חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

חילוקים צווישן צייטונגס באריכטן אלס הויפט נייעס

פאוסט דורך פרייליך »

דער בלאט מעלדט היבש אנדערש ווי דער איד די וואך קדושים די מעין נייעס וועגן רפיח,
דער איד געט מער לעגיטימאציע פאר די כאמאס ווערסיע איבער די רפיח אקציע.
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 646

Re: חילוקים וויאזוי צייטונגען ברענגען די הויפט נייעס

פאוסט דורך וואלף »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 4:08 pm דער בלאט מעלדט היבש אנדערש ווי דער איד די וואך קדושים די מעין נייעס וועגן רפיח,
דער איד געט מער לעגיטימאציע פאר די כאמאס ווערסיע איבער די רפיח אקציע.
ברענגט די לשון
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: חילוקים וויאזוי צייטונגען ברענגען די הויפט נייעס

פאוסט דורך פרייליך »

שטייפע קוגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 72

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

געטראכט די זעלבע. יעדער וואס האלט מיט די נייעס קרענקט 'דער איד' העדליין. איך ווייס נאר נישט צו ס'קומט פון אנטי מדינת ישראל צו פון אומוויסנדקייט אבער ביידע תירוצים זענען א פראבלעם ווען מ'רעדט פון די מעין העדליין.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: חילוקים וויאזוי צייטונגען ברענגען די הויפט נייעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 4:29 pm בלאט
viewtopic.php?p=86078#p86078
איד
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 8#p5075578

דער איד קעפל קוקט אויס ממש ווי ס'וואלט געשטאנען אין..... די צייטונג.

זייער נאריש לדעתי.
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך פרייליך »

נייעס ווייסט דאך שוין יעדער פון די אימעיל'ס וכו'
היימישע צייטונגען זענען דא אויף צו האלטן אביסל די מח ווייט פונעם ציוניזעם.
קו''ק פון עטליכע חדשים צוריק
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 2#p4723682
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:35 pm היימישע צייטונגען זענען דא אויף צו האלטן אביסל די מח ווייט פונעם ציוניזעם.
ממילא טוישט מען די פאקטן?

אהא. איך הער א שטיקל מהלך...

דאן פארוואס איז נישט דער העדליין אז חאמאס האט צוריקגעגעבן אלע משכונות?
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך פרייליך »

כאמאס טענה'ט אז זיי האבן געהאלטן ביי א דיעל
די בלאט לייגט עס אראפ אלץ א שפיל, דער איד לייגט עס אראפ מיט א ערנסטע טאן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

חאמאס האט ס"ה "פארגעשלאגן" א דיעל וואס זיי ווילן...

אין איד קענסטו מיינען אז די דיעל פון וואס מען רעדט שוין אפאר וואכן האט באקומען א אקעי פון חאמאס און א רעפיוז פון מדנ"י.
שטייפע קוגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 72

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:39 pm כאמאס טענה'ט אז זיי האבן געהאלטן ביי א דיעל
די בלאט לייגט עס אראפ אלץ א שפיל, דער איד לייגט עס אראפ מיט א ערנסטע טאן.
דו האלטסט א טראפעלע מיט די נייעס? קיין איין נייעס סטאנציע חוץ כאמאס פינאנצירטע קוועלער און טערקיי האבן נישט אזוי געמאלדן דעי נייעס. ניטאמאל קול מבשר. מ'דארף נישט זיין צו אויסגעקאכט אין נייעס צו וויסן דעיס, (כאטש ס'וואלט געפאסט אז די מעין העדליין שרייבער זאל יא זיין אויסגעקאכט. אבער דאס איז שוין נעקסט לעוועל.)
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך פרייליך »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:48 pm אין איד קענסטו מיינען אז די דיעל פון וואס מען רעדט שוין אפאר וואכן האט באקומען א אקעי פון חאמאס און א רעפיוז פון מדנ"י.
אין בלאט קען זיך דאכטן אז די מדינה האט רעכט פאר זייערע אקטן.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5033
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 8758

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך דער תהלים איד »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:48 pm אין איד קענסטו מיינען אז די דיעל פון וואס מען רעדט שוין אפאר וואכן האט באקומען א אקעי פון חאמאס און א רעפיוז פון מדנ"י.
אין בלאט קען זיך דאכטן אז די מדינה האט רעכט פאר זייערע אקטן.
אמת. איך גלייך זייער נישט די בלאט קעפל. דאס ווארט "לאנג ערווארטעטע" קלינגט זייער נישט גוט. (על אף וואס דער שרייבער האט געמיינט א צווייטע זאך)
אוועיטער
שאינו יודע לשאול
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3289
זיך איינגעשריבן: מאנטאג פעברואר 05, 2024 10:20 am
x 8448

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך שאינו יודע לשאול »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:28 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:48 pm אין איד קענסטו מיינען אז די דיעל פון וואס מען רעדט שוין אפאר וואכן האט באקומען א אקעי פון חאמאס און א רעפיוז פון מדנ"י.
אין בלאט קען זיך דאכטן אז די מדינה האט רעכט פאר זייערע אקטן.
אמת. איך גלייך זייער נישט די בלאט קעפל. דאס ווארט "לאנג ערווארטעטע" קלינגט זייער נישט גוט. (על אף וואס דער שרייבער האט געמיינט א צווייטע זאך)
מצטרף. ס'האט מיר אויך געשטאכן.
א כתיבה וחתימה טובה. צום ווידערזען בעז"ה נאך יו"ט.

שטייפע קוגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 72

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:48 pm אין איד קענסטו מיינען אז די דיעל פון וואס מען רעדט שוין אפאר וואכן האט באקומען א אקעי פון חאמאס און א רעפיוז פון מדנ"י.
אין בלאט קען זיך דאכטן אז די מדינה האט רעכט פאר זייערע אקטן.
כ'האב געמיינט אז דער איד איז א צייטונג. זאגסט אז ס'איז א סאטמארע אויסגאבע? איי מין... פלעין פארדרייען א נייעס צו קענען אויסקוקן מער קנאותדיג?
מענדל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 24, 2023 11:35 pm
x 124

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך מענדל »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:26 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:48 pm אין איד קענסטו מיינען אז די דיעל פון וואס מען רעדט שוין אפאר וואכן האט באקומען א אקעי פון חאמאס און א רעפיוז פון מדנ"י.
אין בלאט קען זיך דאכטן אז די מדינה האט רעכט פאר זייערע אקטן.
די בלאט שרייבט די אמת אין די יוד טרייט צו ברענגען סאמפטיע מיט כאמאס
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך מסתמא »

שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:11 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:39 pm כאמאס טענה'ט אז זיי האבן געהאלטן ביי א דיעל
די בלאט לייגט עס אראפ אלץ א שפיל, דער איד לייגט עס אראפ מיט א ערנסטע טאן.
דו האלטסט א טראפעלע מיט די נייעס? קיין איין נייעס סטאנציע חוץ כאמאס פינאנצירטע קוועלער און טערקיי האבן נישט אזוי געמאלדן דעי נייעס. ניטאמאל קול מבשר. מ'דארף נישט זיין צו אויסגעקאכט אין נייעס צו וויסן דעיס, (כאטש ס'וואלט געפאסט אז די מעין העדליין שרייבער זאל יא זיין אויסגעקאכט. אבער דאס איז שוין נעקסט לעוועל.)
אין ליניע מיט טייל סאטמארע וועלכע זענען שוואך אין די שיטה און מוזן אלץ ”פאליטיש” מסביר זיין פארוואס די אראבער זענען גערעכט.

ניין! גראבע פעיק ניוז איז נישט קיין קנאות!

יא, די 6 טאג מלחמה האבן די איזרעיליס אנגעהויבן מיטן ציל צו געווינען שטחים וכו’. יא, טייל מאל ציען די איזרעיליס אן די געמיטער בכוונה צו סקאורן פאליטישע פוינטס. פיין און וואויל, אבער נישט אלץ איז דאס די קעיס.

גראבע פעיק ניוז איז נישט קיין קנאות!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שטייפע קוגל
פרישער באניצער
פאוסטס: 66
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 12:10 am
x 72

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך שטייפע קוגל »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 7:51 pm
שטייפע קוגל האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 6:11 pm
פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 5:39 pm כאמאס טענה'ט אז זיי האבן געהאלטן ביי א דיעל
די בלאט לייגט עס אראפ אלץ א שפיל, דער איד לייגט עס אראפ מיט א ערנסטע טאן.
דו האלטסט א טראפעלע מיט די נייעס? קיין איין נייעס סטאנציע חוץ כאמאס פינאנצירטע קוועלער און טערקיי האבן נישט אזוי געמאלדן דעי נייעס. ניטאמאל קול מבשר. מ'דארף נישט זיין צו אויסגעקאכט אין נייעס צו וויסן דעיס, (כאטש ס'וואלט געפאסט אז די מעין העדליין שרייבער זאל יא זיין אויסגעקאכט. אבער דאס איז שוין נעקסט לעוועל.)
אין ליניע מיט טייל סאטמארע וועלכע זענען שוואך אין די שיטה און מוזן אלץ ”פאליטיש” מסביר זיין פארוואס די אראבער זענען גערעכט.

ניין! גראבע פעיק ניוז איז נישט קיין קנאות!

יא, די 6 טאג מלחמה האבן די איזרעיליס אנגעהויבן מיטן ציל צו געווינען שטחים וכו’. יא, טייל מאל ציען די איזרעיליס אן די געמיטער בכוונה צו סקאורן פאליטישע פוינטס. פיין און וואויל, אבער נישט אלץ איז דאס די קעיס.

גראבע פעיק ניוז איז נישט קיין קנאות!
ריכטיג. די סאטמארע שיטה איז צו מעלדן די נייעס טריקן, אן נעמען קיין צדדים, נאר כאילו ס'וואלט זיך גערעדט ווי א קאנפליקט צווישן אינדיע און פאקיסטאן. דער איד'ס שיטה איז מער א נטורי קרתא שיטה, צו האבן סימפאטיע מיט די אראבערס און ארויסהייבן די מדינה'ס עוולות.
וואלף
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 383
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יאנואר 09, 2024 4:23 pm
x 646

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך וואלף »

גייט אריין אין די שאלה 'איך האלט ס'איז פאלש, זאל איך לאזן מיינע קינדער זיך נארן?'
ווען די קינדער ווערן עלטער קען עס שלעכט אויסקלאפן, מ'דארף גיין מיטן אמת
שמעון בן דוד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 273
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
x 68

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך שמעון בן דוד »

וואלף האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 8:23 pm גייט אריין אין די שאלה 'איך האלט ס'איז פאלש, זאל איך לאזן מיינע קינדער זיך נארן?'
ווען די קינדער ווערן עלטער קען עס שלעכט אויסקלאפן, מ'דארף גיין מיטן אמת
קינדער לאז ארויס פון דיינע שטותים
לאז מיט זייערע דאגות
יעדע דאגה פאר זייער עידזש
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך פרייליך »

8 חדשים צוריק האבן די רבנים געשריבן א אזהרה פאר די מידיע צו אכט געבן פון באריכטען מיט סימפאטיע פארן ציוניסטישן קריג,
עס איז א מעסטער יעדע וואך אויף די ווערטער וויאזוי צו באריכטן די נייעס פינעם פראנט, און אינאיינוועגס צו פארזיכערן אז מען שלעפט נישט אריין דעם ליינער אין א מיטגעפיל פאר דעם טמא'נע קליפה וואס איז שולט בארה"ק.

ענדערש נכשל ווערן אין אראבאניזעם, ווי מיטגעפיל צום קליפת הציונות.

טיצעך מחאות אויפן מיטגעפיל צום אראבער
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p5077093
אוועיטער
פליט
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 3141
זיך איינגעשריבן: דינסטאג דעצעמבער 05, 2023 2:50 am
x 8681

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך פליט »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:44 pm
ענדערש נכשל ווערן אין אראבאניזעם, ווי מיטגעפיל צום קליפת הציונות.
כווייס נישט ווער ספארמאגט די מעסטער צו מעסטן וואס איז ערגער,
אבער ח"ו צו מיטפילן מיט חאמאס ימ"ש!
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך מסתמא »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 9:44 pm 8 חדשים צוריק האבן די רבנים געשריבן א אזהרה פאר די מידיע צו אכט געבן פון באריכטען מיט סימפאטיע פארן ציוניסטישן קריג,
עס איז א מעסטער יעדע וואך אויף די ווערטער וויאזוי צו באריכטן די נייעס פינעם פראנט, און אינאיינוועגס צו פארזיכערן אז מען שלעפט נישט אריין דעם ליינער אין א מיטגעפיל פאר דעם טמא'נע קליפה וואס איז שולט בארה"ק.

ענדערש נכשל ווערן אין אראבאניזעם, ווי מיטגעפיל צום קליפת הציונות.

טיצעך מחאות אויפן מיטגעפיל צום אראבער
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 3#p5077093
לענ”ד איז עס הוידל בוידל. רעד דעם אמת. זאג דעם אמת. שטופ נישט קיין אגענדעס.

סיי וועלכע אגענדע געטריבענע א”ג נייעסן ברענגט צו איבלען פאר יעדן נארמאלן מענטש.

צייט צו קוקן אויף זאכן וויאזוי סאיז.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך פרייליך »

זיך טועה זיין אין חאמאס איז נישט קיין טועה אין מינים ואפיקורסים
העכסטענס ביסטי נישט קלאר צו ביידען אדער טראמפ איז גערעכט.
אוועיטער
מסתמא
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 958
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2585

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך מסתמא »

פרייליך האט געשריבן: מיטוואך מאי 08, 2024 10:04 pm זיך טועה זיין אין חאמאס איז נישט קיין טועה אין מינים ואפיקורסים
העכסטענס ביסטי נישט קלאר צו ביידען אדער טראמפ איז גערעכט.
מיט שקר קומט קיין ערגעץ נישט אן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
פרייליך
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 579
זיך איינגעשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2023 9:38 pm
x 334

Re: חילוקים צווישן צייטונג באריכטען אויף די הויפט נייעס

פאוסט דורך פרייליך »

אז דער עולם האט ארויסגעקוקט שוין אזוי לאנג אויפן ערווארטעטען מינוט פון אריינגיין אין רפיח איז פיל א גרעסערע בלאף און שאנדע
קוקט נישט אויס ווי דאס באדערט אזוי שטארק ווי דער כאמאס דיעל.
שרייב פאוסט