היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

נייעס אין אונזער קווארטאל
אוועיטער
איד
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 456
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:56 am
x 451

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך איד »

גוטע איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:18 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:08 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:21 pm איז אזוי.

איך בין נישט מורא'דיג אויסגעקאכט אין די מאנסיע פאליטיק, איך ווייס אפילו נישט וויאזוי לאולער הייסט אויפ'ן ערשטן נאמען... אבער איך גיי נאכזאגן וואס איינער הא טמיר מסביר געווען, וואס ווי ס'קוקט אויס איז ער יא אויסגעקאכט.

די מחלוקה איבער די מאנסי פייער דעפט. שטעלט פאר א ערנסטע שטילע געראנגל פון מחנה מגושמים ווס. מחנה אלוקים, אין די פאליטישע פירערשאפט פון מאנסי, און אזוי ווי איבעראל אין אזעלכע פעלער, וועלן די מחנה מגושמים טרעפן וויאזוי צו נוצן געוויסע רבנים לצידם דורך אויסנוצן יענעמס שוואכקייט צו א געוויסע נושא וכו'. אבער אין פאקט בלייבט עס ווייטער א מחלוקה פו מחנה מגושמים ווס. מחנה אלקים.

די פאליטישע כח אין מאנסי איז פאר לאנג לעצטע יארן געווארן געפירט דורך דעוועלאפערס, וואס איז געווען דיבעיטעבל צו ס'איז לטובה אדער נישט. לעצטנס איז עס אבער אריבער צו 3 מענטשן ממחנה המגושמים ולמטה, איינער פון זיי איז אן אפיציעלער שנה ופירש'ניק ל"ע (טראץ ער איז א נעפיו פון א גדול בישראל).

די 3 אידן זעען א גרויסע סכנה פאר זייער עתיד אויב דער כח האמת והחזק פון רבי יחזקאל ווייס שליט"א איז מצליח. דער שנה ופירש'ניק האט שוין אפילו פארגעשלאגן א שיינע רבנישע נאמען וואס "אויב ער נעמט איבער מצילי אש זענען מיר מסכים דערצו". זיי באדערט נישט אזוי ווייט די כבוד פון די מחללי שבתות ר"ל אינעם פייער דעפט. ווי דער פאקט אז אן איש אמת האט א כח דורכצופירן א זאך אן זיך בייגן פאר טעראר.

און דאס איז די גאנצע מערכה. אודאי וועלן זיי אלעמאל טרעפן אין וועמען זיך אנצוכאפן, און אודאי איז דא ווייניג רבנים וואס זענען גרייט זיך ארויסצושטעלן קעגן די לאולער טיעם וד"ל... אבער דאס און נאר דאס איז די נושא. מגושמים ומשומדים ווס. די תורה הקדושה.
ארויפלייגן די וויזניצע רבי שליט''א אויף די מחנה המגושמים ומשמודים ???

זאלסט מיך זייער אנטשולדיגן, אבער די וויזניצע רבי שליט''א, איז דער עומד פון די מחנה אלוקים אין מאנסי !!!
און ווער ס'פראבירט אים אונטערצירייסן, זיי זענען די מחנה המגושמים !!
סוי ברוער איז מחנה אלוקים, אדער מצילי אש?
איך האב מיך נישט באצויגן, נישט צי ברוער און נישט צי מצילי אש (די תגובה אויף וואס איך באצי מיך, איז נישט דעס די נושא)
ס''ה, אז די וויזניצע רבי שליט''א איז די פירער פון די מחנה אלוקים אין מאנסי !!!

און איינער וואס וויל אים אינטערהאקן, איז פון די מחנה המגושמים
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:08 pm ארויפלייגן די וויזניצע רבי שליט''א אויף די מחנה המגושמים ומשמודים ???

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:21 pm און אזוי ווי איבעראל אין אזעלכע פעלער, וועלן די מחנה מגושמים טרעפן וויאזוי צו נוצן געוויסע רבנים לצידם דורך אויסנוצן יענעמס שוואכקייט צו א געוויסע נושא וכו'. אבער אין פאקט בלייבט עס ווייטער א מחלוקה פו מחנה מגושמים ווס. מחנה אלקים
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1117

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שבת קודש »

איך וואווין נישט אין מאנסי, איז וויזניץ אויך קעגן ברוער אדער נאר קעגן מצילי אש?
זיי פריילאך
ניי צום טיש
פאוסטס: 9
זיך איינגעשריבן: זונטאג פעברואר 25, 2024 1:33 pm
Location: ווי נישט
x 16

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך זיי פריילאך »

שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:24 pm איך וואווין נישט אין מאנסי, איז וויזניץ אויך קעגן ברוער אדער נאר קעגן מצילי אש?
נאר קעגן מצילי אש
וד''ל
גוטע איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:52 pm
x 119

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך גוטע איד »

איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:21 pm
גוטע איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:18 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:08 pm

ארויפלייגן די וויזניצע רבי שליט''א אויף די מחנה המגושמים ומשמודים ???

זאלסט מיך זייער אנטשולדיגן, אבער די וויזניצע רבי שליט''א, איז דער עומד פון די מחנה אלוקים אין מאנסי !!!
און ווער ס'פראבירט אים אונטערצירייסן, זיי זענען די מחנה המגושמים !!
סוי ברוער איז מחנה אלוקים, אדער מצילי אש?
איך האב מיך נישט באצויגן, נישט צי ברוער און נישט צי מצילי אש (די תגובה אויף וואס איך באצי מיך, איז נישט דעס די נושא)
ס''ה, אז די וויזניצע רבי שליט''א איז די פירער פון די מחנה אלוקים אין מאנסי !!!

און איינער וואס וויל אים אינטערהאקן, איז פון די מחנה המגושמים
דאס זאגן מיר, די מחנה המגושמים זענען דא צו שטיצן און בויען די 'דעפט 7 - ברוער פייער דעפט'

די מחנה אלוקים זענען דא צו שטיצן ערליכע אידן, ת"ח ואנשי מעשה די וואס קדושת שבת ברענט אין זיי, און האבן געפענט חברה 'מצילי אש'.

און יעדער קען בוחר זיין וועלכע מחנה ער וויל משבח זיין און וועם ער וויל ארפרייסען.. און מעשיהם יוכיח און רעדט פאר זיך אליין.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

חלילה צו דאכטן אז וויזניצער רבי שליט"א איז א חלק פון די מחנה מגושמים.
כ'וויל בעטן @דער תהלים איד צו פאררעכטן זיין פאוסט, וואס קען זיך הערן שלעכט.

די נקודה איז ריכטיג לגבי די אלגעמיינע געטועכץ איבער די פייער דיפארטמענט / מצילי אש, אבער חלילה נישט צו דעבאטירן די דעת גדולי ישראל און מנהיגי הקהילות.
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

@וואוילער איך האב עס זייער קלאר ארויסגעפוינט.

ח"ו צו זאגן אז איך באצי מיך צו סיי וועלכע רב.

דער תהלים איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 2:21 pm און אזוי ווי איבעראל אין אזעלכע פעלער, וועלן די מחנה מגושמים טרעפן וויאזוי צו נוצן געוויסע רבנים לצידם דורך אויסנוצן יענעמס שוואכקייט צו א געוויסע נושא וכו'. אבער אין פאקט בלייבט עס ווייטער א מחלוקה פו מחנה מגושמים ווס. מחנה אלקים
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 268

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך world champion »

גוטע איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:30 pm
איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:21 pm
גוטע איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:18 pm
סוי ברוער איז מחנה אלוקים, אדער מצילי אש?
איך האב מיך נישט באצויגן, נישט צי ברוער און נישט צי מצילי אש (די תגובה אויף וואס איך באצי מיך, איז נישט דעס די נושא)
ס''ה, אז די וויזניצע רבי שליט''א איז די פירער פון די מחנה אלוקים אין מאנסי !!!

און איינער וואס וויל אים אינטערהאקן, איז פון די מחנה המגושמים
דאס זאגן מיר, די מחנה המגושמים זענען דא צו שטיצן און בויען די 'דעפט 7 - ברוער פייער דעפט'

די מחנה אלוקים זענען דא צו שטיצן ערליכע אידן, ת"ח ואנשי מעשה די וואס קדושת שבת ברענט אין זיי, און האבן געפענט חברה 'מצילי אש'.

און יעדער קען בוחר זיין וועלכע מחנה ער וויל משבח זיין און וועם ער וויל ארפרייסען.. און מעשיהם יוכיח און רעדט פאר זיך אליין.
פארקערט... די מחנה אלוקים איז דא צו אנהאלטן ווי ביז איצט און די מחנה מגושמים זוכן צו טוישן און מאכן חילול שבת. (וואס? אקעי סאו וואס זאגסטו?!)
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

זייטיגע נאטיץ

viewtopic.php?t=118
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:38 pm
מחדש האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:08 pm רבנישע מחלוקות איז נישט קיין נייע זאך צו ווערן צוהיצט דערוועגן און נעמען א צד.

וויזניץ רבי האט די רעכט צו האבן א מיינוג קעגן מצילי אש און עס דארפן נישט באדערן קיינעם, ער מעג זאגען זיין מיינוג און עס דארפן נישט קיין פארופן קיין ווינט אינדרויסן פון וויזניץ ביהמ"ד.

יוסי געשטעטנער מעג אנעמען א דשאב צו ארבייטען פאר די אנדערע פייער קאמפאני כל זמן ער טוט אלעס ע"פ תורה, אריינלייגען וויזניץ רבי'ס ווערטער אין די פעפערס איז נישט נגד התורה.

הרב יחזקאל ווייס שליט"א איז א שטארקער מענטש ער איז אנגעקומען ביז אהער און ער דארף נישט אונזער היציג בלוט צו נעמען די נעקסטע סטעפ.
זייער קלאר.

עס איז א ערענסטע שאלה פון חילול שבת ווס. חילול שבת פארדעם דארף מען טאקע א דעת תורה.
חילול שבת וכל התורה ווס. דוחה זיין שבת עפ"י תורה
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
שבת קודש
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1198
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 2:46 pm
x 1117

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך שבת קודש »

זיי פריילאך האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:29 pm
שבת קודש האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:24 pm איך וואווין נישט אין מאנסי, איז וויזניץ אויך קעגן ברוער אדער נאר קעגן מצילי אש?
נאר קעגן מצילי אש
וואס איז די טענה פון וויזניץ? פארוואס איז מצילי אש ערגער פון ברויער?
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2849
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 3394

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך וואוילער »

שב"ק פרשת אחרי תשפ"ד

כ"ק אדמו"ר מלויעב טשערנאבל פארשעי הרה"צ ר' ברוך בן ציון טווערסקי שליט"א האט די וואך שבת פאר קריאת התורה ארויף צום בימה און אויסגערופן: 'היות ס'האט זיך געגרינדעט א מצילי אש אין מאנסי, וואס זיי טוען אלעס על פי הלכה, במילא איז אסור צו רופן די ברוער פייער קאמפאני און מ'דארף רופן די מצילי אש אנשטאט דעם, מצילי אש'ס נאמבער איז 845.426.9111', אתה הראת לדעת...

________________________________

שבת נאכמיטאג געווען אן Automatic Alarm אויף Sophia St און מאנסי, נאך עטליכע מינוט איז דארט געווען די פאליס, נאך צען מינוט וואס האט געקלינגען איז דארט געווען די ערשטע טראק [ווי שרייט ר' יחזקאל ביים שיעור אין ביהמ"ד סאטמאר, פיקוח נפש!!! סעיפטי!!!], און צען מינוט שפעטער די צווייטע טראק [און דאס איז געפערליכע עולה אפילו לפי די וואס ווילן שרייען אז אן Automatic Alarm איז פיקוח נפש אין מ'טאר נישט ווארטן קיין מינוט, און ס'דארף זיין דורך אידן. ווייל אויב קומט אן די פאליס און זעט אז ס'ברענט פאקטיש, וואלט ער שנעל גערופן פאר בעקאפ, און אז ער האט נישט גערופן, און די ערשטע טראק שטייט דארט שוין פאר עטליכע מינוט, היתכן ס'פארט ארויס א צווייטע טראק פון די גאראדזש].

די אינגערמאן וואס האט עס מיר פארציילט איז דארט געווען אין מוחה געווען אויף די חילול שבת, און די פאליס האט אים אפירגעהאלטן, די אינגערמאן האט געזאגט אז ער שעצט זייער די פייער דעפארטמענט, אבער דאס פארדעקט נישט די חלק וואס זיי זענען מחלל שבת, און ער בלייבט דא מוחה זיין כל עוד זיי זענען דא, וכן הוה.

קרעדיט @פייער פייטער
אויב זעהט איר א פייער אין מאנסי ח"ו - רופט גלייך מצילי אש ד'ראקלענד
24/7 עמערדזענסי ליין 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 268

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך world champion »

וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:36 pm
world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:38 pm
מחדש האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:08 pm רבנישע מחלוקות איז נישט קיין נייע זאך צו ווערן צוהיצט דערוועגן און נעמען א צד.

וויזניץ רבי האט די רעכט צו האבן א מיינוג קעגן מצילי אש און עס דארפן נישט באדערן קיינעם, ער מעג זאגען זיין מיינוג און עס דארפן נישט קיין פארופן קיין ווינט אינדרויסן פון וויזניץ ביהמ"ד.

יוסי געשטעטנער מעג אנעמען א דשאב צו ארבייטען פאר די אנדערע פייער קאמפאני כל זמן ער טוט אלעס ע"פ תורה, אריינלייגען וויזניץ רבי'ס ווערטער אין די פעפערס איז נישט נגד התורה.

הרב יחזקאל ווייס שליט"א איז א שטארקער מענטש ער איז אנגעקומען ביז אהער און ער דארף נישט אונזער היציג בלוט צו נעמען די נעקסטע סטעפ.
זייער קלאר.

עס איז א ערענסטע שאלה פון חילול שבת ווס. חילול שבת פארדעם דארף מען טאקע א דעת תורה.
חילול שבת וכל התורה ווס. דוחה זיין שבת עפ"י תורה
אדער אפעציעלע חילול שבת פון אינגעלייט וואס ביז דאן זענען זיי געווען שומרי שבת ווס. ליידער נעבעך פירות הנושרים. וואס אגב האלט מען אינאיין ארבעטן עס צו פארבעסערן.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
גוטע איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:52 pm
x 119

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך גוטע איד »

world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:37 pm עס איז דא א מחנה מגושמים נערים וואס זוכן ארויפצוצווינגען זייער מיינונג צו יעדע שטיק צייט, אזוי צו קענען מגשם זיין די שטאט. זיי ווייסן שוין אויף וועלעכע עסקנים מען קען רייטן מכלומרשט מיט חילול שבת, און דאס איז זייער ציל מיט די מצילי אש.
ווא, ר' יחזקאל וויל גאר מגשם זיין די שטאט?

דערפאר האט ער געווארט ביז דער מחללי שבתות פייער דעפט זענען ארויס אין א מיסיע צו אריינכאפן 'היימישע' אינגערלייט אין זייער זאק און ער האט געמאכט א ויצעקו..

דערפאר גיבט ער די שיעורים פאר הצלה און חברים לדעת אשר יעשון..

ווייל ער וויל מגשם זיין די שטאט..?

אבער די קליינע קאפעלעך פון ברוער פייער דעפט. וואס זענען מחלל שבת בפרהסיא, רייכענען, מאכן בילדער, זיי ווערן אריינגעלאזט אין קאנעקשענס און געשטיצט דורך... זיי זענען גאר די מחנה אלוקים?

און רעד צו מיר ווער סצווינגט ארויף זייער מיינוג יעדע שטיק צייט...
תן לחכם
ניי צום טיש
פאוסטס: 11
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 4:35 pm
x 23

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך תן לחכם »

world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:40 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:36 pm
world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:38 pm

זייער קלאר.

עס איז א ערענסטע שאלה פון חילול שבת ווס. חילול שבת פארדעם דארף מען טאקע א דעת תורה.
חילול שבת וכל התורה ווס. דוחה זיין שבת עפ"י תורה
אדער אפעציעלע חילול שבת פון אינגעלייט וואס ביז דאן זענען זיי געווען שומרי שבת ווס. ליידער נעבעך פירות הנושרים. וואס אגב האלט מען אינאיין ארבעטן עס צו פארבעסערן.
קאם אן מען, טריי כאטש מ’זאל וועלן אננעמען דיין זייט
גוטע איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:52 pm
x 119

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך גוטע איד »

world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:40 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:36 pm
world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:38 pm

זייער קלאר.

עס איז א ערענסטע שאלה פון חילול שבת ווס. חילול שבת פארדעם דארף מען טאקע א דעת תורה.
חילול שבת וכל התורה ווס. דוחה זיין שבת עפ"י תורה
אדער אפעציעלע חילול שבת פון אינגעלייט וואס ביז דאן זענען זיי געווען שומרי שבת ווס. ליידער נעבעך פירות הנושרים. וואס אגב האלט מען אינאיין ארבעטן עס צו פארבעסערן.
יונגערמאן, הייליגער צדיקים האט געמאכט א לשם יחוד ווען סיי האבן געגעסן יום כיפור ווען די דאקטאר האט געהייסן ווייל אזוי הייסט די תורה..

הצלה און מצילי אש זענען נישט קיין מחללי שבת, ווייל די תורה האט געהייסן פיקוח נפש דוחה שבת אזוי ווערט געפסקנט דורך כל פוסקים, ח"ו און גאר מיאוס אנצורופן העראישע יונגערלייט מיט אזעלכע שמוציגע נעמן, און אין די זעלבע אטעם מלמד זכות זיין אויף פורקי עול..

איר ווילט מחמיר זיין לויט אייערע רבי, כל הכבוד, אבער צו גיין און אנרופען די ערליכע אידן בראשות הגאון ר' יחזקאל איז געמיין און נידריג, און היפקראפיטיש קליין גערעדט.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 268

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך world champion »

גוטע איד האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:47 pm
world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:40 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:36 pm

חילול שבת וכל התורה ווס. דוחה זיין שבת עפ"י תורה
אדער אפעציעלע חילול שבת פון אינגעלייט וואס ביז דאן זענען זיי געווען שומרי שבת ווס. ליידער נעבעך פירות הנושרים. וואס אגב האלט מען אינאיין ארבעטן עס צו פארבעסערן.
יונגערמאן, הייליגער צדיקים האט געמאכט א לשם יחוד ווען סיי האבן געגעסן יום כיפור ווען די דאקטאר האט געהייסן ווייל אזוי הייסט די תורה..

הצלה און מצילי אש זענען נישט קיין מחללי שבת, ווייל די תורה האט געהייסן פיקוח נפש דוחה שבת אזוי ווערט געפסקנט דורך כל פוסקים, ח"ו און גאר מיאוס אנצורופן העראישע יונגערלייט מיט אזעלכע שמוציגע נעמן, און אין די זעלבע אטעם מלמד זכות זיין אויף פורקי עול..

איר ווילט מחמיר זיין לויט אייערע רבי, כל הכבוד, אבער צו גיין און אנרופען די אידן בראשות ר' יחזקאל איז געמיין און נידריג, און היפקראפיטיש קליין גערעדט.
ביזדערווייל האב איך קיינעם אנגערופען.

דאס באלאנגט פאר א דעת תורה.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4413
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 6783

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך דער תהלים איד »

מיין פריוואטע בקשה, קיינער מוז מיר נישט פאלגן:

ביטע נישט ענעפערן פאר'ן טראל.
גוטע איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:52 pm
x 119

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך גוטע איד »

עס שטעלט זיך ארויס אן קלארע בילד לעיני כל ישראל...

איין זייט איז נישט מוחה און לייגט בילדער פון פורקי עול, מחללי שבתות, פורצי גדרי צניעות, מאכן בילדער שב"ק, רייכערן ציגרעטלעך אין פארנט פון אונזער קינדער וכו', אבער קומט יא ארויס קעגן ערליכע אידן.

די אנדערע זייט זעהט מען א בילד פון חאניאקישע ערליכע אידן, תלמידי חכמים עצומים, יראים ושלימים, מחבר ספרים, מגיד שיעור פאר הצלה, חברים, וואס זענען מוחה אויף אמתע חילול שבת, און פירן זיך בכל דקדוקיה ופרטיה לויט יעדע סעיף שו"ע און גדולי הפוסקים, און זענען מפקיר זייער לעבן למען קדושת שבת והצלת נפשות..

והבוחר יבחר, כל ערום יבחר בדעת, יעדער קען קלייבען פאר זיך ווער איז דער מיט די מחנה אלוקים, און ווער שטייט מיט די מגושמים.
גראסערי
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 305
זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 30, 2023 2:22 pm
x 189

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך גראסערי »

נישט געוויסט אז אהבת ישראל איז נאר ביי נושרים
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 268

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך world champion »

גראסערי האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:59 pm
נישט געוויסט אז אהבת ישראל איז נאר ביי נושרים
נעעע האט גארנישט מיט אהבת ישראל. נאר אלעס האט א מהלך.. דעת תורה איז מחליט.
די נייעס באריכט קומט פון אייוועלט דאט קאם.
לייבל פריש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 344
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 2:13 pm
x 388

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך לייבל פריש »

world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:40 pm
וואוילער האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 3:36 pm
world champion האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 1:38 pm

זייער קלאר.

עס איז א ערענסטע שאלה פון חילול שבת ווס. חילול שבת פארדעם דארף מען טאקע א דעת תורה.
חילול שבת וכל התורה ווס. דוחה זיין שבת עפ"י תורה
אדער אפעציעלע חילול שבת פון אינגעלייט וואס ביז דאן זענען זיי געווען שומרי שבת ווס. ליידער נעבעך פירות הנושרים. וואס אגב האלט מען אינאיין ארבעטן עס צו פארבעסערן.
הייסט פירות הנושרין זאלן ענדערש טוהן די פיקוח נפש ווי די ערליכע אינגעליידט?

אין מיין שולחן ערוך שטייט אז עס איז מצוה בגדולים
און דייקא א איד, און א מחלל שבת האט לכאורה א דין מומר און מקען אים נישט טראסטן ע"פ הלכה עס מוז דייקא זיין א ערליכע איד
און מזעהט עס טאקע במציאות אז די ערליכע אינגעליידט קומען אן אינטער א מינוט אזוי ווי אין קרית יואל משא"כ די גויים מיט די פירות הנושרין קומען אן גאר שפעט אנע שום אחריות
ווייל ווער עס האט אחריות פאר תורה האט אחריות אויף פיקוח נפש אויך וכן להיפוך

דעריבער איז דאס גיין נעמען שוואכע חברה מיט ציגארן שבת און ארבעטן זיי זאלן ווערן בעסער איז קיין שום מהלך נישט
דערמאנונג: אדר א’ נישט שבט ב’...
גוטע איד
פרישער באניצער
פאוסטס: 39
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 2:52 pm
x 119

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך גוטע איד »

הצלה און מצילי אש, ארבעט נישט צו מאכן בעסער.. אויב יא, דאן פארוואס איז מען דארט יא מוחה?

און די דרכי נועם האט נישט געארבעט מיט ר' יחזקאל..?

ווען וועט קומען א פולע רעפארט ווי גוט די דרכי נועם ארבעט?

און וואס זאגט די תורה מברויך זיצן אנגעלאנט פאר 2 - 4 - 6 יאר און עקספעקטען די דרכי נועם צו ארבעטן און ביז דערוויל טאלערין חילול שבת און אלערליי פריצות.. וועלכע תורה, דיין, פוסק האט דאס געפסקנט?
להגדיל הטראסק
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 741
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 5:37 pm
Location: ביים קופקע
x 2281

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך להגדיל הטראסק »

פאר די אומוויסנדע בתוכינו.
מען האט שוין אסאך פרובירט בדרכי נועם איידערן טוהן אנדערע שריט.

דער דרכי נועם אינאיינעם מיט העסקן... האבן ביזדערווייל רידזשעקטעט די רפואה פון דרכי נועם, איז געבליבן די אנדערע מהלך.
דארפט איר אויפטרעטן אויף שבע ברכות? איר נויטיגט זיך אין פאסיגע ווערטלעך?
פארבינדט אייך אין אישי, און די שטאב פון "גמ"ח ישמח לב" וועט פרובירן אייך צו העלפן בס"ד.
world champion
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 384
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 1:45 pm
x 268

Re: היימישע פייער דעפארטמענט אין מאנסי; שומרי שבת קודש!

פאוסט דורך world champion »

להגדיל הטראסק האט געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 4:12 pm פאר די אומוויסנדע בתוכינו.
מען האט שוין אסאך פרובירט בדרכי נועם איידערן טוהן אנדערע שריט.

דער דרכי נועם אינאיינעם מיט העסקן... האבן ביזדערווייל רידזשעקטעט די רפואה פון דרכי נועם, איז געבליבן די אנדערע מהלך.
די מציאות איז ליידער פארקערט, אבער דאס איז שוין פאליטיק מיט וואס איך גיי זיך נישט פארשמירן.

שרייב פאוסט