אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

אונזער היסטאריע
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

די תקופה צווישן די יאר וואס מהאט איינגעזעצט דעם מהר”ם מראטענבערג אין תפיסה שנת ה’מ”ו ביז צו די תקופה פון ר’ יעקב פאללאק איז א תקופת המעביר וואס טיילט אפ צווישן די ראשונים און אחרונים און איז היבש פארנעפלט און נישט מסודר.

כהאב גענומען די ערשטע דאטום פון ווען מהאט איינגעזעצט דעם מהר”ם מראטנבערג
https://www.hamichlol.org.il/%D7%9E%D7% ... 7%A8%D7%92
און די צווייטע דאטום פון ווען מזעהט ר’ יעקב פאללאק שוין אקטיוו אויף די באקאנטע מחלוקת פון מיאון
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%9C%D7%A7

למען האמת, די דאטומען איז נישט געזעצט אין שטיין ווייל מקען אפשר רעכענען די סוף תקופת הראשונים אין אנדערע דאטומען ווי די רינדפלייש פאגראמען אום ה'נ"ח 1298 למספרם
https://www.hamichlol.org.il/%D7%A4%D7% ... 7%99%D7%A9
אין וועלכע דער גרויסער תלמיד פונעם מהר”ם מראטענבערג דער מרדכי איז אומגעקומען על קידוש השם און אזוי אויכעט דער הגהות מיימונית, ווידעראום דער רא"ש איז שוין פון לאנג געווען שפאניע וואס דאס האט טעכניש באמת חותם געווען די גאלדענע תקופת הבעלי תוספות.

מקען אפשר אויכעט רעכענען די שווארצע מגיפה וואס איז געקומען אין פילע כוואליעס במשך די 4 יאר צווישן ה'ק"ז און ה'קי"א 1347 - 1351
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%94% ... 7%95%D7%A8
אין וועלכע יהדות צרפת איז ממש אפגעמעקט געווארן און יהדות דייטשלאנד אויכעט אין גרויס טייל.

------------

יעדער איז וועלקאם צו שרייבן סיי וועלכע פרק היסטאריע פון אט דעם תקופה ואין מוקדם ומאוחר, סאיז ברייט אפען פארן פאבליק.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

לאמיר צוטיילן די דייטשע אידנטום פון די זמן הראשונים אין צוויי. די מערב דייטשע אידן און די מזרח דייטשע אידן.
די מערב דייטשע אידן זענען געווען בעיקר קאנצעטרירט אין די ריינוס/פראנקען ראיאן וואו עס זענען געווען די באקאנטע קהילות, שפיירא, ווירמייזא/ווארמס און מאגענצא/מיינץ, באקאנט ביי אונז אלץ די קהילות שו"ם. אזוי אויכעט די צענטער שטאט פראנקפורט.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A7% ... 5%22%D7%9D
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A4% ... 7%99%D7%94
Screenshot_20240411-200224_Chrome.jpg
Screenshot_20240411-200224_Chrome.jpg (303.75 KiB) געזען געווארן 1184 מאל
נאכדעם איז געווען די אסט-רייכער אידנטום, אסט ע”ש איסט/מזרח פונעם רייך.
דאס איז געווארן שטארק באקאנט בעיקר אין די צווייטע/דריטע דור פון די בעלי תו”ס. דאס האט זיך אנגעהויבן אין די בייערן ראיאן פון דייטשלאנד און האט זיך געצויגן ביז אריבער די אנדערע עק פון די היינטיגע עסטרייך. די מערסט באקאנטע שטעט זענען נירנבערג, אאוגסבורג, רגנסבורג, וויען און דער וויענער נוישטאדט.
https://maps.app.goo.gl/Ws5qDVFKEyAb5JRz8
Screenshot_20240411-204030_Maps.jpg
Screenshot_20240411-204030_Maps.jpg (56.05 KiB) געזען געווארן 1184 מאל
Screenshot_20240411-200524_Chrome.jpg
Screenshot_20240411-200524_Chrome.jpg (212.84 KiB) געזען געווארן 1184 מאל
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
באקאנטע ידען
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 245
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יאנואר 08, 2024 11:53 am
x 375

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך באקאנטע ידען »

!!!!!!!!!!! שוין לאנג וואס איך ווארט פאר אזא טעמע,
איך האב שוין עטליכע מאל געטראכט פון אליינס עפענען אבער נישט געטראפן די צייט
שכ"ח
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

יעצט לאמיר רעדן איבער מנהגי אשכנז בכלליות.

אין די צייטן פון די מהרי”ל טרעפן מיר שוין קלאר צוטלייט די מנהגי ריינוס און די מנהגי אוסטרייך. סאיז מיך נישט אינגאנצן קלאר פונקטליך ווען סהאט זיך צוטיילט אבער סאיז קלאר אז מיט די ערשיינונג פונעם מנהגי המהרי”ל וואס דאקומענטירט די מנהגי ריינוס. און די ספרים וועלכע דאקומענטירן די מנהגי אוסטרייך די ספר המנהגים פון ר’ אברהם קלויזנער און פון זיין תלמיד מנהגי ר’ אייזיק טירנאו האבן עס קלאר אוועקגעשטעלט אלץ צוויי סאב-שטרעמונגען אין יהדות אשכנז גופא.
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%A0%D7%A8
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%99%D7 ... 7%A0%D7%90
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%A8%D7%92
יש אומרים אז אין זאכסן (זעה אין בילד איר געאגראפיע) איז אויכעט געווען א ווערסיע פון מנהגים, דוגמת קהילת בערלין אין וועלכע מוואוינט שוין לכאורה בערך פון גזירות תתנ”ו. די ראיאן איז העכער בעהמען/טשעכיי. יש אומרים אז פון דארטן האבן זיך אסאך מנהגים אריינגעמישט אין טשעכיי און מערב פוילן, ולמען האמת טרעפן מיר גאר שטארקע ענליכקייטן צווישן די מנהגי פרעסבורג און די מנהגי ברלין (פראג איז ליידער אזאנס חרוב געווארן גייסטיש אז כטרעף נישט קיין שריד פון אירע מנהגים צו וויסן אויב זי האט פארמאגט ענליכקייטן צו פרעסבורג און בערלין, געאגראפיש איז שטארק מסתבר אז יא). די מנהגי אונגארן ושבע קהילות זענען לכאורה געווען מער ריין עסטרייכיש, פרעסבורג איז געווען עטוואס אנדערשליך. אבער אין אלגעמיין איז די מנהג זאכסן געווארן ווי איינס מיט די מנהג עסטרייך.
https://hebrewbooks.org/33769
Screenshot 2024-04-11 215605.png
Screenshot 2024-04-11 215605.png (480.85 KiB) געזען געווארן 1172 מאל
אין די יארן פון די שווארצע מגיפה ווען 60% פראצענט (!!!) אייראפע איז אומגעקומען און די גוים האבן באשולדיגט די אידן אין פאר’סם’ען די ברונעמעס זענען שווערע הונדערטער טויזנטער אידן אנטלויפן קיין פוילן וועלכע איז רעלאטיוו מילד באטראפן געווארן און דער פוילישער קעניג האט אנטפאנגען די אנטלאפענע אידן מיט אפענע ארעמעס דאן איז עטאבלירט געווארן די יהדות פוילן. די רבני פוילן זייענדיג עסטרייכער תלמידים דוגמת ר’ יעקב פאלאק וועלכער האט געלערנט אין נירנבורג זיי האבן מיטגעברענגט קיין פוילן די מנהגי עסטרייך אזש אז סהאט באקומען די נאמען ביי א טייל אלץ מנהגי פוילן.
https://www.hamichlol.org.il/%D7%A0%D7% ... 7%A0%D7%96

די חילוקים אין מנהגים טאג צוטאג זענען קליינליכע אבער יו”ט ובפרט מיט די פיוטים איז עס גרעסער. ווען עמיצער זאגט אז ער איז א יעקע ברויכט איר פרעגן וועלכע? א דייטשע? אדער א אונגאריש/טשעכישע/עסטרייכער? ווייל דאס זענען גאר אנדערע מנהגים. הגם, די גראדקייט און פונקטליכקייט וכו’ פארמאגן ביידע אייניג. און אזוי אויכעט איז דאס יהדות אויבערלאנד געווארן אוועקגעשטעלט דורך דעם חת”ס, א יליד פראנקפורט, און זיכער א טייל מנהגי החת”ס וואס איז נתקבל געווארן קומט פון פראנקפורט, פארט אבער איז עס נישט אקוראט די זעלבע מין.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

די גירושים און צרות אין צרפת/פראנקרייך איז געווען פון די ערגסטע, קיינער איז פון דארטן נישט עכט פארבליבן, עכ”פ אלץ קאלעקטיוו. מיר רעדן דא פון פראנקרייך פון וואו רש”י און די בעלי תו”ס שטאמען.

די גירושים זענען פארגעקומען אין 1182, 1270, 1289, 1306, 1322.
די לעצטע און ענדגילטיגע גירוש איז געווען אין 1394 אריבער צו 1395.

די פארטריבענע אידן זענען געגאנגען קיין פרובאנס/פרובינצא וואס איז היינט אין דרום פון פראנקרייך אבער דאן איז עס געווען אנערקענט אלץ אן עקסטערע ראיאן. אבער פון 1498 ביז 1501 האט מען פון דארטן אויכעט פארטריבן אלע אידן צו די איינציגסט פארבליבענע שטאט אביניון וואס איז געווען אינטערן פויפסט און ער האט ערלויבט די אידן צו וואוינען דארטן. אין 1569 האט דער דעמאטסטדיגער פויפסט פארטריבן די לעצטע הייפעלע אידן פון אביניון אויכעט. דערמיט האט מען באופן כללי געשלאסן די גלאררייכע תקופה פון יהדות צרפת, מתוך צרות וגירושים, רשעות ואכזריות. הסתות והשמדות. ימח שמם וזכרם די שטאלצע פראנצויזן.

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%92% ... D7%91-1394
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90% ... 7%95%D7%9F
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

WOW.

דעם יו"ט קויף איך נישט קיין אויסגאבעס. איך האב שוין וואס צו ליינען! (נאכדערצו אז ס'קומט נישט מיט 10 אדווערטייזמענטס צו יעדע קערעקטער...)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

אין די בייערן-מזרח דייטשלאנד ראיאן, די יסוד פון קהילות עסטרייך, טרעפן מיר ר’ יהודה החסיד דער מייסד חסידי אשכנז אריבערקומען קיין רעגענסבורג אין 1195 ווערן דארטן ראש ישיבה. סלאזט זיך זאגן אז מיט די ישיבה אין רעגענסבורג איז עטאבלירט געווארן די קערנדלעך פון די גלאררייכע עסטרייכער אידנטום. הגם בעצם געפונען מיר שוין אידן אין רעגענסבורג פריער ביי די גזירות תתנ”ו למספרם 1096 אין וועלכע די פארשאלטענע קרייצצוגלער האבן דערטראנקען אידן אין די ארטיגע דאנובא טייך און אויסגעשמד מיט געוואלד אנדערע אידן.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A8% ... 7%A8%D7%92

ר’ יהודה החסיד בן ר’ שמואל איז געוועזן פון די באקאנטע קלונימוס משפחה במקורם פון איטאליע וועלכע האט געהאט כתבי קבלה מדור לדור און די סודות התפילה. ר’ יהודה החסיד’ס זיידע ר’ קלונימוס הזקן האט געוואוינט אין מאגענצא ביז די גזירות תתנ”ו און דאן אנטלאפן קיין שפייער אין וועלכע ר’ יהודה החסיד אליינס האט זיך אויפגעהאדעוועט.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%99%D7%93

אין נירענבערג געפונען מיר אויכעט שוין דאקומענטירט א קהילה פון 1146 פון אנטלאפענע אידן פון די צווייטע קרייצצוג יענעם יאר ד’תתק”ו. מיר טרעפן א חבר (אדער א תלמיד חבר) פונעם מהר”ם מרוטנבערג אין נירנבערג ר’ ידידיה מנירנבורג. א דור שפעטער איז דער מרדכי געוועזן דער רב פון נירנבערג וואו ער איז אומגעקומען על קידוש השם ב”ב באב ה’נ”ח למספרם 08/01/1298 אין די רינדפלייש פאגראמען.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%A8%D7%92
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%9C%D7%9C

אין אאוגסבורג געפונען מיר ר’ אברהם הגר פון די בעלי תוספות וועלכער איז געהארגעט געווארן על קידוש השם אום 1264
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90% ... 7%92%D7%A8

רעדנדיג פון די דונא/דוניי/דאנובא טייך
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%93% ... 7%91%D7%94
אט די טייך גייט לענגאויס גאנץ אייראפע און צוטיילט זיך אין פילע אנדערע טייכן. דאס איז די זעלבע דונא פון בודאפעסט און פון פרעסבורג.
אגב, אין בודאפעסט פלעגן די נאציס ימח שמם ארויפטראגן די אידן אויף די צוויי בריקן און זיי אויסשטעלן מיטן רוקן צום ים און זיי שיסן דערביי אריינפאלנדיג אין ים רח"ל, מיין עלטער באבע האט געהאט ניסים דארטן ווען יענער נאצי איז פלוצלינג ביזי געווארן און אזוי איז זי ניצול געווארן.

כהאב געליינט אז די יהדות רעגענסבורג האט געהאט דורך די דונא טייך א קשר מיט פראג, מהאט אימפארטירט פון די דאן שטעטעלישע פראג חפצים וכדומה און עס פארקויפט אין די שטאטישע רעגענסבורג. סאיז געווען א שטייגער ווי די אימפארט היינטיגע טעג פון די ביליגע שטעטעלישע וועלט און מפארקויפט עס אין די גרויסע סיטיס. די קשר פון יהדות פראג און יהדות רעגענסבורג איז אזוי שטארק אז לויט די חוקרים האט מען געטראפן די ארגינעלע יסודות פון די ביהמ"ד פון ר' יהודה החסיד, סאיז היינט באצייכנט מיט אזא מאנומענט די ארגינעלע יסודות אין אן ארטיגער מארק פלאץ, און לויט זיי איז די אלטנוי שול פון פראג געבויעט אקוראט לויט די סקיצע פון די רעגענסבורגע ביהמ”ד. סקען גאר שטארק מעגליך זיין אז די אלטנוי שול אויז גאר געבויט אלץ א רעפליקע פון די שול פון רעגענסבורג אויף וועלכע יהדות פראג האט זיך פאררופן און געלעבט.

זעה וואס די גויאישע פערדן שרייבן אויף די גוגל ריוויוס איבער די באצייכענטע יסודות פונעם עכטע חורבת ר’ יהודה החסיד
”its a very nice place to sit on”
נישט האבנדיג די מינדעסטע מושג וואס די יסודות באדייטן.
https://maps.app.goo.gl/gk4jsLKSPmTMY5W67

בעיקר איז די מרכז התורה געווארן אין עסטרייך נאך די רינדפלייש פאגראמען אין וועלכע בלויז די צוויי שטעט רעגענסבורג און אאוגסבורג זענען געראטעוועט געווארן און געבליבן על תילה, מיר רעדן דא פון ה’נ”ח 1298
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A4% ... 7%99%D7%A9

-----------


די פוילישע שיטת הפילפול טרעפט אירע ערשטע שרשים אין אט די 3 ישיבות וועלכע יעדער פון זיי האט געהאט א פרישע קנייטש
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A9% ... 7%95%D7%9C
סאיז געווען באקאנט לאורך הדורת די 3 אויסדריקן פון קשיות, א נירנבורגער, א רעגענסבורגער און אן אוגסבורגער.
לדוגמה, "נירנברגר" היא קושיה המתעוררת כאשר מקשים ממקור אחד נגד אחר, אך מתעלמים מכך שקיים מקור נוסף בעניין המניח הנחת יסוד שונה. דוגמה ל"פלפול נירנברגר", היא סוגיית ריבית, שבה קיימת מחלוקת אמוראים בין רבי אלעזר לרבי יוחנן, האם ריבית קצוצה – ריבית קבועה – יוצאת בדיינים, כלומר, נלקחת בכוח מהמלווה, או שההלוואה וההתחייבות לריבית בעינן עומדות ובית-דין אינם מתערבים. התלמוד מקשה על אמוראים אלה משתי ברייתות שונות, מהאחת מוכח כי חלה חובת השבה ומהאחרת מוכח כי אין חובת השבה, אך אם התלמוד ידע מראש על קיומן של שתי הברייתות, מדוע הוא הביא בתחילה רק אחת מהן כדי להקשות, והעלים את השנייה?! בסוג זה של קושיות, התאפיין בין השאר הפלפול הנירנברגאי. סוג נוסף של פלפול נירנברגר הוא כשאמורא מקשה שאלה על שתי שיטות, לחפש שיטה שלישית שתתאים לעמדת האמורא השואל.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A0% ... 7%92%D7%A8

"רגנסבורגר" הוא כפי שמגדיר הרב מרדכי מארדוש, מבאר חידושי המהר"ם שיף: "רעגשבורג היינו כשחוזר בעל האיבעיא ומקשה על הפשיטות מברייתא; קשה, מאי מיבעיא ליה – הא ידע הברייתא!"; כלומר, מצב בו אדם שואל שאלה, ולמרבה התמיהה לאחר שנענה, הוא מוכיח ממקורות כאחד הצדדים, כך שעולה תמיהה מדוע שאל אם ידע את המקור שהוא עצמו הביא.

סוגי קושיות נוספות הם "אויסברנגר" (אאוגסבורג) ,כלומר, במקרה שהגמרא מביאה קושיה ממשנה על דברי אמורא ואינה צריכה להביא את תחילת המשנה ובכל זאת מביאה, ועל כך קשה שהבאת כל דברי המשנה זה מיותר.וכך בצורה הפוכה "פירברנגר" שהגמרא יכלה להביא רק את תחילת המשנה ולא את סופה, התירוץ בדרך כלל היה, שקשה גם מתחילת המשנה וגם מסופה, או שלולי סוף המשנה היה ניתן לתרץ באופן מסוים. השל"ה התנגד לתירוצים אלו וסבר שהתירוץ הפשוט הוא, שמכיוון שהגמרא הביאה חלק מהמשנה אגב כך הביאה את כולה, בכדי ללמד את הקוראים הלכות נוספות.
המוכר יותר הוא ה"בלוסר" (אאוגסבורג) לעיתים הגמרא מניחה הנחה ואחריה שואלת שאלה והשאלה קשה גם ללא ההנחה, וכאן קשה "בלוסר" – (בלא זאת בהגיה אשכנזית) הקושיה קשה גם בלי ההנחה, התירוץ מסביר למה לא קשה ללא הנחה.
כמובן די טענות אויף שיטות הפילפול והחילוקים לאורח הדורות איז נישט דא די שמועס, כפרוביר נאר ברענגען די היסטארישע אנהויב דערפון.

בייגעלייגט קענט איר זעהן די לשון השל”ה (מסכת שבועות חלק נר מצווה) וואו ער ברענגט אט די שיטות הלימוד ביים נאמען און רייסט עס אראפ אבער עכ”פ זעהט איר אז די נעמען איז געווען נפוץ ביי כלל ישראל פאר הונדערטער יארן.
https://www.sefaria.org/Shenei_Luchot_H ... 38?lang=bi
והנה יש כת משוגעים האומרים, החילוק מחדד. האומר כן ראוי לנזיפה. חדא אף אם היה כן, וכי אומרים לאדם חטא כדי שיזכה חברך (שבת ד, א), ק"ו חטא גדול ונורא כזה. ועוד כשנעשה מחודד מה עושה בחידודו, הלא אין חידודו אלא שמבלה ימיו בדבר הזה ומדבר סרה על תורת אמת. ועוד איך נעשו ר"ת ור"י וכל בעלי תוס' מחודדים, רק ע"י לימוד תורת אמת ובקיאות מסכתות והתמדה וחוזרים תמיד, וזמן ובין הזמנים שווים, רק דבר זה היא מצוה ובו ידבקון, ויהיה ג"כ חידוד דהיינו לתרץ בדרכים אמיתיים כל אוי"ש ברענג"ר וכל ניר"ן בערג"ר וכל רעגי"ר שפורגי"ר, וכן בתוספת לקשר כל ואם תאמר או תימא שהיא בלא זאת. דברים כאלה הם בכלל תורת אמת, והם גם כן חידוד. בודאי מי שלומד דבר יום זמן ובין הזמנים גמרא פי' תוספת עם כל הדקדוקים, ובפרט דקדוקי רש"י, כי בכל דיבור ודיבור של רש"י יש בו נסתרים עניינים מופלאים, כי חיבר החיבור שלו ברוח הקודש. צאו וראו ברש"י על התורה שהקורא סובר שהוא קל, ראו במזרחי ובכל מפרשי דבריו ותמצאו נפלאות. ורש"י על הגמרא ג"כ הוא כולם מרועה אחד נתנו. ואחר כך עיון בגמרא פירוש תוספת בקושיות ותירוצים. ואחר כך לתרץ כנזכר לעיל בדרכים אמיתיים. ודבר זה יהיו נוהג זמן ובין הזמנים ולא יזכר ולא יפקד שם בין הזמנים ויעקור מן העולם. אז תהיה תורתינו תורת ה' תמימה:
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2370
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6082

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך פופציגער »

הוהא! @מסתמא אויף אויפרייס!
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
מירון
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 715
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 31, 2023 3:21 pm
Location: מאור גליל העליון
x 2174

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מירון »

באקאנטע ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:53 pm !!!!!!!!!!! שוין לאנג וואס איך ווארט פאר אזא טעמע,
איך האב שוין עטליכע מאל געטראכט פון אליינס עפענען אבער נישט געטראפן די צייט
שכ"ח
גם אני מצטרף
אוועיטער
שוש אשיש
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 197
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2023 7:41 pm
x 493

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך שוש אשיש »

געווואלדיג!!!
לך בכוחך זה!
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

שוש אשיש האט געשריבן: מאנטאג אפריל 15, 2024 2:48 pm געווואלדיג!!!
לך בכוחך זה!
🤝
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

בעפארן אנקומען צו די 3 ישיבות נירנבורג, רעגענסבורג און אאוגסבורג וואס מיר האבן דערמאנט פריערט. לאמיר זעהן די דור בעפאר ווי די בעלי בעלי תו”ס זענען אנגעקומען צו די דערנעבענדיגע ווירצבורג וואס איז צווישן פראנקפורט און די מזרח’דיגע 3 שטעט.

די שטאט ווירצבורג איז בזמן המהר”ם מרוטנבורג געווען אנערקענט אלץ ”דער” מרכז התורה, עד כדי כך אז אין די כתבי המהר”ם מרוטנבורג געפונען מיר אים אננעמען די מסורת חכמי ווירצבורג איבער די תקנות שו”ם אפילו מער ווי די שטעט שפיירא ווירמייזא מאגענצא אליינס... אין אנדערע ווערטער לדעת המהר”ם מרוטנבורג איז די מסורת התורה קלאר דאן געווען אין ווירצבורג.

מיר געפונען דעם מהר”ם מרוטנבורג לערנען אין ווירצבוג ביים אור זרוע וועלכער האט אליינס געלערנט אין ווירצבורג ביי ר’ יהונתן ב”ר יצחק א תלמיד ר”י הלבן תלמיד הר”ת, הערשט שפעטער איז דער אור זרוע אריבער וואוינען קיין וויען וואו ער איז שפעטער אויכעט נסתלק געווארן. אגב, רוטנבורג אליינס איז נישט ווייט פון ווירצבורג.

בזמן המהר”ם מרוטנבורג זענען אין וורצבורג געווען פילע אנדערע בעלי תו”ס דוגמת רבי שמואל ברבי מנחם מווירצבורג און רבי יהודה הכהן מפרידברג ועוד.

איבער דאס אלעס איז געקומען צו אן ענדע ביי די גזירות רינדפלייש און שפעטער נאכאמאל פון פריש ביי די פאגראמען פון די שווארצע מגיפה. אבער אלע יארן ביזן צווייטן וועלטס קריג האט מען געקענט געפונען אידן אין ווירצבורג.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

אלץ המשך איבער די קשר צווישן פראג און רעגענסבורג.

מיר געפונען דעם גרויסן תלמיד הרבינו תם דעם ר”י הלבן אלץ יליד ביהעמען פראג. ער איז לויט אלע ווארשיינליכקייטן געבוירן אין פראג ווערנדיג דערמאנט אין תו”ס אסאך מאל אלץ ר’ יצחק מביהם. ער איז געבוירן אין פראג און געוואוינט אין פראג, הערשט שפעטער סוף ימיו איז ער אריבער קיין רעגענסבורג.
ער איז געבוירן ערגעץ ארום ה' אלפים תת”ע תת”פ 1110-1120 און שפעטער אריבער קיין צרפת לערנען ביים רבינו תם און דער ריב”א, ביידע תלמידי רש”י.
אין פראג געפונען מיר אים שיקן תשובות צו תלמידי ר”ת ווי ר”ח כהן און א באזוך קיין פראג פון ר’ יצחק ב”ר דרבילו א צווייטע תלמיד ר”ת.
שנת פטירתו איז נישט קלאר, יש אומרים ערגעץ ארום תתקל”א 1171. ויש אומרים אז לכל המוקדם איז עס געווען תתקנ”ג 1193.
פון זיינע בני משפחה טרעפן מיר דער באקאנטער רייזענדער ר’ פתחיה מרעגנשבורג אלץ זיין ברודער און עקסטער טרעפן מיר א ברודער בשם ר’ נחמן א דיין אין רעגנסבורג. עקסטערדעם טרעפן מיר א זון פונעם ר”י הלבן מיטן נאמען ר’ יעקב אין ביהעמען א דור שפעטער אין די תשובות אור זרוע דערמאנט בלשון מורי, יתכן גאר אז ער האט געוואוינט אין אונגארן אין גראן (Esztergom) וואס געפאלט הארט העכער בודאפעסט
https://maps.app.goo.gl/5vCBRvMCLnzcxcUD8
ווייל אין אור זרוע טרעפן מיר אים זיך באציען צו גדול אין גראן בלשון ”אדוני ר' יעקב ב"ר יצחק, בר אוריין ובר אבהן” כנראה איז עס היינו הך, דער זון פונעם ר”י הלבן הגאון ר’ יעקב, איינס פון די רבי’ס פונעם אור זרוע. האט דער ר’ יעקב געהאט שייכות אין די התייסדות פון אובן ישן/אלט בודא?

נו, עכ”פ האט איר פראג’ס שייכות קיין רעגנסבורג שוין אזוי פרי ווי ביי די צווייטע דור בעלי תו”ס, מיר געפונען שוין די גרעסטע גדולים דאן אין רעגנסבורג. עד כדי כך אז רבי יהונתן בן יצחק פון ווירצבורג א דור שפעטער איז גאר געווען א תלמיד מובהק פונעם ר”י הלבן.

מיר טרעפן דעם ר”י הלבן אין רעגענסבורג אלץ אב בית דין, צוזאמען מיט צוויי יונגערע דיינים בערך אין די יארן ארום 1188 למספרם צוזאמען מיט רבי ברוך ב"ר יצחק, א תלמיד הריב"ם און רבי אברהם ב"ר משה מרגנשבורג.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%91%D7%9F

לאמיר זעהן די נעקסטע דור, דער גרויסער אור זרוע רבינו יצחק בן משה מווינא. ער איז געבוירן אויכעט אין ביהעמיע בערך אין יאר ד’תתק”מ 1180. ער האט קודם געלערנט לאקאל ביי די חכמי בוהמיה ווי רבי אברהם בן עזריאל און רבי יעקב דער זון פונעם ר"י הלבן מפראג. ער רופט אן ביהעמיע אלץ ארץ כנען צוליב די נידעריגע סלאווישע קולטור וואס האט דארטן געהערשט ביי די גוים. שפעטער איז ער אריבער לערנען אין רעגענסבורג ביי ר’ יהודה החסיד און ר’ אברהם ב”ר משה. שפעטער איז ער געגאנגען קיין צרפת אויכעט מקבל זיין פון נאך בעלי תו”ס.
א טיילווייזע ליסטע פונעם אור זרוע’ס רבי’ס: ר' שמחה בן שמואל משפיירא, ר' אליעזר בן יואל הלוי (הראבי"ה), ר' יהודה שירליאון מפריז, ר' אלעזר מגרמייזא ועוד. מיר האבן נישט קיין השגה אין די גדולי הראשונים קיין כי הוא זה אבער לויט די מספר גדולים און ספעקטרום וואס מהאט משמש געווען שטייט דער אור זרוע און דער ראבי”ה אינעם סאמע שפיץ, זכותם הגדול יגן עלינו ועל כל ישראל.
סוף ימיו האט זיך דער אור זרוע באזעצט אין ווינא וואו ער איז נסתלק געווארן ארום בערך בשנת ה”י 1250 ביי די ארום 70 יאר. דער אור זרוע איז געוועזן איינער פון די רבי’ס פונעם גרויסן מהר”ם מרוטנבורג.

אין 1997 האט מען אנטדעקט אין ווינא אויפן באקאנטן גאס דער יודענפלאץ
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%90%D7%A5
דעם ביהמ”ד אדער בית הכנסת פונעם אור זרוע וואס איז חרוב געווארן אין 1421 ביי פאגראמען

לאמיר פארויס טאנצן בערך 150 יאר:

פון די סאמע עלטסטע מציבות וואס שטייען נאך היינט אין די אלטער פראגער ביה”ח איז די מציבה פונעם פריערדיגן פראגער אב”ד וראש ישיבה רבי אביגדור ב"ר יצחק קרא ומחבר ספרים קבליים ופיוטים.
ער איז נסתלק געווארן ט' באייר ה'קצ"ט 04/25/1439.

יעצט סאיז נישט קלאר די צייט און פלאץ ווען און וואו ר’ אביגדור איז געבוירן אבער פארט טרעפן מיר אים אלץ דיין אין רעגענסבורג בעפארן קומען קיין פראג און אזוי אויכעט טרעפן מיר א פיוט ”את כל התלאה” וואס מזאגט יו”כ ביי מנחה, געשריבן צו באוויינען די פאגראמען וועלכע האבן אויסגעבראכן אין פראג אין יאר ה’קמ”ט 1389 למספרם. דאס באדייט אז ר’ אביגדור באוויינט שוין א פאגראם פון פראג 50 יאר בעפאר זיין פטירה, סאו כנראה האט ר’ אביגדור שוין געהאט שייכות צו פראג 50 יאר בעפאר.

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%90% ... 7%A8%D7%90
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

מיר געפונען אויכעט בזמן הר”י הלבן אין רעגענסבורג רבינו אפרים בר' יצחק בר' אברהם מרגנסבורג, באקאנט אלץ דער רבינו אפרים א תלמיד הרבינו תם והריב”א, ביידע פון זיי תלמידי רש”י.
ער איז געבוירן אין רעגענסבורג בערך ד’תת”ע 1110 און נסתלק געווארן אין רעגענסבורג ארום ד’תתקל”ה 1175 בערך ביי די 65. ער ליגט לויט אלע ווארשיינליכקייטן אין רעגענסבורג.
פון זיינע תלמידים טרעפן מיר דעם טאטן פונעם ראבי”ה. רבינו יואל הלוי מבונא, דאס געפאלט אין דייטשלאנד אין די גלילות ריינוס.

אינטערעסאנט אז במשך די צייט וואס ער האט געלערנט אין שפיירא ביים ריב”א האט ער זיך געקריגט אויף די מנהגי העיר אויף פסקים פון די ארטיגע רבנים רבינו שמריה משפיירא ור' אברהם בר' שמואל החסיד, איבער נושא פת שנחמץ בשמרי יין של נכרים (סאוער דאו געמאכט פון ייסט פון זאץ פון גויאישע וויין)
צוליב דעם האט ער געדארפט אוועקגיין פון שטאט קיין ווירמייזא וואס דארטן האט ער אויכעט געקריגט אויף די מנהגי העיר און דאן איז ער אריבער קיין רעגענסבורג וואס פון זיינע קינדער האבן זיך געציילט צווישן די חסידי אשכנז.

מיר געפונען אים קריגן אויף די מנהגי ריינוס ווי אויף זייער היתר צו עסן די חלב פון אויפן מאגן פון די בהמה באקאנט אלץ חלב דבני ריינוס. מיט זיין תלמיד אליינס רבינו יואל הלוי געפונען מיר אים קריגן איבער די מנהגי ריינוס.

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... 7%A8%D7%92
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

וכאן המקום לבעל דין צו פלעטשקענען מיט טעאריעס.

איז די מנהגי צרפת געווען אנדערש פון מנהגי אשכנז? טאמער יא, אפשר איז דאס די זעלבע (כמובן נישט ממש אקוראט די זעלבע) חילוק ווי די מנהגי אשכנז און מנהגי עסטרייך/פוילין?

מיר געפונען א ספר מנהגים פון די ראשונים גערופן סדר טרוייש פארפאסט דורך ר’ מנחם (גערופן ר’ מנחם חזן/ר’ מנחם שליח ציבור) ב”ר יוסף ב”ר יהודה ב”ר ברוך ב”ר יצחק מרעגענסבורג.
https://hebrewbooks.org/39076
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%96%D7%9F

די סדר איז געווארן צוזאמענגענומען פון די ארטיגע מנהגים דורך ר’ מנחם און זיין פאטער און ארטיגע בעלי תו”ס אלעס ע”פ מנהגי רש”י. ער האט געלעבט ערגעץ אין די יארן צווישן 1250 און 1350 למספרם.

ווי פריער געשריבן, יהדות צרפת איז אינטערגעגאנגען אינגאנצן ליידער אבער אפשר... בלויז אפשר, איז מנהג עסטרייך/פוילן דהיינו מזרח אשכנז היינו הך ווי די גאר אלטע מנהגי צרפת, אויב נישט ממש, א תולדה דערפון?

מיר געפונען אין סדר טרוייש די ערשטע מקור פאר שושן פורים אויף ט”ו באדר גערופן פורים שושן, אויף אידיש זאגן מיר פארקערט שושן פורים. מיר געפונען דארטן די מקור פאר די קורצע סליחות ערב יום כיפור וואס מיר פירן זיך, ביי די דייטשע יעקעס זאגט מען ערב יום כיפור א לאנגע סליחות. מיר געפונען דא די מקור אויף די מנהג אשכנז אויבערלאנד צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען קאפיטל פ”ג אלוקים על דמי לך.

אונזער קעיס איז אז די יהדות רעגענסבורג-בוהעמיע דהיינו מזרח אייראפע האט שואב געווען רוב תורתם פון די חכמי צרפת דירעקט און די חכמי אשכנז עטוואס ווייניגער. כמובן אז די נוסח התפילה איז פחות יותר די זעלבע וכו’ אבער די חילוק מנהגים רעד איך.

קלערן מעג מען
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואס דא טוצעך נישט.

קיין מיינונג העלעך נישט נעמען, זינט כ'בין נישט גענוג אן היסטאריקער.
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

דער תהלים איד האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 2:58 pm וואס דא טוצעך נישט.

קיין מיינונג העלעך נישט נעמען, זינט כ'בין נישט גענוג אן היסטאריקער.
כנעם אויכעט נישט. סאיז מיך אליינס אינטערעסאנט סאו נעמעך מיט דעם עולם אויף מיין רייד.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 2:09 pm
לאמיר זעהן די נעקסטע דור, דער גרויסער אור זרוע רבינו יצחק בן משה מווינא. ער איז געבוירן אויכעט אין ביהעמיע בערך אין יאר ד’תתק”מ 1180. ער האט קודם געלערנט לאקאל ביי די חכמי בוהמיה ווי רבי אברהם בן עזריאל און רבי יעקב דער זון פונעם ר"י הלבן מפראג.
ווער איז געוועזן דער אויבנדערמאנטער ר’ אברהם ב”ר עזריאל דער יוגנט רבי פונעם אור זרוע? ער איז געוועזן א תלמיד פון די גדולי חסידי אשכנז: רבי יהודה בר שמואל החסיד, רבי אלעזר בר יהודה בעל “הרוקח” און רבי ברוך בר יצחק מרגנשבורג.

ערגעץ ארום שנת ד’תתקצ”ד (1234) האט ער געשריבן זיין ספר “ערוגת הבושם” א פירוש אויף פיוטים. אינעם ספר טרעפן מיר אים חולק זיין צומאל אפילו אויף זיינע רבי’ס ווי דער רוקח וכו’ סאיז לעצטנס געדרוקט געווארן פון די כתבי ידות.

האמיר דא נאכאמאל א שייכות צווישן ביהעמיע און רעגענסבורג.

https://daily-torah.tv/%D7%A8%D7%91%D7% ... %94%D7%9D/
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

מיר געפונען אין בוהעמיע בערך אין די תקופה פון ד'תתק"פ (1220) נאך א גאון מיטן נאמען ר’ משה תקו, ער איז געוועזן א תלמיד פון ר’ דוד ב”ר קלונימוס פון מינצבערג (א תלמיד הר”ת) און פון ר’ יהודה החסיד. דער ר’ דוד ב”ר קלונימוס טרעפן מיר חתם’נען בראש החותמים אויף די ערשטע פונעם סעריע פון 3 מאל חתם’נען די תקנות שו”ם בשנת תתקנ"ו (1196).

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%A7%D7%95
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%AA% ... 5%22%D7%9D

דער ר’ דוד ב”ר קלונימוס ב”ר מאיר איז געקומען פון מינצבערג וואס געפאלט אויפן מאפע אביסל צפון פון פראנקפורט. ער האט געהאט צוויי ברודער גדולי תורה, ר’ מאיר ממינצבורג און ר’ יהודה וואס האט געוואוינט אין שפייאר, ער ווערט אנגערופן ריב”ק משפיירא.
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%95% ... 7%99%D7%9D

מיר טרעפן ר’ יהודה לערנען ביי רבינו אפרים און ביי זיין פעטער ר’ אברהם ב”ר שמואל א ברודער פון ר’ יהודה החסיד. כנראה איז ר’ יהודה החסיד געווען זיין עלטער פעטער ווייל ער שרייבט אין זיין ספר יחוסי תנאים ואמוראים ”ואני קבלתי מן ר' יהודה חסיד בן רבנא שמואל דוד אמי”

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%A8%D7%90
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%99%D7%9D

------
צוריק צו ר’ משה מתקו; תקו איז די שטאט טאכאוו אין בוהעמיע
https://maps.app.goo.gl/Ut5khRmqjjMgXRNp6
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%A7%D7%95


מיר געפונען ר’ משה גאר שטארק חולק זיין אויף פילאזאפיע און חסידות ביינעזאם אויף זייער א שארפע אופן, ער איז געווען א גאר שטארקע פשטן בשיטה. מיר איז א ווינדער טאמער סאיז וואר אז ער איז געווען א תלמיד ר’ יהודה החסיד און ער האט חולק געווען אויף זיין רבי, צו די יחוס צו אים אלץ זיין רבי איז בטעות.

ר’ משה מתקו טרעפן מיר זיין טעטיג אין די יארן 1220 ד'תתק"פ אין טאכאוו בוהעמיע, סוף ימיו איז ער אריבער קיין עסטרייך אין דער ווינער נוישטאדט וואו ער איז נסתלק געווארן.

אין די חדושי הרמב"ן גיטין דף ז עמוד ב טרעפן מיר די ווערטער: והחכם הגדול ר' משה בר חסדאי מפלוניא שיחיה ויאריך ימים
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

נאכן שניידן דייטשלאנד גופא אין צוויי, מזרח און מערב, לאמיר זיך ווענדן ווייט ארויף צום זאכסן געגנט ביים צפון/מזרח אין די גלילות פון לייפציג און בערלין צום שטאט מגדבורג, דאס געפאלט אויפן מאפע א גראדע שטריך העכער פון רעגענסבורג ארויף צו צפון. לויט די חוקרים ווערט דאס געזעהן ווי דער גרעניץ צווישן מזרח און מערב וואו די מנהגים צוטיילן זיך, צו רעכטס איז די מנהג עסטרייך און צו לינקס איז די מנהג ריינוס.
https://maps.app.goo.gl/ij7kJpfEJNfSSyqG7
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A0%D7 ... 7%A0%D7%96
Screenshot_20240418-083027_Maps.jpg
Screenshot_20240418-083027_Maps.jpg (276.81 KiB) געזען געווארן 717 מאל
צום רעכטס אין די שטאט מגדבורג לויפט אדורך די עלבע טייך וועלכע איז געווען די לעצטע פאר הונדערט יאר ווי די גרעניץ צווישן מנהג אשכנז מזרח און מערב. אבער ווי געזאגט היסטאריש איז די גרעניץ נישט ממש די טייך, נאר אפילו ווייטער ארויס צו מערב.

אין מגדבורג טרעפן מיר ר’ יחזקיה ב”ר יעקב ב”ר נחמן דיין ברעגענסבורג, דער ברודער פון דער ר”י הלבן און ר’ פתחיה מרעגענסבורג. מיר רעדן דא בערך אין די תקופה פון ד'תתק"ף 1220 אויב נישט עטוואס שפעטער.

ר’ יעקב ממגדבורג איז געוועזן דער שליח ציבור אין מגדבורג און ווען ער איז נסתלק געווארן איז געווען א מיעוט ציבור וואס האט נישט געוואלט אויפנעמען זיין זון ר’ יחזקיה אלץ שליח ציבור און מיר געפונען אין די ראשונים א דיון אויב די מיעוט קען אפהאלטן די רוב פון מקבל זיין א בעל תפילה אויף זיך. ר’ משה מתקו האט גע’פסק’נט אז א מיעוט קען אפהאלטן עמיצן פון ווערן בעל תפילה אבער נישט א יחיד, ווייטער דער אור זרוע האט גע’פסק’נט אז אפילו בלויז א יחיד קען אפהאלטן עמיצן פון זיין בעל תפילה... עכ”פ מיר טרעפן אין די תשובות ר’ יחזקיה און זיין פאטער ווערן גאר שטארק אויסגערומט אלץ גדולי תורה. מיר געפונען אויכעט דעם אור זרוע אים באזוכן אין מגדבורג און דן זיין איבער א פסק פון זיין פאטער רבי יעקב וואו דער אור זרוע האט אים געזאגט זיך צו פירן ווי זיין טאטע אפילו דער אור זרוע האט אנדערש געפסקנט. אזוי אויכעט געפונען מיר א קשר מכתבים צווישן דער זון פונעם אור זרוע ר’ חיים וועלכער האט געוואוינט אין וויען מיט ר’ יחזקיה.

ר’ יחזקיה איז געוועזן א תלמיד, קודם כל, פון זיין טאטע. אזוי אויכעט, פון ר’ שמשון מקוצי און כנראה פונעם ראבי”ה און א תלמיד חבר פון רבינו יחיאל מפאריס.

די תלמידים פון ר’ יחזקיה זענען ראש וראשון דער בן אחותו ר’ אליעזר מטוך פון וועמען ער איז געווען א תלמיד מובהק
טוך איז ווארשיינליך טוכהיים בגלילות מאגדבורג
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%98% ... 7%99%D7%9D
אדער אפשר טאוכא בגלילות לייפציג
https://maps.app.goo.gl/Hy3TEXHhG3Su9qM1A
נאכדעם טרעפן מיר נאך פילע תלמידים די גרעסטע גאוני אשכנז ווי דער מהר”ם מרוטנבורג, ר’ חיים פלטיאל, ר’ אביגדור הכהן, ר’ שמריה בן יצחק.

https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%99% ... 7%A8%D7%92
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%A9% ... 7%A6%D7%99
https://www.hamichlol.org.il/%D7%A8%D7% ... 7%95%D7%9A
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

מסתמא האט געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 2:57 pm וכאן המקום לבעל דין צו פלעטשקענען מיט טעאריעס.

איז די מנהגי צרפת געווען אנדערש פון מנהגי אשכנז? טאמער יא, אפשר איז דאס די זעלבע (כמובן נישט ממש אקוראט די זעלבע) חילוק ווי די מנהגי אשכנז און מנהגי עסטרייך/פוילין?

מיר געפונען א ספר מנהגים פון די ראשונים גערופן סדר טרוייש פארפאסט דורך ר’ מנחם (גערופן ר’ מנחם חזן/ר’ מנחם שליח ציבור) ב”ר יוסף ב”ר יהודה ב”ר ברוך ב”ר יצחק מרעגענסבורג.
https://hebrewbooks.org/39076
https://he.m.wikipedia.org/wiki/%D7%9E% ... 7%96%D7%9F

די סדר איז געווארן צוזאמענגענומען פון די ארטיגע מנהגים דורך ר’ מנחם און זיין פאטער און ארטיגע בעלי תו”ס אלעס ע”פ מנהגי רש”י. ער האט געלעבט ערגעץ אין די יארן צווישן 1250 און 1350 למספרם.

ווי פריער געשריבן, יהדות צרפת איז אינטערגעגאנגען אינגאנצן ליידער אבער אפשר... בלויז אפשר, איז מנהג עסטרייך/פוילן דהיינו מזרח אשכנז היינו הך ווי די גאר אלטע מנהגי צרפת, אויב נישט ממש, א תולדה דערפון?

מיר געפונען אין סדר טרוייש די ערשטע מקור פאר שושן פורים אויף ט”ו באדר גערופן פורים שושן, אויף אידיש זאגן מיר פארקערט שושן פורים. מיר געפונען דארטן די מקור פאר די קורצע סליחות ערב יום כיפור וואס מיר פירן זיך, ביי די דייטשע יעקעס זאגט מען ערב יום כיפור א לאנגע סליחות. מיר געפונען דא די מקור אויף די מנהג אשכנז אויבערלאנד צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען קאפיטל פ”ג אלוקים על דמי לך.

אונזער קעיס איז אז די יהדות רעגענסבורג-בוהעמיע דהיינו מזרח אייראפע האט שואב געווען רוב תורתם פון די חכמי צרפת דירעקט און די חכמי אשכנז עטוואס ווייניגער. כמובן אז די נוסח התפילה איז פחות יותר די זעלבע וכו’ אבער די חילוק מנהגים רעד איך.

קלערן מעג מען
אויב אין מנהגים און פיוטים האט זיך אשכנז צוטיילט פון [צרפת(?)] עסטרייך און פוילן, דאן מן יימר אז נוסח התפילה נישט?

איז למען האמת מיר געפונען אין סידור חסידי אשכנז לר’ שלמה מווירמייזא דאס פאלגענדע
המוסיף וגורע בה אפילו אות אחת, תפילתו אינה נשמעת, כי כולה במדה ובמשקל באותיות ובתיבות
וסודות הרבה היוצאים ממנה. וכל ירא השם יזהר בה מלפחות ולהוסיף, ולא ישמע אל צרפתים ואנשי
איי-הים שמוסיפים בה כמה וכמה תיבות, כי אין רוח וחכמה נוח בהם, כי לא נמסרו להם טעמי התפלה
והסודות, כי חסידים הראשונים היו גונזים הסודות והטעמים, עד שבא רבינו הקדוש, רבינו יהודא החסיד
ז"ל, והוא מסרם לאנשי משפחתו החסידים בכתב ובעל פה... וכתב רבינו החסיד ז"ל: המוסיף בתפילה
אפילו אות אחת, עליו ועל כיוצא בו נאמר: ”נתנה עלי קולה על כן שנאתיה”.
זעהען מיר קלאר אז סזענען געווען שינויים צווישן אשכנז און צרפת אין די נוסח התפילה און בזמן הראשונים האט מען מקבל געווען פון די חסידי אשכנז די נוסח התפילה אז סזאל זיין אקוראט ווי די נוסח אשכנז וואס איז מכוון בעסער ווי נוסח צרפת. לויט די מסורות האט די משפחת קלונימוס די זיידעס פון ר’ יהודה החסיד געברענגט די סודות התפילה פון איטאליע.
(יתכן וועגן דעם איז בהמשך הדורות נתפשט געווארן דוקא אין די מקומות די נוסח האר”י וואס איז לויט טייל מקובלים נאך בעסער מכווין, בבחינת מסורת אבות. הגם לויטן חת”ס האט נוסח האר”י נישט קיין שום עדיפות איבער נוסח אשכנז.)

שפעטער צו ווען ר’ יהודה החסיד האט זיך געצויגן קיין רעגענסבורג, פון שפיירא, איז רעגענסבורג און בהמשך הזמן גאנץ אוסטרייך נשפע געווארן פונעם נוסח אשכנז בשעתן ווייטער אנהאלטן די מנהגים פון די צרפתיים און די בעלי התוספות. אגב, אז מרעדט שוין, די חכמי אנגליה זענען געווען תלמידי צרפת, גארנישט פון אשכנז.

אבער אפילו אזוי זענען נאכאלץ פארהאנן קליינליכע שינויים אינעם נוסח אשכנז גופא וואס די בני ריינוס זאגן עטוואס אנדערש, דוגמת זאגן שים שלום ביי אלע 3 תפילות נישט נאר ביי שחרית און נישט שלום רב אנשטאט. אגב, דער חת”ס פלעגט טאקע אויכעט אזוי טון זייענדיג א יליד פראנקפורט. די זעלבע איז מיט מוריד הטל וואס אין אויבערלאנד זאגט מען נישט, נאר מלאזט אויס און מזאגט ווייטער מכלכל חיים. אבער אין מערב אשכנז זאגט מען יא מוריד הטל, אגב, די גר”א’ניקעס זאגן אויכעט מוריד הטל. עכ”פ חילוקים טרעפן מיר אינעם נוסח אליינס אויכעט.

זעה דא פילע חילוקים
https://moreshesashkenaz.org/mm/publica ... adrich.pdf
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

רבי מנחם ב"ר פנחס ממירזבורק באקאנט אלץ ר' מנחם מעיל צדק אדער ר' מנחם המעילי ע”ש זיין ספר.
ער האט געלעבט בערך צווישן די יארן צווישן ה’ק’ און ה’ק”ע 1340-1410 אין שטאט מירזבורג, דאס געפאלט הארט אינטער מאגדבורג אויכעט בגלילות לייפציג
https://maps.app.goo.gl/RvNP6EMm1U9XpMyV8.
Screenshot_20240419-110122_Maps.jpg
Screenshot_20240419-110122_Maps.jpg (107.24 KiB) געזען געווארן 608 מאל
ר’ מנחם האט געלעבט ממש אין די דור הארט נאך די שווארצע מגיפות פאגראמען וועלכע האבן באטראפן יהדות אשכנז אין די יארן ק”ח און ק”ט 1349-1350.
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%90%D7 ... ite_note-9
מיר געפונען אים זיך אפרעדן: "מעט מזעיר יש לומדי תורה במדינה זו, וברוב מקומות אין שום למדן". אזוי אויכעט דער מהרי”ל שרייבט ערגעץ אנדערש אויף די מצב הדור: "זה המחבר (בעל ספר האגודה) היה קודם הגזירות שידוע שאז היו גאוני ארץ, ועתה הדור היתום הזה שאין בו יודע בין ימינו לשמאלו"

דער מהר"י ווייל שרייבט אויף אים: היה "למדן מופלג, גדול בדורו, וכל מנהג מדינת זקס"ן אחר אותו ספר, והרבה דברים נעתקו מספרו והם בידי", ע”כ. און סאיז טאקע געבליבן שטיקלעך פונעם ספר מעיל צדק געדריקט אין ווענעציע אין יאר ש”ט צוזאמען מיט די שו”ת מהר”י ווייל.

ר’ מנחם איז געוועזן דער וועלכער האט מתקן געווען אז מזאל מער נישט געבן קיין מיאון, א קטנה וואס די טאטע מאכט חתונה און זי ווערט א גדולה, נאר זי דארף א גט. עטליכע דורות שפעטער געפונען מיר די פולמוס מיט ר’ יעקב פאללאק איבער מיאון אין וועלכע ר’ יעקב האט מתיר געווען דאס געבן מיאון.

ר’ מנחם’ס רבי איז געוועזן רבי יצחק מאופנהיים, א שטאט אין ריינוס. מיר געפונען אים ווערן אנגערופן אויכעט מיטן נאמען ר’ יצחק מערפורט, לויט אלע ווארשיינליכקייטן האט ער געוואוינט אין ערפורט און דארטן האט ר’ מנחם געלערנט ביי אים.
https://maps.app.goo.gl/7dZnXp6ALvp4zVWH8
מיר געפונען ר’ יצחק באזוכן אין מאגענצא בתורת גאסט. ר’ מנחם האט געלערנט ביי נאך א חכם מיטן נאמען רבי שלמה.
ווי געזאגט איז ר’ מנחם געוועזן פון די חוטי השדרה וועלכע האבן אויפגעשטעלט די יהדות אשכנז נאך די שווארצע מגיפה און אירע פאגראמען. פון זיינע תלמידים געפונען מיר ר’ יו”ט ליפמאן מילהויזן.


ווי סזעהט זיך אויס איז ערפורט געוועזן א מרכז התורה אינעם דור פונעם שווארצן מגיפה, מיר געפונען דארטן אויכעט דעם בעמ”ח ספר האגודה און נאך גדולים פון יענע דור. ווי איר קענט זעהן איז ערפורט אין די זאקסן געגנט נעבן מגדנבורג און מרזבורק.
Screenshot_20240419-104833_Maps.jpg
Screenshot_20240419-104833_Maps.jpg (171.07 KiB) געזען געווארן 622 מאל
יעצט קיין דירעקטע קשר צווישן ר’ מנחם ממרזבערק און די בעלי תו”ס פון מגדנבורג האב איך דערווייל נישט אבער די סברה זאגט אז ער איז געווען א תלמיד תלמידם וואוינענדיג אין די זעלבע געגנט געאגראפיש. און אזוי אויכעט איז מסתבר אז דארטן אויבן אין דייטשלאנד איז געוועזן ווייניגער פאגראמען, הגם אין ערפורט גופא טרעפן מיר קלאר פאגראמען ביי די שווארצע מגיפה א’ ניסן בשנת ק”ט 03/21/1349 אין וועלכע 3000 אידן זענען געהארגעט געווארן און צו פוינט וואס די אידישע לעבן האט זיך דארטן ממש ווי אויפגעלעזט. אבער כנראה אז אין די ארומיגע שטעט איז געוועזן מער רואיג, אנדערש ווי אין די ריינוס אומגעגנט. נאכאמאל, סאיז בלויז א שפעקולאציע, אבער די סברה זאגט אז אין די דערפישע געגנטער וואו די אידן פלעגן וואוינען צישפרייט און צוזייט און סאיז נישט געווען קיין קאנצעטרירט איז געוועזן די פראבלעם פון פאגראמען אסאך לייכטער. נאכאמאל, בלויז שפעקולאציע.
אגב, עס געפונען זיך נאך ספרים פון ערפורט מיט בלוט פלעקן פון יענע ביטערע פאגראם, ווארשיינליך איז עס געבויעט אויף א ספר החסידים נישט עס צו באגראבן כדי די בלוט זאל מעורר זיין נקמה. היינט פירט מען זיך שוין נישט אזוי. עכ”פ סאיז אינטערעסאנט. פיל מיט ספרים פון יענע קהילה ליגן היינט אין לייברעריס און די חרובע שול שטייט נאך היינט.
https://forum.otzar.org/viewtopic.php?t=48886#p594547

אלענפאלס, האמיר דא אביסל אראפגעגעבן אביסל די שרשים פון די מורשי התורה אין די צפון/זאקסן אומגעגנט פון דייטשלאנד. און ווי געזאגט איז ר’ מנחם מירזבורק דער שורש ופוסק אחרון אויף די ארטיגע מנהגים.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5226
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9573

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וואס קענעך דא רעאגירן מער ווי WOWOW??
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

תרי ווינא’ס איכא

איינס איז די עיר הבירה פון עסטרייך
https://maps.google.com/?q=Vienna%2C+Au ... &entry=gps
און איינס איז א שטאט ווינא אין פראנקרייך
https://maps.app.goo.gl/YwnQWJr1Pbh7Uq1s7

ווען מרעדט פון וויען ברענגען די חוקרים די ערשטע רבנים אין וויען אלץ ר’ טוביה מווינא און ר’ יהונתן מווינא. מיר טרעפן אין די ראשונים ווי אין די ספר המרדכי, שערי דורא ועוד פילע מאל ציטירט פסקים פון ר’ טוביה מווינא.

ר’ טוביה ב”ר אליהו מוויאנה פראנקרייך איז געוועזן א תלמיד פונעם ריצב”א א ברודער פון רבינו שמשון משאנץ

אינטערעסאנט מיר טרעפן אים זיין אנוועזנד ביים פטירה פונעם ריצב”א ווארשיינליך ווען ער האט פרובירט ארויפצופארן מיט זיין יונגערע ברודער דער ר”ש משאנץ קיין אר”י און כנראה איז ער נסתלק געווארן אין וויאנה. יארן שפעטער געפונען מיר דער רבינו יחיאל מפאריז אויכעט אדורכגעפארן מיטן פלאן ארויפצוגיין קיין אר”י אבער איז שפעטער צוריק אהיימגעקומען נאכדעם וואס ער איז קראנק געווארן אינטערוועגנס.

זעה דא וויאזוי וויאנה איז אינטערוועגנס צום ים התיכון פון פאריז
https://maps.app.goo.gl/YwnQWJr1Pbh7Uq1s7
Screenshot_20240420-233153_Maps.jpg
Screenshot_20240420-233153_Maps.jpg (103.95 KiB) געזען געווארן 565 מאל
זעה דעם מאמר באריכות
https://www.google.com/url?sa=t&source= ... rQNtqpg2MP

ככל הנראה איז דער ריצב”א נסתלק געווארן אין שטאט וויאן אין פראנקרייך אין יאר 1210 אויפן וועג קיין אר”י מיט די חבורה פון זיין ברודער רבינו שמשון משאנץ. און רבינו יחיאל מפאריס איז נסתלק געווארן י”ב ניסן שנת ה”כ 1260 אין פראנקרייך.

לפי זה איז דעם שבת געווען די יארצייט פון רבינו יחיאל ב”ר יוסף מפאריז.

סך הכל, ישתקע הדבר ולא יאמר. רבינו טוביה מווינא האט ככל הנראה גארנישט קיינמאל געהאט מיט וויען עסטרייך.

בלייבט נאר איבער צו פעסטשטעלן אז דער אור זרוע האט יא געהאט מיט עסטרייך. אבער סאיז מער מסתבר נעמענדיג אין חשבון אז ער איז געבוירן אין ביהעמען.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 1104
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 2916

Re: אידישע היסטאריע משנת ה'מ"ו (1286) אריבער צו ה’רנ”ב (1492)

פאוסט דורך מסתמא »

דער אור זרוע איז געוועזן אין בודאפעסט (בפשטות בודא/אובן ישן) און סאיז דארטן געווען א אידישע קהילה!

אין אור זרוע סי’ שסו (מובא בהגהות מרדכי מקוואות רמז תשמט) שרייבט ער וז”ל: אני יצחק בן ב”ר משה איקלעתי לארץ הגר ויש שם חמי טבריא נובעין מן הקרקע, ושאלו לי וכו’ ע”כ.

נו, רעד ער דאך פון די בארימטע בודאפעסטע האט ספרינגס!
https://www.google.com/search?q=budapes ... s-wiz-serp
און מזעהמיר די אונגארישע אידן פרעגן וועגן זיך טובלען דארטן!
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
שרייב פאוסט