די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 930
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 1875

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

אשרי מי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:01 pm דאווענען שבועות אין א ביהמ"ד מיט א רב עס דאווענען נאר 50-60 וואוילע ערליכע אידן, און מען איז מקבל די תורה מיט א התחדשות און פרייד מיט א עכטע קבלה צו זיין דבוק אין די תורה,
האט נישט די זעלבע ערך ווי איינער וואס שטיפט זך אריין דייקא צווישן שווערע טויזענטער אידן אינאיינעם צו דאווענען במחיצת רבם?

איך פרעג צו דעיס הייסט נישט מיטגעגאנגען מיטן סיסטעם, האט עס בזמנינו א מקור אז מען מיז גיין דוקא מיט טויזענטער אידן ביי א שבועות'דיגע אהבה רבה?
איר האט אמאל טועם געוועזן אן אהבה רבה מיט טויזענטער אידן?

#פעסער אהבה טרערן
נישט יעדער וואס רעדט אסאך, ווייסט אסאך...
פשוט און גראד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 133

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אשרי מי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:01 pm דאווענען שבועות אין א ביהמ"ד מיט א רב עס דאווענען נאר 50-60 וואוילע ערליכע אידן, און מען איז מקבל די תורה מיט א התחדשות און פרייד מיט א עכטע קבלה צו זיין דבוק אין די תורה,
האט נישט די זעלבע ערך ווי איינער וואס שטיפט זך אריין דייקא צווישן שווערע טויזענטער אידן אינאיינעם צו דאווענען במחיצת רבם?

די רעדסט כלפי שמיא?

איך פרעג צו דעיס הייסט נישט מיטגעגאנגען מיטן סיסטעם, האט עס בזמנינו א מקור אז מען מיז גיין דוקא מיט טויזענטער אידן ביי א שבועות'דיגע אהבה רבה?
איך וואלט געטרייט אריינצופאלען עפעס א חלק פונעם יו"ט,
אשרי מי
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 80

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אשרי מי »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:27 pm
אשרי מי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:01 pm דאווענען שבועות אין א ביהמ"ד מיט א רב עס דאווענען נאר 50-60 וואוילע ערליכע אידן, און מען איז מקבל די תורה מיט א התחדשות און פרייד מיט א עכטע קבלה צו זיין דבוק אין די תורה,
האט נישט די זעלבע ערך ווי איינער וואס שטיפט זך אריין דייקא צווישן שווערע טויזענטער אידן אינאיינעם צו דאווענען במחיצת רבם?

איך פרעג צו דעיס הייסט נישט מיטגעגאנגען מיטן סיסטעם, האט עס בזמנינו א מקור אז מען מיז גיין דוקא מיט טויזענטער אידן ביי א שבועות'דיגע אהבה רבה?
איר האט אמאל טועם געוועזן אן אהבה רבה מיט טויזענטער אידן?

#פעסער אהבה טרערן
עס איז זיכער זייער א גוטע געפיל, און העכערע הרגשה
אויב איז מען אינטערסירט דווקא אין א באשיידענע דאווענען מיט א קלענערע ציבור איז מען נישט אינעם סיסטעם?
פשוט און גראד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 133

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@אשרי מי כ’האב עכט נישט ליב וואס איך גיי טוהן יעצט, אבער שוין..

די 50-60 אידן מיטן רב בראשם,
וואס איז טאקע די אנדערלייאינג ריזען זייערע? התנגדות? איבריגע חכמה? און לגבי דיר אליינס, די שערסט די זעלבע פילאזעפי?

אויב איז עס מחמת חולשה (נערווען בלע"ז) קענסטו זאגען פאר די קינדער אז טאטי פילט נישט אזוי גיט אין מילא בלא בלא.. אבער די פארפאסט די חלק האווארימקייט וואס א ציבור גיט צו און ספעשעלי ווען מ’איז נכנע אינטער אן הנהגה (לאפוקי א סיום הש"ס מיט א גאנצע מיש מאש)
פשוט און גראד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 133

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אין אויב ס’איז א סימפעל מציאות, האט עס זילטש מיט א סיסטעם. יאוכלו ענווים וישבעו
אשרי מי
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 80

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אשרי מי »

פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:39 pm @אשרי מי כ’האב עכט נישט ליב וואס איך גיי טוהן יעצט, אבער שוין..

די 50-60 אידן מיטן רב בראשם,
וואס איז טאקע די אנדערלייאינג ריזען זייערע? התנגדות? איבריגע חכמה? און לגבי דיר אליינס, די שערסט די זעלבע פילאזעפי?
סתם ערליכע אידן וואס ווילן פונדאסניי זיך מחדש זיין און מקבל זיין די תורה פינעם בארג סיני אזוי ווי אונזערע עלטערן דור אחר דור, זיך פרייען מיט די גרויסע יו''ט, קיין שום פילעזאפי, אדער איבריגע חכמה חלילה.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4157
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6200

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

אשרי מי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:34 pm אויב איז מען אינטערסירט דווקא אין א באשיידענע דאווענען מיט א קלענערע ציבור איז מען נישט אינעם סיסטעם?
וועכע סיסטעם רעדסטו פון?
פשוט און גראד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 133

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אשרי מי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:44 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:39 pm @אשרי מי כ’האב עכט נישט ליב וואס איך גיי טוהן יעצט, אבער שוין..

די 50-60 אידן מיטן רב בראשם,
וואס איז טאקע די אנדערלייאינג ריזען זייערע? התנגדות? איבריגע חכמה? און לגבי דיר אליינס, די שערסט די זעלבע פילאזעפי?
סתם ערליכע אידן וואס ווילן פונדאסניי זיך מחדש זיין און מקבל זיין די תורה פינעם בארג סיני אזוי ווי אונזערע עלטערן דור אחר דור, זיך פרייען מיט די גרויסע יו''ט, קיין שום פילעזאפי, אדער איבריגע חכמה חלילה.
אפשר פרעגסטו די שוויגער? איי מיון, וואטס די קוועסטשען
פשוט און גראד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 136
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 133

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך פשוט און גראד »

אהה איך זעה @דער תהלים איד פרעגט שוין

נו גיט..

גיטע נאכט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1152

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

ברוב עם הדרת מלך. ווי מער אלץ בעסער

איך האב עס געזען אינעווייניג איבער 20 יאר צוריק און געדענק נישט וואו

דאס שוין חוץ די כח הרבים און די גשמיות הנאה פון די אהבה רבה
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 89

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

שוין ווידער.
צענדליגע עבירות דאורייתא ודרבנן זענן גארנישט.
די הרגשה ביי אהבה רבה? דאס איז שוין עפעס!
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1152

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 6:41 am שוין ווידער.
צענדליגע עבירות דאורייתא ודרבנן זענן גארנישט.
די הרגשה ביי אהבה רבה? דאס איז שוין עפעס!
וואו קומט עס דא אריין?
ציבורא
פרישער באניצער
פאוסטס: 30
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 37

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך ציבורא »

איטשע האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 10:06 pm
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 6:00 am א רבי פון א גרויסע חבורה קען זיין א צדיק. זיין יורש ירשנ'ט נישט מער ווי ריעל עסטעיט. זיין שיריים זענן גארנישט מיט נישט, זיין ברכות זענן א ברכת הדיוט, און זיין מיינונג איז פונקט ווי א נישט-יורש'ס.

און עס איז דא א הלכה'דיגע וועג וויאזוי זיך צו שלאגן מיט איינער וואס 'גנב'ט'. דער וואס שלאגט זיך אזוי איז א העלד. דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל האט געהאט מחלוקתן, און ער איז נישט ארויס פון די גדרי ההלכה והנימוס והמדות היפות. 'פלניא גזלנא' איז נישט קיין היתר אויף אלסדינג.
👎👎👎

נישט איך און נישט די זענען דער וואס דארפן מחליט זיין צו די פירער פון סיי וועלכע חסידות איז א צדיק, זיין יורש ווערט געווענליך געקרוינט אין זיין צוואה, און איינער וואס האט זכות אבות האט די קוואלעפעקאציעס צו פירן א עדה הקדושה, זיין שיריים איז הייליג, און לייגט אריין א קדושה, זיינע ברכות זענען למעלה מהשגתינו און אונז דארפן צוקומען דערצו, זיין מיינונג קומט פון א שטאנדפונקט ווי מיר האבן נישט קיין צוטריט, א זאך וואס ער זאגט איז קודש קדשים!!!

הונדערט פראצענט!

כ'ווייס נישט אויב די האסט א בר פלוגתא מיט די צווייטע חלק
וואס מיינט איר מיטן צווייטן חלק? פון ליבאוויטשער רבי'ן? איך האב אלעס מיטגעהאלטן יענע יארן, און איך זעה נישט פארוואס ער איז א יוצא מן הכלל, אבער פארשטייט זיך מ' קען עס נישט אויסשמועסן דא, אבער להצדיק את הצדיק (די אנדערע רבי'ס) דארף מען עס דערמאנען
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2547
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 2458

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך שמח »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 6:41 am שוין ווידער.
צענדליגע עבירות דאורייתא ודרבנן זענן גארנישט.
די הרגשה ביי אהבה רבה? דאס איז שוין עפעס!
זאג קלאר, איז דיין פראבלעם ''נאר'' די ''עבירות'' וואס מ'האט געטאן אדער דאס איז נאר א קאווער אפּ אויף דיין שנאה צו ''יענעם'' רבי?

#דער אמת ביטע...
מיטוואך דאנערשטאג במדבר מיליאנען פאר קיום מוסדות סאטמאר מאנסי

דרוקט דא
שמייכלדיג
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 468
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 08, 2023 1:52 pm
x 621

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך שמייכלדיג »

ציבורא האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 8:17 am
איטשע האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 10:06 pm
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 6:00 am א רבי פון א גרויסע חבורה קען זיין א צדיק. זיין יורש ירשנ'ט נישט מער ווי ריעל עסטעיט. זיין שיריים זענן גארנישט מיט נישט, זיין ברכות זענן א ברכת הדיוט, און זיין מיינונג איז פונקט ווי א נישט-יורש'ס.

און עס איז דא א הלכה'דיגע וועג וויאזוי זיך צו שלאגן מיט איינער וואס 'גנב'ט'. דער וואס שלאגט זיך אזוי איז א העלד. דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל האט געהאט מחלוקתן, און ער איז נישט ארויס פון די גדרי ההלכה והנימוס והמדות היפות. 'פלניא גזלנא' איז נישט קיין היתר אויף אלסדינג.
👎👎👎

נישט איך און נישט די זענען דער וואס דארפן מחליט זיין צו די פירער פון סיי וועלכע חסידות איז א צדיק, זיין יורש ווערט געווענליך געקרוינט אין זיין צוואה, און איינער וואס האט זכות אבות האט די קוואלעפעקאציעס צו פירן א עדה הקדושה, זיין שיריים איז הייליג, און לייגט אריין א קדושה, זיינע ברכות זענען למעלה מהשגתינו און אונז דארפן צוקומען דערצו, זיין מיינונג קומט פון א שטאנדפונקט ווי מיר האבן נישט קיין צוטריט, א זאך וואס ער זאגט איז קודש קדשים!!!
און עס איז דא א הלכה'דיגע וועג וויאזוי זיך צו שלאגן מיט איינער וואס 'גנב'ט'. דער וואס שלאגט זיך אזוי איז א העלד. דער ליובאוויטשער רבי זצ"ל האט געהאט מחלוקתן, און ער איז נישט ארויס פון די גדרי ההלכה והנימוס והמדות היפות. 'פלניא גזלנא' איז נישט קיין היתר אויף אלסדינג.
הונדערט פראצענט!

כ'ווייס נישט אויב די האסט א בר פלוגתא מיט די צווייטע חלק
וואס מיינט איר מיטן צווייטן חלק? פון ליבאוויטשער רבי'ן? איך האב אלעס מיטגעהאלטן יענע יארן, און איך זעה נישט פארוואס ער איז א יוצא מן הכלל, אבער פארשטייט זיך מ' קען עס נישט אויסשמועסן דא, אבער להצדיק את הצדיק (די אנדערע רבי'ס) דארף מען עס דערמאנען
אלעס איז אבאוט מארקעטינג...

מ'קען נעמען מאדנע ווילדע מענטשן און 50 יאר ארום וועט יעדער וויסן איבער זייער נימוס ודרך ארץ, ולעומת זה ווייכע פריינדליכע מענטשן וועט יעדער וויסן אז ער איז געווען א בייזער ווילדער וכו'
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1355
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1152

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אנדערער »

רעדט ביטע נישט פון לובאוויטש ווייל איך וועל ברענגען שיינע זאכן פון אים
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 89

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

שמח האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 10:58 am
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 6:41 am שוין ווידער.
צענדליגע עבירות דאורייתא ודרבנן זענן גארנישט.
די הרגשה ביי אהבה רבה? דאס איז שוין עפעס!
זאג קלאר, איז דיין פראבלעם ''נאר'' די ''עבירות'' וואס מ'האט געטאן אדער דאס איז נאר א קאווער אפּ אויף דיין שנאה צו ''יענעם'' רבי?

#דער אמת ביטע...
זאג קלאר, יעדער וואס רופט זיך רבי מעג עובר זיין על כל התורה כולה? אדער נאר 'יענער' רבי?

דריי נישט קיין קאפ. איך האב נישט גערעדט פון קיין איין יחיד. איך האב אויפגעוויזן אז פארטיי ברענגט צו צו די הארבסטע עבירות, און קיינער קימערט זיך נישט, ווייל עס האלט 'אידישקייט', אדער שיינער זינגן ביי אהבה רבה.

שיין זען מיר שוין אויס.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4157
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6200

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 2:25 pm

און איך האב דיר געוויזן אז "ראשי ישיבות" ברענגען די הארבסטע עבירות, און דו לאכסט זיך אויס.

ווייס איך נישט צו דא שטעקט א שנאה צו חסידים, אדער קנאה.
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 89

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

לאמיר קלערן די חילוק צווישן 'זאגן' און 'אויפווייזן'.

אדער נישט, ווייל דאס איז סתם געהאקט א קאפ, און קומט פון טרינקן חלב עכו"ם.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4157
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6200

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

די צוויי שטאקן אין פאנאוויטש איז וואס?

די טעגליכע לשון הרע אימעילס וואס איך באקום יעדן טאג (אומגעבעטן) פון 2 פראקציעס ליטאים איז וואס?

די חודש'ליכע אויסגאבע אין לעיקוואד קעגן די מועצת גדולי התורה איז וואס?

די קארופציע וואס האט זיך געטון צווישן די מכתירים פון הרב קנייבסקי ז"ל און הרב אדלשטיין ז"ל איז געווען וואס?

ביטע, פון איסורי דאורייתא דארף מען טאקע שטיין מיילן ווייט, און צו זיין אן ערליכער איד דארף מען זיין אין די קרייז וואו דער אויבערשטער האט אריינגעשיקט. זיך איינרעדן אז יענעמס גראן איז גריזער (קרעדיט? דענק שוין נישט..) קומט נישט פון קלוגשאפט, און ברענגט נישט צו קיין עבוד ה' נאר נעבעך פארקערט.
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 89

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

האסט דא געמאכט א מחלוקת חסידים\מתנגדים, און יעצט דארף איך פארטיידיגן מתנגדים.

איך בין עפעס א ליטוואק? און אויב יא, ווי בין איך פאראנטווארטליך אויף די מעשים פון א צווייטן?

יא, דער יצר הרע שלאפט אין ערגעץ נישט. שלעכטע מענטשן טון שלעכטס, און גוטע מענטשן דערווייטערן דיך דערפון.
פארטיי ברענגט אז גוטע מענטשן טון שלעכטס, אז מענטשן וואס וואלטן אליינס נישט וויי געטון א פליג וועלן טון און פארטיידיגן כל איסורים שבתורה.
ראשי ישיבה זענן נישט פאראנטווארטליך פאר יענעמ'ס שלעכטע מדות. משא"כ פארטייען.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1349
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 2558

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך נקודות טובות »

אשרי מי האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 5:54 pm
שמח האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:23 pm ווילאנג מ'ווייסט נישט אויף זיכער וועלכע רב וכדומה האט דאס געזאגט נעם איך אן אז א נארישע וואצעפפער האט דאס געשריבן און געלייגט די פרעים ארום אז מענטשן זאלן עס ליינען כאילו עפעס א רב/רבי/אדמור/פ''ר האט דאס געזאגט...
עס קען זיין איינער וואס איז נוטה שטארק צו די ליטווישע האט עס געזאגט

ביי די ליטווישע ציבור איז נאך יא שטארק נהוג דאס אז דער גדול ווערט נישט נתמנה לויט ביי וועלכע טאטע מען איז געבוירען, נאר וויפיל שטונדן מען האט דעם גוף אוועקגעלייגט פאר עבודת ד' תורה א.ד.ג.
עס איז אמת אז ביי די ליטווישע איז נישט אזוי שטארק די ירושה חלק, אבער איז היבש אויפגעבלאזען. ווער זענען די ראשי ישיבות אין לעיקוואד? לעסט טיים איי טשעקד איז ר' שניאור קאטלער געווען א זון פון ר' אהרן קאטלער. און ר' מלכיאל קאטלער איז זיין בן אחר בן. ווידער ר' דוד שוסטאל און ר' ישראל ניימאן זענען אויך די צווייטע דור פון ר' אהרן קאטלער. סאו יא....

אה איר רעדט פון דעם מרן אין א''י? דארט זוכט מען פשוט דעם עלטסטען פערזאן מיט'ן גרעסטען הויקער. און אגב דאכט זיך אז ר' חיים קנייבקי איז געווען א זון פונעם סטייפלער, און ר' שמואל אויערבאך פון ר' שלמה זלמן. מען האט נישט פלעין געטראפען א איד אין ביהמ''ד וואס קען לערנען....
א מפתח צו מיינע תורה'דיגע ארטיקלען. נקודות המפתח
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4157
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6200

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@שרייבן שרייבט זיך

1) איך וויל פלעין זאלסט אראפרייסן די ליטווישע, און הערשט נאכדעם העמיר רעדן וועגן די חסידישע...

2) וואס איז די סייז פון א קהלה/חסידות/פארטיי אז ס'ווערט פסול? יעדער ביהמ"ד מיט א רב ווערט א אנגהענגערשאפט וואס קען פירן צו דאס ארגסטע. דאווענען אינדערהיים איז נישט אויסגעהאלטן. וואוינען אין וואודרידזש ווילעך נישט. סוי געמיר דיין סעלושן.

מיינס האב איך שוין געשריבן. געהערן צו די סיסטעם פון דיינע עלטערן, און דינען דעם אויבערשטן תוך כדי איגנארירן די שוואנצאנים און מגושמים צוגלייך.
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 53
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 89

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

א) האסט א תאווה 'איך וויל' אז איך זאל אראפרייסן א קהלה קדושה בישראל, און איך מוז מיטטאנצן. איך האלט נישט דערביי. נעם קעיר פון דיין אייגענם תאוות. מיר האבן אונזער מהלך, זיי האבן זייערס. מיר האבן אונזער מעלות, זיי האבן זייערס. און מיר מעגן זיך לערנן פון זיי, און זיי מעגן זיך לערנן פון אונז. קיינער איז נישט קיין שלעכטע פאר חילוקי דעות. דער וואס גייט אין בחירות און דער וואס גייט נישט זענן ביידער ביי מיר גלייך.

ב) ווען מ'קען נישט אוועק גייען. יעדער שיעבוד וואס מאכט זייטיגע פראבלעמן אוועק צו גייען, פאר דיר אדער דיין קינדער, הייסטס דער אמת רעדט שוין נישט נאר די מאכט. דאס איז די בעסטע סימן.

ג) ביי מענטשן וואס זענן נישט אויפגעוואקסן ביי א פארטיי, מישן זיך די עלטערן נישט אריין. פונקט ווי עס גייט נישט מיין טאטע אן וועלכע מסכת איך לערן, אבי איך לערן, און וועלכע עסן איך עס, אבי איך עס, אזוי אויך גייט אים נישט אן וועלכע רב איך דאווען, אבי איך האב א רב. וכן ביי מיין קינדער. זאל ער לערנן בקיאות, בעיון, ביידער, אדער פאקוסן אויף הלכה. צווינגן די קינדער איז א חלק פון די טינופת פון פארטיי וואס אן דעם וואלט קיינער נישט געוואגט דאס צו טון צו אן ערוואקסענם קינד.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אשרי מי
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 80

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אשרי מי »

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג יוני 11, 2024 12:00 am
אשרי מי האט געשריבן: מאנטאג יוני 10, 2024 11:34 pm אויב איז מען אינטערסירט דווקא אין א באשיידענע דאווענען מיט א קלענערע ציבור איז מען נישט אינעם סיסטעם?
וועכע סיסטעם רעדסטו פון?
לדוגמא א סאטמארער, ווי די עולם [ביי ביידע] דאווענט צווישן די צען טויזענט אידן וואס דאווענען ברוב עם
און ער וויל דווקא יא דאווענען פאר זיך איינגענעם מיט 50-60 אידן
שרייב פאוסט