די מקור נישט צו טרינקען וואסער נאכן עסן פיש איז אין תוספות (מועד קטן יא.) די לשון התוס' איז. ובזמן הזה תופסים סכנה למיכל סמוך לסרחון, ''וגם משתי עלה אבוה דאמר בסמוך''.אנדערער האט געשריבן: ↑מיטוואך מאי 29, 2024 12:54 amנאר בלויזע וואסער. אויב איז עס געמישט איז נישט קיין פראבלעם.דער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:41 pm דו דערמאנסט מיר אן אלטע קושיא וואס איך האב.
חז"ל זאגן אז וואסער נאך פיש איז א סכנה. וואס טוט זיך מיט די פיש זאפט? איז דאס נישט קיין וואסער?
ואת"ל אז ס'איז גערעכנט ווי די פיש אליינס, וואס טוט זיך אויב מ'האלט נאך פאר די פיש אבער מען עסט חלה מיט פיש זאפט. טאר מען יעצט נישט טרינקען דערנאך?
איך האב געהארגעט דיין חקירה...
ר' עקיבא איגר אין שלחן ערוך יו''ד קט''ז שרייבט, אין לשתות מים אחר דגים דהוי סכנה. און ווערט געברענגט להלכה אין ערוך השלחן.
@אנדערער עס וואלט מיר געווען אינטערעסאנט צו וויסען פון וואו איר נעמט דאס אז די חשש סכנה איז נאר ביי סתם וואסער, און אויב איז עס געמישט נישט.