שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

נייעס און אנטוויקלונגען אין רבי'שע הויפן
אוועיטער
לאקאלער רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 357
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 4:47 pm
x 659

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך לאקאלער רב »

א חסיד פון רב האט געשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:54 pm
ארום 8:30 איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך לבית הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהילתינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שוועריגקייטן אפצוהיטן די קינדער אין די מאנטריאל'ע גאסן וואס זענען פול מיט ראיות אסורות,
א שאלה וואס קומט באמת נישט דא אריין, אבער איידי דמינקרא אימא בה מילתא.

איך האב שוין אסאך געהערט וועגן די געפערליכע מאנטריאל'ע גאסן, איך האב מיר אלץ פארגעשטעלט אז מען רעדט איינס ערגער פון מאנהעטן אדער די זעלבע שטאפל.

ביז עס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אמאל אין מאנטריאל פאר א שמחה, איך זעה בכלל נישט וואס מען רעדט חוץ פון די צענטראלע פארק עוו. וואו יעדער חסידישער אינגערמאן און בחור ווייסט אוועקצושטיין, אדערווייס זעהט מען כמעט נישט קיין גוים אויף די היימישע גאסן.

איז דען נישט אונזער היימישע וויליאמסבורג 10 מאל ערגער?

(איך מיין גארנישט ארויסצוברענגען אויף למעשה, דשאסט עסקינג)
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 213
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 169

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך נאך וואס »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:38 pm
א חסיד פון רב האט געשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:54 pm
ארום 8:30 איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך לבית הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהילתינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שוועריגקייטן אפצוהיטן די קינדער אין די מאנטריאל'ע גאסן וואס זענען פול מיט ראיות אסורות,
א שאלה וואס קומט באמת נישט דא אריין, אבער איידי דמינקרא אימא בה מילתא.

איך האב שוין אסאך געהערט וועגן די געפערליכע מאנטריאל'ע גאסן, איך האב מיר אלץ פארגעשטעלט אז מען רעדט איינס ערגער פון מאנהעטן אדער די זעלבע שטאפל.

ביז עס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אמאל אין מאנטריאל פאר א שמחה, איך זעה בכלל נישט וואס מען רעדט חוץ פון די צענטראלע פארק עוו. וואו יעדער חסידישער אינגערמאן און בחור ווייסט אוועקצושטיין, אדערווייס זעהט מען כמעט נישט קיין גוים אויף די היימישע גאסן.

איז דען נישט אונזער היימישע וויליאמסבורג 10 מאל ערגער?

(איך מיין גארנישט ארויסצוברענגען אויף למעשה, דשאסט עסקינג)
איך בין געווען דארט אמאל אינמיטן זומער, אלע גאסן זענען געווען שרעקליך, אריינגערעכענט פארק, (וואס דארט איז - אגב - בית מדרשינו)

ערליכע אידן האבן זיך באנוצט מיט די לעין, איך האב אויך אזוי געטון ווען איך בין געגאנגען פון די האטשאסטאן שול צו בית מדרשינו

אפשר ביסטו געווען ווען עס איז נישט אזוי הייס
אוועיטער
Azoi Tzi Zugen
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2960
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 11:39 am
x 6920

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך Azoi Tzi Zugen »

איינער קען עפענען א עקסטערע טעמע איבער וואס איז ארגער. גוי'אישע אפגעשליסענע פריצות אדער אידישע היימישע נשים וואס גייען אויפרייצעריש. אויב דער טעם איז אלס ונשמרתם מכל דבר רע איז מעגליך די צווייטע ארגער. נישט?
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

= פרייטאג פרשת אמור [חלק ב'] ~ יום ב' של הנסיעה הרוממה לעיר מאנטריאל =

ארום 12:20 איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב"ד מאנטריאל,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די זכרונות פון מאנטריאל'ער רב'ס טאטע,
מ'האט ארומגערעדט זכרונות פון שטאט מאנטריאל און שטאט וויליאמסבורג און וויאזוי ביידע זענען זיך צעוואקסן,
איבער די גזירת השחיטה און גזירת החינוך,
איבער די שחיטה אמאליגע צייטן, און ווי רבוה"ק זי"ע פלעגן זיך אלעמאל אננעמען פאר די מאנטריאל'ע שחיטה,
מאנטריאל'ער רב האט מכבד געווען דער רב שליט"א מיט לחיים, און דער רב שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב אז ער זאל ווייטער קענען פירן די שטאט און משפיע זיין פאר'ן שטאט,
מאנטריאל'ער רב האט איבערגעגעבן זיין נייעם ספר אויף יורה דעה, און דער רב שליט"א האט זיך באדאנקט,
מאנטריאל'ער רב האט ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א ביז'ן גאס, און זיי האבן זיך געזעגנט לשלום.

ארום 12:40 איז דער רב שליט"א אנגעקומען אין וויזניצ'ע ביהמ"ד אין מאנטריאל אויף א באזוך ביי ש"ב כ"ק אדמו"ר מ'וויזניץ מאנטריאל שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער פילע מעשיות פונעם ישועות משה,
און מ'האט א לענגערע צייט ארומגערעדט בדברי תורה,
דער וויזניצ'ע רבי האט מכבד געווען דעם רב שליט"א מיט לחיים, און דער רב שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דער וויזניצ'ע רבי האט ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א ביז'ן גאס, און זיי האבן זיך געזעגנט לשלום.

ארום 1:10 איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי הרה"ג ר' יוחנן סג"ל וואזנער שליט"א ראב"ד ודומ"ץ סקווירא מאנטריאל,
הגה"צ ר' יוחנן שליט"א האט איבער געגעבן א ווארעמע גרוס פונעם כולל דקהלתינו הק' וואו זיין זוהן הרה"ג ר' יעקב יוסף שליט"א דינט אלץ ראש הכולל,
דערנאך האט זיך די שמועס ווייטער פארצויגן איבער ווען דער רב שליט"א איז שוין אלץ געווען אין מאנטריאל,
איבער די סקווירא כולל אין מאנטריאל,
און איבער די התקשרות קשר עליון וואס רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע האט געהאט מיט מאנטריאל,
הגה"צ ר' יוחנן שליט"א האט פארציילט אז ער איז זיך געגאנגען געזעגענען ביים רבי'ן ז"ל פאר ער איז אהערגעקומען וואוינען, און אז ער איז אסאך מאל געווען ביים רבי'ן,
און דערציילט איבער די אויסטערלישע צוגעבינדנקייט פון די תלמידים צום רבי'ן ז"ל,
די שמועס האט ממשיך געווען איבער די ביהמ"ד דקהילתינו הק' וואס איז א תל תלפיות אינעם גאנצן שטאט,
און איבער די שטעט וואו דער רב שליט"א האט שוין אלץ משמש געווען ברבנות,
און איבער די סגולה פון שיריים פון א צדיק,
דער רב שליט"א האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
הגה"צ ר' יוחנן שליט"א האט ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א ביז'ן גאס, און זיי האבן זיך געזעגנט לשלום.

ארום 1:30 איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי דודו כ"ק גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די הקפדה פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע קעגן כאפן בילדער,
און פילע מעשיות פונעם רבי'ן ז"ל,
דערנאך האט זיך די שמועס פארצויגן איבער די פירצות פון שייטלען, פאה נכרית, טיכלעך, און עטליכע מעשיות איבער די נושא,
מ'האט א לענגערע צייט ארומגערעדט איבער די נסיונות אינעם היינטיגן דור,
דערנאך האט זיך די שמועס פארצויגן בדברי הלכה, צווישן אנדערע איבער א רמב"ם אין הלכות ערכין,
מנהגים לבית סיגוט, צווישן אנדערע אז אין סיגוט האט מען זיך געוואשן פרייטאג אבער נישט גענוצט קיין מעסער, און נאך,
מאנטריאל'ער רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רב שליט"א מיט לחיים, און דער רב שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
מאנטריאל'ער רב שליט"א האט ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א ביז'ן גאס, און זיי האבן זיך געזעגנט לשלום.

ארום 1:55 איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אב"ד ראשית חכמה, און לאנגיעריגער חברותא פון כ"ק מרן רבינו שליט"א,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מהלך וויאזוי רבינו שליט"א שרייבט אפ די תורות,
איבער דעם ערשטן שבת הגדול דרשה פון רבינו שליט"א בשנת תשל"ב, איבער וואס מ'האט זיך אויסגעדרוקט 'ויאמר מש"ה אל אהר"ן קרב אל המזבח ועשה', 'למה אתה בוש לכך נבחרת',
דער רב שליט"א האט נאכגעזאגט אז ווען רבינו שליט"א איז איינמאל געפארן קיין ארץ ישראל און פארלוירן דעם קול אויפ'ן וועג און למעשה נישט גערעדט אין א"י, האט דער רבי געזאגט אז מ'דארף מאכן אן עקסטערע חיבור פון אלע דרשות וואס מ'האט נישט געזאגט, און דאס וועט זיין גרעסטע חיבור,
די שמועס האט זיך פארצויגן איבער ווי לאנג מ'לערנט שוין בחברותא מיט'ן רבי'ן,
און ווען דער רב שליט"א לערנט פאר פרקי אבות,
דערנאך האט זיך די שמועס פארצויגן בדברי תורה א לענגערע צייט, צווישן אנדערן האט דער רב שליט"א האט נאכגעברענגט אז דער יצר הרע פון געלט ווער קיינמאל נישט בטל,
די שמועס האט זיך ווייטער פארצויגן איבער די מטבע פון אברהם אבינו און פון וועם ס'איז אלץ געווען מטבעות, יהושע בן נון, ועוד,
דער רב שליט"א האט געמאכט א לחיים, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
הגה"צ ר' יעקב אלי' שליט"א האט ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א ביז'ן גאס, און זיי האבן זיך געזעגנט לשלום.

ארום 2:20 איז דער רב שליט"א אנגעקומען אויף א באזוך ביי הגה"צ ר' יחיאל מאיר כ"ץ שליט"א אב"ד דזשיבוי,
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, צווישן אנדערע האט מען פארציילט עטליכע מעשיות פונעם שאצ'ער רבי'ן מיט רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע,
איבער וואס מ'האט געטראפן הערות אויפ'ן שלחן ערוך מיט'ן כתב יד פונעם רמ"א, און א שו"ע מיט הערות פונעם ש"ך אויף חושן משפט, און א זוהר מיט הערות פונעם ייטב לב,
מען האט ארומגערעדט בדברי תורה א לענגערע צייט, צווישן אנדערן בדברי החתם סופר זי"ע,
הגה"צ אב"ד דזשיבוי האט מכבד געווען דעם רב שליט"א מיט לחיים, און דער רב שליט"א האט אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
הגה"צ אב"ד דזשיבוי האט אנגעוואונטשן אז מ'זאל זוכה זיין להגדיל תורה ולהאדירה ולרומם קרן הקהילה,
דער דזשיבוי רב האט ארויסבאגלייט דעם רב שליט"א ביז'ן גאס, און זיי האבן זיך געזעגנט לשלום.

דער רב שליט"א פארלאזט דעם שטוב פונעם דזשיבוי רב אויפ'ן וועג אהיים לבית האכסניא.

אין די נאכמיטאג שעה'ן איז דער רב שליט"א געגאנגען אין מקוה לכבוד שבת קודש, דער רב שליט"א האט זיך באנוצט מיט'ן פריוואטן מקוה בבית הרבני הנגיד ר' רפאל הערצאג שליט"א,
דערנאך איז דער רב שליט"א צוריק לבית האכסניא.

א גוטן טאג.
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

= שבת קודש פרשת אמור [חלק א'] ~ יום ג' של הנסיעה הרוממה לעיר מאנטריאל =
ארום 8:40 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו
הגדול אין מאנטריאל צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: הגה"צ גאב"ד דקהילתינו הק' מאנטריאל שליט"א,
בעל תפילה קב"ש ומעריב: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין - ק"י,
נאך תפילת מעריב האט הגה"צ גאב"ד דקהלתינו שליט"א געציילט ספירה פאר'ן עמוד,
נאכ'ן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת פאר'ן רב שליט"א,
מען האט געענדיגט ארום 10:10,
און דער רב שליט"א איז אריין בחדר הפרטי.
= סעודת ליל שבת קודש =
ארום 10:50 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום סעודת ליל
שב"ק וואו דער רב שליט"א האט מעריך געווען די סעודתא דחקל תפוחין קדישין
פאר איבער דריי שעה נאכאנאנד אינאיינעם מיט די אריבער הונדערט בחורי אנשי
שלומינו,
דער רב שליט"א האט דורכאויס דעם גאנצן סעודה אנגעפירט מיט די ניגונים
לבית סיגוט-סאטמאר מיט א ברען,
דורכאויס די סעודה האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי תורה וסיפורי
צדיקים פיר מאל, מיט אן התלהבות אש קודש אריינגעבנדיג א נעימות'דיגער טעם
שבת קודש.
דער רב שליט"א האט אנגעהויבן שלום עליכם בהתלהבות אש קודש אריינשלעפנדיג
דעם גאנצן ציבור מיט אן אש להבה,
הגבהת הכוס לקידוש: הרה"ח ר' שלום אליעזר פרענקל הי"ו - גזבר קהילתינו הק' וומ"ס,
נאך די פיש האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי תורה אויף די פרשת השבוע,
דער רב שליט"א האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אמור אל הכהנים בני אהרן'
וואס די מדרש זאגט 'זה שאמר הכתוב יראת ה' טהורה עומדת לעד',
דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מ'דארף אפהיטן דעם דיבור אום שבת
קודש, ווייל אזויווי מ'זעהט ביי אהרן הכהן וואס איז געווען 'אוהב שלום
ורודף שלום', אז זיין דיבור איז מקויים געווארן ווען ער האט געזאגט פאר
ראובן אז שמעון וויל זיך איבערבעטן מיט אים, די זעלבע זאך ביום השבת
ווערן מקויים די דיבורים וואס מ'זאגט, ממילא טאר מען נישט רעדן קיין
דברים בטלים און שבת,
און אזוי אויך איז די דאווענען שבת מיט א אמת'דיגקייט, ווייל די דיבור
געשעהט, ווען מ'זאגט 'נפשנו חכתה לשם' איז עס מיט אן אמת, ווייל אפי' אן
עם הארץ איז אימת שבת עליו, און דאס מיינט א טעם אין א שבת, נישט די
דיפ'ס נאר די נשמת און די עבודת השבת, ממילא דארף מען זען צו לערנען שבת
פאר'ן דאווענען כדי צו קענען צוקומען צו דעם.
מיט כל מקדש האט דער רב שליט"א מכבד געווען דעם בעל אכסניא הרה"ח ר' ברוך
מרדכי אבערלענדער הי"ו חבר הנהלת הכולל,
דערנאך האט דער רב שליט"א פארציילט עובדות וסיפורים פונעם הייליגן
ראפשיצ'ער רב זי"ע בעל זרע קודש וואס די יארצייט געפאלט דעם קומענדיגן
זונטאג - י"א אייר.
מנוחה ושמחה האט דער רב שליט"א אליינס אנגעהויבן,
דערנאך האט דער רב שליט"א משמיע געווען דברי דרוש על הפרשה און געזאגט
נאך צוויי מהלכים אינעם אויבנדערמאנטן מדרש,
1) אז נדב ואביהוא זענען נפטר געווארן דורכדעם וואס זיי זענען
אויסגעגאנגען פון אהבה פאר'ן באשעפער, און ממילא דארף מען אייביג האבן
אביסל יראה כדי מען זאל נישט אויסגיין פון אהבה צום אויבערשטן,
2) אז מ'לערנט פאר'ן דאווענען, איז דאס שוין א חלק פון תפילה, אזויווי
ביי איינער פון די צדיקים וואס האט געזאגט פאר א איד אז ער זאל קומען צו
אים פאר'ן דאווענען, און ער איז געקומען אינמיטן לערנען, האט ער אים
געזאגט איך האלט שוין אינמיטן דאווענען,
דאס איז פשט אין מדרש, וויאזוי קען מען זוכה זיין צו יראת שמים, דורך
'עומדת' לשון תפילה.
דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט די באטע וואו עס זענען זיך צוזאמגעקומען
הונדערטער אנ"ש תושבי העיר זקנים עם נערים זיך אנצוווארעמען בקדושות
השבת,
דער רב שליט"א האט פאר א לענגערע צייט ממשיך געווען מיט ניגוני שב''ק
בדביקות עילאה,
ביים באטע האבן זיך באטייליגט צווישן אנדערע הגה"צ גאב"ד דקהילתינו
שליט"א, הגה"צ ר' יוחנן סג"ל וואזנער שליט"א - ראב"ד סקווירא, הגה"צ אב"ד
טריסק מאנטריאל שליט"א, הרה''ג ר' יחיאל מיכל מאסקאוויטש שליט''א - אב''ד מעליץ מאנטריאל, הרה''ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט''א - מו''ץ בק''ק סקווירא, און נאך פילע רבני ודייני העיר, דער רב שליט"א האט
מכבד געווען די רבנים מיט לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן מיט ברכות לרוב.
קה אכסוף: הגה''צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א – ראב"ד סקווירא,
ויהיו רחמיך: הרה"ג ר' משה ווערצבערגער שליט"א,
דערנאך האט דער רב שליט"א פארציילט נאך עובדות וסיפורים פונעם הייליגן
ראפשיצ'ער רב זי"ע,
דערנאך האט דער רב שליט''א מכבד געווען דודו הגה''צ גאב"ד דקהילתינו
שליט''א צו משמיע זיין דברי תורה, און דער רב האט משמיע געווען קורצע
דברי תורה און פארציילט עטליכע מעשיות פונעם הייליגן ראפשיצ'ער רב זי"ע
לרגל דעם יארצייט.
צמאה נפשי: הרה"ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט"א - מו''ץ בק''ק סקווירא,
ברכת המזון: הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א - דומ"ץ דקהילתינו הק'.
דערנאך האט מען אויפגעגעבן פירות,
דער רב שליט"א האט טועם געווען ווען בשעת מעשה האט דער ציבור געזינגען
ניגוני דביקות,
דער רב שליט"א האט פארטיילט פון די פירות פאר די פרישע חתנים החתן יואל
ב"ר ישכר בעריש גראס ני"ו, החתן דוב ב"ר יואל איצקאוויטש ני"ו, החתן יוסף
ב"ר יואל הכהן גאלדמאן ני"ו, החתן ישראל ב"ר יואל אקערמאן ני"ו, החתן משה
ב"ר יואל לאנדא ני"ו, החתן יואל הערש ב"ר משה נתן קטינא ני"ו, און זיי
אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט דער רב שליט"א פארטיילט פירות פאר די עסקני השבת מוה"ר יעקב
יושע פאלאטשעק הי"ו, און מוה"ר מענדל וואלף שטערן הי"ו, דער רב שליט"א
האט זיי באדאנקט און אנגעוואונטשן ברכות לרוב,
דערנאך האט מען פארטיילט פאר'ן גאנצן ציבור,
אז ביום השביעי: הרה"ג ר' מיכל מאסקאוויטש שליט"א,
מ'האט געענדיגט ארום 2:00,
און דער רב שליט"א האט פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית
האכסניא אין באגלייטונג פון פילע בחורי חמד וואס האבן זיך נישט געקענט
געזעגענען נאך אזא געהויבענע סעודה,
מען ארומגערעדט בדברי תורה וסיפורי צדיקים, און אין די קשיא וואס דער רב
שליט"א האט איבערגעלאזט פאר די בחורים פרייטאג.
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

= שבת קודש פרשת אמור [חלק ב'] ~ יום ג' של הנסיעה הרוממה לעיר מאנטריאל =
אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געגאנגען אין מקוה, דער רב
שליט"א האט זיך באנוצט מיט'ן פריוואטן מקוה בבית הרבני הנגיד ר' רפאל
הערצאג שליט"א.
ארום 9:20 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען אין חדר אהל שמעי' בבית
מדרשינו הגדול צום חברת תהלים פון די ילדי אנ"ש,
הר"ר מענדל גוטמאן שליט"א מנהל חברת תהלים האט אויפגעטרעטן מיט קורצע
ווערטער ארויסברענגענדיג פאר די קינדער די גרויסע זכיה וואס די גאנצע
קהילה האט דעם שבת אז דער רב שליט"א האט זיך מטריח געווען און געקומען
פראווענען א שבת מיט די קהילה און יעצט האבן די קינדער די זכיה אז דער רב
שליט"א וועט משמיע זיין דברי הדרכה וואס זיי וועלן מיטנעמען אויף א גאנץ
לעבן
דער רב שליט"א האט מיטגעזאגט א קאפיטל תהלים מיט די קינדער,
און דערנאך משמיע געווען קורצע דיבורים וואו דער רב שליט"א האט
ארויסגעברענגט די חשיבות פון תהלים, ובפרט דא וואס ס'איז די גרעסטע
מדריגה אין אלע דריי, עולם - ס'איז אין ביהמ"ד, שנה - ס'איז אום שבת און
נאכדערצו שבת צופרי, נפש - ס'איז תינוקות של בית רבן,
יעקב אבינו האט געזאגט תהלים די גאנצע צייט וואס ער איז געווען בבית לבן,
אבער שבת צופרי האט ער צוזאמגענומען די גאנצע משפחה צו זאגן תהלים,
און צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
אום 9:30 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת שחרית,
בעל תפילה פסוקי דזמרה: הר"ר מרדכי וועבערמאן שליט"א - מלמד במוסדותינו הק',
דער רב שליט"א איז צוגעגאנגען צו תפילת שחרית און פארגעזאגט הכל יודוך
פסוק בפסוק כמנהג סיגוט,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו - וומ"ס,
פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו - וומ"ס,
בעל קורא: הרב יצחק נח פערלמוטטער שליט"א,
כהן: הרה"ח ר' שלום שווארץ הי"ו,
לוי: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו - ראה"ק,
שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו - ק"י,
רביעי: הר"ר אהרן משה שווארץ שליט"א,
חמישי: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו - וומ"ס,
שיש: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
שביעי: הר"ר יחזקאל יואל סאמעט שליט"א - ק''י,
הוספות: הרה"ח ר' שלום אליעזר פרענקל הי"ו - גזבר קהילתינו הק' וומ"ס,
מו"ה וואלף סאמעט הי"ו - בעל ברית,
אחרון: הרה''ח ר' יוחנן מאנן הי"ו חבר הנהלת ישיבת דרך התורה - ק"י,
מפטיר: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו,
הגבה: הרבני הנגיד ר' יצחק צבי קליין הי"ו - וומ"ס,
גלילה: מוה"ר יושע הערש גאלדבערגער הי"ו חבר הנהלת ישיבת דרך התורה - ק"י,
בעל תפילה מוסף: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו,
פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' משה יודל גאלדבערגער הי"ו - וומ"ס,
מ'האט געענדיגט ארום 12:15,
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית מילה לבן הנולד אצל מו"ה וואלף סאמעט הי"ו,
דער רב שליט"א האט געזאגט די ברכות וקריאת השם,
און ווארעם אנגעוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן בעל ברית און פאר די זיידעס
הר''ר שלום יוסף סאמעט שליט''א-ק''י, הר''ר יחזקאל יואל סאמעט
שליט''א-ק''י, הר''ר מרדכי וועבערמאן שליט''א,
דערנאך האט דער רב שליט"א פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג לבית
האכסניא אין באגלייטונג פון צענדליגער אנשי שלומינו וואס האבן אויסגענוצט
יעדע רגע פונעם געהויבענעם שבת זיך אנצושעפן מבאר מים חיים,
מען האט ארומגערעדט סיפורים פון הרה"ק רבי ר' מענדעלע מ'רימינוב זי"ע און
נאך אסאך ענינים ומנהגים.
= סעודת יום שבת קודש =
די סעודת יום שבת קודש האט דער רב שליט"א געפראוועט בבית האכסניא
אינאיינעם מיט די חשובי ופני הקהילה און מיט די אורחים החשובים,
מיט ברוך ה' יום יום האט דער רב שליט"א מכבד געווען מוה"ר גדלי' אפפעל הי"ו משב"ק,
ברוך קל עליון: מוה"ר ארי' הערשקאוויטש הי"ו חבר הנהלת ישיבת דרך התורה - ק"י,
במשך די סעודה האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה וסיפורי צדיקים
מיט הרה"ג ר' אברהם מייזעלס שליט"א, צווישן אנדערע איבער די הלכות פון
'ותן ברכה',
דער רב שליט"א האט משמיע געווען קורצע דברי תורה,
מ'האט מאריך געווען מיט ניגוני שב"ק,
ברכת המזון: מו"ה ברוך זעלצער הי"ו איידעם פונעם בעל האכסניא,
ביים בענטשן האט דער רב שליט"א געזאגט דעם יהי רצון שלא יבוש בעל הבית.
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

= שבת קודש פרשת אמור [חלק ג'] ~ יום ג' של הנסיעה הרוממה לעיר מאנטריאל =
אום 7:10 איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען צום שיעור פרקי אבות
בהיכל בית מדרשינו הגדול די בהמ''ד איז געווען פול מן הקצה אל הקצה מיט
הונדערטער אידן תושבי העיר פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע זענען
געקומען לשמוע את דבר ה',
דער רב שליט"א האט געטייטשט עטליכע טייטשן משולב מיט דברי אגדה ומוסר,
'כל ישראל יש להם חלק לעולם הבא' - מ'זאגט אז ער 'האט שוין' א חלק, ווייל
ווען א מענטש האט שוין עפעס, וויל ער עס נישט פארלירן.
'ועמך כולם צדיקים לעולם יירשו ארץ' - דער רב שליט"א האט פארציילט א מעשה
פון א שוואכע איד וואס האט זיך געלאזט הרג'ענען על קידוש השם, און
געטייטשט אז קרקעות אפי' יעצט איז עס נישט גוט, קען עס ווערן גוט, די
זעלבע זאך איז מיט אידן, אפי' זיי פירן זיך נישט אויף ווי ס'דארף צו
זיין, קומט אבער ארויס די אמת'דיגע נקודה.
'נצר מטעי מעשה ידי להתפאר' - אויב מ'זאגט בטעות 'ותן טל ומטר' דארף מען
איבער דאווענען, אפי' א ברכה לבטלה איז גאר הארב, זעהט מען אז א איד'ס
תפילה האט א שטארקע כח אין הימל, ממילא ווען מ'שטעלט זיך דאווענען זאל
מען וויסן אז מ'איז ווערד.
'הוי מתפלל בשלומה של מלכות' (פ"ג מ"ב)
א) ווען מען טרעט אויס ביי שמו''ע עושה שלום מיינט נישט אז מ'האט שוין
געענדיגט דאווענען, אפילו 'בשלומה של מלכות' זאל מען נאכאלץ מתפלל זיין.
ב) איינער פון די צדיקים וואס האבן מספיד געווען פראנץ יאזעף, האבן
גערעדט פונעם אויבערשטן, אפי' ווען דו רעדסט 'בשלומה של מלכות' זאל מעו
מתפלל זיין צום אויבערשטן.
ג) ס'איז דא צוויי קליפות, מחלת און לולית, ווען ס'איז דא א פירוד צווישן
זיי, האבן זיי נישט קיין שליטה,
װען מ'לערנט תורה אפי' אויב זיי זענען בשלום האבן זיי נישט קיין שליטה,
אפילו 'בשלומה של מלכות' קען מען נאכאלץ מתפלל זיין, דורכדעם וואס
מ'לערנט פאר'ן דאווענען.
דער רב שליט"א האט ארומגערעדט איבער פילע ענינים וואס זענען נוגע פאר
אברכים, בעלי בתים, בחורים, צווישן אנדערע איבער:
- לערנען פאר'ן דאווענען, ביים זיידן ז"ל דער ברך משה איז נישט געווען
אזא זאך א טאג וואס ער האט נישט געלערנט פאר'ן דאווענען,
ס'האט אים זייער געבאדערט ווען ער האט געהערט אז א טאג נאך שבעה עשר
בתמוז איז נישט געווען קיין פארטאגס סדר אין ישיבה.
- קביעות עתים לתורה, אידן בעטן 'אבינו מלכינו כתבינו בספר זכיות', אבער
אויב מ'שרייבט זיך איין אין חבורת יסודי התורה צו תורתך שעשועי וכדו' און
מ'לערנט עס נישט, קומען נישט די השפעות ח"ו, ווייל דער אויבערשטער זאגט
'דו ביסט איינגעשריבן אינעם ספר זכיות', אבער זיין איינגעשריבן מײנט ביי
דיר גארנישט.
- שמירת עינים, א ראיה אסורה גייט אזוי ווייט, אז אפי' אברהם אבינו און
אפי' ביי זיך אין געצעלט, שטייט 'וישא עיניו', ער האט אויפגעהויבן די
אויגן, ווייל אפי' דארט האט ער זיך געהיטן,
כ"ש וכ"ש אין די מאנטריאל'ע גאסן וואס זענען פול מיט ראיות אסורות,
דער רב שליט"א האט פארציילט אז הרה''ק ר' אהרן ראטה זי"ע בעל שומרי
אמונים האט געזאגט אז ער האט קונה געווען קדושה אין די פעסט'ע גאסן,
ווייל ער האט געהאט נסיונות און ער איז עס בייגעשטאנען, די זעלבע זאך קען
מען זאגן אויף מאנטריאל.
- ציונות, דער רב שליט"א האט גערעדט איבער דעם וואס א בעלזא יונגערמאן
האט ה' אייר אויסגעלאזט די הויכע שמו"ע מיט'ן נוסח פון הלל ביי אונז אין
ביהמ"ד בײ איינע פון די שפעטע מנינים, דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט
אז אפי' יענער האלט נישט אז ציונות איז א פראבלעם,
אבער ווען מ'מאכט ווען חוזק פון די יסורים וואס די אידן אוישוויץ האבן
געהאט, וואלט מען פארשטאנען אז יענער איז א רוצח, די זעלבע זאך דא וואס א
צדיק אמת האט 'געבלוטיגט' אויף דעם, וויאזוי קען א איד קומען און מאכן
ליצנות,
דער רב שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מ'דארף זיך מחזק זיין צו זיין פעסט
און קלאר אין די שיטה הברורה קעגן ציונות, אזוי וועט יעדע פרעמדע איד
וואס קומט אריין דא אין ביהמ"ד פילן אז מיר 'בלוטיגן' אקעגן ציוניזם, און
מ'וועט מער נישט טוהן אזא זאך.
- קהילתינו הק', רב שליט''א האט ארומגערעדט בשבח פון די חשובע קהילה וואס
מ'האט געזעהן אין די לעצטע צוויי טעג די דערהויבענע יונגעלייט וואס די
קהילה פארמאגט, און די חשוב'ע בחורים וואס האבן אראפגעלייגט אזא עבודת
התפילה, און במשך שבת האבן צענדליגער בחורים געברענגט תירוצים אויף די
קשיא וואס מ'האט געפרעגט פרייטאג,
און א יונגל איז נעכטן צוגעקומען בעטן אז מ'זאל פרעגן א קשיא אויך פון די
קינדער, מ'זעהט די שטארקע שאיפות פון די חברי הקהילה וכו'.
און דער רב שליט"א האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.
מען האט געענדיגט ארום 8:10,
און דער רב שליט"א איז אריין בחדר הפרטי.
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

= שבת קודש פרשת אמור [חלק ד'] ~ יום ג' של הנסיעה הרוממה לעיר מאנטריאל =

אום 8:15 איז דער רב שליט"א אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו תפילת מנחה,
בעל תפילה: מוה"ר נפתלי פאללאק הי"ו,
ביים ליינען זענען נתכבד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' נחמן יאקאב הי"ו,
בעל קורא: מוה"ר יחיאל קליין הי"ו
כהן: מוה"ר שמעון ישראל כהנא הי"ו,
לוי: מוה"ר נפתלי פאללאק הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי"ו,
הגבה: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
גלילה: מוה"ר ברוך משה ראזענבערג הי"ו.

נאך תפילת מנחה האט זיך דער רב שליט"א געוואשן צו שלש סעודות,
מען האט געזינגען די זמירות שלש סעודות,
מיט אודה האט דער רב שליט"א מכבד געווען הרה"ח ר' יצחק פרענקל הי"ו,
שיר המעלות: הרה"ח ר' ישראל הערשקאוויטש הי"ו,
מען האט מאריך געווען מיט ניגוני התעוררות ודביקות וניגוני אהבת התורה פאר א לענגערע צייט,
נאכן זמן ר''ת איז אנגעקומען הגה''צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט''א אב''ד ראשית חכמה, דער רב האט אים ווארעם באגריסט און מכבד געווען מיט לחיים,
דערנאך האט דער רב שליט"א געזאגט שלש סעודות תורה בהתעוררות רב ובבכיות עצומות,
דער רב שליט"א האט זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק 'אמור אל בני אהרן הכהנים, ואמרת אליהם לנפש לא יטמא בעמיו', און נאך דקדוקים בפסוקי ומדרשי הפרשה,

דער רב שליט"א האט ארומגערעדט פילע עניני תשובה ותיקון המעשים, צווישן אנדערע איבער:

'תפילה בלי כוונה כגוף בלי נשמה', און די חיצונים האבן א יניקה פון דעם, ס'איז דאך אבער זייער שווער היינטיגע צייטן מצמצם צו זיין די כוונה,
די איינציגסטע עצה צו דעם איז אז מ'זאל דאווענען מיט מנין, וואס מנין קען מחי' זיין אפי' א טויטע זאך, אזויווי די ערוגת הבושם האט געזאגט אז לופט פון א איד ברענגט חיות, ממילא אז ס'איז דא מנין, איז דא לופט פון א איד, איז דא חיות,
אבער דאס איז נאר אויב מ'דאווענט אין ביהמ"ד מיט'ן ציבור, אויב מ'גייט ארויס, בלייבט די תפילה טויט בלי כוונה,
דאס איז פשט אין רש"י 'בעוד שהמת בתוך עמיו' - נאר ווילאנג מ'איז אין ביהמ"ד, 'יצא' - אויב מ'איז ארויסגעגאנגען, 'מת מצוה' - בלייבט עס טויט.

דער רבינו תם האלט אז א כהן וואס איז שוין ממילא טמא געווארן, מעג זיך שוין נאכאמאל מטמא זיין, ס'איז שוין נישט דא קיין דין טומאה בײ אים, אבער דאס איז נאר ביי טומאת כהנים, אבער ביי א איד אפי' ער איז שוין נכשל געווארן היינט אין א ראיה אסורה, איז נישט דא אזא זאך אז די היינטיגע טאג איז שוין פארפאלן, 'מיין נשמה איז שוין פארפאלן',
ס'איז נישט דא קיין שום היתר צו טוהן נאך עבירות, א נשמה פון א איד ווערט קיינמאל נישט בטל,
דאס זאגט די מדרש, ביי יראת שמים איז נישט אזויווי ביי א כהן, נאר ס'איז 'עומדת לעד', אפי' מ'האט שוין געזינדיגט,
וויאזוי א איד זעהט נאר נישט אױס, זיין נשמה בלייבט הייליג, מ'קען עס אויסרייניגן, מ'קען האבן א תיקון, דער זעלבער באשעפער וואס האט געזאגט אז א איד קען פארדארבן, איז אויך א 'נותן יד לפושעים', 'עד יום מותו תחכה לו לתחיה', א איד טאר נישט אויפגעבן אויף זיך.

די עבירות פון א מענטש ווערן איינגעקריצט אין זיינע ביינער, מ'איז אליינס עדות אויף זיך, און דער דין איז אז עדות דארפן שטיין,
די יראת שמים פון די כהנים איז געקומען ווייל זיי האבן מורא געהאט פונעם יום הדין וואו מ'גייט דארפן עדות זאגן אויף זיך אליינס,
דאס איז פשט אין מדרש 'יראת ה' טהורה' - די יראת שמים פון די כהנים איז געקומען, 'עומדת' - מ'גייט דארפן שטיין, 'לעד' - עדות צו זאגן אויף זיך אליינס.

אמאליגע צייטן איז געווען צדיקים וואס האבן ארויסגעהאלפן אין עבודת השם, אזויווי ס'שטייט 'הבא ליטהר מסייעין אותו' בלשון רבים,
אבער אפי' אינעם היינטיגן דור, וואס ס'איז נישט דא אזעלכע צדיקים, אונז געדענק מיר שוין נישט וויאזוי א ראש השנה קוקט אויס, וויאזוי א שובבי"ם קוקט אויס, אבער דער אויבערשטער איז נאך דא, און דער אויבערשטער העלפט צו, וויאזוי מ'זעהט נאר נישט אויס, אויפ'ן אויבערשטן קען מען זיך אלעמאל פארלאזן,
דאס איז פשט אין די מסורה, 'אין זכרון לחכם' - ס'איז שוין נישט דא קיין צדיקים, 'אין זכרון לראשונים' - אונז געדענק מיר שוין נישט וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן אמאל א ראש השנה, שובבי"ם וכדו', אבער 'זכרון תרועה' - דארף מען אבער געדענקן אז 'השם אלקיו עמו ותרועת מלך בו'.

רבינו הקוה"ט בעל דברי יואל זי"ע זאגט אז פון דעם פרשה זעהט מען א מורא'דיגע חיזוק, ווייל די דיני טומאה פאר די כהנים גייט אן בזמן הזה ווייל 'מהרה יבנה בית המקדש'.
א זאך וואס האט געהאט א קדושה בלייבט אייביג די קדושה אויפ'ן זעלבן פלאץ, אזויווי דער ייטב לב זאגט אז וועגן דעם האט דער אויבערשטער חרוב געמאכט און אויפגעבויט דעם ביהמ"ק מער ווי איין מאל,
דאס איז א חיזוק פאר א יעדן איד, ווייל דער ישמח משה זאגט אז יעדע איד איז געבוירן געווארן מיט אמונה שלימה און יראת שמים, און מ'זעהט ביים ביהמ"ק אז די קדושה בלייבט אויפ'ן פלאץ וואו ס'איז געווען,
דאס איז פשט אין מדרש, 'יראת ה' טהורה עומדת לעד', פון די פרשה פון די כהנים זעהט מען אז א קדושה בלייבט אויפ'ן זעלבן פלאץ פאר אייביג, און די זעלבע זאך איז מיט יראת שמים.

אבער מ'דארף מתפלל זיין אויף דעם, 'עומדת' איז א לשון תפילה, מ'דארף מתפלל זיין אז די 'יראת השם' זאל טאקע זיין 'לעד', און אז ס'זאל זיך האלטן ביי די קינדער און אייניקלעך אין דעם שווערן דור וואס מ'לעבט היינט.

דער רב שליט"א האט צוגעענדיגט מיט ברכות לרוב.

ידיד נפש: מוה"ר יחיאל קליין הי"ו,
קל מסתתר: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו,
ברכת המזון: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבהת הכוס: דומ"ץ דקהילתינו הק'.

דערנאך האט מען געדאווענט תפילת מעריב,
בעל תפילה: הרה"ח ר' ישראל בלייער הי"ו
נאך תפילת מעריב האט דער רב שליט"א געציילט ספירה פאר'ן עמוד בהתלהבות אש קודש,
מ'האט געענדיגט ארום 11:00,
און דער ציבור איז אריבערגעגאנגען זאגן א גוטע וואך,
דערנאך האט דער רב שליט"א פארלאזט דעם בנין הביהמ"ד אויפ'ן וועג אהיים לבית האכסניא.

א גוטן טאג.
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

הגה''צ אבדק''ק ור''מ שליט''א אויף א באזוך ביי דודו הגה''צ גאב''ד דקהילתינו שליט''א פארגאנגענעם ערב שבת קודש נאכמיטאג
פיילס
IMG_4931.JPG
IMG_4931.JPG (104.76 KiB) געזען געווארן 908 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

אנשי שלומינו באגלייטן ארויס הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א מוצאי שבת קודש נאך סעודת רעוא דרעווין.
פיילס
IMG_5299.JPG
IMG_5299.JPG (203.83 KiB) געזען געווארן 905 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

הגה''צ אבדק''ק ור''מ שליט''א ביים זיך אומקוקן אויפן גאנצן בנין הביהמ"ד,
פארגאנגענעם זונטאג נאך תפילות שחרית און בייגלייטונג פון די ראשי ועסקני הקהילה.
פיילס
IMG_8864.JPG
IMG_8864.JPG (206.74 KiB) געזען געווארן 896 מאל
IMG_8857.JPG
IMG_8857.JPG (193.51 KiB) געזען געווארן 896 מאל
IMG_8864 (1).JPG
IMG_8864 (1).JPG (206.74 KiB) געזען געווארן 896 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

הגה''צ אבדק''ק ור''מ שליט''א ביים דרשות פתיחת הזמן בהיכל הכולל פארגאנגענעם זונטאג נאכמיטאג.
פיילס
IMG_8924 (1).JPG
IMG_8924 (1).JPG (250.77 KiB) געזען געווארן 894 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים אסיפה נחוצה וכינוס כללי פאר כלל אנשי שלומינו חברי קהילתינו הק' בעיר מאנטריאל פארגאנגענעם זונטאג אויפדערנאכט בהיכל בית מדרשינו הגדול.
פיילס
IMG_9100.JPG
IMG_9100.JPG (217 KiB) געזען געווארן 891 מאל
IMG_9111.JPG
IMG_9111.JPG (219.16 KiB) געזען געווארן 891 מאל
IMG_9130.JPG
IMG_9130.JPG (231.24 KiB) געזען געווארן 891 מאל
אוועיטער
א חסיד פון רב
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 210
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:22 pm
x 420

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך א חסיד פון רב »

א חסיד פון רב האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 3:40 pm הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביים אסיפה נחוצה וכינוס כללי פאר כלל אנשי שלומינו חברי קהילתינו הק' בעיר מאנטריאל פארגאנגענעם זונטאג אויפדערנאכט בהיכל בית מדרשינו הגדול.
פיילס
IMG_9093.JPG
IMG_9093.JPG (181.16 KiB) געזען געווארן 890 מאל
IMG_9176.JPG
IMG_9176.JPG (263.54 KiB) געזען געווארן 890 מאל
IMG_9177.JPG
IMG_9177.JPG (255.65 KiB) געזען געווארן 890 מאל
אוועיטער
פארק שול
פרישער באניצער
פאוסטס: 88
זיך איינגעשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 6:14 pm
Location: Montreal
x 247

Re: שבת התרוממות פ' אמור אין מאנטריאל - אב"ד סאטמאר (מהר"א) וומס"ב

פאוסט דורך פארק שול »

לאקאלער רב האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:38 pm
א חסיד פון רב האט געשריבן: מוצש"ק מאי 18, 2024 11:54 pm
ארום 8:30 איז דער רב שליט"א אריבער אויף א באזוך לבית הרה"ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט"א דומ"ץ קהילתינו הק',
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די שוועריגקייטן אפצוהיטן די קינדער אין די מאנטריאל'ע גאסן וואס זענען פול מיט ראיות אסורות,
א שאלה וואס קומט באמת נישט דא אריין, אבער איידי דמינקרא אימא בה מילתא.

איך האב שוין אסאך געהערט וועגן די געפערליכע מאנטריאל'ע גאסן, איך האב מיר אלץ פארגעשטעלט אז מען רעדט איינס ערגער פון מאנהעטן אדער די זעלבע שטאפל.

ביז עס איז מיר אויסגעקומען צו זיין אמאל אין מאנטריאל פאר א שמחה, איך זעה בכלל נישט וואס מען רעדט חוץ פון די צענטראלע פארק עוו. וואו יעדער חסידישער אינגערמאן און בחור ווייסט אוועקצושטיין, אדערווייס זעהט מען כמעט נישט קיין גוים אויף די היימישע גאסן.

איז דען נישט אונזער היימישע וויליאמסבורג 10 מאל ערגער?

(איך מיין גארנישט ארויסצוברענגען אויף למעשה, דשאסט עסקינג)
פארק עוועניו איז א היינט מער ווי 50% אידישע געשעפטן, דער גאס פון בית המדרש איז היינט באוואונט מיט פילע חרדישע משפחות.
די 2 גאסן וועט אין די נעקסטע 5 יאר ווערן א שטייגער ווי 13'טע און פלאשינג עוועניו
איך שרייב סך הכל מיין מיינונג, לאו דווקא געבויט אויף קלארע פאקטן.
אבער עס איז דא 1% טשענס אז איך בין גערעכט
שרייב פאוסט