דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29912

דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך ניקל »

שבועות פאלט אויס די יארצייט פון דוד בן ישי, דוד המלך, נעים זמירות ישראל, מחבר ספר תהילים.
דוד המלך איז געבוירן בשנת ב' אלפים, תתנ"ד,
צו זיין טאטע ישי, און זיין מאמע נצבת בת עדאל,

דער אויבערשטער האט געוויזן פאר אדם הראשון אלע דורות וואס גייען געבוירן ווערן, און ווען אדם הראשון האט געזען דוד המלך האט ער געזען אז ער האט נישט קיין לעבן, האט ער אוועק געגעבן פון זיין לעבן זיבעציג יאר פאר דוד המלך, און צוליב דעם האט אדם הראשון געלעבט ניין הונדערט און דרייסיג יאר, און דוד המלך האט געלעבט זיבעציג יאר,

מיר געפונען אז אלעס וואס משה רבינו האט געטוען פאר די אידן האט אויך דוד המלך געטוען פאר די אידן,

משה רבינו האט ארויס געצויגן די אידן פון מצרים, דוד המלך האט ארויס געצויגן די אידן פון שעבוד גלויות,
משה רבינו האט מלחמה געהאלטן מיט די שונאים, דוד המלך האט מלחמה געהאלטן מיט די שונאים,
משה רבינו האט געשפאלטן דעם ים, דוד המלך האט געשפאלטן טייכן,
משה רבינו האט געבויעט א מזבח, דוד המלך האט געבויעט א מזבח,
משה רבינו האט געגעבן פאר די אידן חמשה חומשי תורה, דוד המלך האט געגעבן פינף ספרים אין תהלים,

ווי באקאנט פון מדרש האט די טאטע מיט די ברידער זייער מרחק געווען דוד, און אים געשיקט פאשענען די שאף אין בית לחם, ער האט כמעט נישט געוואוינט ביי זיינע עלטערן אינדערהיים, אזי ווי דוד המלך ע"ה זאגט אין תהלים, מוּזָר הָיִיתִי לְאֶחָי וְנָכְרִי לִבְנֵי אִמִּי,

ווען דוד המלך איז קליין געווען האט ער שוין געזאגט נביאות, אז ער גייט חרוב מאכן פלישתים און ער גייט הרגע'נען גלית, זיין טאטע ישי - וואס האט נישט געגלייבט דאס אלעס - האט אים דערפאר געמאכט פאר א פאסטוך,

ווי באקאנט האט דוד המלך געוואלט בויען דעם בית המקדש, אבער דער הייליגער באשעפער האט אים אפגעהאלטן, ווייל ער האט געוויסט אז אויב דוד המלך וועט בויען דעם בית המקדש, וועט עס נישט קענען חרוב ווערן, און אויב ח"ו די בית המקדש וועט נישט קענען חרוב ווערן, וועט ח"ו כלל ישראל ברויכן חרוב ווערן, דערפאר האט דער הייליגער באשעפער נישט געלאזט דוד המלך בויען דעם בית המקדש, אבער דוד המלך האט געבויעט דעם כותל המערבי און דערפאר האט מען נישט געקענט חרוב מאכן דעם וואנט,

דוד המלך האט געפאשעט די שאף און ער האט געדינט דעם באשעפער דארט אין פעלד, אויך האט ער דארט פארפאסט א גרויסע חלק פון תהלים, און אפילו זייענדיג די קינד וואס יעדער האט גע'רודפ'ט, האט ער געדאנקט דעם באשעפער אויף אלע חסדים וואס ער טוט מיט אים יעדע סעקונדע פון זיין לעבן,

ווען דער הייליגער באשעפער האט געשיקט שמואל הנביא ע"ה, אז ער זאל גיין זאלבן פאר א מלך איינער פון די קינדער פון ישי וועלכער וואוינט אין בית לחם, איז שמואל הנביא אהין געגאנגען האט ער אויסגעפרעגט ישי וועגן אלע זיינע קינדער וואס ער האט, האט דער באשעפער געזאגט פאר שמואל הנביא, אַל תַּבֵּט אֶל מַרְאֵהוּ וְאֶל גְּבֹהַּ קוֹמָתוֹ כִּי מְאַסְתִּיהוּ, אז שמואל הנביא זאל נישט קוקען אוף די אנדערע קינדער פון ישי.
צום לעצט האט ישי געזאגט פאר שמואל הנביא אז ער האט נאך איין זון, אבער ער איז שטענדיג אין פעלד און פאשעט די שאף, האט שמואל הנביא אים געלאזט רופן, ווען דוד המלך איז געקומען צו גיין האט זיך די אויל וואס שמואל הנביא האט געהאט, זיך געהויבן אין די הייך, ווי איינער וואס ווארט שוין אויף דער מענטש וואס דארף קומען, האבן שוין אלע געזען, אז ער איז די ריכטיגער מלך וואס דארף ווערן געזאלבט,

ישי און די קינדער האבן זיך אנגערופן "שמואל הנביא איז אונז געקומען צו פארשעמען" אויך די מאמע פון דוד המלך האט זיך געמאכט פון אינדרויסן אז זי איז אויך ברוגז, אבער אין הארץ האט זי זיך אויך געפרייט, אבער שפעטער ווען ער איז געווארן מלך ישראל האט זיך יעדער איינער געפרייט,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29912

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך ניקל »

ף
ווען דוד המלך האט געפאשעט די שאף, איז ער געזעסן אין פעלד און באטראכט די וועלדער און פעלדער, און דערביי פארפאסט קאפיטלעך תהילים, די זעלבע האט ער געטוען ביינאכט, ער איז געזעסן אין פעלד, און באטראכט די לבנה מיט די שטערנ'ס, און געזינגען שירות ותשבחות פאר'ן אויבערשטען,

איינמאל ווען דוד המלך האט געפאשעט די שאף, האט פאסירט אז ער האט געטראפן א ראם, א וויזעל טיער, וואס איז די גרעסטע חיה אין די וועלט, דוד המלך האט געמיינט אז דאס איז א בארג, איז ער ארויף געגאנגען דערויף, כדי צו זעהן בעסער די שאף פון דער הייעך,

שפעטער האט זיך די וויזעל טיר אויפגעוועקט און אויף געשטעלט אויף די פיס, האט זיך דוד המלך דערזען אז ער איז גאר הויך און ער האט זיך זייער דערשראקען, האט ער געמאכט א נדר אז אויב דער אויבערשטער וועט אים אראפ נעמען פון דא, וועט ער בויען א בית המקדש וואס וועט זיין הונדערט איילן,

האט דער רבוש"ע צו געפירט, אז א לייב איז געקומען צו גיין, און אזוי ווי די וויזעל טיר האט געזען דעם לייב האט ער זיך געביקט פאר אים אזוי ווי מ'טוט פאר א מלך, אבער דאן האט דוד המלך מורא געהאט פון די לייב, האט דוד המלך געבעטן דעם אייבירשטען, הוֹשִׁיעֵנִי מִפִּי אַרְיֵה וּמִקַּרְנֵי רֵמִים עֲנִיתָנִי,

האט דער אויבערשטער געמאכט אז א הערש איז געקומען צו גיין, און אזוי ווי די לייב האט דערזען דעם הערש האט ער אים אנגעהויבן נאכצולויפן, דעמאלס איז דוד המלך אראפ געקומען, און געלויבט דעם אויבערשטער אויף די גרויסע נס וואס ער האט אים געטוען.

דוד המלך איז געווען א געטרייער פאסטוך, ווען ער האט געפירט זיין שעף עסן האט ער איינגעטיילט זיינע שעף אין דריי חלקים, די גאר יונגע, די יונגע, און די אלטע, פאר די גאר יונגע און די אלטע, האט ער געגעבן צו עסן די ווייכע תבואה, דערנאך האט ער געגעבן די הארטע תבואה פאר די יונגע שעף, האט דער אויבערשטער געזאגט פאר דוד המלך, איך זעה אז דו ביסט געטריי צו דיינע שאף, וועל איך דיר געבן מיינע שאף, אז דו זאלסט זיי פאשענען, און אזוי איז דוד המלך געווארן דער קעניג אויף כלל ישראל,

ווען דוד המלך איז געווארן דער קעניג פון די אידן, האט זיך יעדער געוואונדערט, דער וואס איז נעכטן געווען א פאסטוך ווערט איצט א קעניג, האט דוד המלך געזאגט איר וואונדערט זיך, איך וואונדער מיך נאך מער פון ענק, און די רוח הקודש האט דעמאלס געזאגט, מֵאֵת ד׳ הָיְתָה זֹּאת, אלעס קומט פון אויבערשטען,

דוד המלך האט אמאל אויף זיך געזאגט, אין מיין גאנצע לעבן וואס איך לעב, בין איך נישט געשלאפן נאך חצות לילה, ווייל די סדר פון דוד המלך איז געווען אזוי, ביז חצות איז ער געשלאפן נישט מער ווי א האלבע שעה אויף איינמאל, פון חצות און ווייטער איז ער געזעסן און געלערנט, און פון ווי האט דוד המלך געוואוסט ווען חצות איז,

ער האט געהאט א סימן אויף דעם, העכער זיין בעט האט געהאנגן א פידל, וואס הייסט "כנור", און ווען ס'איז געקומען חצות, האט דער אויבערשטער געמאכט אז די ווינט וואס בלאז פון צפון זייט פון די וועלט, האט אנגעפאנגן צו בלאזען, און די פידל האט זיך צושפילט, און אזוי ווי דוד המלך האט דאס געהערט איז ער שנעל אויף געשטאנען און געגאנגען לערנען ביז'ן עלות השחר, אזוי ווי ס'איז געווארן די עלות זענען שוין די חכמים אריין געגאנגען רעדן מיט אים אין לערנען,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29912

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך ניקל »

אזוי ווי דָוִד הַמֶלֶך איז אנגעקומען צו די מיטעלע יארן האט דָוִד הַמֶלֶך געבעטען פון אויבערשטען, הוֹדִיעֵנִי ד' קִיצִי, דער אויבערשטער זאל אים אויס זאגן ווען ער גייט אוועק גיין פון די וועלט, האט אים דער אויבערשטער געענטפערט, ס'איז א גזירה פון מיר אז איך זאג נישט אויס ווען א מענטש שטארבט, און וויפיל ער האט נאך צום לעבן,

האט דָוִד הַמֶלֶך זיך ווייטער געבעטען וּמִדַת יָמַי מַה הִיא, זאג מיר כאטשיג וויפיל טעג איך גיי האבן אין לעצטן יאר פון מיין לעבן, האט דער אויבערשטער געזאגט ניין, דאס זאג איך אויך נישט אויס, האט דָוִד הַמֶלֶך ווייטער געבעטען, אֵדְעָה מֶה חָדֵל אָנִי, זאג מיר כאטשיג וועלכע טאג פון די וואך איך גיי אוועק גיין פון די וועלט, האט אים דער אויבערשטער געזאגט, יא, דאס וועל איך דיר יא זאגן אז דו גייסט אוועק גיין פון די וועלט אין שבת קודש,

האט דָוִד הַמֶלֶך זיך זייער מצער געווען, ווייל שבת טאר מען זיך נישט באשעפטיגען מיט א מת, און מ'וועט אים אזוי לאזן ליגען ביז נאך שבת, האט ער ווייטער געבעטן דעם אייבישטער, אז ער זאל צו ווארטען איין טאג, און ער זאל נפטר ווערן זונטאג, ווען ס'איז שוין אינדערוואכן און מקען זיך מטפל זיין מיט א מת,

האט אים דער אויבערשטער געענטפערט "אֵין מַלְכוּת אַחַת נוֹגַעת בְּחַבַרְתָּה", איין מלכות קען נישט אנרירן אין זיין חבר'ס, און וויבאלד ס'איז שוין געקומען די צייט פון דיין זון שלמה צו קעניגען, קען מען נישט ווארטען מיט איין מינוט לענגער, דעריבער קען מען נישט ווארטען ביז זונטאג,

אבער דָוִד הַמֶלֶך בעט ווייטער, איך בין גרייט נאך צוגעבען איין טאג פון מיין לעבן און נפטר ווערן פרייטיג, נאר נישט אין שבת, אבער דער אויבערשטער האט אויף דעם אויך נישט מסכים געווען און געזאגט, "כִּי טוֹב יוֹם בְּחַצֵרֶךָ מֵאֶלֶף", ס'איז מיר מער ווערט איין טאג וואס די ביסט עוסק אין די תורה, ווי טויזענט עולות וואס דיין זון שלמה גייט פאר מיר מקריב זיין, אין אנדערע ווערטער דער אויבערשטער וויל האלטען דָוִד הַמֶלֶך ווילאנג ער קען, האט דוד המלך אויף געגעבען און מער נישט מתפלל געווען,

אבער ער האט דאך געוואלט בלייבן לעבן און דינען דעם אויבערשטען, ווי ער זאגט אין תהילים "לּא אָמוּת כִּי אֶחְיֶה וַאַסֲפֵּר מַעֲשֵי ד', האט ער געטראכט א עצה אז ער וועט זיך זעצען לערנען א גאנץ שבת, ווייל ער האט געוואוסט אז אינמיטן לערנען וועט דער שטן נישט האבן קיין שליטה אויף אים, און ער ווייסט דאך אז ער דארף שטארבן אין שבת,

אזוי האט דוד המלך ע"ה געטוהן, יעדען פרייטיג צונאכט'ס האט ער זיך געזעצט לערנען, און געלערנט א גאנץ שבת, און אפילו נישט מפסיק געווען אויף איין רגע, וויסענדיג אז דאס האלט אים ביים לעבן, און נאך שבת האט ער געמאכט א סעודה אז ער גייט יעצט ווייטער לעבן א גאנצע וואך, און דאס איז די סעודה וואס מיר רופען סְעוּדָתָא דְדָוּד מַלְכָּא מְשִׁיחָא,

אבער ס'איז אנגעקומען די צייט וואס דָוִד הַמֶלֶך האט געברויכט אוועק גיין פון דער וועלט, און מ'האט אראפ געשיקט דעם מלאך המות זאל ארויפברענגען דָוִד הַמֶלֶך פון דער וועלט, אבער דער מלאך ווערט דערשראקען ווען ער קומט אראפ אונטען, און ער טרעפט דָוִד הַמֶלֶך זיצט און לערנט, און ער איז נישט מפסיק אפילו אויף א מינוט, ער זאל קענען צו גיין און אים אוועק נעמען פון די וועלט,

דער מלאך המוות ווארט און ווארט און ס'גייט נישט, האט ער זיך מיישב געווען, און ארויס אינדרויסען ווי עס איז געווען א הערליכע גארטען פון דעם קעניג, און אן געפאנגען שאקלען די בלעטלעך, אזוי ווי דָוִד הַמֶלֶך האט דאס דערהערט האט ער זיך דערשראקען, און ער האט געגעבען א געשריי ווער איז דאס דארט,

אזוי ווי ער האט דאס געזאגט און מפסיק געווען פון לערנען, איז דער מלאך המות צו געגאנגען צו אים און אוועק גענומען זיין נשמה, און דאס איז געווען שבת קודש ביים זמן פון מנחה, דערפאר שטייט אז מ'גריסט זיך נישט שבת ביי מנחה, אזוי ווי א אבילות, אויף דוד המלך ע"ה,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29912

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך ניקל »

און די יארן ווען שאול המלך איז געווען מלך ישראל האבן די אידן אסאך געליטן פון די פלישתים, האט שאול המלך געלאזט אויס ריפען, אז ווער עס וועט מלחמה האלטן מיט די פירער פון די פלישתים גלית, און וועט געווינען, וועט ווערן א איידעם ביים קעניג, האט דוד המלך געלאזט וויסן אז ער וועט גיין מלחמה האלטן מיט דעם ריז גלית, און ער וועט מיטן באשעפער'ס הילף געווינען,

יעדער וואס האט דאס געהערט האט געלאכט און נישט געגלייבט, אז דער קליינטשיגער דוד וועט קענען בייקומען דעם גרויסן ריז גלית, אבער דוד המלך איז געגאנגען מיט זיין אמונה אונעם באשעפער, און ער האט מלחמה געהאלטן מיט גלית, און שלא כדרך הטבע האט ער גע'הרג'ט גלית און דאן זענען די פלישתים אנטלאפן און די אידישע קינדער זענען פטור געווארן פון זיי,

ווי דער מדרש פארציילט האט דוד המלך נישט געהאט קיין גרינגע לעבן, קודם האט אים די משפחה דערוואטערט, און אפילו נאכדעם וואס ער איז שוין געווארן קעניג, האט ער אסאך געליטן פון די אידן, אויך ווערט פארציילט אז זיין זוהן אבשלום האט אים געוואלט הרג'ענען, אבער דוד המלך האט זיין גאנץ לעבן זיך קיינמאל נישט אוועק גערירט פונעם גרויסען באשעפער,

נאך די פטירה פון דוד המלך ע"ה איז געווארן קעניג דער זוהן שלמה המלך ע"ה וואס ווערט אנגעריפן און גאנץ תנ"ך מיטן נאמען, חכם מכל אדם, ער האט געפירט כלל ישראל פאר אסאך יארן און אויך האט ער געבויעט דעם בית ראשון וואס איז געשטאנען 410 יאר,

דוד המלך איז נסתלק געווארן זייענדיג 70 יאר אלט, ביום ו' סיון ב' אלפים, תתקכ"ד, די קבר פון דוד המלך איז דא אסאך נוסחאות ווי ער ליגט, אבער די עיקר וואס ער האט איבער געלאזט פאר אידישע קינדער דא אין גלות איז דאס הייליג ספר תהילים,

וואס אלע צדיקים האבן כאיש אחד אייביג געזאגט, אז דאס הייליגע תהילים וועט אונז באגלייטן, און ווען א איד איז ח"ו אין א צרה, אדער א שמחה האט מען דעם תהילימ'על וואס ברענגט אריין בטחון אונעם גרויסן באשעפער, און דאס וועט אונז האלטן אונעם שווערן גלות, ביז מען וועט בקרוב זוכה זיין צו משיח צדקינו בב"א.

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29912

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך ניקל »

*די גרויסקייט פון זאגן תהילים*

דער הייליגער טאהשער רבי זי"ע פארציילט די מעשה וואס איז געווען אין שטאט פולנאה, מיט א שניידער וואס האט יעדע טאג אויס געזאגט תהלים ביי די חלקה זיינע אין די בית החיים, אויך פלעגט ער ארום לייגען מטבעות ארום די מקום אין דערנאך פארטיילט דאז געלט פאר צדקה,

ווען הרה"ק רבי ארי' לייב בעל קול ארי המוכיח מפולנאה זי"ע איז געקומען משמש זיין ברבנות אינעם שטאט פולנאה, האט ער געזעהן א אור גדול שיינט אויף יענע פלאץ אינעם ביה"ח, האט ער געפרעגט צו וועם באלאנגט די פלאץ, האט מען געענטפערט פאר דעם שניידער, האט ער אים געלאזט רופען אין אים געבעטן, אז ער וויל באגרבען ווערן דערנעבן, האט די שניידער געזאגט, אויב אזוי וועט נישט זיין פלאץ פאר אים, האט רבי לייב מוכיח אים מבטיח געווען, אז ס'וועט זיין פלאץ פאר ביידע אין עס געשריבען בכתב אין גע'חתמ'ט דעראויף אין האט מסכים געווען,

רבי לייב מוכיח זי"ע איז אוועק פאר אים אין מ'האט אים טאקע באערדיגט אויף יענעם פלאץ, נאך דעם איז געקומען די תולדות יעקב יוסף זי"ע משמש זיין ברבנות אין שטאט פולנאה, און אויך ער האט געזען די אור גדול אויף די פלאץ, אין ער האט אויך געוואלט דארט ליגן אחר מוע"ש, אין אויך געבעטען די שניידער, אין אויך צו געזאגט אז ס'וועט זיין פלאץ פאר אים,

אין ווען די שניידער איז נסתלק געווארן נאך עטליכע יאהר, איז נישט געווען קיין פלאץ ווי צו באגראבן דעם שניידער, מען האט געברענגט די שטרות אין מ'האט עס פארגעליינט פאר די צוויי ציונים הקדושים, האט מען געזען ווי די ווענט ריקען זיך אוועק, אין ס'איז געווארען א נייע פלאץ פאר דעם שניידער,

ביז די וועלט מלחמה פארציילט מען האט מען געקענט זעהן ווי די וואנט פון די אוהל שטייט שיף העכער די קבר פון די שניידער אין היינט צו טאגס קען מען אהין גיין ווי די דריי זענען נטמן צוזאמען, פירט אויס די טאהשער רבי זי"ע, קוק וואס א כוח תהילים זאגן האט, אז אפילו א פשוטע איד זאגט תהלים גיט צדקה, האט ער ממשיך געווען א אור גדול און די בחינה פון ציון וירושלים,

הרה"ק רבי משה'לע מקאזניץ זי"ע האט אסאך תהילים געזאגט, אין מען פלעגט אים ריפען "די תהלים זאגער" פאר ער איז געווארן רבי, ווייל ס'איז נישט געווען מפורסם זיין כח התורה, שפעטער ווען ס'איז ארויס די ספרים זיינע באר משה אין דעת משה ועוד, האט מען געזעהן אז אין תורה איז ער אויך געווען גרויס, פירט אויס די טאהשער רבי זי"ע פון דעם איז א ראיה אז פון זאגען תהלים איז מען זוכה צו יעדע גיטע זאך, אין מ'איז זוכה מצליח זיין אין די תורה.

דער הייליגער רבי רבי אלימלך מליזענסק זי"ע האט געזאגט, אמאל העלפט נישט תפלה צוליב קטרוגים רח"ל, וואס איז די עצה, דארף מען זיך מקשר זיין מיט די עולם הגדול וואס הייסט תהלה "דאנקען", ווייל דארט איז דא א גרויסע ליכטיגקייט אין ס'נישט דא קיין כח פאר די מקטרג צו מקטרג זיין, אין ס'איז רחמים גמורים אין אלעס ווערט נמתק, פאר דעם הייסט שירי דוד תהילים, סיי מ'קען פוילען אלעס גוטס, אין סיי ס'איז נישט דא קיין שטן ופגע רע,

אין ספר רחמי האב ברענגט ער פון דעם הייליגען רבי רבי אלימלך זי"ע, אויב איינער זאגט 3 מאהל תהלים אין איין טאג איז עס חשוב אין הימל ווי ער וואלט געפאסט משבת לשבת, און פון רבי רבי מענדלע מרימנוב זי"ע שטייט ג"פ תהלים ביום אחד חשוב כחרב וחנית נגד יצה"ר,

ווערט געברענגט א מעשה אין תהלים דברי יואל פון מרן רבינו הגה"ק זי"ע, א איד איז אריין צום רבי'ן זי"ע, אין זיך אויסגרעדט זיין הארץ, אז זיין זוהן איז נישט מצליח אין חדר, און די מלמד איז נישט גוט פאר זיין קינד, אין ער בעט די רבי זאל רעדן צום מנהל אז מ'זאל אריין שטעלן זיין קינד צו א צווייטע מלמד, און היות ער האט שוין געבעטען די מנהל אין ער איז נישט מסכים, די רבי האט מסכים געווען אין ער האט געזאגט, איך וועל רעדן צום מנהל,

עס איז אדורך אפאר חדשים די איד קומט צוריק צום רבי'ן אין זאגט די מצב טויג נישט ביים צווייטן מלמד אויך נישט, אין ער בעט א עצה, זאגט די רבי איך האב באלד פארשטאנען ווען די ביסט דא געווען דאס ערשטע מאל אז טוישען צו א צווייטע מלמד וועט נישט העלפון, גלייב מיר איין קאפיטל תהילים מיט די ריכטיגע כוונה העלפט מער ווי אלע השתדלות,

די מנהג פון הגה"ק רבי יוסף חיים זונענפעלד זי"ע איז געווען אז ער האט אויס געזאגט גאנץ תהילים יעדע איינציגע טאג, טראץ זיין פילע טרדות זייענדיג גאב"ד ירושלים און בכלל איז עס געווען די שווערע תקופת ביי כלל ישראל, אין ער איז געווען דער גרויסע לוחם מלחמת השם, האט אים געפרעגט הרב משה בלויא זי"ע וועגן די הנהגה פון אויסזאגן גאנץ תהילים יעדן טאג, האט ער גענטפערט אז ס'איז נישט דא אזאך וואס וואשט אויס א מענטש אין מזכך פון זוהמת הקליפה ווי תהלים,

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א לייגט צו מיר גלייבן אז דאס איז נישט גוועהן די אייניציגסטע סיבה אין ס'איז געווען נאך טעמים, אין רבי יוסף חיים האט געהאט א אויסטערלישע הצלחה אייביג אין ווי ער האט נאר געטוהן איז געווען מיט א מוראדיגע סייעתא דשמיא, זאגט רבי יעקב מאיר אז ס'איז איבער געגאסען מיט אמירת תהילים צום אייבערשטען איז נישט קיין ווינדער ווי אזוי ס'איז דא אזא הצלחה בתמידיות, אז די זמן וואס נעמט צו זאגען תהילים האט ער גאר נישט דערלייגט.

מרן הגה"ק הקדושת יום טוב זי"ע אין פרשת תולדות שרייבט מ'זאל ענדיגן תהילים איין מאהל א וואך באשמורת הבוקר דליל שישי, און בנו רבינו הקדוש זי"ע אין "שטאט סאטמאר" האט טאקע מתקן געווען אין זיין ערשטע בית המדרש אזא תקנה צו מסיים זיין איינמאהל א וואך, די רבי זי"ע האט זיך נוהג גוועהן צו זאגן די יום לשבוע בדמעות שליש בקביעות,

הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א פארציילט, יארן צוריק ווען ער איז ארויס פון א ברית האט א איד וואס איך האב אים געקענט פון פריער, און יעצט איז ער שוין געגאנגען ווי עס פאסט פאר יר"ש אין א גאנצע משפחה חשובע לעכטיגע קינדער זרע ברך השם, איז ער צו מיר צוגעקומען אין זאגט איר ווייסט מיין דורך גאנג אין לעבן, איך בעהט אייך זייט עס מפרסם.

האט ער פארציילט די מעשה לויט יענעם'ס רצון, דער יונגערמאן איז געבוירען אין א צובראכנע שטוב ווי ס'איז געווען, עטליכע חולי נפש ל"ע אין ער איז געווארען עלטער אין עלטער אין ס'גייט אים נישט קיין שידוך אין נישט נאר דעס ס'נאך ארויס א לעז אויף אים אין ער איז געווארן כמעט אין גאנצן מיואש פון טרעפון זיין שידוך,

איין טאג ווען ס'ווייטאגט אים די מצב האט ער מקבל געווען צו אויס זאגען תהילים מדי יום ביומו ביז ער ווערט געהאלפען אין אזוי האט ער טאקע געטוהן בקביעות איין טאג הער איך אז ער איז א חתן .ס'נישט דורך קיין סאך צייט אין מ'האט שוין מרנן געווען נאך אים אין די שידוך איז בטל געווארן.

אבער דער איד האלט זיך ביי זיינס אין איז ממשיך צו זאגן תהילים אין איז עומד די שווערע נסיון אז נאך אזויפיל תהלים צו כאפען אזא קלאפ. ביז איין טאג איז ער געהאלפען געווארען אין האט אויף געשטעלט א בית נאמן בישראל כאחד האדם אין בעהט מ'זאל עס מפרסם זיין צו ווייזען די כח פון זאגען תהילים בקביעות אהן זיך מייאש זיין.


אין ספר עמק המלך שטייט אז בשנת קי"ב איז געווען א זקן וחסיד וואס איז נישט געווען א גרויסע יודע ספר נאר פשוט חומש, אבער דער איד האט זיין גאנץ לעבן אסאך געזאגט תהילים, אין ער איז נפטר געווארן בשיבה טובה.

אין די שלושים צום פטירה איז ער געקומען אין חלום צו א חכם אחד מיט תכריכים אין א קליין ספר אין די האנט, האט אים די חסיד געפרעגט זענט איר נישט דער וואס מ'האט נישט לאנג צוריק באגרבען, ביום פלוני, האט ער גענטפערט יא, פרעגט ער אים ווייטער וואס פאר ספר האסטו אין די האנט, זאגט ער א תהלים, אין איך בין געקומען ווארנען די גאנצע ישוב אז מ'זאל שוין אנטלויפן ווייל ס'איז דא א ביטערע גזירה אויף די שטאט.

אין ווילאנג איך האב געלעבט אין געזאגט תהילים בקביעות יעדן טאג, האט דאס מגין געווען אויפן שטאט, ובזכות זה זענט איר אלע געווארן געראטעוועט פון די שרעקליכע גזירה, אבער יעצט איז נישט דא ווער ס'זאל מגין זיין אויף אייך.

די חסיד וועקט זיך אויף אין האט געשריבען א בריוו אין געשיקט א שליח צום שטאט אין זיי געווארענט וועגן דעם סכנה, א חלק עולם פון די ערליכע זענען טאקע אנטלאפען, אבער א חלק האבן זיך מייאש געווען און זענען פארבליבען ביז ס'איז געווען פגעה בו יד השם רח"ל.

פון יענע טאג אין ווייטער האט די חסיד וואס צו אים איז דער איד נתגלה געווארען געמאכט זיכער מסיים זיין גאנץ תהלים כאטש איין מאהל א וואך.

פירט אויס די עמק המלך ווער ס'איז רגיל בספר תהלים איז דוחה אלע פורעניות וכמה פגעים רעים מעליו ומעל כל בני ביתו ומעל כל בני דורו ומגלגל עליו ועליהם זכות וכל מיני שפע רחמים וחסדים טובים ברכות והצלחות אשרי הזוכה ומזכה את הרבים.

עס ווערט פארציילט אז לעת זקנותו פון די חפץ חיים זי"ע ווען מ'האט אים געברענגט די תהילים פון זיין מאמע די צדקת ע"ה האט ער באמערקט אז די בלעטער זענען אין גאנצען אוסגעניצט און אפגעוועטשט. מיט א התרגשות האט ער געזאגט ווייסט עטס וויפיל טרערן די מאמע האט פארגאסען ווען זי האט געזאגט תהילים. יעדען טאג האט זי געוויינט אז ישראל מאיר זאל וואקסן א עהרליכע איד.

דער הייליגער חיד"א זי"ע זאגט אז דוד המלך ע"ה האט מתפלל געווען אז ווען איינער זאגט תהילים זאל עס ווערן גערעכנט ווי ער האט עוסק געווען אין נגעים ואהלות, און אויך איז תהילים א תיקון לפגם הברית.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2311

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך מירון »

ניקל האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 4:08 am *די גרויסקייט פון זאגן תהילים*

דער הייליגער חיד"א זי"ע זאגט אז דוד המלך ע"ה האט מתפלל געווען אז ווען איינער זאגט תהילים זאל עס ווערן גערעכנט ווי ער האט עוסק געווען אין נגעים ואהלות.
סאיז א גמרא אין אנהויב ברכות

יישר כח פאר די שיינע באשרייבונג
וואלף
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 502
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 942

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך וואלף »

מירון האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 10:53 am
ניקל האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 4:08 am *די גרויסקייט פון זאגן תהילים*

דער הייליגער חיד"א זי"ע זאגט אז דוד המלך ע"ה האט מתפלל געווען אז ווען איינער זאגט תהילים זאל עס ווערן גערעכנט ווי ער האט עוסק געווען אין נגעים ואהלות.
סאיז א גמרא אין אנהויב ברכות

יישר כח פאר די שיינע באשרייבונג
מראה מקום?
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1956
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5397

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך נקודות טובות »

וואלף האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 12:43 pm
מירון האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 10:53 am
ניקל האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 4:08 am *די גרויסקייט פון זאגן תהילים*

דער הייליגער חיד"א זי"ע זאגט אז דוד המלך ע"ה האט מתפלל געווען אז ווען איינער זאגט תהילים זאל עס ווערן גערעכנט ווי ער האט עוסק געווען אין נגעים ואהלות.
סאיז א גמרא אין אנהויב ברכות

יישר כח פאר די שיינע באשרייבונג
מראה מקום?
כמדומה לי אז עס איז נישט נישטא אזא גמרא, נאר אין מדרש תהלים אינעם ערשטען קאפיטעל.
אגב, איז דא אין מדרש עטליכע גרסאות, עס איז נישט מוכרח אז דאס מיינט בלויז זאגן תהלים. נאר קען זיין אז עס מיינט לערנען תהלים. וכלשון המדרש שיהיו קורין בהם ''והוגין'' בהם, ונוטלין עליהם שכר כנגעים ואהלות.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1956
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5397

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך נקודות טובות »

ניקל האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:57 am אזוי ווי ער האט דאס געזאגט און מפסיק געווען פון לערנען, איז דער מלאך המות צו געגאנגען צו אים און אוועק גענומען זיין נשמה, און דאס איז געווען שבת קודש ביים זמן פון מנחה, דערפאר שטייט אז מ'גריסט זיך נישט שבת ביי מנחה, אזוי ווי א אבילות, אויף דוד המלך ע"ה,
אפגעזעהן אויב דאס נישט גריסען האט יא א מקור אדער נישט, איז דאס בפשטות אלץ אבלו של משה רבינו. כמבואר בטור רצ''ב איבער דאס זאגן צדקתך מפני אבלו של משה, און אזוי אויך נאך זאכן וואס מען טוט נישט מפני אבלו של משה רבינו. וכן דאס עסן אייער שבת קומט דאך אויך פון דעם.

אגב, איך געדענק נישט אז עס זאל שטיין אז דוד המלך איז אוועק בזמן מנחה. אפשר צייכענסטו אן די מקור?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1956
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5397

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך נקודות טובות »

ניקל האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:59 am דוד המלך איז נסתלק געווארן זייענדיג 70 יאר אלט, ביום ו' סיון ב' אלפים, תתקכ"ד, די קבר פון דוד המלך איז דא אסאך נוסחאות ווי ער ליגט, אבער די עיקר וואס ער האט איבער געלאזט פאר אידישע קינדער דא אין גלות איז דאס הייליג ספר תהילים,
דאס איז נישט קלאר. יש אומרים אז ער איז אוועק בז' סיון, און ע''פ העיבור איז יענע יאר שבועות אויסגעקומען ז'. און מהאי טעמא זאגט מען רות צווייטען טאג יו''ט.
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
דעת קדשי
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1255
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 2905

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך דעת קדשי »

נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 4:04 pm
ניקל האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:59 am דוד המלך איז נסתלק געווארן זייענדיג 70 יאר אלט, ביום ו' סיון ב' אלפים, תתקכ"ד, די קבר פון דוד המלך איז דא אסאך נוסחאות ווי ער ליגט, אבער די עיקר וואס ער האט איבער געלאזט פאר אידישע קינדער דא אין גלות איז דאס הייליג ספר תהילים,
דאס איז נישט קלאר. יש אומרים אז ער איז אוועק בז' סיון, און ע''פ העיבור איז יענע יאר שבועות אויסגעקומען ז'. און מהאי טעמא זאגט מען רות צווייטען טאג יו''ט.
ויש אומרים ער איז אוועק ביום ה' סיון . ניסן און אייר זענען געווען מלא.
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1956
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 5397

Re: דוד בן ישי - דוד מלך ישראל

פאוסט דורך נקודות טובות »

דעת קדשי האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 4:24 pm
נקודות טובות האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 4:04 pm
ניקל האט געשריבן: פרייטאג יוני 14, 2024 3:59 am דוד המלך איז נסתלק געווארן זייענדיג 70 יאר אלט, ביום ו' סיון ב' אלפים, תתקכ"ד, די קבר פון דוד המלך איז דא אסאך נוסחאות ווי ער ליגט, אבער די עיקר וואס ער האט איבער געלאזט פאר אידישע קינדער דא אין גלות איז דאס הייליג ספר תהילים,
דאס איז נישט קלאר. יש אומרים אז ער איז אוועק בז' סיון, און ע''פ העיבור איז יענע יאר שבועות אויסגעקומען ז'. און מהאי טעמא זאגט מען רות צווייטען טאג יו''ט.
ויש אומרים ער איז אוועק ביום ה' סיון . ניסן און אייר זענען געווען מלא.
ווער איז די יש אומרים? איז דא איינער וואס זאגט קלאר אז ער איז אוועק בה'?
!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again

!!!Make yidtish great again
שרייב פאוסט