נייעס פון קאנגרעס און סענאט
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
אריזאנע אינדעפענדענט סענעטאר קריסטען סינעמע האט געמאלדן אז זי וועט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג, נאר זי וועט פארלאזן סענעט ביים ענדע יאר.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ווייאומינג סענעטאר דזשאן בעראַסאָ האט באשלאסן איבערצוהיפן דעם פארמעסט פון ריפובליקאנער פירער און וועט זיך פארמעסטן פאר די 'וויפּ' פאסטן
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס קאמיטע שיקט סובפינע פאר געוועזענער ניו יארק גאווערנאר קאומאו צו הערן וועגן קאוויד טויטפעלער אין נוירסינג האומס
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
סענאטאר רוביא באנייט זיין קאמפיין אז מען זאל מאכן דעם זומער זייגער א גאנץ יאר פערמאנענט איבער'ן לאנד
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ארויסגעווארפענער קאנגרעסמאן דשארדש סענטאס זאגט אז ער וועט פרובירן נאכאמאל צו לויפן פאר קאנגרעס אין ניו יארק׳ס ערשטע דיסטריקט, קעגן רעפובליקאנער קאנגראסמאן ניק לאלאטא.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑פרייטאג דעצעמבער 01, 2023 11:12 am אין וואוט פון פון 311 קעגן 114 איז קאנגרעסמאן דזשארדזש סענטאס (ר) ארויס געווארפן געווארפן פון קאנגרעס!
105 רעפובליקאנער האבן געשטימט אים צו ווארפן.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
מען גרייט זיך אין קאנגרעס פאר א פארהער-אויפטריט פונעם ספּעציעלן פּראקוראר ראבערט הור מארגן דינסטאג. הור האט געפארשט פּרעזידענט ביידען'ס מיסברויכן מיט קלאסיפייד דאקומענטן און האט אין זיין באריכט ריינגעוואשן ביידען פון סיי וועלכע קלאגעס, אנגעבנדיג אז ביידען איז אן אלטער מאן מיט א שוואכע זכרון. הור'ס באהויפּטונגען האבן געברענגט א שטורעם פון רעאקציעס אויף ביידע זייטן פונעם פּאליטישן ספּעקטרום, און אצינד וועט ער האבן א שאנס זיך צו ערקלערן
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
אן אומפּארטייאישע גרופּע קאנגרעס מיטגלידער האבן ארויסגעשטעלט א געזעץ פארשלאג וואס וועט פארלאנגען די רעגירונג איבערצומאכן די קארטלעך פאר "פוד סטעמפּס" געניסער, נאכדעם וואס אין די לעצטע פּאר יאר זענען צענדליגער מיליאנען דאלארן גערויבט געווארן פון די קארטלעך דורך שווינדלער. א הויכפּונקט פונעם פארשלאג איז אז אנשטאט וואס די קארטלעך האבן פּשוט'ע מאגנעטישע "טשיפּס", זאל עס האבן א מער פארגעשריטענע פארזיכערטע טשיפּ וואס קען נישט גרינג נאכגעמאכט ווערן
-
- פרישער באניצער
- פאוסטס: 20
- זיך איינגעשריבן: מיטוואך אוגוסט 16, 2023 11:40 am
- x 31
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
היינט קומט פאר הירינג ווי מען אינטערוויוט די ספיציעלע קאנסיל איבער די באריכט אויף די ביידען דאקעמענט קעיס ווי הער האט באשלאסען נישט צי פראסיקיטען ביידען.
ביידע זייטען פראבירען צי גרילען הער, ריפאבליקאנע אז איז א צוויי סיסטעם דשאסטעס. דעמאקראטען אז הער פאראבירט צי שפילען פאליטיק מיט די אלטע וואוילע זיידע סטעיטמענט.
ביידע זייטען פראבירען צי גרילען הער, ריפאבליקאנע אז איז א צוויי סיסטעם דשאסטעס. דעמאקראטען אז הער פאראבירט צי שפילען פאליטיק מיט די אלטע וואוילע זיידע סטעיטמענט.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
דער רעפּובליקאנער קאלאראדא קאנגרעסמאן קען באק האט שאקירט קאנגרעס נעכטן ביים מעלדן אז ער וועט רעטייערן פון אמט קומענדיגע וואך
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס דעמאקראטן באטראכטן א קאמפּליצירטע פּראצעדור איבערצוהיפּן קאנגרעס ספּיקער דזשאנסאן צו באשטעטיגן פרישע הילף פאר אוקראינע.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
יישר כח @ווער און @ניקל
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
א פרייליכן תמיד!
נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס האט געשטימט מיט אן איבערוויגענדע מערהייט פון 352 אקעגן 65 צו פארבאטן די טיק-טאק פלאטפארמע פון זיין אפן אין אמעריקא
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3636
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
געוועזענער קבינעט מיטגלידער אין די טראמפ אדמיניסטראציע 'מר. סטיוו מענאוטשען' זאגט אז ער שטעלט צוזאמען א טיעם פון אינוועסטארס אפצוקויפן די 'טיק-טאק פלאטפארמע' פון טשייניזער בעלי בתים.
אויב וועט דאס זיין סוקסעספול וועט דאס אטאמאטיש אפשטעלן די יעצטיגע פארבאט.
-
- אקטיווער באניצער
- פאוסטס: 393
- זיך איינגעשריבן: דינסטאג אוגוסט 29, 2023 2:09 pm
- x 405
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3636
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
די אזוי גערופענע יעצטיגע בעלי בתים זענען טשייניזער אינוועסטארס. באמת זענען אלע אזוי גערופענע טשייניזער אינוועסטארס די טשייניזער רעזשים.
אסאך אמעריקאנער רעגירונג באאמטע ובתוכם אסאך אין די אינטעלידזשענס קאמיאניטי האלטן אז די טשיינא גאווערמענט נוצט דעם עפפ צו שפינירן אויף אמעריקאנער יוגענט.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3636
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ספיקער דזשאנסאן גיט אנצוהערן פארן סענאט אז ער איז גרייט אריינצוקוקן אין א ביל וואס וועט שענקען געלט פאר מדנ"י און אוקריינא.
סענאט האט שוין געפעסט א ביל לעצטן חודש, אבער דזשאנסאן האט עס דערווייל נישט געוואלט ארויפברענגען צוליב די אפאזיציע פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ.
סענאט האט שוין געפעסט א ביל לעצטן חודש, אבער דזשאנסאן האט עס דערווייל נישט געוואלט ארויפברענגען צוליב די אפאזיציע פון געוועזענער פרעזידענט טראמפ.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס פירער האבן זיך פאראייניגט אויף אן אפמאך צו האלטן די רעגירונג אפן ביז ענדע פון די יעצטיגע פיסקל יאר
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס רעפּובליקאנער באטראכטן צו שיקן אן איינלאדענונג פאר'ן מדינת ישראל פּרעמיער מיניסטער ביבי נתניהו צו קומען געבן א רעדע פאר קאנגרעס
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
דער דעמאָקראַטישער קאָנגרעסמאַן דזשעראד מאשקאוויטש, א איד האָט געמיינט נעכטן אַז ס'איז שוין פּורים, און ער איז געקומען אינעם קעפּיטאָל אָנגעטאָן מיט א מאַסקע פון וולאַדימיר פּוטין. ער איז געקומען אַזוי אָנגעטאָן צו א הירינג וואו מ'האָט פאראויסגערוקט די אימפּיטשמענט פאַרהערן קעגן פּרעזידענט ביידען, וועלנדיג צייגן אַז דער רוסישער פּרעזידענט איז דער וואָס שטופּט די באַשולדיגונגען קעגן ביידען
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
רעפּובליקאנער קאנגרעספרוי מארזשארי טעילאר גרין האט נעכטן פאראויסגעשטופט איר רעזאלוציע ארויסצואווארפן מייק דזשאנסאן פון זיין אמט אלס קאנגרעס ספּיקער
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ספיקער מייק זשאנסאן האט אינפארמירט דעם סענאט מערהייט פירער טשאק שומער אז קאנגרעס וועט שיקן די אימפיטשמענט ארטיקלען קעגן די סאקרעטערי פון די היימלאנד זיכערהייט Alejandro Mayorkas צום סענאט אויף אפריל 10
.
.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3636
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס קערט זיך היינט צירוק צו וואשינגטאן און עס איז ערווארטעט אן "איבערשפיל פארמעסט" איבער די ספיקערשיפ. ענדליך צו דעם וואס איז געווען ווען מ'האט ארויסגעווארפן מעקארטי פון זיין ספיקערשיפ.
קאנגרעס פרוי גרין פלאנט היינט אדער די קומענדע טעג ארויף צו ברענגן א מאושען טו וועקעיט, און מ'וועט ווידער דארפן נאכמאל פון פריש ערוועלן א ספיקער.
קאנגרעס פרוי גרין פלאנט היינט אדער די קומענדע טעג ארויף צו ברענגן א מאושען טו וועקעיט, און מ'וועט ווידער דארפן נאכמאל פון פריש ערוועלן א ספיקער.
-
- אקטיווער שרייבער
- פאוסטס: 1331
- זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 11:31 am
- x 3636
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
ערשטע שותף לדבר... קאנגרעס פרוי גרין שטעלט זיך צו רעפובליקאנער קאנגרעסמאן טאמעס מעססי פון קענטאקי.רואה חשבונות האט געשריבן: ↑דינסטאג אפריל 09, 2024 10:36 am קאנגרעס קערט זיך היינט צירוק צו וואשינגטאן און עס איז ערווארטעט אן "איבערשפיל פארמעסט" איבער די ספיקערשיפ. ענדליך צו דעם וואס איז געווען ווען מ'האט ארויסגעווארפן מעקארטי פון זיין ספיקערשיפ.
קאנגרעס פרוי גרין פלאנט היינט אדער די קומענדע טעג ארויף צו ברענגן א מאושען טו וועקעיט, און מ'וועט ווידער דארפן נאכמאל פון פריש ערוועלן א ספיקער.
Re: נייעס פון קאנגרעס און סענאט
קאנגרעס ריפובליקאנער האבן אפגעשיקט צום סענאט צוויי אימפיטשמענט קלאגעס אקעגן היימלאנד זיכערהייט סעקרעטערי אלעהאנדרא מעיארקעס