די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך מסתמא »

סטעישאן וועעגן האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:33 pm
מסתמא האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 9:14 am
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 8:30 am איך האב וואס צו זאגן, אבער לכאורה וועט עס געמעקט ווערן.
נו, טאמער אפאר מענטשן ליינן און ווערן אויפגעוועקט, וועט עס כאטש דאס אויפטון.

די מהלך איז טאקע געפערליך, און עס מוז פארדאמט ווערן, אפילו טאמער אנדערע חסידותן וועלן זיי נישט נאכפאלגן. אבער הגע בעצמך, וויאזוי האט זיך עס ביז דארט דערקייקעלט? ער האט איינגערעדט א ציבור אידן אז ער ווייסט עפעס מער ווי א צווייטן, און דעריבער זענן זיי זיין חסידים? ער האט באוויזן עפעס קונצן, ער פראוועט מופתים, ער איז מעורר לאהבת ה'? א נעכטיגן טאג! ער האט געירשנ'ט א חסידות, אדער א חלק דערפון, און אזוי האט ער געקענט טון וואס ער וויל.

דו הערסט?! טאמער דו האסט געמיינט אז דער סיסטעם וועט קיינמאל נישט צולאזן אז עפעס זאל זיך אריין שמוגלן, דא האסטו דיי פירכא!


לאמיר אויסדרייען די קאמערט אויף זיך. דיין רבי האט מען אויפגענומן צוליעב זיין געוואלדיגע קענטעניסן? אדער האט ער געירשנ'ט? יא, קיין עבודה זרה פרעדיגט ער נישט, אבער ווער זאגט ער ווייסט בכלל וואס ער רעדט? וויאזוי האסטו איבערגעגעבן דיין אידישיקייט אין די הענט פון איינער וואס, טאמער ער וויל, קען פרעדיגן עבודה זרה ואין פוצה פה ומצפצף?פארצופאל האבן רוב מענטשן נישט די תאווה צו פרעדיגן אזוינע שטותים, אבער קלענערע שטותים? סתם מיסטעיקס?

די מעשה דארף יעדעם אויפשאקלן, ווייל אונז זע'מיר אלע אין די זעלבע פעקל.

פארקויף נישט דיין אידישקייט פאר קיין שום פארטיי! נאר ערליכע אידן, געוועלט צוליעב זייער ערליכקייט!
גערעכט און נישט גערעכט, עמיצער דארף איבערנעמען וכו’ הלואי מיט וואוטס אבער אפילו טאמער נישט איז יענער כאטש א פרנס הציבור און טראגט זכותים פון אויפהאלטן אידישקייט וכו'

ווען סהייבט אן ווערן א גלויבונג למעלה מן השכל ולמעלה מן המסורה לנו דאן דארף מען הייבן פיס

ווען סגייט שוין אריין בגדר עבודה זרה בשיתוף דארף מען אנטלויפן עד קצה האחרון

פון גילוי עריות ווערסטו צושוידערט, פארוואס עבודה זרה נישט? מדארף דאס פארדאמען, אויסשפייען און זיך מרחק זיין דערפון עד קצה האחרון.

אמונה פשוטה??! אמונה פשוטה מיינט אז "איך" טיעף אין דער ערד באשר אני שם קען אנקומען צום אייבערשטן גלייך אן קיין ממוצע. טאמער איינער פרעדיגט ממוצע'שאפט בתורת הכרח צוצוקומען צום אויבערשטן טייטשט דאס עבודה זרה בשיתוף פשוט פשט.

אני מאמין בנבואת משה רבינו באדייט גאר עפעס אנדערש, דאס באדייט אז איך בין מקבל די מעסידזשעס פונעם אויבערשטן כביכול דורך אונזערע רבי'ס ארויף ביז משה רבינו, און דערמיט גלויב איך אין כל התורה כולה המסורה לנו!
אבער! פון מיך ארויף צום אויבערשטן שטייט גארנישט אינדערצווישן, ויחי ההבדל. בעיסיק בעיסיק עקרי הדת!!!
קענסט זיין א פרומער חסידישער איד און זיין אן עובד עבודה זרה!!
אמונה פשוטה באדייט דייקא זיין א פשוטער איד וואס רעד צום אויבערשטן און דינט דעם אויבערשטן דירעקט אן קיין ממוצע! אלעס אנדערש איז היפך אמונה פשוטה!
נישט ממש

גאנץ נועם אלימלך איז פארנומען איבער די כח פון א צדיק און אז דער צדיק ברענגט די שפע וכ'

די חילוק איז אז ביי זיי איז ער דער מקור השפע רח''ל און דער מלך הארץ
סאיז א ריזן חילוק צו דערציילן וויאזוי כביכול טיילט אויס די שפע און אז דער צדיק איז ווי א צינור וכדומה ביזן זאגן אז דער צדיק איז אן עצם און אז דער יחיד האט קיין ביזנעס מיטן אויבערשטן פערזענליך אן קיין צדיק אלץ ממוצע.

סאיז א ריזן חילוק צווישן די טעקניקלס וויאזוי גא-ט ב"ה פירט זיך זיין וועלטל (מיט שליחים וצינורות וכו’ וכו’) ביזן זאגן אז א איד דארף א ממוצע.

ממוצע איז עבודה זרה בשיתוף! ואין בזה חולק.

יעצט אויב וועסטו מיר ברענגען פון קבלה אדער חסידות נגד הש”ס והראשונים דאן דארף מען ציקנייטשן די קבלה וחסידות און נישט די נגלות התורה. ופשוט הוא עד למאוד! אנדערשווייז קעמיר זיך שוין איינשרייבן אין די כת השבתאים אדער גאר מיט יאשקעס פאלאוערס, חס וחלילה.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 99

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:09 pm
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 8:30 am איך האב וואס צו זאגן, אבער לכאורה וועט עס געמעקט ווערן.
נו, טאמער אפאר מענטשן ליינן און ווערן אויפגעוועקט, וועט עס כאטש דאס אויפטון.

די מהלך איז טאקע געפערליך, און עס מוז פארדאמט ווערן, אפילו טאמער אנדערע חסידותן וועלן זיי נישט נאכפאלגן. אבער הגע בעצמך, וויאזוי האט זיך עס ביז דארט דערקייקעלט? ער האט איינגערעדט א ציבור אידן אז ער ווייסט עפעס מער ווי א צווייטן, און דעריבער זענן זיי זיין חסידים? ער האט באוויזן עפעס קונצן, ער פראוועט מופתים, ער איז מעורר לאהבת ה'? א נעכטיגן טאג! ער האט געירשנ'ט א חסידות, אדער א חלק דערפון, און אזוי האט ער געקענט טון וואס ער וויל.

דו הערסט?! טאמער דו האסט געמיינט אז דער סיסטעם וועט קיינמאל נישט צולאזן אז עפעס זאל זיך אריין שמוגלן, דא האסטו דיי פירכא!


לאמיר אויסדרייען די קאמערט אויף זיך. דיין רבי האט מען אויפגענומן צוליעב זיין געוואלדיגע קענטעניסן? אדער האט ער געירשנ'ט? יא, קיין עבודה זרה פרעדיגט ער נישט, אבער ווער זאגט ער ווייסט בכלל וואס ער רעדט? וויאזוי האסטו איבערגעגעבן דיין אידישיקייט אין די הענט פון איינער וואס, טאמער ער וויל, קען פרעדיגן עבודה זרה ואין פוצה פה ומצפצף?פארצופאל האבן רוב מענטשן נישט די תאווה צו פרעדיגן אזוינע שטותים, אבער קלענערע שטותים? סתם מיסטעיקס?

די מעשה דארף יעדעם אויפשאקלן, ווייל אונז זע'מיר אלע אין די זעלבע פעקל.

פארקויף נישט דיין אידישקייט פאר קיין שום פארטיי! נאר ערליכע אידן, געוועלט צוליעב זייער ערליכקייט!
קענסט עפענען איבער דעם א באזונדערע נושא... און @שאינו יודע לשאול האט דיר שוין בעצם שיין משיב געווען.

אבער דא קומט דאס נישט אריין. ווייל אויב וואלט דאס פאסירט - לאמיר זאגן - אין לעיקוואד ביי א ראש ישיבה וואס איז יא א גדול בתורה, אבער למעשה איז ער פארדארבן און ער נוצט אויס די אנהעגערשאפט צו שאפן א נייע רעליגיע ר"ל, וואלטסטו זיכער נישט געזאגט אז די שולד איז ווייל מ'איז אנהענגער, מ'דארף סטאפן די אנהענגערשאפט אין א מנהיג, וכו'.

לאז חסידות וואו עס איז, דאס קומט נישט אריין דא.

מ'רעדט דא פון א נייעם מושג! אדער אפשר א אלטע מושג נאך פון די פעור צייטן.
דאס האט גארנישט מיט חסידות. דאס האט מיט ירושה און פארטיי. אלע רביס האבן נישט די מענטעל אישוס און שלעכטע מדות וואס איינער האט. אבער טאמער, טע'ארעטיש, א יורש וועט זיך אנרוקן, וואס קען נישט לערנן און האט שלעכטע מדות, ווער וועט אים אפשטעלן? ביז עבו"ז וועט ער נישט גייען, אבער ווער האלט צוריק אלע אנדערע פראבלעמן? און ווער זאגט דיר אז עס האט נאך נישט פאסירט? דער דברי יואל איז אנגעקומן צו זיין פאסטן בזכות עצמו, ממילא מיט אים האט עס נישט. אבער וואס פארא בת קול האט אונז געפסקנט אז די לעצטע צוויי הונדרעט יאר זענן געווען בסדר, און אלע איבערנעמערס האבן געטויגט?

מ'וואלט געקענט זיך איינרעדן אז דער סיסטעם וועט עס נישט צולאזן, חסידים וואלטן אים גלייך פארמאכט.
ויבא המציאות און געטראסקעט אין פנים, אז ביז אזוינע שטותים איז עס אנגעקומן, און יענער איז נאך א מעמבער פון דער מועצת גדוה"ת!!!!

טאמער ביי ליטווישער, ספרדישער, אדער סיי וועמן, וואלט אויך געווען אזא מציאות, פון א. א יורש איבערנעמן אלסדינג, און ב. א גלויבונג אז אלס קומט דורך דער פירער, וואלטן זיי אויך נישט געהאט קיין שום וועג ארויס.

אלס א חסידישער איד, וואס פראבירט צו לעבן לויט די התעוררות, דרכי העבודה, און קאך פון צדיקי הדורות, האב איך גארנישט מיט די יורשים פירערס. דאס האט גארנישט מיט חסידות צוטון.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 2:29 pm
► Show Spoiler
דאס האט גארנישט מיט חסידות. דאס האט מיט ירושה און פארטיי. אלע רביס האבן נישט די מענטעל אישוס און שלעכטע מדות וואס איינער האט. אבער טאמער, טע'ארעטיש, א יורש וועט זיך אנרוקן, וואס קען נישט לערנן און האט שלעכטע מדות, ווער וועט אים אפשטעלן? ביז עבו"ז וועט ער נישט גייען, אבער ווער האלט צוריק אלע אנדערע פראבלעמן? און ווער זאגט דיר אז עס האט נאך נישט פאסירט? דער דברי יואל איז אנגעקומן צו זיין פאסטן בזכות עצמו, ממילא מיט אים האט עס נישט. אבער וואס פארא בת קול האט אונז געפסקנט אז די לעצטע צוויי הונדרעט יאר זענן געווען בסדר, און אלע איבערנעמערס האבן געטויגט?

מ'וואלט געקענט זיך איינרעדן אז דער סיסטעם וועט עס נישט צולאזן, חסידים וואלטן אים גלייך פארמאכט.
ויבא המציאות און געטראסקעט אין פנים, אז ביז אזוינע שטותים איז עס אנגעקומן, און יענער איז נאך א מעמבער פון דער מועצת גדוה"ת!!!!

טאמער ביי ליטווישער, ספרדישער, אדער סיי וועמן, וואלט אויך געווען אזא מציאות, פון א. א יורש איבערנעמן אלסדינג, און ב. א גלויבונג אז אלס קומט דורך דער פירער, וואלטן זיי אויך נישט געהאט קיין שום וועג ארויס.

אלס א חסידישער איד, וואס פראבירט צו לעבן לויט די התעוררות, דרכי העבודה, און קאך פון צדיקי הדורות, האב איך גארנישט מיט די יורשים פירערס. דאס האט גארנישט מיט חסידות צוטון.

1) ווייניג יורשים זענען 'נישט' געווארן קיין אדמו"ר ווייל זיי זענען נישט געווען ראוי לאותו איצטלא?

2) ווייניג יורשים זענען געווארן אדמורי"ם אבער פארלוירן דעם גאנצן עולם? (איך קען נישט דא שרייבן די משלים, סארי...)

3) ווייניג קהילות האבן זיך צוטיילט ווייל יעדער האט געוואלט א צווייטן יורש?

4) ווייניג רבנים און רבי'ס זענען היינט דא וואס זענען איין שטיק בעלאני און זיי האבן א ציבור, און זייער טאטע איז גארנישט געווען, נאר אליינס אויפגעבויט א בעלאני, דער מיט פאלשע מופתים, דער מיט פאלשע גרינגע אידישקייט, און דער מיט א נעיבערהוד?

5) ווייניג גדולים זענען געווארן גדולים נישט ווייל זיי האבן פארשטאנען צו הנהגה נאר ווייל פאליטיקאנטן האבן זיי גענוצט, און דאס קען פונקט אזוי גיין עד כדי משוגעתן ועד לע"ז ר"ל?

סוי, ס'איז א צווייטע נושא אינגאנצן.
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8448

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 2:29 pm אבער וואס פארא בת קול האט אונז געפסקנט אז די לעצטע צוויי הונדרעט יאר זענן געווען בסדר, און אלע איבערנעמערס האבן געטויגט?
דא האסטו מיר פארלוירן.
אויב קענסטו זיין מסופק אין די גדלות פון אונזערע פריערדיגע צדיקים קדושי ארץ וואס האבן זיך נישט א ריר געגעבן אויב ס'איז נישט געווען כל כלו לשם שמים, האבן מיר נישט וואס צו רעדן.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 2:29 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 12:09 pm
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 8:30 am איך האב וואס צו זאגן, אבער לכאורה וועט עס געמעקט ווערן.
נו, טאמער אפאר מענטשן ליינן און ווערן אויפגעוועקט, וועט עס כאטש דאס אויפטון.

די מהלך איז טאקע געפערליך, און עס מוז פארדאמט ווערן, אפילו טאמער אנדערע חסידותן וועלן זיי נישט נאכפאלגן. אבער הגע בעצמך, וויאזוי האט זיך עס ביז דארט דערקייקעלט? ער האט איינגערעדט א ציבור אידן אז ער ווייסט עפעס מער ווי א צווייטן, און דעריבער זענן זיי זיין חסידים? ער האט באוויזן עפעס קונצן, ער פראוועט מופתים, ער איז מעורר לאהבת ה'? א נעכטיגן טאג! ער האט געירשנ'ט א חסידות, אדער א חלק דערפון, און אזוי האט ער געקענט טון וואס ער וויל.

דו הערסט?! טאמער דו האסט געמיינט אז דער סיסטעם וועט קיינמאל נישט צולאזן אז עפעס זאל זיך אריין שמוגלן, דא האסטו דיי פירכא!


לאמיר אויסדרייען די קאמערט אויף זיך. דיין רבי האט מען אויפגענומן צוליעב זיין געוואלדיגע קענטעניסן? אדער האט ער געירשנ'ט? יא, קיין עבודה זרה פרעדיגט ער נישט, אבער ווער זאגט ער ווייסט בכלל וואס ער רעדט? וויאזוי האסטו איבערגעגעבן דיין אידישיקייט אין די הענט פון איינער וואס, טאמער ער וויל, קען פרעדיגן עבודה זרה ואין פוצה פה ומצפצף?פארצופאל האבן רוב מענטשן נישט די תאווה צו פרעדיגן אזוינע שטותים, אבער קלענערע שטותים? סתם מיסטעיקס?

די מעשה דארף יעדעם אויפשאקלן, ווייל אונז זע'מיר אלע אין די זעלבע פעקל.

פארקויף נישט דיין אידישקייט פאר קיין שום פארטיי! נאר ערליכע אידן, געוועלט צוליעב זייער ערליכקייט!
קענסט עפענען איבער דעם א באזונדערע נושא... און @שאינו יודע לשאול האט דיר שוין בעצם שיין משיב געווען.

אבער דא קומט דאס נישט אריין. ווייל אויב וואלט דאס פאסירט - לאמיר זאגן - אין לעיקוואד ביי א ראש ישיבה וואס איז יא א גדול בתורה, אבער למעשה איז ער פארדארבן און ער נוצט אויס די אנהעגערשאפט צו שאפן א נייע רעליגיע ר"ל, וואלטסטו זיכער נישט געזאגט אז די שולד איז ווייל מ'איז אנהענגער, מ'דארף סטאפן די אנהענגערשאפט אין א מנהיג, וכו'.

לאז חסידות וואו עס איז, דאס קומט נישט אריין דא.

מ'רעדט דא פון א נייעם מושג! אדער אפשר א אלטע מושג נאך פון די פעור צייטן.
דאס האט גארנישט מיט חסידות. דאס האט מיט ירושה און פארטיי. אלע רביס האבן נישט די מענטעל אישוס און שלעכטע מדות וואס איינער האט. אבער טאמער, טע'ארעטיש, א יורש וועט זיך אנרוקן, וואס קען נישט לערנן און האט שלעכטע מדות, ווער וועט אים אפשטעלן? ביז עבו"ז וועט ער נישט גייען, אבער ווער האלט צוריק אלע אנדערע פראבלעמן? און ווער זאגט דיר אז עס האט נאך נישט פאסירט? דער דברי יואל איז אנגעקומן צו זיין פאסטן בזכות עצמו, ממילא מיט אים האט עס נישט. אבער וואס פארא בת קול האט אונז געפסקנט אז די לעצטע צוויי הונדרעט יאר זענן געווען בסדר, און אלע איבערנעמערס האבן געטויגט?

מ'וואלט געקענט זיך איינרעדן אז דער סיסטעם וועט עס נישט צולאזן, חסידים וואלטן אים גלייך פארמאכט.
ויבא המציאות און געטראסקעט אין פנים, אז ביז אזוינע שטותים איז עס אנגעקומן, און יענער איז נאך א מעמבער פון דער מועצת גדוה"ת!!!!

טאמער ביי ליטווישער, ספרדישער, אדער סיי וועמן, וואלט אויך געווען אזא מציאות, פון א. א יורש איבערנעמן אלסדינג, און ב. א גלויבונג אז אלס קומט דורך דער פירער, וואלטן זיי אויך נישט געהאט קיין שום וועג ארויס.

אלס א חסידישער איד, וואס פראבירט צו לעבן לויט די התעוררות, דרכי העבודה, און קאך פון צדיקי הדורות, האב איך גארנישט מיט די יורשים פירערס. דאס האט גארנישט מיט חסידות צוטון.
חיציונותדיג גערעדט.
ס’איז זייער וויכטיג צו באלאנגען צו א קרייז, פאר זיך, פאר די ב"ב וכל המשפחה, ביי איינעם איז עס גיין צו יעדע טיש און ביי איינעם עפעס אנדערשט,

פנימיותדיג גערעדט.
מ’קען און הלוואי, ווערן בעסער און נענטער צום אמת, אדרבה אזוי ווי די שרייבסט כפי התעוררות וכו’ אבער די העווי קשיא איז וואס און וויאזוי וכו’

האב מיר אמאל געזאגט איינער בשם רבינו יואל זי"ע ענדערשט מוותר זיין אויף טויזענט מדריגות ווי אוועק צוגיין פון נארמאלקייט,
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך פשוט און גראד »

יא יא, איך רעד נאר מעניין לענין באותו ענין
תורת בעל פה איז ניגלה, און מסורת לנו מדור לדור,

קלערן מיר דען אז די עירוב רב האבען געהאט א סקווערבעק קאט מיט קאפלינגס? זיי זענען געהעריג געווען פון די פרומע חדר מיט די שיך און זאקען פול פלעטש, אבער משה רבינו, אהרן הכהן, עם שאר צדיקים האבען געהעריג מורא געהאט פאר זייער לעבן.. ס’זאגט עפעס פאר אינז.

צדוקים זענען געווען זייער פרים לויט זייערע שיטות
משכילים מיט אחדות
ציונות מיט חיבת הארץ

ע"ז נאמר נבל ברשות התורה, ע"ז נאמר תורה האט סמא דחיי און סמא דמתא,
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך פשוט און גראד »

וויאזוי זאגט נאר יענער.. מיט די רבנים זעמער נישט צופרידען.. און וואס טוט זיך מיט די חסידים זעלבסט.. יעע..

מיין חברותא ווארט מיר#
מענדל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:35 pm
x 124

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך מענדל »

ציבורא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:20 am
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 11:28 pm
פרישטאג האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 4:14 pm געפעלט מיר צו זען ווי מאנכע האלטן באמת אז ווען זיי זאלן ווען פארלייגן זייער הארבע טענות פארן רבין ז"ל וואלט ער פשוט געבליבן אן א לשון... זיי פארזעען וואס הרה"ק רבי מרדכי שלמה מבאיאן האט געזאגט פאר א געוויסער רבי אז מיט סאטמאר רב זאל ער זיך נישט טענה'ן וויל ער וועט אלץ האבן וואס צו ענטפערן. רבי יצחק הוטנער האט אמאל געזאגט אז די חילוק פון סאטמאר רב און אנדערע אדמו"רים, אז אנדערע רביים איז זייער גאנצע שיטה געבויט אויף עפעס א מעשה פון זייער זיידע אדער עפעס א שטיקל פון א חסידיש ספר, משא"כ סאטמאר רב'ס שיטות זענען פעסטע בנינים געבויעט אויף ראשונים און אחרונים ביזן מבאר זיין די עצם הלכה. לגבי די ראקעט סייענס טענה היתכן די רבי איז געגאנגען באזוכן די אלע גדולים וואס האבן געשיקט צו די בחירות איז די פשוטע תירוץ אז דאס לעצטע מאל וואס דער רבי איז געווען אין א"י תשכ"ה איז ער מער נישט געגאנגען באזוכן קיין שום גדולים פון די אגודה, (חוץ דער בית ישראל וואס איז געקומען צום פארט אין חיפה) ווי איך האב געהערט פון ר' אהרן יודל שווארץ דער הויז בחור אז דער רבי האט דעמאלטס געזאגט אז ער האט מחבר געווען ויואל משה ווי דארט איז ער מבאר ע"פ הלכה אז מאיז עובר אויף די שלש חמורות מיטן גיין צו די בחירות, ער האט עס געשיקט צו די אלע רבנים און ער האט געוואלט הערן זייערע הגהות (הרב וואזנער האט טאקע צוריקגעשיקט א לאנגע בריוו מיט וואס דער רבי האט זיך שטארק גערעכנט) און קיינער האט נישט צוריק געענטפערט! און מילא ווען זיי וואלטן ווען זיך צוריק געטענהט איז איין זאך אבער סתם נישט ענטפערן איז נישט דא קיין תירוץ. איז ער טאקע מער נישט געגאנגען. איך האף מער נישט צו קאמענטירן אויף דעם, ס'איז באקאנט די מעשה א איד איז געקומען צום בריסקער רב אז ער האט קשיות אין אמונה, האט אים בריסקער רב געענטפערט שארף: אויף קשיות האב איך תירוצים אבער אויף מסקנות האב איך נישט... וד"ל.
די סיבה פאר וואס אנדרע רביס האבן זיך נישט גטענהט מיט סאטמאר רב איז געווען וועגן עפעס אנדרשט וואס איך וועל נישט דא שרייבן ווייל עס איז כותב על מנת לימחק
אזוי זאגן די סאטמארע חסידים וואס האבן נישט געקענט דעם רבי'ן און פרובירן זיך אהערשטעלן ווי אויפגעקלערט
ר איד עס איז געווען א קלוזענבורג רב וואס איז געווען א גאון ות"ח עצום און זיינע שיטות זענען נישט געווען גבויט אויף א מעשה פון זיין זיידע און מיט דעם אלעם האט ער גהאלטען אז יושב ארץ ישראל גייט נאך אן היינטגע צייטן
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 448

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך צווייטער »

לגבי ריכטיגע אמונת צדיקים אן קיין שיתוף ח''ו איז דא זייער א שיינע ספר ''חיי נפש'' פון הרב קעניג ז''ל ממשפיעי ברסלב צפת ת''ו, ווי ער צונעמט זייער שיין די סוגיא, ווי באקאנט איז א גרויסע יסוד אין תורת הבעש''ט והמוהר''ן מברסלב זי''ע די ענין פון התקשרות לצדיקים. ער מאכט קלאר וואס און וויאזוי.

ער גייט מיט א וויכטיגע הקדמה וואס @מסתמא האט אנגערירט, אז אין עיקרי הדת איז נישטא און קען נישט זייַן קיין מחלוקת, ס'איז און ס'דארף זיין ביי יעדן איד -נישט קיין שום חילוק ווי ער באלאנגט- די זעלבע קלאר אנע מחלוקת.

און מיט די הקדמה קלארט ער אויס זייער שטארק די הייליגע ענין פון אמת'ע התקשרות לצדיקים.
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 448

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך צווייטער »

מענדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:10 pm
ציבורא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:20 am
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 11:28 pm
די סיבה פאר וואס אנדרע רביס האבן זיך נישט גטענהט מיט סאטמאר רב איז געווען וועגן עפעס אנדרשט וואס איך וועל נישט דא שרייבן ווייל עס איז כותב על מנת לימחק
אזוי זאגן די סאטמארע חסידים וואס האבן נישט געקענט דעם רבי'ן און פרובירן זיך אהערשטעלן ווי אויפגעקלערט
ר איד עס איז געווען א קלוזענבורג רב וואס איז געווען א גאון ות"ח עצום און זיינע שיטות זענען נישט געווען גבויט אויף א מעשה פון זיין זיידע און מיט דעם אלעם האט ער גהאלטען אז יושב ארץ ישראל גייט נאך אן היינטגע צייטן
סאטמאר רב האט אויך אזוי געהאלטן
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך פשוט און גראד »

@צווייטער יישר כח פאר די אינפא!!

קלער איך נאר אז התקשרות איז נישט אמונת,
אויב שייך, קענסט עפעס איבערצוגעבן דא און קורצען?
ציבורא
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 142
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:15 pm
x 234

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך ציבורא »

מענדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:10 pm
ציבורא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:20 am
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 11:28 pm
די סיבה פאר וואס אנדרע רביס האבן זיך נישט גטענהט מיט סאטמאר רב איז געווען וועגן עפעס אנדרשט וואס איך וועל נישט דא שרייבן ווייל עס איז כותב על מנת לימחק
אזוי זאגן די סאטמארע חסידים וואס האבן נישט געקענט דעם רבי'ן און פרובירן זיך אהערשטעלן ווי אויפגעקלערט
ר איד עס איז געווען א קלוזענבורג רב וואס איז געווען א גאון ות"ח עצום און זיינע שיטות זענען נישט געווען גבויט אויף א מעשה פון זיין זיידע און מיט דעם אלעם האט ער גהאלטען אז יושב ארץ ישראל גייט נאך אן היינטגע צייטן
איך וויל דיר נישט ענטפערן משום כבודו פון קלויזענבארגער רב ז"ל

די עלטערע געדענקען נאך וואסערע קנאי ער איז געווען ביז משום איזה סיבה האט ער געטוישט שיטה
מענדל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:35 pm
x 124

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך מענדל »

ציבורא האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:25 pm
מענדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:10 pm
ציבורא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:20 am

אזוי זאגן די סאטמארע חסידים וואס האבן נישט געקענט דעם רבי'ן און פרובירן זיך אהערשטעלן ווי אויפגעקלערט
ר איד עס איז געווען א קלוזענבורג רב וואס איז געווען א גאון ות"ח עצום און זיינע שיטות זענען נישט געווען גבויט אויף א מעשה פון זיין זיידע און מיט דעם אלעם האט ער גהאלטען אז יושב ארץ ישראל גייט נאך אן היינטגע צייטן
איך וויל דיר נישט ענטפערן משום כבודו פון קלויזענבארגער רב ז"ל

די עלטערע געדענקען נאך וואסערע קנאי ער איז געווען ביז משום איזה סיבה האט ער געטוישט שיטה
ער האט גהאלטן אזוי להלכה פארשטייסט? קנאות קומט נישט דא אריין
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8448

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

פשוט און גראד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:24 pm @צווייטער יישר כח פאר די אינפא!!

קלער איך נאר אז התקשרות איז נישט אמונת,
אויב שייך, קענסט עפעס איבערצוגעבן דא און קורצען?
גאם.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

אוועיטער
אשרי מי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 115

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אשרי מי »

וואס האט עניני ציונות והמסתעף צום קעפל דא ?
צווייטער
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 339
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:26 am
x 448

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך צווייטער »

מענדל האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 3:10 pm
ציבורא האט געשריבן: דאנערשטאג יוני 06, 2024 8:20 am
מענדל האט געשריבן: מיטוואך יוני 05, 2024 11:28 pm
די סיבה פאר וואס אנדרע רביס האבן זיך נישט גטענהט מיט סאטמאר רב איז געווען וועגן עפעס אנדרשט וואס איך וועל נישט דא שרייבן ווייל עס איז כותב על מנת לימחק
אזוי זאגן די סאטמארע חסידים וואס האבן נישט געקענט דעם רבי'ן און פרובירן זיך אהערשטעלן ווי אויפגעקלערט
ר איד עס איז געווען א קלוזענבורג רב וואס איז געווען א גאון ות"ח עצום און זיינע שיטות זענען נישט געווען גבויט אויף א מעשה פון זיין זיידע און מיט דעם אלעם האט ער גהאלטען אז יושב ארץ ישראל גייט נאך אן היינטגע צייטן
ביסט בעצם גערעכט אז קלויזענבורגער רב זצ''ל איז געווען א גאון ות''ח עצום און זיינע שיטות זענען געווענליך געווען אויסגעבויט מיט יסודות פון די גמרא און ראשונים און נישט אויף קיין מעשה'לעך, אבער דא ביי דעם פאל פון ישוב א''י האט ער עס געבויעט אויף וואס ער האט געהערט מפי זקן א' בשם הגה''ק משינאווא זי''ע אז בעפאר ביאת משיח וועט זיין א ישוב אין ארץ ישראל.
אוועיטער
אשרי מי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 115
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יוני 04, 2024 12:12 am
Location: אמעריקא
x 115

Re: די אויסשטעל פון קהילות בזמן הזה

פאוסט דורך אשרי מי »

שמח האט געשריבן: דינסטאג אפריל 09, 2024 10:23 pm ווילאנג מ'ווייסט נישט אויף זיכער וועלכע רב וכדומה האט דאס געזאגט נעם איך אן אז א נארישע וואצעפפער האט דאס געשריבן און געלייגט די פרעים ארום אז מענטשן זאלן עס ליינען כאילו עפעס א רב/רבי/אדמור/פ''ר האט דאס געזאגט...
עס קען זיין איינער וואס איז נוטה שטארק צו די ליטווישע האט עס געזאגט

ביי די ליטווישע ציבור איז נאך יא שטארק נהוג דאס אז דער גדול ווערט נישט נתמנה לויט ביי וועלכע טאטע מען איז געבוירען, נאר וויפיל שטונדן מען האט דעם גוף אוועקגעלייגט פאר עבודת ד' תורה א.ד.ג.
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 99

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

פשוט און גראד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 2:48 pm

חיציונותדיג גערעדט.
ס’איז זייער וויכטיג צו באלאנגען צו א קרייז, פאר זיך, פאר די ב"ב וכל המשפחה, ביי איינעם איז עס גיין צו יעדע טיש און ביי איינעם עפעס אנדערשט,
דאס איז א פרעכן שקר.

יא, א בועט אין זיין חסידות איז אפט א שוואכערע איד. אבער א איד וואס באלאנגט צו א בית המדרש, הערט אויס זיין רב'ס דרשות אבער גלויבט נישט אז שכינה מדברת מתוך גרונו, און האט גארנישט מיט די פארטייען למיניהם, איז גארנישט קיין קלענערם איד ווי דער אקטיווע מעמבער פון זיין פארטיי. ער האט נישט קיין רבישע חתונות צו באגלייטונגן, קיין קוויטעל פדיון געבעכץ\נעמעכץ אדער בילדער פון מענטשן אויף די ווענט. זיין מנהגים נעמט ער פון זיין טאטן, נישט פון א צווייטענס טאטן, און ער האלט אן אויג אויף זיך נישט אויף יענעם.

ווער דארף פארטיי בכלל? ווער דארף דער פלחן אישית וואס פארטיי פאדערט?

דאס אז 'אידישקייט' האלט זיך אזוי איז סתם א ליגענט וואס פארטיי פירערס פרעדיגן לטובת עצמן.

דאס אז פארטיי פירט צו צו מחלוקת, חילול שבת, בזיון תלמיד חכם, שקר ולשוה"ר, דאס איז שטארק באשטעטיגט.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
פשוט און גראד
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 880
זיך איינגעשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:29 pm
Location: וומס
x 783

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך פשוט און גראד »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: מוצש"ק יוני 08, 2024 10:28 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 2:48 pm

חיציונותדיג גערעדט.
ס’איז זייער וויכטיג צו באלאנגען צו א קרייז, פאר זיך, פאר די ב"ב וכל המשפחה, ביי איינעם איז עס גיין צו יעדע טיש און ביי איינעם עפעס אנדערשט,
דאס איז א פרעכן שקר.

יא, א בועט אין זיין חסידות איז אפט א שוואכערע איד. אבער א איד וואס באלאנגט צו א בית המדרש, הערט אויס זיין רב'ס דרשות אבער גלויבט נישט אז שכינה מדברת מתוך גרונו, און האט גארנישט מיט די פארטייען למיניהם, איז גארנישט קיין קלענערם איד ווי דער אקטיווע מעמבער פון זיין פארטיי. ער האט נישט קיין רבישע חתונות צו באגלייטונגן, קיין קוויטעל פדיון געבעכץ\נעמעכץ אדער בילדער פון מענטשן אויף די ווענט. זיין מנהגים נעמט ער פון זיין טאטן, נישט פון א צווייטענס טאטן, און ער האלט אן אויג אויף זיך נישט אויף יענעם.

ווער דארף פארטיי בכלל? ווער דארף דער פלחן אישית וואס פארטיי פאדערט?

דאס אז 'אידישקייט' האלט זיך אזוי איז סתם א ליגענט וואס פארטיי פירערס פרעדיגן לטובת עצמן.

דאס אז פארטיי פירט צו צו מחלוקת, חילול שבת, בזיון תלמיד חכם, שקר ולשוה"ר, דאס איז שטארק באשטעטיגט.
גיט וואך,

כמעט זיכער, אז אינז זאגען די זעלבע, נאר פון אנדערע פרעספעקטיוו

און צו די נקודה,
ווי ווייט אני הקטן האב שוין געזען, האט עס שטארקע מעלות יא צו באלאנגען ערגעץ, אויב שוין לאמיר זאגען פאר דיר נישט, בין איך נאכנישט זיכער אז סאיז נישט קיין טובה פאר די שטוב, אוודאי האט אלעס מעלות און חסרונות אבער פאר די ביגגער פיקטשער איז עס נאכאלץ א שטארקע זאך,

און ליהוי ידוע,
מ’מעג באלאנגען ערגעץ אן אפי’ וועלן וויסען, צו ס’איז שכינה מדברת מתוך גרונו, און דאך אריינגיין מיט א קוויטעל און א פדיון נישט קיין חילוק וואס די מענטש איז, פארשטייט זיך אויב מען באלאנגט דארט.

דאס אז מען באלאנגט ערגעץ, האט זילטש מיט פארטיי, פלחן אישית וכו’

סך הכול אויב סשטערט, קען מען אקטיוועיטן די עבודה פון תיקון המידות.

אסאך מאל איז די נייגונג פון איינגערעדטע אמת א טריגער פון גאווה, קנאה, אדער א קאזין צו איינע פון די.

און יא, קוק וואס איך האב געשריבען אויף די חלק הפנימי
שרייבן שרייבט זיך
פרישער באניצער
פאוסטס: 59
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 31, 2023 9:59 am
Location: ליקווד
x 99

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך שרייבן שרייבט זיך »

א מענטש וואס איז א כעסן, איז נישט אין כעס א גאנצן טאג. ווען ער ווערט אבער יא אין כעס, פארלירט ער זיין גאנצע צלם אלקים, און אלע עבירות שבתורה עגזיסטירן שוין נישט.

דאס מיינט פארטיי. וואס עפ"י רוב פאדערט עס אדער שטותים, אדער מינדערוויכטיגע 'חומרות', אדער געלט. אבער טאמער זיי האבן בכח צו פאדערן רמיסת התורה, עי' ערך חילול שבת, הליכה לערכאות, תפיסה ע"י פאליציי, רציחה ותומכי רציחה, עבודה זרה, מחלוקת אויף שטותים, עלבון תלמידי חכמים, ועוד ועוד, אפילו איין מאל אין פופציג יאר, איז עס א טמא'נעם זאך.

אידישקייט, וואדעווער דעט מיענס, איז נישט ווערט די עבירות.

דאס איז חוץ דעם אז די שטוב דארף עס אויך נישט. א בועט האט א פראבלעם, יא. ווייל ער לעבט אויך מיט די פארטיי. אבער טויזענטער שטיבער לעבן אזוי, אן קיין פארטיי, אן קיין פאררשכבהגן זייער רב, מיט די גבולות התורה. זיי פאלגן אפשר נישט די תקנות פון די בעלי בתים פון די פארטיין, אבער וואס סאיז נוגע תורה ומצוות, פעלט זיי גארנישט.

דאס איז נישט חסידות, דאס איז נישט דער דרך פון דער בעל שם טוב, און אויב עפעס, איז עס פארקערט.

ואסיים במעשה טוב. ווען דער מהר"ש פון ליובאוויטש איז אוועק, האט עס גענומן עטליכע יאר ביז זיין יונגערע זון דער רש"ב האט איבערגענומן. ביני לביני, האט מען געזאגט פאר דער עלטערע ברודער ר' זלמן אהרן, "אפשר נעמסטו איבער דער רביסטיווע? מ'טאר נישט לאזן די שטול ליידיג."
האט ער גע'ענטפערט, "איך וויל נישט זיצן אויף דער שטול, כדי מ'זאל נישט זאגן אז די פריעדיגע רביס זענן אויך נאר דארט געזעסן כדי שלא להשאיר את השטול ליידיג."

ודפח"ח.
שנראה כל אחד במעלת חברינו ולא חסרונם.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2058
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2155

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך אנדערער »

פשוט און גראד האט געשריבן: מוצש"ק יוני 08, 2024 11:23 pm
שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: מוצש"ק יוני 08, 2024 10:28 pm
פשוט און גראד האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 2:48 pm

חיציונותדיג גערעדט.
ס’איז זייער וויכטיג צו באלאנגען צו א קרייז, פאר זיך, פאר די ב"ב וכל המשפחה, ביי איינעם איז עס גיין צו יעדע טיש און ביי איינעם עפעס אנדערשט,
דאס איז א פרעכן שקר.

יא, א בועט אין זיין חסידות איז אפט א שוואכערע איד. אבער א איד וואס באלאנגט צו א בית המדרש, הערט אויס זיין רב'ס דרשות אבער גלויבט נישט אז שכינה מדברת מתוך גרונו, און האט גארנישט מיט די פארטייען למיניהם, איז גארנישט קיין קלענערם איד ווי דער אקטיווע מעמבער פון זיין פארטיי. ער האט נישט קיין רבישע חתונות צו באגלייטונגן, קיין קוויטעל פדיון געבעכץ\נעמעכץ אדער בילדער פון מענטשן אויף די ווענט. זיין מנהגים נעמט ער פון זיין טאטן, נישט פון א צווייטענס טאטן, און ער האלט אן אויג אויף זיך נישט אויף יענעם.

ווער דארף פארטיי בכלל? ווער דארף דער פלחן אישית וואס פארטיי פאדערט?

דאס אז 'אידישקייט' האלט זיך אזוי איז סתם א ליגענט וואס פארטיי פירערס פרעדיגן לטובת עצמן.

דאס אז פארטיי פירט צו צו מחלוקת, חילול שבת, בזיון תלמיד חכם, שקר ולשוה"ר, דאס איז שטארק באשטעטיגט.
גיט וואך,

כמעט זיכער, אז אינז זאגען די זעלבע, נאר פון אנדערע פרעספעקטיוו

און צו די נקודה,
ווי ווייט אני הקטן האב שוין געזען, האט עס שטארקע מעלות יא צו באלאנגען ערגעץ, אויב שוין לאמיר זאגען פאר דיר נישט, בין איך נאכנישט זיכער אז סאיז נישט קיין טובה פאר די שטוב, אוודאי האט אלעס מעלות און חסרונות אבער פאר די ביגגער פיקטשער איז עס נאכאלץ א שטארקע זאך,

און ליהוי ידוע,
מ’מעג באלאנגען ערגעץ אן אפי’ וועלן וויסען, צו ס’איז שכינה מדברת מתוך גרונו, און דאך אריינגיין מיט א קוויטעל און א פדיון נישט קיין חילוק וואס די מענטש איז, פארשטייט זיך אויב מען באלאנגט דארט.

דאס אז מען באלאנגט ערגעץ, האט זילטש מיט פארטיי, פלחן אישית וכו’

סך הכול אויב סשטערט, קען מען אקטיוועיטן די עבודה פון תיקון המידות.

אסאך מאל איז די נייגונג פון איינגערעדטע אמת א טריגער פון גאווה, קנאה, אדער א קאזין צו איינע פון די.

און יא, קוק וואס איך האב געשריבען אויף די חלק הפנימי
א טייערע פאוסט
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2058
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2155

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך אנדערער »

שרייבן שרייבט זיך האט געשריבן: מוצש"ק יוני 08, 2024 11:51 pm א מענטש וואס איז א כעסן, איז נישט אין כעס א גאנצן טאג. ווען ער ווערט אבער יא אין כעס, פארלירט ער זיין גאנצע צלם אלקים, און אלע עבירות שבתורה עגזיסטירן שוין נישט.

דאס מיינט פארטיי. וואס עפ"י רוב פאדערט עס אדער שטותים, אדער מינדערוויכטיגע 'חומרות', אדער געלט. אבער טאמער זיי האבן בכח צו פאדערן רמיסת התורה, עי' ערך חילול שבת, הליכה לערכאות, תפיסה ע"י פאליציי, רציחה ותומכי רציחה, עבודה זרה, מחלוקת אויף שטותים, עלבון תלמידי חכמים, ועוד ועוד, אפילו איין מאל אין פופציג יאר, איז עס א טמא'נעם זאך.

אידישקייט, וואדעווער דעט מיענס, איז נישט ווערט די עבירות.

דאס איז חוץ דעם אז די שטוב דארף עס אויך נישט. א בועט האט א פראבלעם, יא. ווייל ער לעבט אויך מיט די פארטיי. אבער טויזענטער שטיבער לעבן אזוי, אן קיין פארטיי, אן קיין פאררשכבהגן זייער רב, מיט די גבולות התורה. זיי פאלגן אפשר נישט די תקנות פון די בעלי בתים פון די פארטיין, אבער וואס סאיז נוגע תורה ומצוות, פעלט זיי גארנישט.

דאס איז נישט חסידות, דאס איז נישט דער דרך פון דער בעל שם טוב, און אויב עפעס, איז עס פארקערט.

ואסיים במעשה טוב. ווען דער מהר"ש פון ליובאוויטש איז אוועק, האט עס גענומן עטליכע יאר ביז זיין יונגערע זון דער רש"ב האט איבערגענומן. ביני לביני, האט מען געזאגט פאר דער עלטערע ברודער ר' זלמן אהרן, "אפשר נעמסטו איבער דער רביסטיווע? מ'טאר נישט לאזן די שטול ליידיג."
האט ער גע'ענטפערט, "איך וויל נישט זיצן אויף דער שטול, כדי מ'זאל נישט זאגן אז די פריעדיגע רביס זענן אויך נאר דארט געזעסן כדי שלא להשאיר את השטול ליידיג."

ודפח"ח.
איך גיי בעטן די הנהלה מיך מוחל צו זיין אבער אזא ליצנות פאוסט ברויך א אנדערע סארט ענטפער

עס קוקט אויס ווי דער שרייבער האט עפעס א טראומע פון אלץ קינד ודי בזה
בן מלך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 157
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:56 am
x 140

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך בן מלך »

מסתמא האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 10:36 am
ר' משה האט געשריבן: פרייטאג יוני 07, 2024 10:32 am די פראבלעים איז אז אלע אדמורי"ם נעמען אים געהריג אויף מ'וואלט אים געדארפט פארשפארן די טירן
קודם ווייסעך נישט צו ממעג רעדן פון יחידים דא, אבער באופן כללי זענען די רבי’ס בני משפחה און סאיז זייער שווער אראפצושטעלן א פיס. סגייט דארפן גיין היבש ווייטער ביז די רבי’ס וועלן קומען צום החלטה יעבור עלינו מה און זאל קאסטן וואס קאסט. משפחה’שאפט איז א גרויסע שטער, אבער פאר אונז פשוטע אידן איז עס נישט נוגע, כגלייב אז ביחידות טאמער פרעגט מען דעם רעבין (אפגעזעהן וועלכע) וועט ער זאגן אז סטויג נישט.
מאדנע ביז גאר אז רודפן יחידים וואס זענען מכלומרשט א סכנה צום הנהגה איז קיין פראבלעם אפילו אויפן חשבון פון צוברעכן משפחות (אריינגערעכנט בני המלוכה) אבער דא וואשט איין האנט די צווייטע.

אבער איך בין דער וואס צוברעכט די סיסטעם.
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 980
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3252

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

אנדערער האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 1:43 am
עס קוקט אויס ווי דער שרייבער האט עפעס א טראומע פון אלץ קינד ודי בזה
אדער איז געגאנגען עפעס סאוט אין זיין געבורטס-חסידות און ער האט נישט געוויסט מבחין צו זיין ווי איין און ווי אויס.

ביי אים איז סאנז געווען א פארטיי, ראדאמסק איז געווען א פארטיי, סאדיגור א פארטיי, וויזניץ א פארטיי, דער מגיד וואס האט געהאט הייליגע תלמידים וואס זענען געווען גרייט צו קעמפן למען כבודו איז געווען א פארטיי, סאטמארער רב ז"ל איז נאר געווען גרויס ווען ער האט געהאט קארגע מנין, איינמאל ער האט שוין געהאט א גרויסער ציבור מיט זיך, אן עסטעבלישט קהילה מיט מוסדות, עסקנים און פאליטיקאנטן, האבן זיך זאכן מעגליך געטוישט לשיטת הכותב.

עס ווערט נישט גענומען אין באטראכט אז טראץ וואס אסאך מחלוקת זענען געווען מאטאווירט און אונטערגעהעצט ביי שפלים ונבזים אין ערגסטנס פאל, און דורך שוטים וואס האבן עס כלומרש געמיינט אמת'דיג אין בעסטן פאל, די ריזן אימפעריעס און ברייטע השפעה וואס זיי האבן געהאט בארצות מגוריהם, דאס איז גארנישט גורע פון זייער קדושה וטהרה, גאונות, מופתים, ענוה, גמילות חסדים, מדריגות וואס זיי האבן פארמאגט.

די טויזענטער חסידים - וואס מאנכע וואלטן היינט באטיטלט אלס 'פארטיי' - נעמט נישט אוועק אז זיי זענען געווען גבוה מעל גבוה.

און איין ווארט: לאז א מעגליכקייט אז אויך דער רבי פון א גרויסע קרייז איז אויך שטארק מעגליך א צדיק וקדוש גאון וחסיד בעל מדות ובר דעת.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2058
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2155

Re: "אלקותו" בקהל חסידים???

פאוסט דורך אנדערער »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 2:15 am
אנדערער האט געשריבן: זונטאג יוני 09, 2024 1:43 am
עס קוקט אויס ווי דער שרייבער האט עפעס א טראומע פון אלץ קינד ודי בזה
אדער איז געגאנגען עפעס סאוט אין זיין געבורטס-חסידות און ער האט נישט געוויסט מבחין צו זיין ווי איין און ווי אויס.

ביי אים איז סאנז געווען א פארטיי, ראדאמסק איז געווען א פארטיי, סאדיגור א פארטיי, וויזניץ א פארטיי, דער מגיד וואס האט געהאט הייליגע תלמידים וואס זענען געווען גרייט צו קעמפן למען כבודו איז געווען א פארטיי, סאטמארער רב ז"ל איז נאר געווען גרויס ווען ער האט געהאט קארגע מנין, איינמאל ער האט שוין געהאט א גרויסער ציבור מיט זיך, אן עסטעבלישט קהילה מיט מוסדות, עסקנים און פאליטיקאנטן, האבן זיך זאכן מעגליך געטוישט לשיטת הכותב.

עס ווערט נישט גענומען אין באטראכט אז טראץ וואס אסאך מחלוקת זענען געווען מאטאווירט און אונטערגעהעצט ביי שפלים ונבזים אין ערגסטנס פאל, און דורך שוטים וואס האבן עס כלומרש געמיינט אמת'דיג אין בעסטן פאל, די ריזן אימפעריעס און ברייטע השפעה וואס זיי האבן געהאט בארצות מגוריהם, דאס איז גארנישט גורע פון זייער קדושה וטהרה, גאונות, מופתים, ענוה, גמילות חסדים, מדריגות וואס זיי האבן פארמאגט.

די טויזענטער חסידים - וואס מאנכע וואלטן היינט באטיטלט אלס 'פארטיי' - נעמט נישט אוועק אז זיי זענען געווען גבוה מעל גבוה.

און איין ווארט: לאז א מעגליכקייט אז אויך דער רבי פון א גרויסע קרייז איז אויך שטארק מעגליך א צדיק וקדוש גאון וחסיד בעל מדות ובר דעת.
צום פינטל

איך האב זיך אפגעשטעלט אנפאנג פון א לאנגע רענט נישט וועלענדיג איבעציען דעם שטריק

איך גיי יא ממשיך זיין מיט איין קליינקייט. וויפיל מחלוקת ווערט פארדרייט אויף די גאס סיי די חסיד און סיי די תוצאות. מען הערט אז רב פלוני האט געהאט א מחלוקת מיט אלמוני אבער די אמת איז אלמוני האט פשוט פרובירט צו גנבען פון רב פלוני וואס האט זיך נישט געלאזט און אלמוני האט געמאכט א שמוץ אויף די גאס
שרייב פאוסט