דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443

פשוט כפשוטו
עס קומט כסדר אויס צו דארפן אויפטרעטן ברבים, צו ביי אן אייגענע שמחה, צו ביי א סיום, פירן א שבת טיש און מען דארף זאגן תורה, דער זיידע הייסט רעדן ביי די שבת התוועדות וכדו'.
אזוי אויך בעלי בתים וואס קומט אויס פארצולערנען שיעורים, צו גמרא, צו חומש רשי, חסידישע ספרים אדער הלכה אין מקצועות אין וואס מען איז אויסגעקאכט.
וועט דא דינען אלס פלאץ וואו דער ציבור וועט אריינקומען מיט טיפס און איידיעס ווי אזוי זאכן זאלן ארויסקומען גוט און געשליפן ערבים להשומעים בס"ד.

דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.

Re: ביים מייקרעפאן - טיפס און הדרכה פארן אויפטרעטן ברבים.
איין קליינע טיפ. נישט פארשרייבן די פונקטליכע ווערטער נאר די געדאנק וואס מען וויל ארויסברענגען. די ווערטער וועלן קומען נאטורליך ביים רעדן
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443
דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פארן אויפטרעטן ברבים.
קוק מיך נישט אן ווי א נאר וואס עפנט אן אשכול אומזיסט...
קודם וועט מען קאפירן די אייגענע תגובות פון א פארשטופטע אשכול אויף אייוועלט
און נאכדעם וועט מען עס אי"ה שיין דערברייטערן אינאיינעם
אבער נישט יעצט ווייל עס איז טויט שפעט...
קודם וועט מען קאפירן די אייגענע תגובות פון א פארשטופטע אשכול אויף אייוועלט
און נאכדעם וועט מען עס אי"ה שיין דערברייטערן אינאיינעם
אבער נישט יעצט ווייל עס איז טויט שפעט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
אקעי
גיימער קאפירן פון דארט
און נאכדעם גיימער בס"ד גיין ווייטער
ובזה החלו בס"ד
----------------------------------
ווי דער קעפל, גייט מען דא בס"ד דיסקוסירן און זיך ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן בעניני רעדן ברבים און געבן דרשות
עטליכע הקדמות
איך בין נישט קיין בעל דרשן, זייער זעלטן וואס איך טרעט אויף, אמאל אמאל אויף שבת שבע ברכות אויב מיין טאטע הייסט, און אפשר נאך איינצעלנע מאלן א יאר פאר גאר קורצע אויפטריטן, דעריבער זענען מיינע ווערטער קיינעם נישט מחייב.
איי וועסטו פרעגן פארוואס שרייבסטו בכלל?
דער תשובה איז, אז כ'בין פשוט אינטערן רושם נאכן הערן דעם חול המועד עטליכע גאר רייכע שמועסן מיט לאנגיעריגע בעלי דרשנים, און איך האלט אז עס איז א שאד אז דער עולם דא זאל נישט הנאה האבן, ובפרט אז מיר האבן שוין בעבר געהאט די זכיה צו שרייבן אינעם אשכול "ארויף אויפן טיש" איבער רעדן ווערטליך און בדחנות, איז "דער אפעטיט קומט מיטן עסן", דעריבער עמער בס"ד אראפלייגן טיפס וואס כ'האב געהערט אויף יענע שמועסן, ווי אויך סתם אזוי טיפס וואס מען הערט דא און דארט, און האפענטליך וועט עס זיין לתועלת פארן חשובן ציבור דא.
און אדרבה! זאל דער עולם אריינקומען קלאר מיט זייער עקפיריענס און בליק אויף די נושא! אזוי וועט עס בס"ד דערברייטערט ווערן בדיבוק חברים און יעדער וועט הנאה האבן אי"ה.

א דרשה ביי א שבע ברכות, בר מצוה וכדו'
תוכן הדברי תורה
לויט הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א איז אזא דרשה אין א געוויסע זין די שווערסטע זיך צוצוגרייטן, ווייל עס דארף זיין א רעיון וואס זאל זיין גענוג געשמאק און קולע אל השערה אז דער עולם זאל האבן נערוון צו אויסהערן, היות דער ציבור בעלי בתים וכדו' האלטן נאך אן אויסגעהארעוועטע טאג ארבעט, זיי ווילן יעצט אינדזשויען צו פארברענגען מיט די געשוויסטער, און רילעקסן אביסל, זיי האבן יעצט נישט קיין נערוון צו קיין דרשות, דעריבער דארף מען טרעפן א גוטע געדאנק, גוט אראפגעלייגט אז עס זאל כאפן דעם ציבור און זיי זאלן אויסהערן עכת"ד.תוכן הדברי תורה
מאידך גיסא, אני הקטן להגדיל הטראסק האב שוין די מהלך פון הרה"ח ר' מאיר מרדכי בערקאווויטש הי"ו כדלקמן
דרשה> תוכן הדברי תורה של הדרשה
אויך פון פמ"מ הר"ר מאיר מרדכי שליט"א
האט ער געזאגט "אינגעלייט קומען צו מיר פרעגן, ווי אזוי זאגסטו אזעלכע גוטע דרשות?, האט ער ג'ענטפער'ט, ווען דו דארפסט רעדן ביי א שלושים סעודה, קוק נישט אין דרשות חת"ס ביי די הספדים, דו זאג נאך די ווארט וואס דו האסט נאכגעזאגט ביים שבת טיש, וואס דו קענסט גוט און פליסיג נאכזאגן, עס אריינבלענדן איז שוין די גרינגסטע זאך. עכ"ד
און איך וועל צולייגן, עס מוז נישט זיין קיין תורה, קענסט נאכזאגן פון די בלאט גמרא וואס דו האסט היינט געלערנט, פון די שו"ע וואס דו האסט פריער געלערנט וכו'
דער טיפ האט מיר זייער פארגרינגערט, און היינט צוטאגס ווען איך דארף אויפטרעטן (זייער זעלטן טאקע) - סיום, שבע ברכות, יארצייט וכדו' האב איך ב"ה זייער א גרינג פעלד בס"ד
און אדרבא! טריי עס אליינס אויס!!!
נעם א פסוק אדער חסידיש ווארט אדער עניטינג תורה, נעם א מעמד וואו דו ווילסט רעדן און פרוביר עס צו צאמבלענדן, וועסטו זעהן וואו גרינג עס איז!!!
און למשל ווען אויף א סעודת ברית קומט אויף די פסוק, והייתם משוגע, קענסטו ארויסברענגען דעם אוה"ח אז ווען א מענטש וואלט ווען געוויסט די זיסקייט פון תורה וואלט מען ווען געווארן משוגע פאר זיסקייט, נו! באקאנט אז נאר א גע'מל'עטער קען משיג זיין תורה, א גוי קען שטודירן תורה אבער נישט משיג זיין און לערנען תורה, וועט דאך דער רך הנימול אויסשטייגן אלס ת"ח און שפירן א זיסקייט אין תורה, זאל דער אייבערשטער טאקע העלפן וכו'
און אזוי ווייטער
אויף א סיום מס' באציט מען זיך אויף אשמנו בגדנו - נו אבער תורה איז דאך מכפר, וכו'
און צומאל ווען דער מאמר איז פונקט די היפך קען מען אויספירן "דאס איז געזאגט געווארן ווען מען איז נישט ערליך, אבער פארקערט איז דאך מדה טובה מרובה וכו'
תן לחכם ויחכם עוד
---------------------------------------------------------------------------------------------
א איד האט עס קלאר מגדיר געווען
דער עיקר ציל פון דיין דרשה איז דאך נישט דעם דבר תורה, איא? מען האט דיך נישט גערופן אויף קיין שיעור אין השקפה, גמרא, אדער הלכה, ריכטיג?
דיין אויפטרעטן איז בסך הכל די צווייטע חלק פון דיין דרשה, דעם 'לענינינו'... מיר שטייען דא ביי א סעודת ברית/שבע ברכות/ הכנסת ספר תורה/ פסח/ פרשת ויקהל/ שלושים סעודה/ הכרת הטוב וכו'
אודה ה' מאד בפי אז דער באשעפער האט מיר געגעבן די זכיה אריינצוברענגען מיין זון לעול התורה והמצוות וכו' / מיר שטייען דא ביי די שלושים סעודה פון זיידי ז"ל, ווער עס האט אים געקענט איז מעיד וכו' / אונז זענען זיך צאמגעקומען צו שאפן געלט פארן מוסד עץ לשיניים בעט מען דעם ציבור וכו'
סאו די ערשטע חלק פון די דרשה מוז נישט זיין עפעס קולע אל השערה, די דבר תורה איז בסך הכל ווייל א איד הייבט נישט אן קיין דרשה אן קיין דבר תורה, אלזא איז דער עיקר אז זאלסט נישט קעקעצן און זיך פארהאנקערן, און עס אריינבלענדן אינעם לענינינו כנ"ל - וועגן דעם נעם דאס וואס דו קענסט נאכזאגן פליסיג, אזוי וועט עס זיין מיט הצלחה בס"ד און דארפסט נישט מאכן קיין 10 שעה'איגע הכנות פאר א דרשה פון 10 מינוט פאר 15 משתתפים.
עס לוינט נישט די קאפוויי און שברון לב, פחדים און אוסידיס, פאר א דרשה וואס קיינער קוקט נישט ארויס דערויף, און זיי גייען עס נישט געדענקן 2 טאג נאכדעם, נאר די דרשה ווערט געזאגט פונקט ווי עס דארף זיין א לעפל אויפן טיש דארף זיין א דרשה אויפן טיש
בקיצור: איך בין נישט קיין שרייבער - אבער פארשטייסט וואס איך ברענג ארויס, איא?
-----------------------------------------------------------------------------------------------------------
זאגט מיר מיינס א חבר אז דאס איז גוט פאר איינער וואס איז נישט קיין רעדנער
אבער איינער וואס איז יא א רעדנער דארף קענען אראפלייגן א WOW דרשה, א אפענע סתירה! צולייגן די סתירה, און דאן קומען מיט א הפלא'דיגע תירוץ וואס מיט דעם ברענגט מען ממש ארויס די צוזאמקום אז מען זאל ניטאמאל קענען חלומען אז עס איז שייך צו זאגן אן אנדערע דרשה ביי די מעמד, ווייל 'די' נקודה האט דאס די שענסטע ארויסגעברענגט.
און דער ציבור ווערט געבעטן אריינצוקומען, אזוי וועט עס זיין קאלערפול בס"ד!!!
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
א דרשה ביי א בר מצוה, שבע ברכות וכדו'
ווילאנג זאל עס נעמען?
ביי א געווענליכע שבע ברכות וכדו' זאגט הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א אז אויב דו ביסט א פלעינער מענטש וואס דארף אויפטרעטן ווייל עס דארף זיין א דרשה, און דו ביסט דער כולל אינגערמאן, טאטע, זיידע, אדער רב וואס קומט באשיינען די שמחה, און עס פאסט אז זאלסט רעדן - דאן איז 7 מינוט פערפעקט, אני הקטן וואלט ווען געזאגט צווישן 7 און 10 מינוט, אויף דעם זאל מען צילן, אזוי אז אויב דער 'לענינינו' פארציעט זיך זאל עס נישט זיין מער פון 12-13 מינוט.ווילאנג זאל עס נעמען?
כמובן אז ווען די דרשה מיינט יא די דרשה צב"ש, מען זוכט אנצופילן די ליידיגע צייט, אדער מען וויל אויסשמועסן אן אינטערעסאנטע נושא, דערציילן סיפורים אדער א דורכגאנג און מען איז מאריך מיט מציאות הדבר וכדו' איז דער כלל אנדערש, אבער בכל אופן דארף מען פרובירן נישט צו מאריך זיין.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
א דרשה ביי א בר מצוה, שבע ברכות וכדו'
סדר הדרשה
סדר הדרשה
הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א האט ארויסגעברענגט אז אזא סארט דרשה איז איינגעטיילט אין 3
די ערשטע מינוט איז אן התחלה
דהיינו "ברשות דער רב זאל זיין געזונט וועל איך זאגן אפאר ווערטער לכבוד המאורה, עס שטייט אין עלי שושנים וכו'
"דער טאטע זאל זיין געזונט האט מיר געבעטן צו זאגן אפאר ווערטער לכבוד די שמחה, דעריבער עמער רעדן אפאר דיבורים, באמת געפונט מען אין די וואכעדיגע סדרה א גרויסע הימל שפאלטנדער סתירה וכו'"
"מיר שטייען דא ביי די שלושים סעודה פון זיידי, כ'האב געקלערט צו זאגן א פאסיגע געדאנק וואס כ'האב פונקט געזען אין באר מים חיים פרשת ויצא וכו'"
אבער די התחלה זאל נישט נעמען מער פון 1 מינוט, דזשאסט אדרעסירן די מעמד וכדו' און נישט מאריך זיין נאר גראד אנהייבן מיטן דבר תורה.
לא איש דברים אנכי
הרה"ג ר' וואלף אהרן טעללער שליט"א, און הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א האבן ביידע שטארק ארויסגעברענגט בגנות פון זאגן לא איש דברים אנכי, הלמאי, אויב דו קענסט נישט רעדן לייג אראפ די מייק! רעד נישט!, און געווענליך גייט דאך די לא איש דברים אנכי כ'האב מיך נישט צוגעגרייט, מיט א גאנצע הויפן צעטלעך..., איינער האט זאגאר פארציילט ווי א געוויסער באלעבאס האט אויפגעטרעטן ביי א געוויסע מעמד אלס אורח הכבוד, נאכן מאריך זיין 8 מינוט מיט א גאנצע פילפול צו ער האט יא געדארפט אננעמען דעם אויפטריט צו נישט האט ער שוין באקומען א צעטל אז די זייגער רוקט זיך און ער זאל זעהן צו מסיים זיין... ער האט נארוואס אנגעהויבן די תוכן הדרשה אליינס און ער האט שוין געמוזט מסיים זיין...
אני הקטן להגדיל הטראסק פיל מיך יא קאמפטעבל אז איך מאך דעם דיסקלעימער פון לא איש דברים אנכי, אזוי אז דער ציבור זאל נישט האלטן אז איך בין א רעדנער און נאכדעם ווען די דרשה איז נישט געלונגען ווי ערווארטעט זאל איך זיין א פלאפ, אזוי געב איך א דעקלער אז איך בין נישט קיין רעדנער, און יעדע ווארט וואס איז יא ארויסגעקומען קלאר איז א פלאס, אבער מאריך זיין אין די נושא מאכט זיכער זייער אן אומגעשמאקן איינדרוק.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
א דרשה ביי א בר מצוה, שבע ברכות וכדו'
סדר הדרשה
סדר הדרשה
אויבן האמער דערמאנט איבער די התחלה פון מיר שטייען דא וכו' עיי"ש
די צווייטע חלק פון די דרשה
איז די דבר תורה, געווענליך פאר א קורצע דרשה איז איין רעיון/ געדאנק/ תורה'לע פונקט גענוג, כמובן אז בדרך כלל איז עס מער אינטערעסאנט אויב עס קומט מיטן פארלייגן די פסוק, פרובירן צו מסביר זיין די פסוק על פי פשוטו, דאן פארלייגן די קשיא, און אויספירן מיט די תירוץ, א פשוטע קליינטשיגע מימרא פון איין אדער 2 זאצן איז בדרך כלל נישט גענוג, (חוץ אויב דער מגיד איז באשאנקען מיט די מתנה פון הימל צו נעמען א זאץ פון 4 ווערטער און מאכן דערפון א גאנצע דרשה און מאלן וואסער פאר א דרייפערטל שעה - אבער דא רעדט מען בדרך כלל) אויב עס איז א שיינע תורה, אדער אינטערעסאנטע געדאנק וואס נעמט אויף בערך פינעף מינוט צו זאגן, איז עס פערפעקט.
בדרך כלל איז איין רעיון פונקט גוט פער דרשה, 2 איז שוין בדוחק, חוץ אויב עס איז ממש געקניפט אין געבינדן, אבער בכלליות האלט דיך צו איין 5 מינוטיגע תורה'לע אדער געדאנק.
די דריטע חלק
איז די חלק הסיום דעם 'לענינינו', מען איז מסיים דעם דרשה מיט "לענינינו, אונז שטיי מער דא ביי א סעודת סיום אויף מסכת בבא קמא, ווי געשמועסט איז משה רבינו געווען אזא עניו אז ער האט געהאלטן אז ער וואלט געקענט זיין אסאך העכער לפי מדריגתו, איז אוודאי אז מען האט געקענט ענדיגן אזא שווערע און לאנגע מסכת איז דאס מחייב צו גיין ווייטער און ווייטער מיט א געשמאק, זאל דער באשעפער העלפן אז מיר זאלן אלע זוכה זיין ללמוד וללמד צו ענדיגן נאך מסכתות און זוכה זיין צו אלע השפעות טובות עד ביאת גוא"צ בב"א"
אדער "לענינינו, אונז שטיי מער דא ביי די שבע ברכות וואס טאטי מאכט, ווי געשמועסט איז משה רבינו געווען אזא עניו אז ער האט געהאלטן אז ער וואלט געקענט זיין אסאך העכער לפי מדריגתו, נו! אז מען שטייט דא נאך אזא געהויבענע חתונה, וועט מען אוודאי גיין ממדריגא למדריגא אז דער חתן וועט אויפשטעלן א חסידישע ערליכע שטוב און גיין מעלה מעלה און זוכה זיין צו לעכטיגע אידישע דורות וואס וועלן אויך אויסשטייגן אלס גדולי תורה ובעלי מדות טובות, זאל דער באשעפער העלפן אז טאטי זאל שעפן אסאך נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט, דער מחותן און אלע זיידעס זאלן זוכה זיין צו שפע רב און תענוג ונחת מכל יוצאי חלציהם עד ביאת גואל צדק בב"א"
דער סיום דארף נישט נעמען מער ווי 1-2 מינוט, עס איז מקשר זיין דעם געדאנק מיטן מעמד, און פארענדיגן מיט דברי ברכה.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
לענגערע דרשה - פרקי אבות, נועם הכבוד וכדו'
תוכן הדרשה
תוכן הדרשה
קודם כל איז באקאנט די מעשה מיטן ברך משה ווען ער איז אריינגעקומען צו של"ס באלד נאך וואס זיין זון האט גענדיגט פארלערנען פרקי אבות און באמערקט דעם עולם שמייכלען, אויף זיין פראגע האט הגה"ח ר' לייבוש וויינפעלד ז"ל גענטפערט אז דער רב האט צוגענדיגט דעם דרשה מיט א געשמאקע מעשה, אויף וואס עדר ברך משה האט רעאגירט, "לא המדרש עיקר אלא המעשה עיקר..."
היינט צוטאגס האט דער אלגעמיינער ציבור נישט קיין נערוון צו קיין טיפע פשעטלעך, פרוביר אריינצוווארפן מעשה'לעך און משלים, ווערטלעך וכדו' אז דער ציבור זאל זיין געשפאנט און זאל מיטהאלטן
מעשה'לעך און משלים:
מעשיות זענען דא ווער עס דערציילט עס מיט זאפט און פעפער און לייגט צו גאנצעטע שטיקער צו די מעשה - דאס האט אבער דער חסרון ווייל דו פארדרייסט די מעשה, חוץ אויב דו ביסט א בעל הרגש און די קענסט אראפלייגן די געפילן פון די מעשה אן צולייגן פאקטן, משא"כ א משל קען מען מאריך זיין וויפיל עס לאזט זיך, קענסט פארברענגען 20 מינוט אדער מער און לייג צו זייטיגע פיטשעווקעס און פאקטן, נעמען פון שטעט, די דראון וואס פאלגט נאך דעם פערד און וואגן ביז די קרעטשמע... וכו' הכל לפי מה שהוא אדם.
ביי א מעשה, אויב איז די מעשה נישט גענוג דראמאטיש, און דו זוכסט צו מאכן לענגער די דרשה, איז צומאל אין פלאץ צו דערברייטערן די מעשה מיט היסטארישע פאקטן ארום און ארום, צו ווען מען רעדט פון א שטאט אויסשמועסן געציילטע פאקטן איבער דעם שטאט, אדער געוויסע שטריכן איבער דעם צדיק וואס האט עטוואס שייכות צו דעם פאסירונג וכדו'
צב"ש די מעשה מיטן דברי חיים אין פעסט, קען מען אויסשמועסן, נאך מופתים וואס ער האט דארט באוויזן, אדער אויסשמועסן אז פעסט איז געווען א מאדערנע שטאט בימים ההם, עס איז געווען די הויפשטאט פון אונגארן וכו' ארומרעדן אביסל, און דאן צוקומען "עמער צוקומען צו אונזער מעשה, דער דברי חיים איז געזעצן און זיין אכסניא וכו' "
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א ברעגט ארויס א אויב דו ווילסט דוקא מאכן די דרשה דראמאטיש און אינטערעסאנט, אדער דו ווילסט איבערנעמען דעם זאל און מאכן אן איינדרוק, איז גאר א געלונגענע ספייס (א שאד אז איך קען נישט דרוקן קיין קנעפל אז זאלסט מוזן ווארטן 5 סעקונדעס פארן אויספיר...) ציטירן א פסוק חומש, נאך בעסער איז נך מיט די עברי, נאך בעסער איז ווען עס איז נישט קיין באקאנטע פסוק... זאג עס נאך מיט א דראמאטישע טאן כאילו דו גייסט דא אנטפלעקן די קאוד פונעם אטאם... אדער זאג נאך א גמרא, אן אומבאקאנטער מדרש אויפן לשון...
דאס איז גאר א געשמאקע ספייס, און מאכט א מעכטיגע איינדרוק אויב דו לייגטס עס אראפ כדבעי...
כמובן די טאן דארף מאכן סענס צום צוזאמקום, אבער פארשטייסט די קאנצעפט...
דאס איז גאר א געשמאקע ספייס, און מאכט א מעכטיגע איינדרוק אויב דו לייגטס עס אראפ כדבעי...
כמובן די טאן דארף מאכן סענס צום צוזאמקום, אבער פארשטייסט די קאנצעפט...
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
עס איז געווען אמאל ווען הרה"ג ר' שמעון זאב מייזליש שליט"א האט אויפגעטרעטן בענין טעכנאלאגיע פאר א ריזיגע זאל מיט קינדער
פאר אים האט גערעדט הרה"ג ר' שמואל שלמה טעללער שליט"א ווען אינמיטן זיין דרשה האט א באלון וואס האט געהאנגען ביים דאך אין די לופטן פון א פריערדיגע מסיבה, האט זיך פלוצים אנגעהויבן אראפלאזן... כמובן איז געווארן יום טוב... ער האט פארלוירן פאוקוס און די מעמד האט נישט געקענט פארזעצן ביז דער באלון איז געווען אינדרויסן...
ר' שמעון זאב האט אנגעהויבן זיין דרשה ווי פאלגענד:
"איך וויל אנהייבן מיין דרשה מיט א מעשה וואס האט פאסירט 5 מינוט צוריק דא אין זאל..."
און ארויסגעברענגט ווי א נארישע באלון קען אוועקנעמען פאוקוס פון די געלונגענסטע דרשות ק"ו טעכנאלאגיע וכו'
עד כאן המעשה הנוגע לענינינו
------------------------------------------------------
איך וויל דא נישט מאכן קיין אשכול איבער רעדנער'ס בפרטיות - פאר סעלעברעטיס זענען דא פארשידענע אשכולות באזונדער - אבער נאשן קען מען פון יעדעם איינעם
כ'וועל בל"נ נאך מאריך זיין דערין בעתיד בס"ד.
אבער אצינד לענינינו.
דער רעדנער האט דא גענומען א פלאפ פון א זאך, און עס געמאכט פאר א גאר שטארקע ספייס צו זיין דרשה.
1) ער האט גענומען דעם פלאפ און עס אריינגענומען אין זיין דרשה, און מיט דעם געמאכט "אויס פלאפ".
2) ער האט געצויגן די אינטערעסע מיט ענינים העומדים על הפרק
ועל כולם בין איך געשפרינגן פון די טיפיקל הר"ר שמעון זאב'דיגע הקדמה, די דראמאטישע אוועקצי פון די מעשה "כוויל אנהייבן מיט א מעשה"... אקעי די קאפ פארט יעצט אוועק ערגעץ אין די ווייטע עבר - ווען פלוצלינג און איבערראשט ער דעם ציבור מיטן אויספיר "וואס האט פאסירט דא אין זאל 5 מינוט צוריק". אקעי... אלמאסט צוריק, אבער וועלכע מעשה? און ער זעצט פאר "די מעשה מיט די באלון..." דאס איז זייער א גוטע טיפ פאר א בעל דרשן ווי אזוי אויסצונוצן אומערווארטעטע סיטואציס לטובתו, און ווי אזוי עס צו דעליווערן אויף די געשמאקסטע און דראמאטישסטע אופן וואס שייך.
בקיצור ער האט אויסגענוצט דעם סיטואציע עד הסוף, ער האט עס געמאכט שפאנענד, סופרייזינג, אז דער עולם זאל זיצן צוגעשמידט צום בענקל מיט אפענע מיילער.

אויב שייך זיך צוצוגרייטן מיט א ברייטע אויסוואל פון ווערטער און מליצות וואס צו נוצן.
למשל אויב גייסטו רעדן פון רציחה גרייט דיך צו אן אויסוואל פון שופך דם זיין, בלוט פארגיסן, מארדן, ערלעדיגן, אפפארטיגן, הרג'ענען, אפשעכטן, רציחה, וכו'.
אויב גייסטו רעדן פון תאות (דער באר מים חיים פרשת אמור) גרייט צו א וואקאבולאר פון חמדה, השתוקקות, צימאון, דארשט, לעכצעניש, אהבה, תאוה, גלוסטעניש, בענקעניש, ציענדיג,
אדיקטיוו, ארויסקוקן, חולת אהבה, חולה, וכו'
אז דו וועסט האבן א ברייטע אויסוואל פון ווערטער, וועט זיך דער שיעור/דרשה הערן געשמאק און ציענד בס"ד, ובפרט ווען דו דארפסט מערערע מאל דערמאנען די זעלבע באגריף מערערע מאל אין דיין דרשה, זאל עס נישט ווערן אייליג און אביסל נערווירנד.

עד כאן מה שכתבתי שם
און דער עולם ווערט געבעטן אריינצוקומען!!!
עס איז נאך דא ימים וואס צו רעדן און אויסשמועסן אין די נושא אבער שוין צופיל צייט געשפענדעט יעצט אויף די מינוט.

- שאינו יודע לשאול
- אידטיש נייעס באריכטער
- פאוסטס: 4075
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
- x 11290
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
די וועלט זאגט: כל שמעשיו מרובין מחכמתו חכמתו מתקיימת- אויב איז דא מער מעשיות ווי פשעטלעך וועט דער עולם געדענקען די פשעטל אויך.להגדיל הטראסק האט געשריבן: ↑מאנטאג מאי 20, 2024 9:13 pmלענגערע דרשה - פרקי אבות, נועם הכבוד וכדו'
תוכן הדרשה
קודם כל איז באקאנט די מעשה מיטן ברך משה ווען ער איז אריינגעקומען צו של"ס באלד נאך וואס זיין זון האט גענדיגט פארלערנען פרקי אבות און באמערקט דעם עולם שמייכלען, אויף זיין פראגע האט הגה"ח ר' לייבוש וויינפעלד ז"ל גענטפערט אז דער רב האט צוגענדיגט דעם דרשה מיט א געשמאקע מעשה, אויף וואס עדר ברך משה האט רעאגירט, "לא המדרש עיקר אלא המעשה עיקר..."
היינט צוטאגס האט דער אלגעמיינער ציבור נישט קיין נערוון צו קיין טיפע פשעטלעך, פרוביר אריינצוווארפן מעשה'לעך און משלים, ווערטלעך וכדו' אז דער ציבור זאל זיין געשפאנט און זאל מיטהאלטן
מעשה'לעך און משלים:
מעשיות זענען דא ווער עס דערציילט עס מיט זאפט און פעפער און לייגט צו גאנצעטע שטיקער צו די מעשה - דאס האט אבער דער חסרון ווייל דו פארדרייסט די מעשה, חוץ אויב דו ביסט א בעל הרגש און די קענסט אראפלייגן די געפילן פון די מעשה אן צולייגן פאקטן, משא"כ א משל קען מען מאריך זיין וויפיל עס לאזט זיך, קענסט פארברענגען 20 מינוט אדער מער און לייג צו זייטיגע פיטשעווקעס און פאקטן, נעמען פון שטעט, די דראון וואס פאלגט נאך דעם פערד און וואגן ביז די קרעטשמע... וכו' הכל לפי מה שהוא אדם.
ביי א מעשה, אויב איז די מעשה נישט גענוג דראמאטיש, און דו זוכסט צו מאכן לענגער די דרשה, איז צומאל אין פלאץ צו דערברייטערן די מעשה מיט היסטארישע פאקטן ארום און ארום, צו ווען מען רעדט פון א שטאט אויסשמועסן געציילטע פאקטן איבער דעם שטאט, אדער געוויסע שטריכן איבער דעם צדיק וואס האט עטוואס שייכות צו דעם פאסירונג וכדו'
צב"ש די מעשה מיטן דברי חיים אין פעסט, קען מען אויסשמועסן, נאך מופתים וואס ער האט דארט באוויזן, אדער אויסשמועסן אז פעסט איז געווען א מאדערנע שטאט בימים ההם, עס איז געווען די הויפשטאט פון אונגארן וכו' ארומרעדן אביסל, און דאן צוקומען "עמער צוקומען צו אונזער מעשה, דער דברי חיים איז געזעצן און זיין אכסניא וכו' "
- דער תהלים איד
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 5379
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
- x 10170
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
@להגדיל הטראסק הוהא!!!
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1321
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
- Location: ביים קופקע
- x 4443
Re: דורש טוב לעמו - טיפס און הדרכה פאר'ן אויפטרעטן ברבים
דער ציל וואס האט מיר אצינד געטריבן צו עפענען דעם אשכול איז געווען מער אלס בקשה
כ'האב דא בעבר בארירט מער דרשות צב"ש בר מצוה, שלושים סעודה וכו'
כ'וואלט אבער יא געוואלט באקומען מער טיפס און אינפא. בנוגע פארלערנען שיעורים.
כמובן דאס איז כולל זייער אסאך, און לאמיר פרובירן 7 מינוט אריינצוגיין וואס דאס קען אין זיך ארייננעמען
קודם זענען דא אלע סארטן עידזשעס און גרופעס מענטשן צו וועם דו רעדטסט, און יעדער פארשטייט א צווייטע שפראך, לאמיר אנהייבן
עס איז דא א שפראך וואס מען רעדט אין פלעיגרופ נורסערי, קינדערגארטן און כיתה א'
די שפראך אין כתה ב', ג' ד' און אזוי ווייטער יעדע עידזש האט זיך זיין שפראך וואס רעדט צו אים.
און יעדער האט זיינע שיעורי תורה וואס רעדן צו אים
בעת וואס פאר נורסערי גייט עס מיט גאר קינדערישע ארטס און קרעפטס און א עכטע בעיבי שפראך וואס נישט יעדער פארשטייט דערצו
אין כתה א' דארף מען שוין קענען אויסלערנען עברי, א ריזיגע מקצוע פאר זיך
כיתה ב' חומש און רש"י, כיתה ג' משניות, ד' גמרא, ה' ו' ז', גמרא רשי, ח' אביסל תוס', ט' אביסל מער תוס', ישיבה קטנה איז שוין דא שיעור עיון, און שולחן ערוך, אין ישיבה גדולה איז שוין דא די עכטע לומדים, אין כולל איז דא אלע סארטן, פון פלאכע קעפ, ביז לומדים, דיינים, ידענים, און דארט לערנט מען אסאך מער הלכה למעשה
א שיעור פשוט פאר בעלי בתים אין גמרא רשי איז איין שפראך, און שולחן ערוך פאר בעלי בתים איז א צווייטע שפראך
אקעי עמער צוריקקומען נעקסטע געלעגנהייט בל"נ
אבער אויב דו האסט סיי וואספארא ערפארונג אדער טיפ, פראגע וכוד' קום אריין!!! איך וועל אי"ה זיכער הנאה האבן און כ'גלייב אז נאך אסאך אידן וועלן ארויסנעמען פון דא טיפס הלכה למעשה.

הרב @דער תהלים איד
מיט דיר האבן אונז שוין ערפארונג אלס מייסטער מגיד שיעור, מיט א זעלטענע קלארע הסברה קולע אל השערה, אונז ווייסן וואס מעלת כבודו האט באקומען פון הגאון ר' מאיר צוויבל...
אפשר קומט איר אריין מיט טיפס, ווי אזוי זיך צוצוגרייטן א שיעור, וועלכע ספרים צו נוצן, ווי אזוי זיך צו פארשרייבן, וואסערע אופן עס אראפצולייגן?
און בכלל צו מסביר זיין ענינא דעלמא האט דיר דער אייבערשטער אויך געשאנקען א לשון לימודים מיט א זעלטענע בהירות.
ווען דו האסט א געלעגנהייט טייל עס מיט מיט אנדערע למען כבוד שמו יתברך.

האב איך אמאל ג'הערט אז ווען מען מגלייבט וואס מען זאגט קומען די ווערטער אריין קריספי קלאר