חנן האט געשריבן: ↑מיטוואך נאוועמבער 06, 2024 7:10 pm
בין איך יעצט אהער געקומען צום אשכול. קוקט אויס אז טראמפ'ס געווינט האט עס ארויפגעברענגט צום אויבערפלאך.
א שיינע פאר בלעטער אנגעפולט מיט טענה'רייען אהין און צוריק, יא אידישלעך, נישט אידישלעך, יא הינטל, נישט הינטל. ואענה אני אמת חלקי בע"ה.
טראגן געווער מיט זיך לשם סעיפטי, טרעפט מען אסאך אין אידישע היסטאריע אז ס'איז געווען אן אנגענומענע זאך. אנגעהויבן ביי די שרעקליכע פאגראמען צייטן, וואס מען טרעפט אז געוויסע שטעט האבן זיך פארפעסטיגט אינעם שול אדער לאקאלע פעסטונג און צוריק געקעמפט בחרב ובחנית, און געענדיגט ביי די ערשטע תקופה פון מאה שערים, וואס איז געבויט געווארן אלס א קליין קעסטעלע אינדרויסן פון אלט שטאט, און איז אויסגעשטאנען געפארן פון רויבער וכדו', האט מען דארט אויפגעשטעלט א חברה שמירה - באוואפנטע יונגעלייט וואס האבן פאטראלירט דעם שטעטעלע פון רויבער.
(געליינט אמאל איבער א געשעעניש דארט וועט א גרופע רויבער האבן געוואלט באפאלן דעם שטעטעלע און די שומרים האבן זיך העפטיג געאמפערט מיט זיי, דאכצעך אז איינער פון די יונגעלייט איז דעמאלטס פאטאל פארוואונדעט געווארן אינעם קאמף, און נעבעך שפעטער אוועק פון די וואונדן.)
דאס זעלבע טרעפט מען אז מען האט געהאט הינט פאר שמירה. א הינטל פאר א פּעט, איז אויסער פון דעם וואס עטליכע חברים האבן שוין אראפגעברענגט אז הינט האבן א גרויסע טומאה, און בכלל האדעווען טמא'נע בעלי חיים שטייט אין ספה"ק אז ס'איז זייער נישט מסוגל, איז אבער דער מושג פון פארוואנדלען א בעל חי אלס טייל פונעם פאמיליע, שפילן פארברענגען און באקומען ליבשאפט פונעם הינטל [דאס איז, אגב, דער הויפט סיבה פארוואס גוים האדעווען הינט, ווייל זיי געבן דעם מענטש ליבליכע געפילן, אנדעם וואס מען זאל דארפן צוריקגעבן...], איז א געפערליך נידריגע זאך.
טראגן געווער אויפן הויזן צו שפירן סעיף, אינדערצייט וואס ס'פעלט נישט ממש אויס, נאר מער פאר די הרגשה אז 'לאמיר זען איינער זאל מיך וואגן עפעס צו טון..', גייט שוין אריין אין דקות'דיגע שאלות פון חסרון אמונה ובטחון. [אויב לייגסטו אריין מער סעיפטי פיעטשערס אין דיין הויז ווי דער נארמע; א שטייגער ווי סענסאָרס, אן איבערפלוס פון קאַמעראַס, ספעציעל געשיצטע טירן וכדו', שפירסטו אויך אז ס'איז נישט אידישלעך און א חסרון אין אמונה? הכל לפי המבייש והמתבייש..].
ווידער פארמאגן געווער כדי ארויסצוגיין פון צייט צו צייט שפילן אויפן פעלד, נו שוין. ס'איז א שפיל. אויב שפירסטו אז דו דארפסט שפילן, און אזוי זיך אויסטשוכענען, וואס איז עס ווייניגער אידישלעך ווי דער וואס זעצט זיך שפילן הצלה-גאָ אדער מאכן א פאָזל?... און ווי עמיצער האט שוין נאכגעברענגט, טוט זיך א דיון אין די פוסקים אויב מעג מען ארויסגיין אויף יאגד, הלכה'דיג און השקפה'דיג. אבער פון סתם שיסן אויף הילצערנע צילן, אזעלכע ביי וועמען צער בעלי חיים און מעשי רציחה גילט נישט, זעט מען נישט אז ס'זאל זיין א פראבלעם דערמיט.
דאס וואס די מאמעס האבן אויסגעלערנט אז א ביקס איז א גוי'אישע זאך, דאכצעך איז די רעדע פונעם תאוות הרציחה וואס קומט דערמיט. נישט דער עצם ביקס. [יא, אסאך גוים האבן אן ערנסטע תאוות הרציחה. פרעג נאר דיין גוי'אישן שכן.. א סאלדאט האט מיר אמאל געזאגט אז ס'איז אן ערנסטע תאווה, און דערווייל האט ער עס נאך "ליידער" נישט ערפולט...]
שוין, כ'האף אז איינער איז נאך אינטערעסירט אים דעם טעמע...