חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

געזונטע שמועסן און ידיעות
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4589
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 7179

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

און נאך א וויכטיגע זאך: איך האב באגלייט איינעם וואס איז געווען אויף 2 מעדיקעישנס אבער ס'האט נישט געהאלפן. געליטן געפערליך פון פאניק אטאקעס, און נאך.

ארויסגעשטעלט האט זיך אבער אז יענער האט באקומען ביידע מעדיקעישן'ס פון א פריימערי דאקטאר, איינער וואס האט געהייסן א מלך ה'דאקטוירים (מ'קען אפשר אליינס פארשטיין וועמען איך מיין), אבער פארט נאר א פריימערי דאקטאר און נישט א סאקייעטרסיט. איך האב אויך דעמאלס גענומען רעפערל ביי הרב לעווי (מענטל קעיר/ביקור חולים) פאר א גוטע סאקייעטריסט לויט יענעמס יארגאנג און פיזישע אישוס וכו', ער האט מיר רעפערירט איינעם אין מאנהעטן.

און, יענער האט אים געהייסן אראפגיין צוביסלעך פון ביידע מעדיקעישאנס, און ארויפגיין אויף איין אנדערע, עפעס וואס הייסט אסאך א שוואכערע. און... יענער איז א נייע מענטש! ס'איז שוין אריבער אפאר יאר, און לפי ידיעתי האט שוין יענער פארגעסן וואס ענקזייעטי און פעניק מיינט.

וואס איך וויל ארויסברענגען איז אז מ'זאל "נישט" גיין בלויז צום פריימערי דאקטאר, נאר דוקא צו א סאקייעטריסט, א דאקטאר וואס איז "געמאכט פאר דעם".
געהאלפענער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:06 pm
Location: גלילות
x 34

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך געהאלפענער »

► Show Spoiler
א וויכטיגע זאך וואס האט עכט נישט צו טוען מיט די נושא פון ענקזייעטי, אבער יא מיט מיין מעשה.

אין די 18 חדשים פארן האבן מיין קינד פלעגט איך דאך ליידן פון דיזינס כסדר (על כל פנים, געמיינט) איז איינע פון די זאכן וואס איך פלעג טוען איז געווען זיך אייביג מיטשלעפן א באטל וואסער (אן עקסטרע מיטמאכנישט אז די געפילטערע סינק וואסער מאכט דיזי) אין פאל איך ווער דיהיידערעד, איך פלעג ארויס לויפן פאר ברוך שאמר שבת אינדערפרי שנעל געבן א טרינק אין אפאכט געגעבן נישט צו רעדן צו קיינעם כמעט ביז נאך קידוש ווייל איך קען דאך ווערן דיזי, (גיי פארשטיי נישט).

צוריק צו אונז, וואס וויל איך ארויס ברענגען, ווען איז זעט א נארמאלע אינגערמאן טוען עפעס וואס איר טראכט איז נישט נארמאל אפילו א נאענטע משפחה/חבר וכו, פרעג אים נישט פארוואס ער טוט עס אין זיכער נישט אין פובליק. דן זיין לכף זכות דארף מען אייביג, שטעלט ענק פאר וואס מיין ברודער האט געטראכט ווען ער האט מיך געזען ארויסלויפן ראש השנה ביי למנצח שנעל צו געבן א טרינק פון מיין באטל.
18.3 אמעריקאנער ליידן פון קאלעסטראל, זיי שעמען זיך נישט דערמיט...

24.6 אמעריקאנער האבן מענטל דורכגענג, זיי שעמען זיך אויך נישט...
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1895
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 1847

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך אנדערער »

וואס דו זאגסט??? א נאנטער באקאנטער האט אייביג מיט זיך א פלעשל פאר פחד פון דיהיידרעישן און ליידט אויך פון ענקזייעטי כאטש ער וויל נישט מודה זיין
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 43

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך צד השוה »

די ערשטע מאל וואס איך פייל אריין אין דעם אשכול. (דארף מען סתם אזוי ווערן מער אקטיוו דא. דאס פלאץ איז באמת געשמאק אין היימיש)

@נשמה פלאם @געהאלפענער שכח פארן שרייבן אויף דעם נושא, און הצלחה אויף ווייטער!
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 43

Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.

פאוסט דורך צד השוה »

נשמה פלאם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:13 pm
פופציגער האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 9:10 pm האמיר לעצטנס עוסק געווען אינעם ענקזייעטי נושא.

אדרבה, לאמיר עס אויסשמועסן.
אין איין ווארט
מ'ווערט פארכאפט אין א נעץ פון Fearing fear
ס'איז ממש א loop וואס מ'קען גיין זייער טיף
די כאפסט אן עפעס וואס פאסירט כסדר ביי ענגזייעטי ליידענדע ווי דער מח וואס זיכט א וועג ארויס פון דעם סכנה וואס זי איז אין, טרעפט נאך זאכן אויף וואס זיך אנצוכאפן.

נישט אלע וואס ליידן אויף ענגזייעטי האבן עס אויף דעם אויפן
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 43

Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.

פאוסט דורך צד השוה »

נשמה פלאם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:25 pm עטליכע זאכן וואס האבן מיר געהאלפן

1. די בוק THE DARE RESPONSE. ס'איז סופער גוט
לויט מיין עקספיריענס העלפט עס שטארק פאר פאניק, סאשעל ענעקזייעטי און העלט ענעקזייעטי.
פאר דשענערעל ענעקזייעטי האט עס מיר נישט אזוי געהאלפן
אבער די ריליעף איז שטארק. ס'שלעפט ארויס די מענטש פון די נעווער ענדיג לופ פון מורא האבן פון פחד..


2. עדמיטן די פאקט אז מ'לייד אויף ענעקזייעטי, ליידן און לעבן אין דינייעל אדער נישט שערן מיט די לעבנס שותף איז עפעס וואס לייגט שטארקע פרעשור אויף די אזוי אנגעשטרענגטע סוטואציע

3. אפמאכן אז מ'גייט פער טערעפי, איך דארף טערעפי און כ'האב נישט קיין פראבלעם צי גיין, דאס עצם עקסעפטן אז איך דארף און איך גיי גיין בארואיגט דאס געוויסן

המשך יבא בעז''ה
שכח פארן מיטטיילן!

בין איך נייגעריג צו הערן פון דיר.
וועלכע חלק פון די ביך פילסטו העלפט דיר?

און ווי מ'קען זעהן פון די שירות איז דער פחד פון דער פחד זייער שטארק ביי דיר. דעס איז שוין אבער איינער פון די תוצעת, ווייסטו וואס די טריגער פאר דעם אלעם איז?


עדמיטן אין זיין אפען מיט זיך איז פון די וויכטיגסטע זאכן! (און ס'אינוואלוועד ארבעט)
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
אוועיטער
צד השוה
ניי צום טיש
פאוסטס: 12
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 30, 2023 5:16 pm
x 43

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך צד השוה »

געהאלפענער האט געשריבן: מיטוואך אפריל 10, 2024 12:32 am
► Show Spoiler
א וויכטיגע זאך וואס האט עכט נישט צו טוען מיט די נושא פון ענקזייעטי, אבער יא מיט מיין מעשה.

אין די 18 חדשים פארן האבן מיין קינד פלעגט איך דאך ליידן פון דיזינס כסדר (על כל פנים, געמיינט) איז איינע פון די זאכן וואס איך פלעג טוען איז געווען זיך אייביג מיטשלעפן א באטל וואסער (אן עקסטרע מיטמאכנישט אז די געפילטערע סינק וואסער מאכט דיזי) אין פאל איך ווער דיהיידערעד, איך פלעג ארויס לויפן פאר ברוך שאמר שבת אינדערפרי שנעל געבן א טרינק אין אפאכט געגעבן נישט צו רעדן צו קיינעם כמעט ביז נאך קידוש ווייל איך קען דאך ווערן דיזי, (גיי פארשטיי נישט).

צוריק צו אונז, וואס וויל איך ארויס ברענגען, ווען איז זעט א נארמאלע אינגערמאן טוען עפעס וואס איר טראכט איז נישט נארמאל אפילו א נאענטע משפחה/חבר וכו, פרעג אים נישט פארוואס ער טוט עס אין זיכער נישט אין פובליק. דן זיין לכף זכות דארף מען אייביג, שטעלט ענק פאר וואס מיין ברודער האט געטראכט ווען ער האט מיך געזען ארויסלויפן ראש השנה ביי למנצח שנעל צו געבן א טרינק פון מיין באטל.
יוש דאס איז פעינפול

די שרייבסט אזוי ריכטיג אז מען דארף דן זיין.
אחוץ דן זיין דארף מען אויך וויסן נישט צו העלפן אויב מען פארשטייט נישט דעם ליידענדער.

האב איך מיטגעהאלטן ווי א בחור האט געהאט א פאוביע פון חלש'ן און שטענדיג געהאט א באטל וואסער נעבן זיך.
איינמאל האט דער משגיח אין ישיבה איהם געהייסן צוגיין צום עמוד (אן עולה פאר זיך) און דער בחור וויסנדיג אז ער קען נישט ארויסלויפן פון שוהל אויב פילט ער ווי ער פאלט צוזאם, איז געווען ביזי זיך נאס מאכן א גאנצע צייט.

דער משגיח ווילנדיג העלפן דעם בחור האט עס אוועקגענומען, וואס האט געברענגט דעם בחור ארויסצולויפן פון בית מדרש.



האסט א אינגע בחור'ל וואס האט נישט קיין טאג אין נאכט און ספראוועט זיך מיט יסורים, וואס דארף זיך יעצט פארשטעקן פון בושה פון די גאנצע ישיבה ווייל דער משגיח וויל העלפן.

ווי זאגט נאר אונזער ירום הודו, Don't
ווילאנג די ווייסט נישט פאר וואס די ביזט וויליג צו שטארבן, האסטו נאכנישט אנגעהויבן לעבן! (ר' נח וויינבערג זצ''ל)
נשמה פלאם
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:01 am
Location: Brooklyn
x 44

Re: חזק חזק ונתחזק! מענטל העלט.

פאוסט דורך נשמה פלאם »

צד השוה האט געשריבן: זונטאג אפריל 14, 2024 6:29 pm
נשמה פלאם האט געשריבן: מיטוואך מערץ 13, 2024 11:25 pm עטליכע זאכן וואס האבן מיר געהאלפן

1. די בוק THE DARE RESPONSE. ס'איז סופער גוט
לויט מיין עקספיריענס העלפט עס שטארק פאר פאניק, סאשעל ענעקזייעטי און העלט ענעקזייעטי.
פאר דשענערעל ענקזייעטי האט עס מיר נישט אזוי געהאלפן
אבער די ריליעף איז שטארק. ס'שלעפט ארויס די מענטש פון די נעווער ענדיג לופ פון מורא האבן פון פחד..


2. עדמיטן די פאקט אז מ'לייד אויף ענקזייעטי, ליידן און לעבן אין דינייעל אדער נישט שערן מיט די לעבנס שותף איז עפעס וואס לייגט שטארקע פרעשור אויף די אזוי אנגעשטרענגטע סוטואציע

3. אפמאכן אז מ'גייט פער טערעפי, איך דארף טערעפי און כ'האב נישט קיין פראבלעם צי גיין, דאס עצם עקסעפטן אז איך דארף און איך גיי גיין בארואיגט דאס געוויסן

המשך יבא בעז''ה
שכח פארן מיטטיילן!

בין איך נייגעריג צו הערן פון דיר.
וועלכע חלק פון די ביך פילסטו העלפט דיר?

און ווי מ'קען זעהן פון די שירות איז דער פחד פון דער פחד זייער שטארק ביי דיר. דעס איז שוין אבער איינער פון די תוצעת, ווייסטו וואס די טריגער פאר דעם אלעם איז?


עדמיטן אין זיין אפען מיט זיך איז פון די וויכטיגסטע זאכן! (און ס'אינוואלוועד ארבעט)
איך פלעג האבן געפערליכע פחד פון א הארץ אטאקע, ס'האט מיך ממש צושוידערט,
פון דארט איז עס געפארן צי סאשעל ענקזייעטי, צי פאניק (זעלטן) און צי דשענערעל ענקזייעטי

די בוק האט מיך די עיקר געהאלפן פאר פאניק, דהיינו די ענקזייעטי זאל נישט אנקומען צו פאניק, ב''ה די לעצטע האלבע יאר ווייס איך נישט פון פאניק צי זאגן.

מיט די צייט איז די סאשעל ענקזייעטי מער ווייניגער געגאנגען א גאנג, ב''ה,

היינט ליידט איך בעיקר אויף דזשענעראל ענקזייעטי, דהיינו כ'בין אסאך אנגעצויגן מיט פיזישע סימפטאמען אויך וואס קומט ממש ביי דיפאלט, בעיקר ביי די הארץ, ווי סקרוך וואס לויפט כסדר דורך די הארץ, קראצענישן ביים הארץ, ברעין פאג און נאך, אבער כ'ווייס נישט פונקטליך וואס ס'טריגערט עס. (די וויזיט ביים דאקטאר ווייזט אלעס איז מסודר חוץ אביסל הויכע בלוט דרוק וואס קומט וויירשיינליך פון די ענקזייעטי)

כ'וויל אנהייבן טערעפי גראד נאך יו''ט בעז''ה, די אויבערשטער זאל העלפן ס'זאל שוין נישט אויספעלן דאן.
נשמה פלאם
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:01 am
Location: Brooklyn
x 44

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך נשמה פלאם »

א אינטערסאנטע זאך האב איך אויפגעפאסט

בעת מ'איז anxious, איז מען מוראדיג אומבאקוועם דערמיט, מ'וויל עס באהאלטן פאר יעדע פרייז אז קיינער זאל נישט באמערקן אז מ'איז אנגעצויגן, וואס דאס אליינס לייגט דרוק אויפן מענטש און מאכט נאר די מצב ערגער.
אין גוטע מאמענטן וואס מ'לעבט געשמאק איז הונדערט מאל גרינגער צי שערן מיט א צווייטן אז מ'האט א פראבלעם. ס'איז נישט דא די resistance.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 5281

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

געוואלד! איינער מיט אן עצה אויף פסח ענקזייעטי?

מיין טעראפיסט זאגט אז ס'וועט אוועקגיין אין א וואך....
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך יולי 10, 2024 11:30 am נישט אלעס פארשטיי איך, אבער איך פארשטיי אז אנדערע פארשטייען מער...
נשמה פלאם
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:01 am
Location: Brooklyn
x 44

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך נשמה פלאם »

די לעצטע וואך צייט האב איך געשערט מיין מצב מיט מיין מורה הוראה און מיט נאך איינעם וואס ס'איז געווען נוגע.
וואס זאל איך זאגן? ס'איז הימל און ערד. כ'שפיר ווי א נייע מענטש נאר פון דעם!
אזוי אויך שער איך מיט מיין לעבנס שותף אלעס אויף טריט און שריט. פארשטייט זיך אויף א פאזיטיווע פארנעם.
די פרעשור איז אראפ צי ממש זערא, ברוך השם פאר דעם, וכן יעזור ה' להלאה.
רבותי עס לוינט זיך צי עפענען! עס העלפט ממש אומגלויבליך. כ'זעה יעצט אז א ריזיגע חלק פון די פראבלעם איז געווען אז ס'איז געווען שטעקן אין מיר במילא בין איך צוקוועטשט געווארן דערפון
איך פלאן ווייטער אנצוהייבן טערעפי נאך יו''ט בעז''ה..
מיין אישי איז אפן צי שערן מיין עקספיריענס און העלפן אידישע קינדער.
ישר והפך
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 19, 2023 12:45 pm
x 80

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך ישר והפך »

נשמה פלאם האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:29 pm די לעצטע וואך צייט האב איך געשערט מיין מצב מיט מיין מורה הוראה און מיט נאך איינעם וואס ס'איז געווען נוגע.
וואס זאל איך זאגן? ס'איז הימל און ערד. כ'שפיר ווי א נייע מענטש נאר פון דעם!
אזוי אויך שער איך מיט מיין לעבנס שותף אלעס אויף טריט און שריט. פארשטייט זיך אויף א פאזיטיווע פארנעם.
די פרעשור איז אראפ צי ממש זערא, ברוך השם פאר דעם, וכן יעזור ה' להלאה.
רבותי עס לוינט זיך צי עפענען! עס העלפט ממש אומגלויבליך. כ'זעה יעצט אז א ריזיגע חלק פון די פראבלעם איז געווען אז ס'איז געווען שטעקן אין מיר במילא בין איך צוקוועטשט געווארן דערפון
איך פלאן ווייטער אנצוהייבן טערעפי נאך יו''ט בעז''ה..
מיין אישי איז אפן צי שערן מיין עקספיריענס און העלפן אידישע קינדער.

איך שפיר מיט דיין פרייד. יא אפענקייט איז א אויסטערלישע רעליף. ס'איז א היבשע קונץ עס צו קענען מאכן פאזיטיוו פארן שותף ווען ס'איז נאכנישט אזוי גוט, אבער געדענקט אלע!!! ס'איז א דורכגאנג!!! אפילו ס'זעט אויס "איך וועל שוין קיינמאל נישט זייןם פרייליך אז איך לעב... ס'נישט מעגליך... מיינע מחשבות זענען נעגאטיוו... דאס איזעס..." דאס אלעס גיט זיך איין טאג אי"ה אזא טויש, אז מ'וועט זיך אליינס נישט גלייבן. יא, זיך אויסשמועסן העלפט א געוואאאאלד. אפילו אן קיין הילף, פלעין די ארויסרעדן.
נשמה פלאם
ניי צום טיש
פאוסטס: 10
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:01 am
Location: Brooklyn
x 44

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך נשמה פלאם »

ישר והפך האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 11:27 pm
נשמה פלאם האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:29 pm די לעצטע וואך צייט האב איך געשערט מיין מצב מיט מיין מורה הוראה און מיט נאך איינעם וואס ס'איז געווען נוגע.
וואס זאל איך זאגן? ס'איז הימל און ערד. כ'שפיר ווי א נייע מענטש נאר פון דעם!
אזוי אויך שער איך מיט מיין לעבנס שותף אלעס אויף טריט און שריט. פארשטייט זיך אויף א פאזיטיווע פארנעם.
די פרעשור איז אראפ צי ממש זערא, ברוך השם פאר דעם, וכן יעזור ה' להלאה.
רבותי עס לוינט זיך צי עפענען! עס העלפט ממש אומגלויבליך. כ'זעה יעצט אז א ריזיגע חלק פון די פראבלעם איז געווען אז ס'איז געווען שטעקן אין מיר במילא בין איך צוקוועטשט געווארן דערפון
איך פלאן ווייטער אנצוהייבן טערעפי נאך יו''ט בעז''ה..
מיין אישי איז אפן צי שערן מיין עקספיריענס און העלפן אידישע קינדער.

איך שפיר מיט דיין פרייד. יא אפענקייט איז א אויסטערלישע רעליף. ס'איז א היבשע קונץ עס צו קענען מאכן פאזיטיוו פארן שותף ווען ס'איז נאכנישט אזוי גוט, אבער געדענקט אלע!!! ס'איז א דורכגאנג!!! אפילו ס'זעט אויס "איך וועל שוין קיינמאל נישט זייןם פרייליך אז איך לעב... ס'נישט מעגליך... מיינע מחשבות זענען נעגאטיוו... דאס איזעס..." דאס אלעס גיט זיך איין טאג אי"ה אזא טויש, אז מ'וועט זיך אליינס נישט גלייבן. יא, זיך אויסשמועסן העלפט א געוואאאאלד. אפילו אן קיין הילף, פלעין די ארויסרעדן.
שכוח!
די ווייב שפירט במילא אז 'עפעס' גייט פאר מיט איר מאן, נאר זי ווייסט נישט וואס פונקטליך ס'איז ווי טאפן אין די פינסטערניש.
ווען מ'שערט עס איז עס א שטיין אראפ פון איר הארץ במילא קען מען עס מאכן פאזיטיוו.
#מיין עקספיריענס.
געהאלפענער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:06 pm
Location: גלילות
x 34

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך געהאלפענער »

WhatsApp Image 2024-05-08 at 10.10.51 PM.jpeg
WhatsApp Image 2024-05-08 at 10.10.51 PM.jpeg (120.11 KiB) געזען געווארן 333 מאל
18.3 אמעריקאנער ליידן פון קאלעסטראל, זיי שעמען זיך נישט דערמיט...

24.6 אמעריקאנער האבן מענטל דורכגענג, זיי שעמען זיך אויך נישט...
היום
פרישער באניצער
פאוסטס: 54
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 16, 2024 2:05 pm
x 27

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך היום »

איינער האט די נומער פון די פנים מאירות טעלעפאון ליין?
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1256
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1186

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי (קעפל געטוישט)

פאוסט דורך שבת קודש »

נשמה פלאם האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 10:29 pm די לעצטע וואך צייט האב איך געשערט מיין מצב מיט מיין מורה הוראה און מיט נאך איינעם וואס ס'איז געווען נוגע.
וואס זאל איך זאגן? ס'איז הימל און ערד. כ'שפיר ווי א נייע מענטש נאר פון דעם!
אזוי אויך שער איך מיט מיין לעבנס שותף אלעס אויף טריט און שריט. פארשטייט זיך אויף א פאזיטיווע פארנעם.
די פרעשור איז אראפ צי ממש זערא, ברוך השם פאר דעם, וכן יעזור ה' להלאה.
רבותי עס לוינט זיך צי עפענען! עס העלפט ממש אומגלויבליך. כ'זעה יעצט אז א ריזיגע חלק פון די פראבלעם איז געווען אז ס'איז געווען שטעקן אין מיר במילא בין איך צוקוועטשט געווארן דערפון
איך פלאן ווייטער אנצוהייבן טערעפי נאך יו''ט בעז''ה..
מיין אישי איז אפן צי שערן מיין עקספיריענס און העלפן אידישע קינדער.
דאס איז שוין א אלטע מהלך פון טערעפי וואס שטייט שוין אין חז''ל 'דאגה בלב איש ישיחנו לאחרים'

פארשטייט זיך אז פאר דעם מוז מען טרעפן איינעם וואס איז דיך גרייט אויסצוהערן
און איינעם וואס וועט נישט אוועקמאכן דיינע ווייטאגליכע געפילן אלץ נאריש אדער אומאויסגעהאלטען
געהאלפענער
ניי צום טיש
פאוסטס: 7
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מערץ 14, 2024 2:06 pm
Location: גלילות
x 34

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך געהאלפענער »

WhatsApp Image 2024-06-05 at 10.22.19 PM.jpeg
WhatsApp Image 2024-06-05 at 10.22.19 PM.jpeg (134.73 KiB) געזען געווארן 169 מאל
18.3 אמעריקאנער ליידן פון קאלעסטראל, זיי שעמען זיך נישט דערמיט...

24.6 אמעריקאנער האבן מענטל דורכגענג, זיי שעמען זיך אויך נישט...
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 906
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 1534

Re: חזק חזק ונתחזק! ענקזייעטי.

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

image.png
image.png (71.39 KiB) געזען געווארן 124 מאל
שרייב פאוסט