן,

פלאגנדיג זיך מיט די פאקט אז לבנון האט נישט קיין גרעניץ מיט איראן, האבן אלע וואפן טראנספערס געדארפט געשיקט ווערן באהאלטן און שטילערהייט אז מד"י זאל דאס נישט עלעמינירן, און היות שכך האט מען דאס מיט קיין פליגער נישט געקענט שיקן, אלזא פלעגט דאס געשיקט ווערן אין באהאלטענע רוטס אריבער דורך עיראק און סוריע מיט טראקס אדער דורך שיפן, דאס האט געהאלפן אבער נישט אסאך, ווען כסדר ווערן אויפן וועג עלעמינירט גרויסע חלקים דערפון דורך מד"י פליגערס,

איראן האט טראץ די פארלוסטן אנגעהאלטן די וואפן טרענספערס מיט גרויס עקשנות און מיט די יארן באוויזן צו אנשטאפן די וואפן זאפאסן פון חיזבאללא צו א ריזיגן ארסענאל, בעת וואס אין די זעלבע צייט האט חיזבאללא, וויסנדיג אז די אויבערהאנט פון מד"י איז ביי זייערע פלי קראפט און שפיאנזש, געבויט א ריזיגע נעץ פון טונעלן וואס ווערן געשאצט צו זיין ארום 800 קילאמעטער, און זיי האבן זיך אנגעהויבן צו גרייטן און פירן זייערע אקטיוויטעטן אין באהאלטענע טונעלן וואס מד"י קען דארט נישט גרינג נאכשפיאנירן,

אזוי אויך, היות לבנון איז א זעלבשטענדיגע מדינה, אנדערש ווי עזה, האבן זיי כסדר געברענגט קיין לבנון איראנער און אין לעצטערע יארן אויך טשייניזער עקספערטן בכדי זיי אויסצולערנען ווי אזוי צו בעסער מאכן זייער מיסלס און אויך צו פארשטערקערן זייער עירקראפט און האבן געהאט שיינע סוקסעסן דערין, בו בעת וואס מד"י האט נישט געהאט די אפציעלע מעגליכקייט צו אטאקירן די ליבאנעזער בעירוט איירפארט וואס וואלט אנגעהויבן א מלחמה צווישן ביידע זייטן און איז אויך נישט געווען א אפציעלע וואפן טרענספער פלאץ, די מהלך האט גרינג געמאכט די וועג פאר חיזבאללא צו באקומען קליינע טשיפס און דראונס וואס זיי דארפן פאר זייער פלי קראפט,

ג'

אין משך פון די יארן האט נאסראללא זיך אויך ערווארבן א שטארקע פאליטישע מאכט אין לבנון, עלעמינירנ'דיג פאליטישן'ס וואס זענען געווען קעגן איהם אדער נישט געגאנגען מיט איהם אין איין ליין, אויסנוצנ'דיג די פאקט אז די לעבאנעזער מדינה ברעכט אונטער פינאנציעל, עד כדי אז ס'איז איהם געלונגען צו קומען דערצו אז ער און זיינע פאליטישע מיטארבעטער האבן געוואונען א רוב פון די פארלעמענט זיצן, (וואס דאס האבן זיי צוריק פארלוירן אין 22' נאכן גרויסן אויפרייס אין בעירוט און די פינאנציעלע קראך) און דאס האט געברענגט צו דעם אז יעדע ממשלה וואס האט זיך נאר געוואלט אויפשטעלן האט געמוזט נוצן זיינע פינגערס און פאלגן זיינע אנוויזונגען,

ס'איז וויכטיג צו אנווייזן אז די געזעץ אין לבנון לויטעט אז די הויפט-געפירטע פאזיציעס אין לאנד דארפן זיך צוטיילן צווישן אלע דריי דעמאגראפישע גרופעס, דער פרעזידענט דארף זיין פון די נוצרים, פרעמיער-מיניסטער פון די סונישע אראבער, און דער פארלעמענט אנפירער איז פון די שאעיטן, און נאסראללא האט זיכער געמאכט אז אלע זאלן ארבעטן לויט זיינע פרינציפן און אונווייזונגען, און אויב דער אדער יענער פירער האט נישט געפאלגט איז ער אדער געפלויגן אראפ פון בענקל אדער ארויף אין הימל,

היינט האלט עס ביי דעם אז ס'איז בעצם נישטא קיין געהעריגע פאליטישע מאכט וואס פירט די מדינה, אין נאסראללא ניצט אויס זיין דאמינאנטס צו אנפילן די וועקיום, ברענגענדיג דערצו אז לבנון האט נישט די מעגליכקייט ארויס צו גיין פון די פינאנציעלע בראך אן די ברייטע הילף פון די וועלט, וואס ווילן דאס נישט צושטעלן בעפאר עס ווערט אוועק געשטעלט א געהעריגע פאליטישע הנהגה, און וואס חיזבאללא האלט דאס אפ, חד גדיא חד גדיא...

סאום האו נאך יארן אנגיין מיט פראבירן צו עלעמינירן וואפן טראנספערס האט מד"י פארשטאנען אז חיזבאללא האט שוין גענוג און איבעריג וואפן און אויפגעהערט אטאקירן סתם שמוגלעריין פון אומפונקטליכע וואפן, און זיך פארלייגט בעיקר אויף "קלוגע" אדער "פונקטליכע" וואפן'ס, און אזוי אויך עלעמינרט סטראטעגיסטן און מיסל-אינדזשענירער וואס זענען געשיקט געווארן דורך איראן קיין לבנון,

דאס האט זיי געהאלפן אבער נישט צופיל, און כרגע רעדט מען פון עשרות אלפים (ס'איז א וואס זאגן 80,000 טויזנט, און די קלענסטע שאצונג איז ווייניגסטן'ס 40,000) אומפיקמטליכע מיסל'ס, און נאך ארום 40,000 פונקטליכע מיסלס, + דראונס באמבעס און טונעלן -וואס לכאורה גייט אויך אריבער מד"י גרעניצן- און איז גענוג און איבעריג צו אנזייען א גרויסן חורבן ה"י היל"ת (נאר צו אויפקלערן וואס דאס מיינט. ביי די 2006 מלחמה האט חיזבאללה געשאסן צוזאמען ארום 4000 אומפינקטליכע ראקעטן, ברענגנדיג צו 165 טויטפעלער, און ארום 2628 פארוואונדעטע סאלדאטן און בירגער, יעצט איז די מינימום ראקעטן געשאצט צו פליען אין איין טאג לויט די אנאליסטן כמעט 4000 ה"י),

למעשה
ווי האלט מען ביי די יעצטיגע פאזע?


היות חיזבאללא האט זיך אנגעזאמלט אזא גרויסע זאפאס פון וואפן און פונעם צווייטן זייט נישט געפירט קיין דירעקטע אטאקעס אויף מד"י, האט די מדינה בלית ברירה זיך געמוזט האלטן אין די ראמען, וואס דאס האט געבערנגט דערצו אז ס'איז געווארן צוויי זייטיגע 'הרתעה' (אפשרעקונג),

דאס האט געבערענגט צו דעם אז קיין זייט האט די לעצטערע יארן נישט געזוכט קיין מלחמה , וויסנדיג אז יעדע מלחמה וועט ברענגען צו א ריזיגע סטראקטשער חורבן און גאר אסאך קרבנות אויף ביידע זייטן, אין די לעצטע פאר יאר האט איראן אויסגענוצט די מצב צו קענען סטראשען און זיך רייצן מיט מד"י, און אויב האט אויסגעפעלט א ווינק פאר מד"י מיט א קלארן רמז האבן זיי שוין זיכער געמאכט אז חיזבאללא זאל דאס שיקן, און זיי האבן געסטראשעט בלויז אמעריקא ווען עס האט אויסגעפעלט, חיזבאללא האט אויך אנגעגערייט א ספיציעלע מושטירטע יוניט פון ארום 2000 גורילע קעמפער וואס זיי האבן געשיקט קיין איראן זיך לערנען מיט די בעסטע מושטירונגען וואס איראן האט נאר געקענט צושטעלן, און זיי צוגעגריייט צו קענען אטאקירן און אינפאלטירן מד"י ווען די ריכטיגע מינוט וועט אנקומען, די יוניט האט באקומען זייער נאמען 'רדואן' (אדער רצו'אן אויף אראביש).

די מדינה פון איר זייט איז אין די לעצטערע יארן געגאנגען אויף א פארקערטע מהלך פון די טעראריסטשע גרופעס, און האט גאר קלענער געמאכט זייער מיליטער בכלל און ערד גרופעס בפרט, זיך פארלאזנדיג אויף זייער שפיאנאזש און פלי קראפט אז דאס וועט זיי ראטעווען אין פאל פון נויט,

עד כדי כך, אז די מדינה האט געפלאנט אין די לעצטערע יארן צו נידערן מיט אפאר חודשים די טערמין וויפיל מ'דארף דינען אין מיליטער, און ווען די מלחמה האט אויסגעפלאצט זענען אלע מיליטערישע סטארידזשעס געווען ליידיג פון ארטילעריע און מיסלס, זיי האבן נישט טרערנירט זייערע זעלנער אויף א ערד אינוואזיע ווי ס'דארף צו זיין, און נישט געהאט כמעט קיין דיוויזיעס ביי די גרעניצן מיט צפון און דרום, ווען רוב פאקוס פון מד"י איז גאגאנגען אויף די מערב ברעג, (שמחת תורה ביי די אנהייב פון די אטאקע זענען געווען אקטיוו גאנצע 7 טאנקען אויסגעשפרייט ביים דרום גרעניץ... פארנעכליסטיגקייט איז נישט דאס ווארט) זיך צוגלייכנדיג צו פוטין, האט נתניהו פארקויפט פאר די גאנצע וועלט אז זיי זענען די שטערקסטע מדינה אין מיטל מזרח, און ביים שעת המבחן איז נישט געווען צו וועמען צו רעדן

ערשט נאר נאך וואס די מלחמה איז אויסגבראכן האט די מדינה אריינגערופן ריזן רעזערוו קרעפטן וואס איז באשטאנען פון יעדער וואס האט נאר געקענט אדער געלערנט צו האלטן געווער, און אנגעהויבן צאמשנארן פון די גאנצע וועלט מיליטערישע עקוויטמענט און ארטילערי קראפט, און נאר דעמאלטס עכט אנגעהויבן טרענירן די זעלנער פאר א ערד אינוואזיע,

ד'

געטראפנע דאקומענטן ביי חאמאס אין די לעצטע מלחמה, האט אויפגעדעקט אז איראן האט בעצם צוגעגרייט א גרויסן אנפאל פלאן אויף מד"י וואס די הויפט עפעקט דערפון האט געדארפט זיין אז ס'קומט אין א סופרייז, דאס האט געדארפט ווערן געפירט דורך די חמאס 'נוחבא' קעמפער און די 'רדואן' חיזבאללא קעמפער, ווען אין די זעלבע צייט האבן אלע איראנער פרקציעס זיך געדארפט נעמען אטאקירן מד"י פון סוריע עיראק און תימן, און איראן'ס חלק וואלט געווען צו סטראשען אמעריקא אז אויב מישן זיי זיך אריין וועלן זייערע קרעפטן אויך ווערן אטאקירט, אלעס איז טאקע געווען גרייט, אבער די הוראה האט קלאר געדארפט קומען פון איראן,

בעת וואס די איראנער פלאן איז דאס געווען צו נוצן אין פאל זיי מוזן שטארק נקמה נעמען אין מד"י למשל אויב מד"י אטאקירט די איראנע נוקלערע פלענט וכדומה, האט אבער חאמאס (וואס זענען גאר סוני'שע אראבערס) און סינוואר בראש געהאט אנדערע פלענער, און דאס געוואלט נוצן בעיקר צו צוריק ארויף ברענגען די פאלעסטינער נושא אויפן טיש און אפהאלטן ווייטערדיגע נארמאליזאציע צווישן אראבישע לענדער מיט מד"י, פלאנענדיג דערמיט צו פארדונען אויך א פעטן ארעסטאנטן אויסטויש פון זייערע טעראריסטן וואס זיצן אין מד"י טורמעס,

סינוואר איז געווען זיכער אז איינמאל ער הייבט אן די אינפאלטרירונג וועט חיזבאללא גלייך מיטשטיין מיט איהם און טוהן זייער חלק, אבער אין פאקט איז איראן געווארן זייער בייז אויף חאמאס פארן דאס טוהן אן זייער ערלאבעניש און בעיקר אן מודיע זיין פאראויס (בעת וואס סינוואר האט זיך צוריקגעהאלטן צו מודיע זיין צוליב מורא אז דאס וועט ארויס רינען פאר מד"י שפיאנאזש), און צוזמען מיט די אמעריקאנער סטראשעס פאר חיזבאללא און שיקן עירקרעפט קעיריער קיין מיטל מזרח, האט איראן געהייסן פאר נאסראללא זיך נישט אריינמישן אדער אריין גיין אין מלחמה מיט מד"י,

וואס יא, נאסראללא האט צוגעזאגט צו ארויסהעלפן די פאלעסטינער און מאכן פארנומען די מד"י מיליטער אין צפון, און אזוי האט ער אנגעהויבן טאקטישע קליינע אטאקעס וואס האט געברענגט אויסטוישן אהין און צוריק צווישן ביידע זייטן, און דאס איז בעת וואס ביידע ווילן נישט קיין מלחמה, אבער יעדער דארף ווייזן אז ער איז שטערקער און האט די לעצטע ווארט,
די צפון ישובים אין מד"י וואס גרעניצן זיך מיט לבנון האבן גלייך אנהייב די מלחמה ערהאלטן א הוראה פון די מדינה צו אוועקגיין פון זייערע הייזער אין פחד אז חיזבאללא וועט וועלן אינפאלטרירן מד"י אזוי ווי חאמאס, געבנדיג פאר חיזבאללא א גוטע געלעגנהייט צו אפווישן דארטן הייזער איינס נאכן צווייטן וויסנדיג אז ס'ברענגט נישט קיין צווילע טויפעלער און וועט נישט זיין פאר מד"י א תירוץ צו אינפאלטרירן לבנון

דאס האט געבערנגט דערצו אז די פאזע פון די אטאקעס איז כסדר ארויף, און בעת וואס די וועלט לענדער האבן פראבירט צו בארואיגן די אנגעצויגנקייט דורך א דיעל וואס זאל שיקן נאסראללא אריבער די ליטאני טייך וואס איז צעהן קילאמעטער אריין אין לבנון און אזוי ווי די UN רעזאלוציע פאדערט, האט נאסראללא דאס צוגעבינדן צו די מצב אין עזה, זאגנדיג אז כל זמן עזה איז נישט שטיל גייען זיינע הענט נישט זיצן פארלייגט און ער גייט נישט פאר קיין שום הסכם,

מד"י פון די צוויייטע זייט האט אויך נישט געזוכט צו איבערצוען די שטריק, (און האט לויט געוויסע שאצונגען נישט גענוג קרעפטן צו גיין אין א מלחמה סיי מיט עזה און סיי און לבנון, אזוי ווי נתניהו זעלבסט האט זיך גרויסגעהאלטן אז זיין בעסטע החלטה אנהייב די מלחמה איז געווען נישט צו אנהייבן א מלחמה אויף ביידע פראנטן, אנדערש ווי הרצי און גאלאנט האבן געוואלט און האט ספיציעל דערפאר אריינגעברענט גאנץ און אייזנקוט אין ממשלה צו זיין א וואוט דערקעגן), האט אבער געוואלט דערשרעקן נאסראללא מיטן ווייזן פאר נאסראללא זייער שפיאנזש און פלי קראפט מאכט, און זייט דעמאלטס עלימינירט היבש אסאך פירערס פון די חיזבאללא קרעפטן און סתם טעראריסטן, וואס דאס האט געבערנגט שטערקערע אטאקעס פון נאסראלא, וואס דאס האט געפירט צו שטערקערע אטאקעס פון מד"י און צוריק פון חיזבאללא וואס האט געשיקט רמזים פאר מד"י ביז ווי עס האלט יעצט איז דאס א געהעריגע חד גדיא וואס גייט יעדעס מאל ארויף מיט נאך אשטאפל אין ריכטונג פון א קריג
צו איין זאך האט זיך נאסראללא כסדר געהאלטן און (אנדערש ווי חאמאס) געזאגט אז ער ציהלט בלויז מילטערישע ציהלן, און מיטן פאטש-פאר-א-פאטש האט ער פאר יעדע בנין באמבאדירט אין לבנון צוריק אפגעווישט א דירה אין איינע פון די אויסגעליידיגטע יישובים ביי די צפון גרעניץ, חוץ ווען אזויגערופענע ציווילע לעבאנעזער זענען אטאקירט געווארן אין לבנון האט נאסראללא צוריק גענומען נקמה אויף ציווילע ציהלן, מיט דעם אלעם האט ער זייער ווייניג עכט אטאקירט באוואוינטע שטעט נישט וועלנדיג דערצו אז ס'זאל ברענעגן צו ערנסטע ציווילע פארלוסטן און ברענגען צו א גאנצע מלחמה, (און דאס איז איינע פון די סיבות וואס איך האב געהאלטן אז זיי האבן נישט קיין אינטערעס צו שיסן דווקא אין מירון ל"ג בעומר צו ברענגען א פחד, ווען זיי קענען דאס יעדן טאג שיסן אויף צפת וכדו' און טוען דאס כמעט נישט),

משך פון די חודשים האט די מדינה אנגעהויבן מאכן עטוואס א חשבון וואס קען זיי קאסטן אין פאל פון א מלחמה מיט חיזבאללא וואס האט אזויפיל צענדליגער טויזנטער ראקעטן מיסל און דראונס וואס קענען דעקן גאנץ א"י, זייער מסקנא איז געווען זייער נישט א גוטע, אזא מלחמה היל"ת קען פארניכטן אלע עלעקטעריק און וואסער סיסטעמען, ראודס און שאסייען, בנינים הייזער און מיליטערישע בעיסעס, אפהאקן דאס סעלפאון סערוויס און אריינפירן גאנץ מד"י אין שעלטערס פאר לאנגע טעג, און אפגערעדט די גרויסע צאל פארוואונדעטע און קרבנות וואס דאס קען צוברענגען, אזוי אויך אז אין פאל פון א מלחמה מיט חיזבאללא וועט די אייראן-דאום סיסטעם נישט קענען פארטיידיגן גאנץ מד"י נאר בלויז די סטארטעגישע ציהלן, און נישט סתם באוואוינטע געגנטער

די מדינה ווייסט אויך זייער קלאר, אז נאך די מלחמה גייען זיי דארפן צוקומען צו א פרישן הסכם מיט חיזבאללא, (אנדערש וועט זיך מלחמה נישט ענדיגן) און פראבירן טאקע שוין יעצט צו מאכן א הסכם אן קיין מלחמה אינצווישן, (מיטן פלאן אפשר צו אטאקירן חיזבאללא אין א תקופה ארום מיט א סופרייז אטאקע ווען חיזבאללא זענען נישט גרייט),
און דאס איז בעצם די סיבה פארוואס די מדינה וויל נישט קיין מלחמה יעצט מיט חיזבאללא,

דאס אויבנדערמאנע חורבנות קען אויך געשעהן אויף די צווייטע זייט גרעניץ, ווי לבנון קען ווערן איין שטיק חורבה דורך מד"י באמבאידרונגען, און אפילו חיבאללא וואס האט זיך צוגערייט דערפאר, און האט א נעץ פון טונעלן פון ווי צו אפערירן אפילו אלע אויבנדערמאנטע געשעהט ביי איהם אויך, וועט ער פון א יעצטיגע מלחמה נישט צופיל פארדינען (בעסער געזאגט בעיקר דערלייגן) בעת וואס מד"י איז גרייט ביי די צפון גרעניץ מיט א ריזן ארמיי, חיזבאללא'ס הויפט פלאן איז אויך געווען צו מצליח זיין בלויז דורך א סופרייז,

און דער עיקר איז אז חיזבאללא איז דא אלס א איראנער שוץ פאנצער אין פאל וואס מ'וועט זיי דארפן און זוכן נישט צו ווערן עלעמינירט בעפאר, ממילא וויל ער אויך נישט קיין מלחמה מיט מד"י, אבער היות ער (אנדערש ווי נתניהו) דארף כאטש עפעס פארדונען פון זיינע ביז יעצטיגע אטאקעס פון וואס הונדערטער טויזנטער לעבאנעזער זענען אנטלאפן פון זייער גרעניץ, פארבינדט ער די רואיגקייט אין צפון צו דעם רואיגקייט אין עזה, ברענגענדיג דערצו אז ס'איז כמעט נישטא קיין וועג ארויס פון די קאמפליצטרע סאמאטוכע, און אפילו אז די מציאות איז אז ביידע ווילן נישט קיין מלחמה, קענען ביידע אויך נישט שווייגן, בעיקר ווען דאס ברענגט מער און מער אויפברויז סיי פון די ציווילע אין מד"י וואס טענה'ען אז די פאליטישע זענען פחדנים און מ'קען מער נישט לאזן חיזבאללא צוברעקלען די צפון שטעט, און דאס זעלבע איז אויך די טענה'עס פון די ציווילע אין לבנון,

חיזבאללא האט אבער נאך א פראבלעם אין לבנון פון די נוצרים און סוני'ס וואס זענען שוין מלכתחילה קעגן איהם און ארבעטן מיט אונטערן טיש מיט מד"י, חיזבאללא וואס ווייסט אז אויב די צוויי נעמען זיך צו איהם ברעכט אויס א בירגער קריג אין לבנון זעלבסט, זוכט צו פארמיידן פרעשור פון די גרופעס און לבנון ממילא געבט ער פינאציעלע הילף פאר אלע לעבאנזער אנטלפענע פון די גרעניץ (וואס זענען עפ"י רוב שאיטן),

מד"י איז דערווייל געבליבן מיט איין אויסוואל צו פרעשערן די 2 גרופעס אין לבנון וואס זאלן צוריקהאלטן חיזבאללא פון גיין צו ווייט , אבער אן קיין גרויסע סוקסעס דערמיט וואס ברענגט דערצו אז יעדע איבערגעטריבענע אטאקע קען אויפלאקארן א שעדליכע און און פולקאמע מלחמה ה"י צוישן ביידע זייטן וואס זוכן דאס נישט
חפץ חיים וועבזייטל - wannabes.com
אוועיטער
אשרי מי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 115

Re: ברייטע מלחמה צווישן חיזבאללא און מד"י ?! ווער איז בכלל אינטרעסירט... אנאליז

פאוסט דורך אשרי מי »

מיין השערה איז :
די מדנ"י איז בכלל נישט סופרייזט געווארן שמח''ת פון די מערדערליכע שחיטות, לויט אלע ווארשיינליכע פאקטן ארום די הפקירות וואס דארט האט זיך אפגעטון קוקט אויס ווי זיי האבן קלאר געוויסט און געלאזט דעם מעסער שניידן וויפיל עס לאזט זיך [הגם עס הערט זיך ווי א קאנספיראציע קוקט אויס אז דאס איז פארגעקומען]
די פארדינסט וואס מדנ"י האט יעצט דערפון איז אז זי קען גיין און קעמפן קעגן אלע אראבישע כוחות און פייפט אויף יעדן אין די וועלט אינקלודינג אמעריקא און ביום מן הימים ווען אלע וועלן שוין זיין פארמישט געהעריג אינקלודינג איראן וועלן זיי פלוצלינג ווערן בארעכטיגט צו אראפלאזן אפאר אויפרייס באמבעלעך אויפן איראנער נוקלער פלענט און גרייכן זייער נקמה אין איראן.
הנלענ"ד כתבתי
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8465

Re: ברייטע מלחמה צווישן חיזבאללא און מד"י ?! ווער איז בכלל אינטרעסירט... אנאליז

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

זייער קלאר און צום זאך. שכח @פארפאלענער פארן עס צוברענגען.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8465

Re: ברייטע מלחמה צווישן חיזבאללא און מד"י ?! ווער איז בכלל אינטרעסירט... אנאליז

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אשרי מי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 10:25 pm מיין השערה איז :
די מדנ"י איז בכלל נישט סופרייזט געווארן שמח''ת פון די מערדערליכע שחיטות, לויט אלע ווארשיינליכע פאקטן ארום די הפקירות וואס דארט האט זיך אפגעטון קוקט אויס ווי זיי האבן קלאר געוויסט און געלאזט דעם מעסער שניידן וויפיל עס לאזט זיך [הגם עס הערט זיך ווי א קאנספיראציע קוקט אויס אז דאס איז פארגעקומען]
די פארדינסט וואס מדנ"י האט יעצט דערפון איז אז זי קען גיין און קעמפן קעגן אלע אראבישע כוחות און פייפט אויף יעדן אין די וועלט אינקלודינג אמעריקא און ביום מן הימים ווען אלע וועלן שוין זיין פארמישט געהעריג אינקלודינג איראן וועלן זיי פלוצלינג ווערן בארעכטיגט צו אראפלאזן אפאר אויפרייס באמבעלעך אויפן איראנער נוקלער פלענט און גרייכן זייער נקמה אין איראן.
הנלענ"ד כתבתי
ס'מיר מוחל זיין, אבער דאס הערט זיך ווי די ניין עלעווען - בוש קאנספיראציע.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

אוועיטער
אשרי מי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 115

Re: ברייטע מלחמה צווישן חיזבאללא און מד"י ?! ווער איז בכלל אינטרעסירט... אנאליז

פאוסט דורך אשרי מי »

קאנספיראציעס זענען שוין געווען אסאך
אבער ביי דעם פאל ווי מען האט צוגעלאזט פאר לאנגע שעות שחיטות אויף אזא אופן האט נאך דערווייל נישט קיין שום נארמאלע הסבר.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 966
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2623

Re: ברייטע מלחמה צווישן חיזבאללא און מד"י ?! ווער איז בכלל אינטרעסירט... אנאליז

פאוסט דורך מסתמא »

אשרי מי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:40 pm קאנספיראציעס זענען שוין געווען אסאך
אבער ביי דעם פאל ווי מען האט צוגעלאזט פאר לאנגע שעות שחיטות אויף אזא אופן האט נאך דערווייל נישט קיין שום נארמאלע הסבר.
האבן זיי דען צוגעלאזט? די כאמאס האט איבערגעריסן די איזרעילי קאמיוניקאציע וכו’ און זיי געכאפט אין סורפרייז אזש סאיז נישט געווען ווער סזאל באריכטן און ווער סזאל ריספאנדן.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
אשרי מי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 115

Re: ברייטע מלחמה צווישן חיזבאללא און מד"י ?! ווער איז בכלל אינטרעסירט... אנאליז

פאוסט דורך אשרי מי »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:53 pm
אשרי מי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:40 pm קאנספיראציעס זענען שוין געווען אסאך
אבער ביי דעם פאל ווי מען האט צוגעלאזט פאר לאנגע שעות שחיטות אויף אזא אופן האט נאך דערווייל נישט קיין שום נארמאלע הסבר.
און זיי געכאפט אין סורפרייז אזש סאיז נישט געווען ווער סזאל באריכטן און ווער סזאל ריספאנדן.
אזויפיל שעות לאנג ? עפעס קלעבט נישט די ווערסיע, ס'הערט זיך ווי א קאנספיראציע.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8465

Re: ברייטע מלחמה צווישן חיזבאללא און מד"י ?! ווער איז בכלל אינטרעסירט... אנאליז

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אשרי מי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:58 pm
מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:53 pm
אשרי מי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:40 pm קאנספיראציעס זענען שוין געווען אסאך
אבער ביי דעם פאל ווי מען האט צוגעלאזט פאר לאנגע שעות שחיטות אויף אזא אופן האט נאך דערווייל נישט קיין שום נארמאלע הסבר.
און זיי געכאפט אין סורפרייז אזש סאיז נישט געווען ווער סזאל באריכטן און ווער סזאל ריספאנדן.
אזויפיל שעות לאנג ? עפעס קלעבט נישט די ווערסיע, ס'הערט זיך ווי א קאנספיראציע.
אלע קאנספיראציע טעאריעס ווערן געבויעט אויף זאכן אין די אפיציעלע ווערסיע וואס שטימען נישט אינגאנצן. די פראבלעם איז, אז זייער ווערסיע שטימט אסאך ווייניגער...
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

אוועיטער
אשרי מי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 115

Re: ברייטע מלחמה צווישן חיזבאללא און מד"י ?! ווער איז בכלל אינטרעסירט... אנאליז

פאוסט דורך אשרי מי »

מסתמא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:53 pm
אשרי מי האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 11:40 pm קאנספיראציעס זענען שוין געווען אסאך
אבער ביי דעם פאל ווי מען האט צוגעלאזט פאר לאנגע שעות שחיטות אויף אזא אופן האט נאך דערווייל נישט קיין שום נארמאלע הסבר.
האבן זיי דען צוגעלאזט? די כאמאס האט איבערגעריסן די איזרעילי קאמיוניקאציע וכו’ און זיי געכאפט אין סורפרייז אזש סאיז נישט געווען ווער סזאל באריכטן און ווער סזאל ריספאנדן.
עס קומט ארויס זייער מאדנע אויפדעקונגען פון פאר די שחיטות
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p5169403
שרייב פאוסט