הגה"ק רבי ישעיה ב"ר אברהם הלוי זי"ע, השל"ה הקדוש - י"א ניסן שפ"ו (?)

אונזער היסטאריע
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29912

הגה"ק רבי ישעיה ב"ר אברהם הלוי זי"ע, השל"ה הקדוש - י"א ניסן שפ"ו (?)

פאוסט דורך ניקל »

פרייטאג י"א ניסן איז געווען די יארצייט פון הגה"ק רבי ישעיה ב"ר אברהם הלוי זי"ע, בעל שני לוחות הברית, הנקרא השל"ה הקדוש,
ער איז געבוירן אין שטאט פראג, בשנת שי"ח,
צו זיין טאטן הגה"ק רבי אברהם ב"ר שבתי שעפטיל הלוי הורוויץ בעל עמק ברכה זי"ע, תלמיד חביב פון הגה"ק בעל הרמ"א זי"ע,

ער איז געווען א בעל מקובל נפלא און א בקי בתורת הנגלה והנסתר, און א איש קדוש מאוד ומפורסם אין די גאנצע וועלט, ער האט אויף געשטעלט תלמידים אין די טויזנטער, שוין פון אלס יונג קינד האט דער גאון שוין גע'שמ'ט מיט זיין געוואלדיגע חריפות ובקיאות התורה, אויך איז ער שוין דאן געווען באוויסט מיט זיין התנהגות דקדושה מיט וואס ער האט זיך שוין דאן געפירט,

עס איז ריכטיג צו פארשטיין דעם גדלות וקדושה פונעם של"ה הקדוש זי"ע, אז ביי כלל ישראל זענען דא עטליכע צדיקים וקדושים וואס מען רופט מיטן צו-נאמען "קדוש" און דאס זענען, דער רש"י הקדוש זי"ע, דער אר"י הקדוש זי"ע, דער אלשיך הקדוש זי"ע, דער של"ה הקדוש זי"ע, דער בעש"ט הקדוש זי"ע, דער אור החיים הקדוש זי"ע,

אין די יונגע יארן האט ער געלערנט תורה ביי זיין גרויסן טאטן זי"ע,
שפעטער איז די משפחה אריבער קיין קראקא און דארט האט ער געלערנט ביי הגה"ק רבי מאיר בעל מהר"ם מלובלין ובעל מאיר עיני חכמים זי"ע.
אויך האט ער געלערנט ביי הגה"ק רבי משה איסרליש בעל הרמ"א זי"ע, און ביי הגה"ק רבי שלמה לוריא בעל המהרש"ל ובעל ים של שלמה זי"ע,

ער האט חתונה געהאט צו הרבנית הצדקת מרת חיה ע"ה,
בת הגה"ק רבי אברהם מויל זי"ע פרנס הקהילת בווילנא,

ער האט משמש געווען ברבנות אין די פאלגענדע שטעט, פאזען, קראקא, וויען, פרנקפורט, און בשנת שע"ד איז ער געווארן רב אין שטאט פראג, דארט האט דער צדיק מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים גאונים וגדולים בתורה,

בשנת ש"ף ווען זיין רעבעצין איז ליידער נפטר געווארן, האט ער זיך אנגעהויבן גרייטן ארויף צו גיין קיין ארץ ישראל, ער איז אנגעקומען קיין ירושלים בשנת שפ"ב יום השישי פרשת ויצא לסדר מה נורא המקום הזה - וזה שער השמים, און פארדעם האט ער זיין ספר א נאמען געגעבן "שער השמים, און אויך ווייל "השמים" באטרעפט 395 די זעלבע ווי "ישעיה",

ער האט דאן אסאך עוסק געווען אין חיזוק ישוב ארץ ישראל, ער האט אליין צוזאמען געשטעלט גרויסע געלטער ארויס צו העלפן די אידן פון ארץ ישראל וואס האבן יענע צייטן געלעבט אין א שרעקליכע דחקות, אויך האט ער גאר אסאך אויפגעטון צו מחזק זיין אידישקייט אין ארץ ישראל, ער איז געווען פון די גרעסטע גדולים אין ארץ ישראל, אלע אידן דארט אין ארץ ישראל האבן מקבל געווען מיט כבוד גדול דעם של"ה הק', און ער איז געווארן ראש ונשיא אין ארץ ישראל,

בשנת שפ"ה י"א אלול איז דער של"ה הקדוש געכאפט געווארן מיט נאך 15 רבנים, כדי צו פאדערן אויסלייז געלט פון די אידן אין ארץ ישראל, און ער איז געזעצען אין תפיסה ביז ראש השנה שפ"ו, און דאן איז ער אריבער וואוינען קיין צפת פאר אפאר יאר, און דאן האט ער זיך געצויגען קיין טבריה, און דארט האט דער צדיק וקדוש געוואוינט ביז צו זיין הסתלקות.

הגה"ק בעל הב"ח זי"ע, האט מעיד געווען אין זיין הסכמה אויפן סידור שער השמים פונעם של"ה הקדוש זי"ע בזה"ל, "חיבוריו הקדושים כאשר ראינו וקרינו בהם, הרגשנו השפעת הקדושה מרום המעלות בכל אברינו, וזה האות שחיבוריו הם מחוברים לשם שמים לתקן הדורות הבאים אחריו, כי אין ספק אצלינו כשיתפשטו בקרב ישראל, כל מי שמתפלל בתוכו, שאין תפילתו חוזרת ריקם",

הרה"ק בעל תולדות יעקב יוסף מאוסטראה זי"ע האט יעדן טאג געלערנט 36 דפים אונעם ספר השל"ה הק'.

שטייט פונעם של"ה הק' אז מען זאל יעדן מוצאי שבת צוזאמלייגען דעם טלית ווייל עס איז א סכנה אז נישט צוזאמגעלייגט קענען זיך אנכאפן די נישט ריינע קליפות.

ווערט געברענגט פונעם של"ה הקדוש זי"ע, גודל מעלת המקו', אז ווער עס איז רגיל בטהרה זו תמיד, וועט עס אים העלפן צו בלייבען ריין פון אלע טמאות.

עס איז באקאנט א הייליגע תפילה וואס דער של"ה הקדוש האט מחבר געווען און עס שטייט אז דאס איז א סגולה פאר ערליכע קינדער, און ספעציעל איז א סגולה דאס צו זאגן ערב ר"ח סיון, אויך איז מקובל אז דער של"ה הקדוש זי"ע האט מחבר געווען דעם תפילה וואס מען זאגט ביי שמונה עשרה "יהי רצון מלפניך ד' אלוקינו ואלוקי אבותינו, שלא תעלה קנאת אדם עלי ולא קנאתי על אחרים, ושלא אכעוס היום ושלא אכעיסך, ותצילני מיצר הרע, ותן בלבי הכנעה וענווה",

ער האט איבער געלאזט זיין זוהן הגה"ק רבי שבתי שעפטיל סג"ל הורוויץ בעל ווי העמודים זי"ע אב"ד ור"מ פוזנא זי"ע, הנקרא ר' שעפטל זי"ע,

פאר זיין פטירה האט ער געהייסן אויסרופען און אלע בתי הכנסת און בתי המדרשות אין טבריה "להוי ידוע שנפטר רבי ישעיהו סג"ל הורוויץ, והוא ציוה שלא יספידוהו רק יאמרו סליחות בימי השבעה, וביום השנה לפטירתו.

נסתלק לגנזי מרומים בגיל שבעים שנה, ביום י"א ניסן בשנת ש"ץ, ומנוחתו כבוד איז אין טבריה נעבן דעם קבר פון רבי יוחנן בן זכאי, און לעבן דעם הייליגען רמב"ם זי"ע,

זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29912

Re: הגה"ק רבי ישעיה ב"ר אברהם הלוי זי"ע, - השל"ה הקדוש,

פאוסט דורך ניקל »

ווי באוויסט איז דער של"ה הקדוש זי"ע, געווען פון די געציילטע צדיקים וואס מען האט גערופען מיטן נאמען "הקדוש" ווייל אלע פון זיין דור האבן געוויסט פון זיין קדושה.

דער של"ה הקדוש האט געבעטן אז ער וויל משמש זיין דעם רמב"ם זי"ע אויבן אין גן עדן, און ער האט טאקע זוכה געווען און ער ליגט טאקע סמוך ונראה צום רמב"ם זי"ע, און דער הייליגער רמב"ם זי"ע האט געוואלט זיין אונעם היכל פונעם תנא רבי יוחנן בן זכאי זי"ע, ליגען טאקע די דריי איינע נעבן אנדערן אין טבריה.

דער זוהן הרה"ק ר' שעפטיל זי"ע, שרייבט אז דער טאטע דער של"ה הקדוש זי"ע האט באקומען א גרויסע נדן פונעם שווער וואס איז געווען זייער רייך, און ער האט אויס געהאלטן אסאך תלמידי חכמים, און דער זוהן איז מעיד אז 80 תלמידים זענען געווען סמוך על שלחנו, און ער האט ארויסגעגעבן טויזנטער תלמידים.

דער זיידע פונעם של"ה הקדוש זי"ע, הגה"ק רבי עקיבא הכהן מאובן זי"ע, פון פעסט, וואס איז געווען א גאון און א קדוש, האט געהאט 12 זוהן כהנים און 12 איידעמער כהנים און ער האט נישט געוואלט נעמען נאר כהנים פאר אן איידעם, אויסער איין איידעם האט ער געהאט א לוי הגה"ק שבתי שפטל בן ישעיה הלוי הורוביץ זי"ע, דאס איז געווען די זיידע פונעם של"ה הקדוש.

הגה"ק רבי יוסף שמואל מקראקא בעל מסורת הש"ס אב"ד פראנקפורט זי"ע, איז געווען באקאנט אלס א גאון עולם און ער האט געלערנט מיט תלמידים מופלגים בעמקות ובקדושה, דער חיד"א זי"ע ברענגט אז ער האט דורכגעלערנט ש"ס 42 מאל און ער האט געלערנט 25 יאר תורה שטייענדיג, און ער האט געלערנט תורה לשמה, דער דאזיגער גאון פלעגט זאגן אז זיין תשוקה און רצון איז צו זיין אין "היכל השל"ה" נאך זיין פטירה לחיי עולם הבא,

נאכדעם וואס ער איז נסתלק געווארן האט פאסירט א מעשה נורא. די בני חבורה זענען זיך צוזאם געקומען לערנען זייער באשטימטן שיעור. פלוצלונג האבן זיי באמערקט ווי זייער רבי זיצט אויף זיין שטול כבחיים חיותו. זיי האבן אנגעהויבן צו ציטערן, אבער רבי יוסף קערט זיך צו זיי און זאגט זיי, "האט נישט קיין מורא, כאטש איך לעב שוין נישט, איך גיי באלד צוריק צום עולם האמת, אבער איך מוז אייך קודם דערציילן וואס האט פאסירט מיט מיר, ווען איך בין אוועק פון די וועלט, אין די ישיבה של מעלה.

ווען איך בין ארויף געקומען צו די "מתיבתא דרקיע", האט מען מיר געשיקט אין גן עדן, און מען האט מיר געגעבן א פלאץ נעבן "של"ה הקדוש", אבער דער שלה"ק האט גע'טענה'ט אז ער איז נישט מסכים צו דעם דאזיגן שכן, ווייל איך האב מחבר געווען א ספר מוסר שני לוחות הברית, וואס איז פיל מיט יראת שמים, און איך האב פיל טרערן פארגאסן ווען איך האב מחבר געווען דעם ספר.

און דער גאון רבי יוסף שמואל האט אדורכגעלערנט גאנץ ש"ס "ברבים" און ער האט בכלל נישט געלערנט קיין מוסר און תוכחה, און דערפאר וויל דער של"ה הקדוש נישט זיצן נעבן דעם גאון אין גן עדן, האט מען אין הימל גע'פסק'נט אז דאס ארט וואס דער "מסורת הש"ס" האט זיך אויסגעקליבן קען מען אים נישט צונעמען. אבער איך דארף "מתקן" זיין מיין פגם, דערפאר בין איך יעצט אראפ געקומען מעולם העליון צו אייך, אייך מעורר צו זיין צו לערנען יעדן טאג מוסר פאר מען גייט לערנען", און ביים ענדיגן די ווערטער, ופרח לך איש האמת!,

דער גרויסער תורה ריז, הגאון הקדוש רבי העשיל פון קראקא זי"ע איז פארוואגלט געווארן קיין וויען, ווען ער האט געברויכט אנטלויפן פון פולין ביי די ביטערע פאגראמען אין שנת ת"ח ות"ט, דעמאלט איז דארט אין וויען געווען דער רב הרב הקדוש רבי שעפטיל זי"ע, דער זון פון של"ה הקדוש זי"ע און בעל מחבר פון ספר "ווי העמודים". ער האט קודם נישט אזוי שטארק אפגעשאצט דאס גרויסקייט און הייליגקייט פון רבי ר' העשיל.

איין טאג האט דער ר"ר העשיל געפרעגט פון רבי שעפטיל פשט אין א שווערן תוספות, און רבי שעפטיל האט געזאגט פאר'ן ר"ר העשיל, אז ער וועט מעיין זיין אין תוספות, און בעז"ה אויף קומען מיט'ן ריכטיגן פשט. דערווייל האט דער רבי שעפטיל זיך געמוטשעט און האט נישט געקענט דערגיין דעם ריכטיגן פשט. האט רבי שעפטיל געפאסט און געוויינט אז ער זאל זוכה זיין צו פארשטיין דעם פשט אין תוספות.

און דער רבי שעפטיל איז איינגעשלאפן און עס האט זיך אים גע'חלומ'ט ווי ער זעט זיין הייליגן טאטן דער של"ה הקדוש אין חלום, און זאגט אים דעם ריכטיגן פשט, און האט אים באפוילן אז מהיום והלאה זאל ער זיין געווארענט אפצוגעבן דעם ריכטיגן כבוד פאר'ן רבי'ן ר' העשיל, ווייל ער האט אין זיך די נשמה פון דעם רבינו תם זי"ע,

תיכף ווען רבי שעפטיל האט זיך אויף געכאפט האט ער געשיקט בעטן דעם רבי ר' העשיל ער זאל קומען צו זיין בית הכנסת. ווען דער רבי ר' העשיל איז אריין געקומען האט ער אים שטארק מכבד געווען, און האט אים אנטפלעקט דעם ריכטיגן פשט אין תוספות. האט דער רבי ר' העשיל מגלה געווען ברבים, אז ער איז זיכער אז מן השמים האט מען אים געזאגט פשט אין תוספות,
אוועיטער
ניקל
אידטיש נייעס באריכטער
פאוסטס: 12893
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 11:12 am
x 29912

Re: הגה"ק רבי ישעיה ב"ר אברהם הלוי זי"ע, - השל"ה הקדוש,

פאוסט דורך ניקל »

אין ספר בן יהוידע פון הגה"ק רבי יוסף חיים בעל בן איש חי זי"ע ווערט געברענגט די מעשה נורא וואס האט פאסירט מיטן של"ה הקדוש זי"ע,

יונגערהייט ווען דער של"ה הקדוש זי"ע האט מרביץ תורה געווען פאר הונדערטער תלמידים גדולים בתורה, האט איינמאל פאסירט, אז עס איז גע'גנב'ט געווארן טייערע כלים פונעם שטוב פונעם גאון דער של"ה הקדוש זי"ע, דער חשד איז געפאלן אויף איינע פון די תלמידים, און נאכדעם וואס מען האט דאס חוקר ודורש געווען, האט מען די כלים געפינען ביי דעם תלמיד,

ליידער פון גרויס בושה האט דער תלמיד ר"ל אפ געלאזט אידישקייט און געווארן א מומר, מיט די יארן איז דער תלמיד נתעשר געווארן און זיך געצויגען קיין ארץ ישראל, דארט האט ער מוצא חן געווען ביי די מלך און שרים, און מען האט דעם מומר אויף גענומען אלס א שר אין שטאט יפו, וואס איז געווען דאן די פלאץ ווי אלע וואס זענען געקומען קיין ארץ ישראל זענען אנגעקומען,

לימים ווען דער של"ה הקדוש זי"ע איז ארויף געקומען קיין ארץ ישראל, איז ער טאקע אנגעקומען קיין יפו, דער תלמיד דער מומר האט גלייך דערקענט דעם של"ה הקדוש זי"ע, אבער דער של"ה הקדוש האט אים שוין ליידער נישט דערקענט ווי אזוי ער האט דאן שוין אויס געזען, דער תלמיד האט שיין מכבד געווען דעם של"ה הקדוש און אים פארבעטן צו קומען צו אים אין שטוב, און אלס דרכי שלום האט דער של"ה הקדוש מסכים געווען צו גיין צום שטוב פונעם שר,

אנקומענדיג אין שטוב, האט דער תלמיד געשיקט זיין משרת אז ער זאל אריין ברענגען כיבוד פארן צדיק, זייענדיג אין א שטוב אליין מיטן של"ה הקדוש, האט דער שר ארויס גענומען א גרויסן מעסער און געזאגט פארן של"ה הקדוש, אז ער זאל אנהייבן זאגן ווידי ווייל ער גרייט זיך ח"ו צו שחט'ן דעם של"ה הקדוש, פארשטייט זיך אז דער של"ה האט זיך געבעטן מיט תחנינים צום שר אז ער זאל אים לאזן לעבן, אבער דער שר האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די בקשה, נאר ער האט געיאגט דעם של"ה הקדוש אז ער זאל ווי שנעלער זאגן ווידי,

דער של"ה הקדוש זי"ע האט דאן אנגעהויבן זאגן ווידי בדמעות שליש און זיך געגרייט ח"ו צו אומקומען על קידוש השם, און דאן האט דער צדיק געזאגט שמע ישראל און זיך געגרייט צו ווערן ח"ו גע'הרג'ט, אבער ווען דער של"ה הקדוש איז אנגעקומען צום ווארט אחד, האט זיך דער שר צו געבויגען צום של"ה הקדוש און אים א קיש געגעבן אויפן האלז,

און דאן האט דער תלמיד מגלה געווען פארן גאון ווער ער איז, אז ער איז דער תלמיד וואס איז געווארן פארשעמט יארן צוריק ביי די גניבה, און ער האט געבעטן דעם רבין מחילה פאר די צער וואס ער האט יעצט גורם געווען פארן רבין, אבער ער האט געזאגט פארן רבין, איך ווייס אז די רבי איז א צדיק גמור און א קדוש אלוקי, אבער ווי חז"ל זאגן הקב"ה מדקדק עם סביביו כחוט השערה, איז די חטא פון דעם וואס מען האט מיך דאן פארשעמט, געווען דאס איינציגסטע פגם אויפן רבין,

דערפאר האב איך געוואלט אז ווען די רבי קומט ארויף קיין ארץ ישראל, זאל די רבי אפילו דעם פגם נישט האבן, און דערפאר וואס די רבי האט זיך געגרייט צו גיין על קידוש השם, איז דער פגם אראפ, פארשטייט זיך אז דער תלמיד האט דאן תשובה געטון און זיך צוריק געקערט צום אידישן וועג,
רואה חשבונות
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1331
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
x 3637

Re: הגה"ק רבי ישעיה ב"ר אברהם הלוי זי"ע, - השל"ה הקדוש,

פאוסט דורך רואה חשבונות »

ניקל האט געשריבן: זונטאג אפריל 21, 2024 3:55 am פרייטאג י"א ניסן איז געווען די יארצייט פון הגה"ק רבי ישעיה ב"ר אברהם הלוי זי"ע, בעל שני לוחות הברית, הנקרא השל"ה הקדוש,
---
זכותו הגדול יגן עלינו
ועל כל ישראל אמן.
אידישע דענקער און פארשער האלטן אז יום היארצייט י"א ניסן איז א טעות וואס קומט פון ספר מליצי אש.
שרייב פאוסט