הכתר והכבוד - קדושת כתר

אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2284

הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מירון »

שוין לאנג געטראכט אז דער פיוט כתר דארף א שטיקל ביאור, ס'איז מיר אייביג שווער געווען געוויסע קשיות און שאלות אויף קדושת כתר

סאיז אויך א שטיקל דבר בעתו מה טוב - ספירה הייבט זיך אן מיט חסד, גבורה, תפארת, נצח, הוד, יסוד, מלכות. ספעלט אבער די ערשטע דריי מדות – ספירות, וואס דאס איז כתר חכמה, בינה, ווי מיר זינגען ביי 'קל מסתתר' ביי שלוש סעודות - בשעת רעוא דרעוין.

ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים שטעלט דער רבוש"ע ארויף א איד פסח ביינאכט אויף די העכסטע מדרגה מיט אן אתערותא דלעילא די נאכט איז א גאר הויכע נאכט, ס'איז געווען בימים ההם לילה כיום יאיר, ס'איז "הלילה הזה שאמר הקב"ה לאברהם אבינו, אברהם אני גואל את בניך" און חייב אדם לראות את עצמו כאילו יצא ממצרים, מ'דארף שפירן און מ'שפירט יענע הויכע מאמענטן.

אבער נאכדעם וואס דער רבוש"ע האט געוויזן פאר דעם איד ווי הויעך ער קען זיין, נאכדעם וואס א איד שפירט דעם טעם רוחני לייגט דער רבוש"ע דעם איד'לע צוריק אראפ צו זיין מדריגה און מ’דארף אליין ארבעטן אויף אלע מדות. ס’גייט צוביסלעך חסד, גבורה, תפארת וכו' חוץ די ערשטע דריי (סטעפס) מדות - כתר, חכמה און בינה, האט דער דער רבוש"ע ברוב רחמיו איבערגעלאזט ביי אונז [ווייל ס'איז באמת שווער צו ארבעטן דערויף].

און זוהר ווערט געברענגט פרשת אמור (דף צ"ח) אז ביי יו"ט שבועות ביי תפילת המוסף איז ממש פון די העכסטע צייטן אין יאר! כ’וועל די איבערטייטש פון ספר מתוק מדבש אויף לשון הקודש: "כי החסידים המנדדים שינה מעינהם ועוסקים בתורה בלילה הזה מורישים ירושה גדולה להם ולבניהם בשתי העולמות. ואולי בגלל זה הם מקבלים שתי כתרים ובזה הלילה כנסת ישראל שהיא השכינה מתעטרת עליהם ומתייחדת עם המלך בתפילת המוסף ומאירים על אותם שסייעו אל היחוד על ידי עסק תורתם בליל שבועות". רבי שמשון פינקוס זצ"ל שרייבט וז"ל: הוא עת רצון כשעת הנעילה ביום הכיפורים!

אין חסדישע ספרים ווערט געברענגט אז דער עת רצון איז ביי אמירת קדושת כתר. קומט אויס פסח ביינאכט הייבט אן מיט כתר און שבועות ביי תפילת המוסף ענדיגט מען מיט כתר.

המשך יבוא
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 150

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך נאך וואס »

מירון האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:34 pm שוין לאנג געטראכט אז דער פיוט כתר דארף א שטיקל ביאור, ס'איז מיר אייביג שווער געווען געוויסע קשיות און שאלות אויף קדושת כתר

סאיז אויך א שטיקל דבר בעתו מה טוב - ספירה הייבט זיך אן מיט חסד, גבורה, תפארת, נצח, הוד, יסוד, מלכות. ספעלט אבער די ערשטע דריי מדות – ספירות, וואס דאס איז כתר חכמה, בינה, ווי מיר זינגען ביי 'קל מסתתר' ביי שלוש סעודות - בשעת רעוא דרעוין.

ווי עס ווערט געברענגט אין ספרים שטעלט דער רבוש"ע ארויף א איד פסח ביינאכט אויף די העכסטע מדרגה מיט אן אתערותא דלעילא די נאכט איז א גאר הויכע נאכט, ס'איז געווען בימים ההם לילה כיום יאיר, ס'איז "הלילה הזה שאמר הקב"ה לאברהם אבינו, אברהם אני גואל את בניך" און חייב אדם לראות את עצמו כאילו יצא ממצרים, מ'דארף שפירן און מ'שפירט יענע הויכע מאמענטן.

אבער נאכדעם וואס דער רבוש"ע האט געוויזן פאר דעם איד ווי הויעך ער קען זיין, נאכדעם וואס א איד שפירט דעם טעם רוחני לייגט דער רבוש"ע דעם איד'לע צוריק אראפ צו זיין מדריגה און מ’דארף אליין ארבעטן אויף אלע מדות. ס’גייט צוביסלעך חסד, גבורה, תפארת וכו' חוץ די ערשטע דריי (סטעפס) מדות - כתר, חכמה און בינה, האט דער דער רבוש"ע ברוב רחמיו איבערגעלאזט ביי אונז [ווייל ס'איז באמת שווער צו ארבעטן דערויף].

און זוהר ווערט געברענגט פרשת אמור (דף צ"ח) אז ביי יו"ט שבועות ביי תפילת המוסף איז ממש פון די העכסטע צייטן אין יאר! כ’וועל די איבערטייטש פון ספר מתוק מדבש אויף לשון הקודש: "כי החסידים המנדדים שינה מעינהם ועוסקים בתורה בלילה הזה מורישים ירושה גדולה להם ולבניהם בשתי העולמות. ואולי בגלל זה הם מקבלים שתי כתרים ובזה הלילה כנסת ישראל שהיא השכינה מתעטרת עליהם ומתייחדת עם המלך בתפילת המוסף ומאירים על אותם שסייעו אל היחוד על ידי עסק תורתם בליל שבועות". רבי שמשון פינקוס זצ"ל שרייבט וז"ל: הוא עת רצון כשעת הנעילה ביום הכיפורים!

אין חסדישע ספרים ווערט געברענגט אז דער עת רצון איז ביי אמירת קדושת כתר. קומט אויס פסח ביינאכט הייבט אן מיט כתר און שבועות ביי תפילת המוסף ענדיגט מען מיט כתר.

המשך יבוא
יישר כח גדול.
אגב שטייט אין ספרים אז שבעות נאך קבלת התורה ווען אידן האבן מקבל געווען די תרי"ג מצוות מיט די ז' מצות דרבנן וואס איז צוזאמען גימאטריא כתר.
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2284

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מירון »

נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:13 pm
מירון האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 1:34 pm
און זוהר ווערט געברענגט פרשת אמור (דף צ"ח) אז ביי יו"ט שבועות ביי תפילת המוסף איז ממש פון די העכסטע צייטן אין יאר! כ’וועל די איבערטייטש פון ספר מתוק מדבש אויף לשון הקודש: "כי החסידים המנדדים שינה מעינהם ועוסקים בתורה בלילה הזה מורישים ירושה גדולה להם ולבניהם בשתי העולמות. ואולי בגלל זה הם מקבלים שתי כתרים ובזה הלילה כנסת ישראל שהיא השכינה מתעטרת עליהם ומתייחדת עם המלך בתפילת המוסף ומאירים על אותם שסייעו אל היחוד על ידי עסק תורתם בליל שבועות". רבי שמשון פינקוס זצ"ל שרייבט וז"ל: הוא עת רצון כשעת הנעילה ביום הכיפורים!

אין חסדישע ספרים ווערט געברענגט אז דער עת רצון איז ביי אמירת קדושת כתר. קומט אויס פסח ביינאכט הייבט אן מיט כתר און שבועות ביי תפילת המוסף ענדיגט מען מיט כתר.
יישר כח גדול.
אגב שטייט אין ספרים אז שבעות נאך קבלת התורה ווען אידן האבן מקבל געווען די תרי"ג מצוות מיט די ז' מצות דרבנן וואס איז צוזאמען גימאטריא כתר.
שיינער רמז!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2284

די גרויסקייט פון קדושת כתר!

פאוסט דורך מירון »

דער הייליגער ר"ר אלימלך האט אנגעכאפט א זייגער א דבר גשמי בשעתן זאגן כתר שלא תצא נשמתו.

רבי משה'לע קאזניצער שרייבט אז זיין טאטע – דער הייליגער קאזניצער מגיד, איז געווען ממש נפשו יצאו בדברו ביי קדושת כתר און ווען נישט מ’וועקט אים אויף וואלט נסתלק געווארן לבית עולמו פון מתיקות אין התדבקות בה’. דער נעשכיזער שרייבט בשם חד מקמאי אז היינט איז נישט דא קיין רוח הקודש במבואר בגמרא סוף מסכת סוטה, "זולת להרב מבארדיטשוב בשעת כלות נפש בקדושת כתר".

פארוואס און מיט וואס איז טאקע געווען כתר אזוי גרויס? אדער בעסער געפרעגט מיט וואס איז עס מער ווי אנדערע תפילות?
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 150

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך נאך וואס »

דער ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט ער ווערט שיכור פון כתר שמיני עצרת
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 164

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך בן חיים »

נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:31 pm דער ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט ער ווערט שיכור פון כתר שמיני עצרת
אויב כמעג אביסל פאררעכטן אביסל א שענערע לשון

צוויי מאל א יאר ווערט ער שיכור, איין מאל פורים ביי די מגילה און איין מאל שמיני עצרת ביי כתר
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1330
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3622

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך רואה חשבונות »

בן חיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:57 pm
נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:31 pm דער ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט ער ווערט שיכור פון כתר שמיני עצרת
אויב כמעג אביסל פאררעכטן אביסל א שענערע לשון

צוויי מאל א יאר ווערט ער שיכור, איין מאל פורים ביי די מגילה און איין מאל שמיני עצרת ביי כתר
שיכור פון די מגילה, האב איך געהערט אויפן הייליגן בארדיטשבער.
בן חיים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 110
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 4:35 pm
x 164

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך בן חיים »

רואה חשבונות האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 3:15 pm
בן חיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:57 pm
נאך וואס האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:31 pm דער ראפשיצער רב זי"ע האט געזאגט ער ווערט שיכור פון כתר שמיני עצרת
אויב כמעג אביסל פאררעכטן אביסל א שענערע לשון

צוויי מאל א יאר ווערט ער שיכור, איין מאל פורים ביי די מגילה און איין מאל שמיני עצרת ביי כתר
שיכור פון די מגילה, האב איך געהערט אויפן הייליגן בארדיטשבער.
האבעך נאכגעקוקט און דולה ומשקה פון פאיע רב שרייבט ער אזוי:

די רבי פלעגט נאכזאגן יעדעס יאר [פורים] תלמידי בעל שם האבן נישט געטרינקען, ראפשיצע רב האט געזאגט דריי מאל א יאר בין איך שיכור, פורים ביי די מגילה, שמיני עצרת ביי כתר, דאס דריטע מאל געדענק איך נישט, די רבי האט אזוי געזאגט, דאס דריטע מאל געדענק איך נישט'

[איך האב עס נאר ארויפגעברענגט ווייל זייער אסאך מאל זעהט מען ווי מען ברענגט נאך א מעשה אדער א מימרא פון די פריעדיגע און מען פארדרייט עס כהאב שוין אסאך מאל געזען מעשיות וואס כהאב געהערט פון מקור ראשון און געזען שפעטער ווי איינער ברענגט עס נאך און ער מיז דאך שרייבן שרייבעריש פארדרייט מען די מעשה און עס פארלירט די גאנצע חן, אנטשולדיגט פארן פארדרייען די שמועס]
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2284

Re: די גרויסקייט פון קדושת כתר!

פאוסט דורך מירון »

המשך
מירון האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 2:29 pm דער הייליגער ר"ר אלימלך האט אנגעכאפט א זייגער א דבר גשמי בשעתן זאגן כתר שלא תצא נשמתו.

רבי משה'לע קאזניצער שרייבט אז זיין טאטע – דער הייליגער קאזניצער מגיד, איז געווען ממש נפשו יצאו בדברו ביי קדושת כתר און ווען נישט מ’וועקט אים אויף וואלט נסתלק געווארן לבית עולמו פון מתיקות אין התדבקות בה’. דער נעשכיזער שרייבט בשם חד מקמאי אז היינט איז נישט דא קיין רוח הקודש במבואר בגמרא סוף מסכת סוטה, "זולת להרב מבארדיטשוב בשעת כלות נפש בקדושת כתר".

פארוואס און מיט וואס איז טאקע געווען כתר אזוי גרויס? אדער בעסער געפרעגט מיט וואס איז עס מער ווי אנדערע תפילות?
תירוץ:

א) אין ספר כתונות פסים פון בעל תולדות יעקב יוסף שטייט בשם זיין רבין דער אור שבעת הימים: בכל תפלה יש בירור ניצוצין חדשים, רק ביום השבת יערכנו (בפ' אמור) ר"ל התפלות של כל השבוע אינם עולים רק ביום השבת יערכנו הכהן לפני ה', הכהן העובד עבודה במוסף יום השבת, בקדושת כתר עולין כל התפלות, כמבואר בכתבים:

אין קורצן אין אידיש: תפלות פון א גאנצע וואך גייט נאר ארויף שבת ווי עס שטייט אין פסוק: ביום השבת יערכנו הכהן לפני ה' - דער כהן וואס איז מקריב דעם מוסף שבת קודש מיט קדושת כתר איז מעלה אלע תפילות!

ב) די הייליגע ווערטער פונעם מאור עינים אין פרשת אמור: כי נודע שבשבת בקדושת כתר דמוסף יש עלייה לכל נשמות ישראל אפילו לאותן שהם במדריגה תחתונה על ידי שיתקשרו ויתכללו עם הצדיקים מתעלים על ידי הצדיקים למעלה שאז הצדיקים מתקרבים א״ע עם חלקי הקדושה שבנשמות ישראל למעלה כמו מעשה בראשית קודם החטא.

אין קורצן אין אידיש: ביי קדושת כתר פון מוסף ווערט יעדע אידישע נשמה נתעלה, אפילו די שוואכסטע דורך דעם וואס זיי טוען זיך מקשר זיין מיט די צדיקים, ווייל דעמאלס טוען זיך די צדיקים מקרב זיין מיט חלקי הקדושה [וואס יעדע אידישע נשמה פארמאגט] אזוי ווי ביי מעשה בראשית פארו חטא פון אדם הראשון!

ג) בשם דעם הייליגן חוזה פון לובלין ווערט געברענגט: בפסוק כל ימי נזרו קדוש הוא לה' (במדבר ו, ח), פירוש בעת שאנו אומרים כתר, ונזר הוא לשון כתר, קדוש הוא לה' - כי חייב אדם להקביל פני רבו ברגל (ר"ה טז:), ובעת שאומרים קדושת כתר אז יש הארה גדולה לרבו ויוכל להשיג מאתו ג"כ הארה.

אין קורצן אין אידיש: בשעת דער רבי-מנהיג און דער ציבור זאגט קדושת כתר פון מוסף איז דא א גרויסע הארה ביים רבין ווי עס שטייט אין פסוק: כל ימי נזרו קדוש הוא לה' - "נזרו" איז א כתר - דאס גאנצע צייט וואס ער האט דעם כתר איז ער [דער רבי-מנהיג] קדוש לה'! און די גמרא זאגט דאך "חייב אדם להקביל פני רבו ברגל"
__

אויב קדושת כתר פון מוסף אזוי גרויס דארף מען דארף פארשטיין פארוואס זאגט מען כתר נאר ביי מוסף? און פארוואס יום כיפור זאגט מען עס יא ביי אלע תפילות? נאך א שאלה פארוואס זאגט מען ראש חודש און חול המועד נאר האלב? , סקען נישט זיין ווייל מדארף גיין ארבעטן ווייל חול המועד טאר מען נישט ארבעטן ?
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2284

Re: די גרויסקייט פון קדושת כתר!

פאוסט דורך מירון »

מירון האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 5:30 pm

צו ענטפערן דארף מען קודם פארשטיין נאך א קשיא? פארוואס זאגט מען ביי שחרית ביי נקדישך - "ממקומך" און ביי מוסף "מקומו" [מלא עולם]?

תירוץ די גמרא זאגט (מסכת ע"ז ג.) רב יהודה אמר רב שתים עשרה שעות הוי היום שלש הראשונות הקב"ה יושב ועוסק בתורה שניות יושב ודן את כל העולם כולו. די ערשטע דריי שעה איז כולו רחמים אן קיין משפט - ס'איז ממש א מחי' אבער ס'פאסט נישט/ס'קומט נישט אויף דעם צו זאגן מלכות וואס קומט אויף דעם א כתר. די צווייטע דריי שעה וואס איז דין ומשפט איז שייך מלכות און א כתר ווי עס שטייט אין פסוק "מלך במשפט יעמיד ארץ".

שבת און יו"ט דאווענט מען אביסל שפעטער קומט אויס "מוסף" נאך די ערשטע דריי שעה פאסט צו זאגן כתר. שחרית וואודעאום קומט אויס אין די ערשטע דריי שעה זאגט מען נקדישך. יום כיפור איז אגאצן טאג יום הדין, זאגט זאגט מען ביי אלע תפילות כתר. ביי שחרית קען זאגן "ממקומך" א לשון נוכח, ווייל ס'איז בבחינת אב - (כרחם אב על בנים). ביי מוסף אבער ווען ס’דא פחד און מלכות דעמאלס זאגט מען בלשון נסתר "מקומו". ראש חודש און חול המועד וואס מ'דאווענט [געווענליך] פאר די דריי שעות זאגט מען נאר האלב כתר.
אוועיטער
נקודות טובות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1722
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 10:08 am
x 4430

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך נקודות טובות »

@מירון געוואלדיג!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2582
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6978

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך פופציגער »

זייער שיין!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2284

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מירון »

די ויכוח צווישן די חסידים און מתנגדים זענען געווען גרויס צו מ'זאל זאגן ביי מוסף נעריצך אדער קדושת כתר.

חוץ פון דעם וואס די מתנגדים זענען געווען ברוגז אויף דעם וואס חסידים האבן משנה געווען פון נוסח אשכנז צו נוסח ספרד, זענען זיי באזונדער שטארק ברוגז געווען אויף קדושת כתר צוליב דעם ווייל ס'איז ע"פ קבלה. נישט פון לאנג פריער איז געווען דער כת ש"ץ, וואס אלע זייערע שייגץ שטיקן פלעגן זיי זיך פארעענפערן אז ס'איז ע"פ קבלה, ממילא איז יעדע זאך וואס חסידים האבן געטוען ע"פ קבלה געווען שטרענג פארבאטן ביי די אין מתנגדים.סאיז באקאנט די מעשה מיטן דער טשערנאבילער מגיד.

נוסח אשכנז איז נתחבר געווארן ע"פ דעם פסוק אין ישעי-יהו, "כִּי בִרְאֹתוֹ יְלָדָיו מַעֲשֵׂה יָדַי בְּקִרְבּוֹ יַקְדִּישׁוּ שְׁמִי וְהִקְדִּישׁוּ אֶת קְדוֹשׁ יַעֲקֹב וְאֶת אלקי יִשְׂרָאֵל יַעֲרִיצוּ". נוסח ספרד איז ע"פ א זוהר אין פרשת פנחס.
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 114

Re: די גרויסקייט פון קדושת כתר!

פאוסט דורך מכבי »

מירון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 11:30 am
מירון האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 5:30 pm
אויב קדושת כתר פון מוסף אזוי גרויס דארף מען דארף פארשטיין פארוואס זאגט מען כתר נאר ביי מוסף? און פארוואס יום כיפור זאגט מען עס יא ביי אלע תפילות? נאך א שאלה פארוואס זאגט מען ראש חודש און חול המועד נאר האלב? , סקען נישט זיין ווייל מדארף גיין ארבעטן ווייל חול המועד טאר מען נישט ארבעטן ?
צו ענטפערן דארף מען קודם פארשטיין נאך א קשיא? פארוואס זאגט מען ביי שחרית ביי נקדישך - "ממקומך" און ביי מוסף "מקומו" [מלא עולם]?

תירוץ די גמרא זאגט (מסכת ע"ז ג.) רב יהודה אמר רב שתים עשרה שעות הוי היום שלש הראשונות הקב"ה יושב ועוסק בתורה שניות יושב ודן את כל העולם כולו. די ערשטע דריי שעה איז כולו רחמים אן קיין משפט - ס'איז ממש א מחי' אבער ס'פאסט נישט/ס'קומט נישט אויף דעם צו זאגן מלכות וואס קומט אויף דעם א כתר. די צווייטע דריי שעה וואס איז דין ומשפט איז שייך מלכות און א כתר ווי עס שטייט אין פסוק "מלך במשפט יעמיד ארץ".

שבת און יו"ט דאווענט מען אביסל שפעטער קומט אויס "מוסף" נאך די ערשטע דריי שעה פאסט צו זאגן כתר. שחרית וואודעאום קומט אויס אין די ערשטע דריי שעה זאגט מען נקדישך. יום כיפור איז אגאצן טאג יום הדין, זאגט זאגט מען ביי אלע תפילות כתר. ביי שחרית קען זאגן "ממקומך" א לשון נוכח, ווייל ס'איז בבחינת אב - (כרחם אב על בנים). ביי מוסף אבער ווען ס’דא פחד און מלכות דעמאלס זאגט מען בלשון נסתר "מקומו". ראש חודש און חול המועד וואס מ'דאווענט [געווענליך] פאר די דריי שעות זאגט מען נאר האלב כתר.
די סיבה פארוואס מען זאגט נאר האלב כתר ר"ח און חוה"מ איז ווייל די גזירה פון נישט ליינען קרי"ש איז נאר געווען שבת
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2284

Re: די גרויסקייט פון קדושת כתר!

פאוסט דורך מירון »

מכבי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:28 pm

אינטרעסאנט! פון וואו נעמט איר דאס?
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 114

Re: די גרויסקייט פון קדושת כתר!

פאוסט דורך מכבי »

מירון האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:49 pm

דאכטזיך אין ר"ש מגרמייזה
גראדע אנדערע ראשונים ברענגען אז די גזירה איז געווען אויף א יעדען טאג און ווען עס איז בטל געווארן האט מען אלס זכר לנס מתקן געווען צי זאגן ביי מוסף שבת ויוט ווען עס איז דא א רוב עם משא"כ ר"ח וחוה"מ
עיין ב"י ולבוש סימן תכג

און וואס איז אייער מקור?

מכבי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:28 pm

בית יוסף סימן תכ"ג (הלכות ר"ח).

(באמת האב איך נאך אסאך צו שרייבן וועגן קדושת כתר און דאס וואס איר אויפגעברענגט איז געווען איינע פון די נושאים, עוד חזון).
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 114

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מכבי »

ביטע קוקט איבער וואס שטייט דארט
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2284

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מירון »

מכבי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 1:46 pm ביטע קוקט איבער וואס שטייט דארט
וזה לשון קדשו: מצאתי בתשובת הגאונים, לפי שבימי רב, גזר יוזגדר מלך פרס, שלא יקראו ק"ש. מה עשו חכמים שבאותו הדור? תקנו להבליעו בין הקדושות רישא שמע ישראל וסיפא אני ה' אלהיכם. ולמה תקנו לומר בהבלעה כך? כדי שלא תשתכח ק"ש מפי התינוקות. ובקשו רחמים מן השמים ובטלה הגזירה. אמרו חכמים שבאותו הדור לא נבטל שלא לאומרה בקדושה כלל כדי שיתפרסם הנס לדורות, אלא נקבע אותה בתפלת המוספין ובתפלת נעילה שאין שם ק"ש כלל, וכן מנהג בשתי ישיבות עכ"ל
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 114

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מכבי »

שטייט נישט דא איבער 3 שעה וכו
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2284

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מירון »

מכבי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:11 pm שטייט נישט דא איבער 3 שעה וכו
אקעי, לאמיר קלאר מאכן:

אין מטה משה און אין נאך פוסקים ווערט געברענגט אז וועגן דעם זאגט מען "נאר" האלב כתר ר"ח און חול המועד וועגן די ערשטע דריי שעה איז ישב הקב"ה על כסא כבודו וזן את כל העולם כולו מקרני ראמים ועד ביצי כנים קומט נישט [פאסט נישט] צו זאגן כתר, וועגן דעם זאגט מען נאר האלב און קען זיין אז אין דעם איז אינקלודעד דעם שמע ישראל וכו'.

חוץ מזה שרייבט דער הייליגער בית יוסף ספעציפיש אז פאר זאגט מען דעם שמע ישראל וכו', אדער בעסער געזאגט מ'האט ממשיך געווען ווייטער צו זאגן אלץ זכר צו די גרויסע נס דווקא נאר מוסף און נעילה ווייל ביי די תפלה איז נישט דא קיין רעגולער קריאת שמע.

אבער לויט די אנדערע פוסקים דארף מען נישט צוקומען צום בית יוסף'ס טעם, נאר פשוט ווייל מ'זאגט נישט דעם ריכטיגן [גאנצן] כתר.
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 114

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מכבי »

ווי אין מטה משה?

מכבי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 4:30 pm ווי אין מטה משה?
מטה משה אות תתע"ב

קודם האסטו דא די ווערטער פון דעם הייליגן לבוש:

א) כבודו מלא עולם. עי' לבוש סי' תכ"ג סעי' ג' שכתב הטעם שא"א כבודו מלא עולם במוסף של ר"ח. לפי שדרך להתפלל בר"ח תפלת מוסף בבוקר קודם ג' שעות על היום ואין לומר עדיין כבודו מלא עולם. כי בשלשה שעות ראשונות הוא יושב ומתבודד ועוסק בתורה. ובשנייה הוא יושב ודן את כל העולם כדאי' פ"ק דע"א ושייך לומר כבודו מלא עולם. וזהו דוקא בשבתות וי"ט שמתפללין המוספים אחר שלשה שעות על היום אומרים אותו אבל בר"ח שמתפללין מוסף בבוקר קודם ג' שעות אין לומר אותו:

און דאס וואס דער לבוש שרייבט נאר "כבודו מלא עולם" איז לאו דוקא די דריי ווערטער נאר די גאנצע הוספה ביז נאר לעומתם משבחים ואומרים.

ב) נאכדעם קומט דער מטה משה: בשבת בשחרית אומרים ממקומך. ובמוסף ממקומו. לפי דבשחרית עדיין הם ג' שעות הראשונות שישב הקב"ה על כסא כבודו וזן את כל העולם כולו מקרני ראמים ועד ביצי כנים ושייך לומר לשון נוכח. אבל במוסף כבר עמד מכסאו וישב עלכסא דין ודן כי סתם מוסף בשניות אנו מתפללים שיפנה מכסא דין לישב בכסא רחמים. ולכן ביום הכפורים שהוא דן את כל העולם כולו אומר בכל הד' תפלות ממקומו.

ג) כ'האב געזען אין כאטשיג איין ספר, קען איך עס נישט טרעפן יעצט, וואס שרייבט אז באמת וואלט מען בכלל נישט געדארפט זאגן כתר ראש חודש און חול המועד, מ'זאגט עס נאר שלא לחלק.
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 114

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מכבי »

מירון האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 4:02 pm
מכבי האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 2:11 pm שטייט נישט דא איבער 3 שעה וכו
אקעי, לאמיר קלאר מאכן:

אין מטה משה און אין נאך פוסקים ווערט געברענגט אז וועגן דעם זאגט מען "נאר" האלב כתר ר"ח און חול המועד וועגן די ערשטע דריי שעה איז ישב הקב"ה על כסא כבודו וזן את כל העולם כולו מקרני ראמים ועד ביצי כנים קומט נישט [פאסט נישט] צו זאגן כתר, וועגן דעם זאגט מען נאר האלב און קען זיין אז אין דעם איז אינקלודעד דעם שמע ישראל וכו'.

חוץ מזה שרייבט דער הייליגער בית יוסף ספעציפיש אז פאר זאגט מען דעם שמע ישראל וכו', אדער בעסער געזאגט מ'האט ממשיך געווען ווייטער צו זאגן אלץ זכר צו די גרויסע נס דווקא נאר מוסף און נעילה ווייל ביי די תפלה איז נישט דא קיין רעגולער קריאת שמע.

אבער לויט די אנדערע פוסקים דארף מען נישט צוקומען צום בית יוסף'ס טעם, נאר פשוט ווייל מ'זאגט נישט דעם ריכטיגן [גאנצן] כתר.
דא שטעקט די טעות עיין לבוש אז דאס איז 2עקסטערע זאכן
עס איז דא די ענין פון אז בקול /כבודו ממקומך/ ממקומו וואס דאס ווענט זיך אין די שעות און אינדערוואכן איז מען אינגאנצן מקצר

נאכדעם איז דא א עקסטערע זאך פון פסוקי קריאת שמע בײ מוסף פון שבת ויום טוב אלס זכר לנס אבער דאס האט גארנישט מיט די שעות. חוץ אויב איר האט א מקור צי דעם
מכבי
פרישער באניצער
פאוסטס: 62
זיך איינגעשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:45 am
x 114

Re: הכתר והכבוד - קדושת כתר

פאוסט דורך מכבי »

אז מרעדט שוין וואס איז פשט פון די וואכדיגע נוסח מלא כל הארץ כבודו לעומתם משבחים לעומת וועם? מען דערמאנט נישט קיינעם פארדעם! אוודאי איז די כונה לעומת השרפים אבער מען דערמאנט עס נישט ווייל מען איז מקצר אבער עס איז זייער אינטערסאנט אזוי צי סותם זיין
שרייב פאוסט