דער תהלים איד האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 3:25 pm
@נפתלי ממש אינטערסאנט וויאזוי טאקע דארט אויף די נעגאטיווע אייוועלט האבן מענטשן אויסדרוקליך יא געזאגט אז אנדערע בעטן 275 און שכונת ויואל משה בעט זייער ביליג (בערך 203 זע איך דארט).
כזה,
וכזה
מ'האט נאר געטרייט צו זיין נעגאטיוו כלפי די דאון פעימענט.
און דאס איז נאך פאר'ן רעדן פונעם פאקט אז קאוויד איז געווען א ריזיגע שאדן, און ער האט גענומען אלע שאדנס אויף זיך, אין די צייט וואס די בילדער וועלכע האבן געבעטן לכתחילה "טייערער" ווי אים, האבן "צוגעבעטן" פון 50 ביז 100 אלפים.
איך ווייס נישט פון וואו מען נעמט די כוחות הנפש וואס @פופציגער און אנדערע האבן, צו ענטפערן אזא צייט מיט א גוטזעליגקייט "האסט א פוינט! אבער קוק אהער"
... טאטע אין הימל וויאזוי באווייזט מען דאס?! ניין... דו האסט נישט קיין שום פוינט. ער איז געווען ביליג, ער איז געבליבן די ביליגסטע, און די וואס האבן נעבעך געשאסן נעגעטיוועטי בשעתו אז ס'איז למעשה זייער ריסקי בלא בלא בלא האבן נעבעך אויף זייער הענט שווערע עניים ואביונים וואס האבן נישט קיין דירה אדאנק זיי.
קענסט פראבירן זאגן וואס דו ווילסט אבער ווען מען נעמט צוזאם אלע פאקטארן פון די די דירות בשעתו, איז דאס געווען פארשטענדליך, די פרייזן
און די דאון פעימענט איז אויך אראפגעגאנגען ווען די פארלאנג אויף די דירות איז נישט געווען צו גרויס, און צוריק ארויף מיט די צייט, דאס איז די טריקענע פאקט
א ריסק מיינט אז עס קען געלונגען און עס קען דורכפאלן, למעשה איז עס ב"ה געלונגען מיינט נישט אז עס איז נישט געווען קיין ריסק, און אז מענטשן בשעתו זענען צוגעגאנגען צו דעם אנדערש, און צוליב דעם איז די פרייז געווען פארשטענדליך
וואס דארפסטו מער פון דעם אז דעמאלטס איז געלאפן אדווערטייזמענטס פאר די דעוועלאפמענט היינט פעלט דאס אויס?
(אגב, עס איז אינטערסאנט ווי דו פראבירסט יעדעם וואס וויל עפעס אריינרעדן אין די נושא פראבירסטו יענעם אראפצושלעפן און אריינצווינגען אין א פאזיציע פון איינער וואס זיכט אראפצורייסן דעם דעוועלאפער, אין מציאות וואס איז שוין געשען אז איך זאג אז עס האט נישט געהייסן ביליג, וואס ביסטו אזוי אויס מענטש??? לויט מיין בליק בשעתו און פון יעצט, און וויאזוי איך זעה אז מען האט עס דעמאלטס אנגעקוקט איז די פרייז געווען, נישט טייער און נישט ביליג, נאר פארשטענדליך לויט די אומשטענדן,
מה כל הרעש??? פארוואס דארפסטו אויסניצן אלע דיינע שרייבערישע טאלאנטן צו אראפרייסן דער וואס האט סך הכל א אנדערע בליק אויף די עסק?
די זעלבע זאך די אנדערע נושא, ווען איינער האט זיך דערוואגט צו זאגן אז עס איז געווען א טעות לגבי בתי מדרשים - איך האב אין דעם נישט קיין השגה וואס דארט גייט פאר - אבער איך ווינדער מיר נאר וואס איז די מלחמת אש דת השערה וואס איז שוין געשען??
מאדנע.)