אסמכתא בעלמא האט געשריבן: ↑מאנטאג אפריל 01, 2024 12:43 pm
יא. ס'איז מיר נישט גרינג. אבער זיך נער'ן חדשים לאנג איז אויך נישט קיין אפציע. סוי דא זעמיר, לאמיך אויפלאזן די אייז און אנהייצן דעם פעדער און קאלט מאכן מיינע ציין און רעדן אפן און קלאר.
צו מאכן א לאאאאנגע משעה קורץ: איך האב געוואלט, אבער ס'נישט געלונגען, און איך זוך א איבערנעמער.
יעצט צו די פרטים. איך בין געווען פון די ערשטע מנהלים דא זיך צוצוכאפן צום "אידטיש פלאן", אויפגעברענגט צוערשט דורך @ווירקליך. נישט נאר האב איך געמאלדן די פולסטע גרייטקייט ארויסצוהעלפן, נאר איך האב מנדב געווען פון טאש דאס געלט אהערצושטעלן און אויפהאלטן דעם סייט, וועלנדיג מהנה זיין דעם עולם מיט א געשמאקע ווינקל.
אבער מיין חלום איז געווען אז דאס גייט ארבעטן אזוי: @א קלער איז דאך פון אן אנדערע סאטמארע קהילה ווי מיר, האמיר שוין דא ביידע סאטמאר'ס. @רואיגער איז א באבוב'ער, האמיר שוין ווארשיינליך ביידע באבוב'ס כמעט פארזיכערט. @צייטווייליג איז א פארעווע בני יואל און @ווירקליך איז א פרא-אפסטעיט אקטיוויסט, ווידער @חצקל משמש איז א סיטי איינוואוינער, הקיצור ס'האט באמת אויסגעזען ווי אונז זעמיר געקאווערט פון אלע זייטן.
סוי דער חשבון איז געווען, איך גיי עס זאגן זייער אפן, איך האף מיינע חברים וועלן נישט ברוגז זיין: אז ביז 2-3 חדשים פארמאכט זיך אייוועלט. ווער וועט נאך וועלן בלייבן אויף א "פארום" וואס ווערט אזוי בעיביש קאנטראלט? ביידע סאטמאר'ס ווערן קינדיש באהאנדלט, אלע קהילות ווערן זינלאז קאנטראלירט, בחצרות הקודש אשכול איז טפשות'דיג פארמאכט, הקיצור, דער עולם גייט זיכער אנטלויפן פון דארט אויף אייביג, און אידטיש "נעמט איבער" אייוועלט. נאר דערפאר בין איך אריין דערין.
מה עשה הקב"ה, אייוועלט האט צוריק געעפנט בחצרות הקודש; משומר האט געבלאקט אידטיש; מענטשן מאכן זייער שווער א טויש; און ווי היפאקריטיש ס'הערט זיך: די 'חסידי מהר״א' וואס פירן אייוועלט האבן ארויסגעלאזט מעסעדזשעס אז אידטיש איז כאילו א ארוניש'ע סייט; הקיצור, אסאך קליינע פרטים אינאיינעם אבער דער סך הכל איז: אייוועלט איז געבליבן אפן, און נאך מער אקטיוו און גרעסער ווי אידטיש!
אמת, ס'איז דא ווער ס'וויל דאס, ס'דא ווער עס וויל א רואיגערע פלאץ, כהאב שוין געהערט פון אסאך וואס קומען דוקא אהער נאר צוליב דעם אליינס אז ס'נעמט זיי אוועק ווייניגער צייט פון טאג, און אמת אז ס'איז דא ווער ס'האלט אז אזוי דארף עס זיין, און אמת טאקע אז דאס פלאץ איז פיין, ס'איז געשמאק, ס'ווערט געפירט מיט שכל און אנגענעם, אלעס אמת. אבער "איך" האב "נישט דאס" געמיינט. איך קען נישט אנגיין מיט א זאך וואס איז "די צווייטע אייוועלט". נישט דאס איז וואס כ'האב זיך גע'משל'ט בעפאר.
ממילא וואס וויל איך דא? סתם אויסגיסן מיין ווייטאג? ניין. די ווייטאג האב איך איינגעהאלטן אפאר חדשים. און יא במשך די פאר חדשים האב איך יעדן טאג געטשעקט צו אייוועלט שטייט נאך... אפשר דאך... אולי ירחם... און גארנישט. סוי וואס איז יעצט? יעצט איז עס פשוט נוגע למעשה.
די פעימענט'ס פאר'ן סייט לויפן אויף מיין קרעדיט קארטל, און איך האב מיך געמאכט ווי איך זע נישט. ס'געפארן און שוין. אבער יעצט האב איך געהאט א מעשה מיט א פאלשע טרענזעקשן, א לאנגע מעשה וואס איז נישט נוגע, און כהאב געמוזט בלאקן דעם קארטל און באשטעלן א נייע. קריג איך א נאטיפיקאציע פון @ווירקליך אז די סייט האט שוין א ווארענונג אז ס'גייט פארמאכט ווערן ווייל מ'דארף אפדעיטן די פעימענט מעטאד.
שוין. אריינלייגן א פרישע קארטל פאר א דורכגעפאלענע מיסיע? דאס שוין נישט. ממילא קום איך ארויף דא ברבים, און איך זאג קלאר אז כ'בין גרייט צו איבערגעבן די שליסלען. ווער עס וויל איבערנעמען די ספאנסערשיפ, און בשכר זאת וועט מיטקומען מיין מנהל ניק, קען זיך אנרופן.