ווען זינגערס דארפן ווען הכשרים…

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4432
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 13037

ווען זינגערס דארפן ווען הכשרים…

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

געטראפן אין מיינע ארכיוון וואס א חבר האט מיר צוגעשיקט מיט א יאר צוריק.

קלמי האט א OU.

קמפה האט א הכשר פון הרב לנדאו.

אהר'לע סאמעט האט א הכשר פון די "עדה".

שלומי גערטנער האט א וועסטהיים.

מנחם מאשקאוויטש האט א טארטיקוב.

אבי ראטענבערג האט א COR און מאטי ראזענפעלד האט א MK.

גרשי אורי האט באב"ד, אבער נאר אין אמעריקע.

פאר העשי וויינבערגער האט שייע גראס געפנט א נייע הכשר, יואלי קליין איז משגיח.

יואלי דאווידאוויטש מאכט היימיש אינדערהיים, מיר באקוקן די מעל און זיפן די אייער.

ישי ריבו האט נישט קיין השגחה, אבער ער איז אויף די יוראפעישע ליסט.

מרדכי בן דוד איז ווי קאוקע קאלע - דארף נישט קיין הכשר און די פרומע קויפן עס נישט.

דובי מייזעלס פלעגט נאר האבן התאחדות, היינט האט ער אויך KLC פאר די לעיקוואד ידידי הנגיד'ס.

בערי האט פארלוירן זיין כK זייט זיינע איזרעילי ניגונים, היינט האט ער נאר "מחפוד".

יעקב שוועקי איז געגאנגען צו שניצלער מיטן האפענונג צו באקומען א יאקע סטיקער.

ליפא פלעגט האבן א הכשר פון די YU, היינט האט ער פון דעם ניקלשבורגער.

גור האט אראפגענומען זייער הכשר פון ישראל ווערדיגער.

עמרם אקער - משגיח תמידי.

יוסף משה כהנא - רב המכשיר.

זאנוויל'ס משגיח שטייט אויפן לייטער צו הערן דעם G.

יום טוב ערליך האט נאך געהאט דעם צעלימער רב.

עומר אדם און אייל גולן זענען HALAL.

גד אלבז מאכט צומאל א כשר'ע שיפמענט.

איציק דידה האט א רבנות.

נתי ליבערמאן האט א רבנות מהדרין.

שמחה ליינער איז א OU-D.

מרדכי שפירא מיט אייזיק האניג צוזאמען איז בשר בחלב.

---
פאר הערות און קאמענטארן דרוקט יעצט פאונד.
ביסט גערעכט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 376
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:09 pm
x 385

Re: ווען זינגערס דארפן ווען הכשרים...

פאוסט דורך ביסט גערעכט »

#
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1800
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 5953

Re: ווען זינגערס דארפן ווען הכשרים...

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

עמרם האט ער געשריבן נאך פאר זיין מערכה וועגן טעקנאו מוזיק...
אפענע רוח הקאקאש...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3441
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 5281

Re: ווען זינגערס דארפן ווען הכשרים...

פאוסט דורך וואוילער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:52 am
ישי ריבו האט נישט קיין השגחה, אבער ער איז אויף די יוראפעישע ליסט.

מרדכי בן דוד איז ווי קאוקע קאלע - דארף נישט קיין הכשר און די פרומע קויפן עס נישט.

:lol:

צוויי בעסטע ליינס.
(אפשר די אנדערע פארשטיי איך פשוט נישט אזוי גוט).
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
מיילעך פריילעך
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 4174
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 6:21 pm
Location: א קעגן איבער
x 12865

Re: ווען זינגערס דארפן ווען הכשרים…

פאוסט דורך מיילעך פריילעך »

מרדכי שפירא מיט אייזיק האניג צוזאמען איז בשר בחלב.
:lol: :lol: :lol:
שרייב פאוסט