ס'קוקט אויס אז די וואס נעמען קעיר פון די מוזיק זענען נאכנישט געווען ל"ג בעומר אין מירון. מוזיק און נגינה איז פון די שטערקסטע זאכן וואס וועקן אויף די געפילן און גייען אריין אין די טיפע סטרינעס. איינער וואס פלעגט מיטהאלטן די הדלקות אין מירון לדוגמא תולדות אברהם יצחק, וואו אהרעלע סאמעט, מאטי שטיימעץ, מיטן קלארינעט, שניידן שטיקער ביי די ווארימע ניגונים אינאיינעם מיט א פולע בענד, וועט זייער גוט פארשטיין וואס איך רעדט.יאנטשי האט געשריבן: ↑פרייטאג מאי 24, 2024 9:26 amאויך איז מען צופרידן אן א קלארינעטדער תהלים איד האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מאי 23, 2024 10:36 am @ווערווייס איך האב געשריבןו גאר קורץ, נאכ'ן הערן שאצונגען פון מענטשן אז פאר 12:45 "זיכער נישט". און ס'איז טאקע גאר קורץ אויב וועט עס זיין בלויז איין שעה. פארגלייך עס נישט צו אן הפסקה אין שטיבל צווישן חופה און סעודה... דער רבי גייט דאך דא צוערשט אהיימגיין.
@נפתלי דו פרעגסט ווייל דו ווילסט וויסן? דער ענטפער איז אז יששכר גוטמאן איז אויך אוועילעבל יענע נאכט, און מעגליך אז שירה אויך, און און די בערקא ברודער אויך סיי די זינגער און סיי די שפילער. אבער ניין מ'האט זיי נישט באשטעלט, זינט מ'איז לעצטנס זייער צופרידן ב"ה פון די סאטמארע שפילער און זינגער. ס'באלאנגט טאקע נישט אזוי... (צו זיין צופרידן ) באט דעץ דע קעיס.
יא, עמרם אקער מיט זיין ברידער זענען זייער גוט, אבער פאר ל"ג בעומר וואלט מען געמעגט נעמען עפעס א חידוש אדער א זינגער פון א"י צוזאמען מיט עמרם און ס'וואלט געווען הערליך (ע"ע שבת פקודי) די זעלבע מיט די מוזיק, אקער מיט יוסי פארקאש מיט דער מיטן פידל זענען זייער פיין, וואלט אבער געווען סאך שענער און מער גלייך צו מירון מיט א פולע ארקעסטרע אדער אזא איינער ווי מאיר אדלער וכדומה אדער אפילו אקער מיט עטליכע אינסטרומענטן.
אפגערעדט אז דעי אינגל קומט בכלל נישט אריין דא, נישטא קיין איין הדלקה אין מירון אדער א"י מיט א אינגעל סאלא. ווילסט א אינגעל פאר אפאר מינוט ביי די ווארימע ניגונים פאר אביסל ספייס, אקעי נאו פראבלעם, אבער נישט מער, ס'איז סאך ווארימער און לעבעדיגער א מענער כאר מיטן קלארינעט.
נאך אלע אפרעדענישן איז די הדלקה און די מוזיק הערליך, לעבעדיג, און ווארעם, עס איז די גרעסטע הדלקה אויף די וועלט און מ'זעט די ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט און יעדן הינזיכט
איך בין נישט געווען אין ק"י ל"ג בעומר די לעצטע צוויי יאר, ס'קען זיין זאכן האבן זיך שוין געטוישט, אבער דעיס איז מיינע צוויי סענט איבער די מוזיק