ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ, לאמיר פרובירן…

ארטיקלען און אפהאנדלונגען
מאניש בנבנשתי
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 4:22 pm
x 593

ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ, לאמיר פרובירן…

פאוסט דורך מאניש בנבנשתי »

לאמיר זיך אויסשמועסן איבער נגינה, ס'איז היינט א וועלט ווי מ'פאבריצירט ניגונים אויף א קאמערשאל לעוול, אמאל ווען א ניגון איז ארויסגעקומען האט מען נאך געקענט האלטן דרשות דערקעגן, ס'איז נאך געווען צייט צו מאכן א קול קורא דערויף, היינט? אה, נישט מעגליך.. ווי נאר מ'וויל אנהויבן די ערשטע שורה פון די קול קורא איז שוין דא א פרישע ניגון.. מ'קען פשוט נישט נאכלויפן די שטראם פון ניגונים.. אבער וואס איך זעה יא איז, אז די מער ניגונים וואס מאכן דעם וועג אריין אינעם חתונה זאל, אלץ ווייניגער הייבט אן שטימען די ווערטער צו די תנועה וואס מ'זינגט.. כ'וואלט געזאגט די תנועה שטימט אסאך מער צו די תנועות וואס די זינגער שאקעלט זיך, אבער מיט די ווערטער? קיין שייכות.. איז ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער וואס מ'לייגט ארויף דערויף? דהיינו דארף די תנועה פון די ניגון האבן עפעס א קשר מיט די ווערטער וואס מ'זינגט, אדער הוי קעירס? ס'ראקט און געגאנגען..

לאמיר נעמען א ביישפיל, דערוילעם קען די ניגון פון אקדמות מילין וואס מ'זינגט ביי צווייטע טאנץ איא? די תנועה האט דאך נישט קיין ברעקל שייכות מיט די ווערטער, ריבוינעשעלוילאם.. וואספארא קרעפל אידאס?! ווען איך הער בלויז די תנועה און איינער זאל מיר בעטן כ'זאל ארויפלייגן ווערטער דערויף, וואלט איך ארויפגעלייגט די ווערטער..

(כ'האב נאר די הויעכע פאל, טשולדיגט..)
דו האסט געמיינט דו גייסט מיר שלאגן און איך גיי נישט צוריקגעבן, האסט געמאכט א גרויסן טטטטטועעעעעת...
דא האסטו איינס, און נאך איינס, און א זעץ אין די ציין,
עדי עדי די שפיטאל איז נישט ווייט פון דאאאאאאאאא

איך זעה דעס אסאך מער שטימען מיט די תנועה ווי אקדמות מילין, סאום האוי כאפ איך נישט די קאנעקשאן פון די ווערטער צו די תנועה.. באט הוי קעיר'ס, מ'קען שטויסן הויעך ביי בבבי תרי עדי עדי עדי.. דעטס אלל ווי ניעד.. אופסס פארגעסן, לייג אויך אריין דעם זינגער מיט די שפילער, זיי קענען מאכן די נענועים דערמיט? יאלא, אריין..

אדער לאמיר נעמען דעם ואני אבטח בך ניגון, ש''קיין אהנונג ווי קומט די תנועה מיט די ווערטער, ס'איז דאך הימל און ערד.. אויב זאל מען מיר בעטן צו לייגן ווערטער אויף די תנועה וואלט איך עס געזונגען ווי פאלגענד..

(העי, דא האב איך שוין די גאנצע ניגון..)
עפעס שמעקט דא ס'האט א גערוך, ס'האט א גערוך ס'האט געראך
עפעס שמעקט ס'האט א גערוך, ס'האט א גערוך
אוי ס'שמעקט, פון ווי קומט די שווערע גערוך
אוי טירי רוי ס'געראכט א גערוך

איינס צוויי דריי פיר
איך האב געכאפט ווער ס'איז די גערוך
ארי ארי האט א גערויך
ארי לייקען נישט דו האסט א גערוך

איך מיין מ'קען אסאך לעבעדיגער טאנצען מיט אזא ניגון.. ביי די ווערטער ארי ארי האט א גערוך זאל די שפילער גיין בענענעס.. די זינגער מעג אויך צולייגן זיינע תנועות.. לאז אבער דעם אייבערשטן אינדערויסן פון די גאנצע סקעם.. זוי מיינעך.. אויב די מחותן הייסט ארי דעמאלטס מעג מען טוישן צו אברמי.. מ'וועט זיך שוין אנייצע געבן.. אדער קען גאר זיין ס'איז א מעלה גאר צו זאגן די מחותן'ס נאמען אויף די מייק, א ניגון לכבוד די מחותן..

אדער לעצטענס איז אויפגעכאפט די מוידע אה ני, לע פא נע חא, מעי לעך מעי לעך.. שע פער איז מעי לעך.. וכו'.. וואס? ווי? ווען? קען מיר איינער מסביר'ן פארוואס מ'ברויך נעמען אזא הערליכע ניגון און עס קאליע מאכן מיט אזוינע ווערטער? איז טאקע נישטא בעסער'ס פאר די תנועה? לאמיר זעהן..

דאס איז וויאזוי איך וואלט געמאכט די ניגון..

מיין הויזן איז נאס
און אויך פארשמירט
ווייל ס'איז געלעגן א פיטש
אויף מיין בענקל
און איך זיץ דערויף
איך זיץ דערויף..

אויב מען וויל קען מען אנטוהן א פארשמירטע רעקל בשעת מ'זינגט די ניגון, די גאנצע קאפעליע מיטן ארקעסטרא יעדער טוט אן א פארשמירטע רעקל, און מ'מאכט די אלע גרימאסן ביי איך זיץ דערויף..

איך בין עכט סיריעס, נעם למשל אזא ניגון ווי על כל אהודך די לעצטיגע ניגון, נישט די עלטערע.. ווייס וואס כ'מיין, איא? די עהקוי דאלאפי אפי אפי קאפי קאפי וואטעווער ער זאגט דארטן.. עפעס א קאויד וואן מיינעך.. ער רעדט מיט די בעיס.. געבט אן אפדעיט איבער די סצענע.. כ'ווייס אבער נישט פארוואס ער שאקעלט זיך, העי שאקעל דיך נישט יעצט, לייג צו א האנט.. די פעישאנט איז אנקאנטשעס.. פירט אים אריין אין שפיטאל, נעבעך דער רעדט דאך נישט צום דבר, דו ווייסט וואס ער זאגט דארטן? ווייל איך נישט..

אלענפאלס, איך קלער ארויסצוגעבן אן אלבום בקרוב.. מ'גיימער נעמען די סטודיאוי נעקסט לעוועל.. הא כי נו..
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9419

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

:D :D :D
שוין לאנג נישט אזוי געלאכט.

וואס זענען דיינע ווערטער אויף "משה קיבל תורה" פון ימי לעווי?
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5228
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9594

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך דער תהלים איד »

יויש. יויש. וואס טו איך דא. :lol: :lol: :lol:

ענדליך קען איך שוין די ווערטער געהעריג! די ארגינעלע!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2368
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6089

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך פופציגער »

🤣🤣🤣🤣🤣🤣🤣🤣

צעדרידלט און צעפיפן דו... האסט מיט ליטערלי געמאכט לאכן אויפ'ן קול...

איינס צוויי דריי!
ארי ארי האט א גערוך!
לייקן נישט דו האסט א גערוך!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
שמח
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3210
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 21, 2023 3:25 am
x 3706

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שמח »

😀😃😄😆😅😂🤣🤣🤣🤣

בתחילה חחחחחחחחח...תי ובסוף פלאצצצצתי...

לץ דו!!
פאר נייעס, אפדעיטס, סעיפטי טיפס א.ד.ג. דורך ''מצילי אש דראקלענד'' צו באקומען אויף אימעיל דריקט דא זיך איינצושרייבן.
----------
מצילי אש דראקלענד-845.426.9111
הלכות מניעת דליקה בשבת קודש
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1096
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3679

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

און די פארצייטישע קרוץ מחומר מה? קרוץ מחומר מה מו-עילו
חומד ומתאוה את? את שאינו שלו
זע זע שיעש לו אינו שלו וכו'

האלאו? וואס שפרינגסטע??? וואס טאנצסטע??? דו ווייסט וואס דו זאגסט???
חוץ אויב דער קרוץ מחומר איז א ווארט וואס זאגט איך בין סייווי א קרוץ מחומר, זאל שוין דער בהמה מיטטאנצן מיט די גאנצע יאוש...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אוועיטער
שמן ששון
פרישער באניצער
פאוסטס: 24
זיך איינגעשריבן: מיטוואך יולי 19, 2023 9:00 pm
x 35

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שמן ששון »

עקהוי דאלאפי.....
יויש שעפער....
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2368
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6089

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך פופציגער »

קענעך שויניש טאנצן מער אויף דעם עקוי דאַלאַפּי יאַפּי יאַפּי...

כגיי זיכער אויסשיסן אין געלעכטער אינמיטן...

און ווער רעדט נאך ווען מ'העט זינגען ואני אבטח בך און נעבן מיר וועט טאקע טאנצן אזא ארי...
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
נפתלי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 857
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 23, 2023 11:21 pm
x 1134

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך נפתלי »

כקען מיך נישט דערמאנען וויאזוי אידטיש האט אויסגעזעהן פאר מאּניש אּיּזּ אנגעקומען....

איך לאך שוין פאר 3 טעג אן אפשטעל...
מיינע ארימיגע מיינען איך בין משיגע געווארן....

איין ארטיקל בעסער ווי די צווייטע
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4587

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך וואוילער »

:lol: :lol: :lol:
אזוי קוקט יעצט אויס מיין פנים...

(מ'זעהט נישט דא די טרערן וואס רינען פון געלעכטער)
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
ווערווייס
פרישער באניצער
פאוסטס: 68
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 02, 2024 10:38 am
x 127

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך ווערווייס »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:42 pm און די פארצייטישע קרוץ מחומר מה? קרוץ מחומר מה מו-עילו
חומד ומתאוה את? את שאינו שלו
זע זע שיעש לו אינו שלו וכו'

האלאו? וואס שפרינגסטע??? וואס טאנצסטע??? דו ווייסט וואס דו זאגסט???
חוץ אויב דער קרוץ מחומר איז א ווארט וואס זאגט איך בין סייווי א קרוץ מחומר, זאל שוין דער בהמה מיטטאנצן מיט די גאנצע יאוש...
:lol:
געווען אמאל א גוט גייענדע לעבעדיגע ניגון
"ויותר יעקב לבדו עד עלות השחר"
האב איך געהערט אמאל א בעל דרשו פרעגן די קשיא, וואס איז דיין גרויסע שמחה? אז די זיידע יעקב איז געבליבן אליין?
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך אנדערער »

ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:17 pm

די ניגון פאנגט זיך אן ונשגב השם לבדו ביום ההוא. מסתמא אזא פשעטל
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3266
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4587

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך וואוילער »

א היקש / גזירה שוה "לבדו - לבדו"
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1597
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3742

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך נקודות טובות »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:54 pm
ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:17 pm
להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 10:42 pm און די פארצייטישע קרוץ מחומר מה? קרוץ מחומר מה מו-עילו
חומד ומתאוה את? את שאינו שלו
זע זע שיעש לו אינו שלו וכו'

האלאו? וואס שפרינגסטע??? וואס טאנצסטע??? דו ווייסט וואס דו זאגסט???
חוץ אויב דער קרוץ מחומר איז א ווארט וואס זאגט איך בין סייווי א קרוץ מחומר, זאל שוין דער בהמה מיטטאנצן מיט די גאנצע יאוש...
:lol:
געווען אמאל א גוט גייענדע לעבעדיגע ניגון
"ויותר יעקב לבדו עד עלות השחר"
האב איך געהערט אמאל א בעל דרשו פרעגן די קשיא, וואס איז דיין גרויסע שמחה? אז די זיידע יעקב איז געבליבן אליין?
די ניגון פאנגט זיך אן ונשגב השם לבדו ביום ההוא. מסתמא אזא פשעטל
יא יא, די מדרש זאגט אזוי אויפן פסוק ויותר יעקב לבדו מה הקב''ה כתוב בו ונשגב ד' לבדו, אף יעקב ויותר יעקב לבדו.

@להגדיל הטראסק דיר באדערט מיט'ן ניגון קרוץ מחומר אז דאס איז נישט קיין ניגון וואס מען טאנצט, די ניגון איז געמאכט צו זינגען שטייט און ארויסנעמען די מוסר דערפון, עס איז אבער נישט אזוי. ווען מען קוקט אריין אינעם פיוט ענדיגט דער פייטן צו, יבין וישכיל בדעו ושכלו ''ישמח ויעוז'' במתת גרלו. די ציל פון די ווערטער איז אריינצוברענגען שמחה אין א מענטש, זיך צו פרייען מיט וואס ער האט! יעצט גיי און נעם דיך טאנצען קרוץ מחומר און פריי דיך מיט וואס דער אויבערשטער האט דיר געגעבן!

@מאניש בנבנשתי קודם כל, ואני אבטח בך זעה איך נישט וואס איז ראנג מיט די ניגון. דוד המלך פריידט זיך מיט דעם אז ער פארזיכערט זיך אויפן אויבערשטען. ואני אבטח בך, דו ביסט אונזער טאטע דאך! ווען איך קום אריין צו א חתונה וואס מען זינגט דעם ניגון ערוועקט זיך אין מיר א געפיל פון שמחה אז איך האב א גרויסען באשעפער אויף וועמען זיך צו פארלאזן. סארי.
אויב דיין פראבלעם איז מיט די היינטיגע סטייל מוזיק זאג אזוי! אויף די ווערטער קומט א ניגון צו שפרינגען, נישט א ניגון דביקות! אויב איז דא א ניגון וואס שטימט נישט מיט די ווערטער איז עס די ניגון העי צמאה צמאה צמאה, צמאה לך נפשי. כמה כמה כמה כמה, כמה לך בשרי. טי רי ריי דיי ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם... איך האב נאכנישט געטראפען א אינגעל שפרינגען און טאנצען אז ער איז דארשטיג, וויינען יא.
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
פעיק ניוז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 479
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:17 pm
x 991

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך פעיק ניוז »

חחחח

פשט אין דעם קאפי קאפי קאפי אידאך פשוט, צומאל אז מען האנדלט מיט א קאמפליצירטן ניגון ברויך מען געבן עטוואס דירעקציעס וויאזוי זיך אומצוגיין מיט'ן ניגון. דער קאפי קאפי קומט געבן פאר'ן זינגער גענויע אנווייזונגען אז "דא דארף מען איבערקאפיען דאס ווארט צען מאל, וכן הלאה".
בעסער אן אומעדיוקירטער חכם ווי איידער אן עדיוקירטער שוטה
שטייפע קוגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 70
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 86

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

איך געדענק מיך פרעגן די קשי' אויף די ניגון 'די הייליגע רמב"ם לערנט אונז וויאזוי אידן דארפן געבן צדקה, לחזק את ידו עד שלא. עד שלא יצטרך לבריות'... לעבעדיג! טאנץ העכער!
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1597
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 3742

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך נקודות טובות »

שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:48 pm איך געדענק מיך פרעגן די קשי' אויף די ניגון 'די הייליגע רמב"ם לערנט אונז וויאזוי אידן דארפן געבן צדקה, לחזק את ידו עד שלא. עד שלא יצטרך לבריות'... לעבעדיג! טאנץ העכער!
אט אזוי! דאס דארף ווען זיין די פוינט פונעם טעמע!
ווען מען זינגט א ניגון דארף עס האבן עפעס א משמעות. נישט סתם צוזאמען געהאקט אפאר ווערטער אויף לשון הקודש אדער להבדיל אידיש און ענגליש און מען שפרינגט...

עס זענען דא עטליכע סארט ווערטער וואס שטימט אויף דעם צו לייגען א ניגון.
עס איז דא פשוט נגוני הודאה. (ע''ס האל''ף בי''ת) ברוך הוא אלוקינו, בך בטחו, הטוב כי לא כלו רחמיך, הכל יודך והכל ישבחוך, ואילו פינו מלא שירה כים, והוא שעמדה, חסדי השם, טוב להודות. וכו' וכו'.

דערנאך איז דא נגוני שבח. אנא עבדא דקדשא ברוך הוא, אשרי העם שככה לו. וכו' וכו'.

דערנאך איז דא נגוני בקשה. אבינו מלכינו פתח שערי שמים - שלח רפואה שלימה, הושעה את עמך, וימלא משאלתינו, וטהר ליבנו. וכו' וכו'.

נאכדעם איז דא אזעלכע וכל קרני רשעים, ד' הוא מלכינו...

אבער סתם נעמען ווערטער פון רמב''ם אדער אפי' פון א פסוק איז.... וואס טאנצט דו די הייליגע רמב''ם לערנט אונז? אדער וואס ווינסטו אוי לאמיר מאכן קידוש אויף די גאנצע וועלט? אדער אפי' ניגונים אויף לשון הקודש, די באקאנטע ניגון עוז והדר לבושה ותשחק ליום אחרון... וואס זינגסטו דא בכלל? אדער שמחתי באומרים לי בית השם נלך, בית השם נלך??
ווען איר ציטירט א לענגערע פאוסט ביטע באניצט אייך מיט'ן ספוילער
אוועיטער
גראז
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 284
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 6:29 pm
x 193

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך גראז »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm
אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:54 pm
ווערווייס האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:17 pm
:lol:

געווען אמאל א גוט גייענדע לעבעדיגע ניגון "ויותר יעקב לבדו עד עלות השחר".

האב איך געהערט אמאל א בעל דרשו פרעגן די קשיא, וואס איז דיין גרויסע שמחה? אז די זיידע יעקב איז געבליבן אליין?
די ניגון פאנגט זיך אן ונשגב השם לבדו ביום ההוא. מסתמא אזא פשעטל.
@להגדיל הטראסק דיר באדערט מיט'ן ניגון קרוץ מחומר אז דאס איז נישט קיין ניגון וואס מען טאנצט, די ניגון איז געמאכט צו זינגען שטייט און ארויסנעמען די מוסר דערפון, עס איז אבער נישט אזוי. ווען מען קוקט אריין אינעם פיוט ענדיגט דער פייטן צו, יבין וישכיל בדעו ושכלו ''ישמח ויעוז'' במתת גרלו. די ציל פון די ווערטער איז אריינצוברענגען שמחה אין א מענטש! יעצט גיי און נעם דיך טאנצען קרוץ מחומר און פריי דיך מיט וואס דער אויבערשטער האט דיר געגעבן!
יא, אבער יענע ווערטער זינגט מען דאך נישט.

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm @מאניש בנבנשתי קודם כל, ואני אבטח בך זעה איך נישט וואס איז ראנג מיט די ניגון. דוד המלך פריידט זיך מיט דעם אז ער פארזיכערט זיך אויפן אויבערשטען. ואני אבטח בך, דו ביסט אונזער טאטע דאך! ווען איך קום אריין צו א חתונה וואס מען זינגט דעם ניגון ערוועקט זיך אין מיר א געפיל פון שמחה אז איך האב א גרויסען באשעפער אויף וועמען זיך צו פארלאזן. סארי.
האט ער דען קריטיקירט דוד המלך'ן פארן מאכן אזוינע ווערטער?! די פוינט אידאך אז די סטייל ניגון מיט די ווערטער קומען זיך נישט צוזאם בכלל.

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm אויב דיין פראבלעם איז מיט די היינטיגע סטייל מוזיק זאג אזוי! אויף די ווערטער קומט א ניגון צו שפרינגען, נישט א ניגון דביקות! אויב איז דא א ניגון וואס שטימט נישט מיט די ווערטער איז עס די ניגון העי צמאה צמאה צמאה, צמאה לך נפשי. כמה כמה כמה כמה, כמה לך בשרי. טי רי ריי דיי ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם... איך האב נאכנישט געטראפען א אינגעל שפרינגען און טאנצען אז ער איז דארשטיג, וויינען יא.
וואס מאכסטע חוזק סתם?! ווער זינגט אז מ'איז דארשטיג?! מ'זינגט דאך צמאה "לך" נפשי - כמה "לך" בשרי.

און בד"וו, זינגען אזא ניגון איבעריג ווילד און צעבארדעט האט טאקע אויך נישט קיין פשט, ס'ווייזט אז דער וואס זינגט איז נישט עכט מקושר מיט די ווערטער וואס ווערט געזינגען. די ניגון במקור קומט היבש שטייטער ווי מ'זינגט עס היינט - אזוי ווי אסאך אמאליגע אדער אמאליגע סטייל ניגונים.
יערוף כמטר לקחי תזל כטל אמרתי, כשעירים עלי דשא וכרביבים עלי עשב
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3602
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 9419

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm
אויב דיין פראבלעם איז מיט די היינטיגע סטייל מוזיק זאג אזוי! אויף די ווערטער קומט א ניגון צו שפרינגען, נישט א ניגון דביקות! אויב איז דא א ניגון וואס שטימט נישט מיט די ווערטער איז עס די ניגון העי צמאה צמאה צמאה, צמאה לך נפשי. כמה כמה כמה כמה, כמה לך בשרי. טי רי ריי דיי ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם... איך האב נאכנישט געטראפען א אינגעל שפרינגען און טאנצען אז ער איז דארשטיג, וויינען יא.
און וואס איז מיט קומי רווווני, רוני בלילות..

איינס צוויי דרייי, אוי שיייפכי כמיים, כמיייים ליייבך...
להגדיל הטראסק
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1096
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 3679

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

ר'@נקודות טובות
הרב @גראז האט עס גוט ארויסגעברענגט
עס איז דא נאך א שטאטע ניגון אויף די ווערטער וואס ענדיגט זיך מיט א שטיקל לעבעדיגקייט ביי ישמח ויעוז, אבער קרוץ מחומר קומט מיט א התבוננות ומוסר טאן
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך אנדערער »

שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:37 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm
אויב דיין פראבלעם איז מיט די היינטיגע סטייל מוזיק זאג אזוי! אויף די ווערטער קומט א ניגון צו שפרינגען, נישט א ניגון דביקות! אויב איז דא א ניגון וואס שטימט נישט מיט די ווערטער איז עס די ניגון העי צמאה צמאה צמאה, צמאה לך נפשי. כמה כמה כמה כמה, כמה לך בשרי. טי רי ריי דיי ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם... איך האב נאכנישט געטראפען א אינגעל שפרינגען און טאנצען אז ער איז דארשטיג, וויינען יא.
און וואס איז מיט קומי רווווני, רוני בלילות..

איינס צוויי דרייי, אוי שיייפכי כמיים, כמיייים ליייבך...
צדיקים האבן געזאגט אז ריקודים זענען בלויזע תפילות

מען קען טאנצן און בעטן דעם באשעפער
אוועיטער
בינת הלב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 125
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק יולי 15, 2023 11:59 pm
x 140

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך בינת הלב »

@מאניש בנבנשתי לאצעט פיין ארום ב"ה 😂

@גראז האט רעכט.
כך צריך לחפור ביגיעה עצומה, לגלות אוצר של יראת שמים, הצפון ומסתר בבינת הלב של כל אדם מישראל
בינתיים
ניי צום טיש
פאוסטס: 8
זיך איינגעשריבן: מאנטאג דעצעמבער 04, 2023 11:16 pm
x 28

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך בינתיים »

אנדערער האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:26 pm
שאינו יודע לשאול האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 6:37 pm
נקודות טובות האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 4:04 pm
אויב דיין פראבלעם איז מיט די היינטיגע סטייל מוזיק זאג אזוי! אויף די ווערטער קומט א ניגון צו שפרינגען, נישט א ניגון דביקות! אויב איז דא א ניגון וואס שטימט נישט מיט די ווערטער איז עס די ניגון העי צמאה צמאה צמאה, צמאה לך נפשי. כמה כמה כמה כמה, כמה לך בשרי. טי רי ריי דיי ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם ראדידידידאדאם... איך האב נאכנישט געטראפען א אינגעל שפרינגען און טאנצען אז ער איז דארשטיג, וויינען יא.
און וואס איז מיט קומי רווווני, רוני בלילות..

איינס צוויי דרייי, אוי שיייפכי כמיים, כמיייים ליייבך...
צדיקים האבן געזאגט אז ריקודים זענען בלויזע תפילות

מען קען טאנצן און בעטן דעם באשעפער
יא, אז מ'טאנצט פארן אייבירשטן למשל ווי א קנעכט וואס טאנצט פאר א קעניג אים צו דערפרייען, אדער מ'טאנצט אים צו ווייזן ווי שטארק מ'פרייט זיך צו זיין זיין קנעכט, דעמאלטס קען מען טאקע אוודאי אויך ממשיך זיין השפעות טובות.
דעת קדשי
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 764
זיך איינגעשריבן: מוצש"ק סעפטעמבער 23, 2023 11:40 pm
x 1402

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך דעת קדשי »

מאסיוו.
אין פלאן צו ארויס פרינטן און ליינען אימיטן זינגען וכל מאמינים 2טע טאג ר''ה..
אוי וויי, הייליגער רבי שמעון, לעכטיגער רבי שמעון
נפשי חולת אהבתך....
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2225
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 2369

Re: ברויך א ניגון שטימען מיט די ווערטער? המממ.. לאמיר פרובירן..

פאוסט דורך אנדערער »

דעת קדשי האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 11:31 pm מאסיוו.
אין פלאן צו ארויס פרינטן און ליינען אימיטן זינגען וכל מאמינים 2טע טאג ר''ה..
וואס פונקט?
שרייב פאוסט