זי קוקט זיך אום ווייעדיג
איר לאנד אזוי ליידיג
צו אמאליגע יארן זי בענקט
ווי שיין געווען די מראה
אנגעפולט יעדע שפארע
און קיינער נישט געווען געענגט
ווי א טרויענדע מוטער
וויינט ציון אזוי ביטער
באנעבעכט ווי די גרעסטע לא לנו
ארויס פון זיכרון
אומצעליגע יארן
עזבני ה' ואד' שכחני
התשכח אשה עולה
און אז עס געשעט אפילו
ביי מענטשן פון פלייש און בלוט
הלוואי זען איר וואלט געקענט
ווי איך טראג ענק אויף די הענט
און פארגעס נישט קיין איין מינוט
מיין ווארט איז קראנט און טרוי
איך האב שוין פארגעזאגט גענוי
עס וועלן זיך אנפולן ציון'ס טויערן
זי וועט קוקן מיט וואונדער
פון וואו קומען די אלע קינדער
ווער האט זיי דען געבוירן
ציון, קוק וועסטו דערקענען
ווער די אלע אידן זענען
די פארלוירענע קינדער דיין
געקומען צו פליען מיט ראקעטן
פערסט קלעס אויף דזשאמבאו דזשעטן
דער פיילאט דעם פרעזידענט אליין
וואו אמאל איז געווען וויסט
א שטראם פון אידן עס פליסט
מארבע כנפות צוריק אהיים
די נחמה מיטן פריידן
וישם מדברה כעדן
וערבתה כגן ה'.
איך האב נישט פארגעסן
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5226
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 9575
Re: איך האב נישט פארגעסן
שיין!
סוי ביזדערווייל איז ביידען אונזער פילאט, זאגסטו.
סוי ביזדערווייל איז ביידען אונזער פילאט, זאגסטו.
Re: איך האב נישט פארגעסן
שיין אריין געפארן פון די טרויער צו די נחמה
איידער איך שרייב געב איך א קלער, ווייל פארעכטן איז צו שווער
Re: איך האב נישט פארגעסן
ותאמר ציון עזבני ה' ואד' שכחני
התשכח אשה עולה מרחם בן בטנה גם אלה תשכחנה ואנכי לא אשכחך
הן על כפים חקתיך חומתיך נגדי תמיד...
... שאי סביב עיניך וראי כלם נקבצו באו לך...
ואמרת בלבבך מי ילד לי את אלה ואני שכולה וגלמודה גלה וסורה ואלה מי גדל הן אני נשארתי לבדי אלה איפה הם
כה אמר אד' אלקים הנה אשא אל גוים ידי ואל עמים ארים נסי והביאו בניך בחצן ובנתיך על כתף תנשאנה
והיו מלכים אמניך וגו'