פרייע עקאנאמיע; א דמיון

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2307
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8183

פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך מסתמא »

הייסן הייסט עס אז סאיז פארהאנען א פרייע מארקעט אין אמעריקע, אבער סאיז נישט אינגאנצן אזוי. אינגאנצן 3 קאמפעניס דרייוון אמעריקעס עקאנאמיע, ספעציפיש גערעדט די מארקעט.

די דריי קאמפעניס זענען:
1 בלעק ראק
2 ווענגארד
3 סטעיט סטריט
די 3 קאמפעניס אונען די סאמע גרעסטע שעירס אין קרוב צו 90% פראצענט פון די S&P 500 קאמפעניס(!!!)

בקיצור נמרץ, זינט 2008 זענען רוב מענטשן וועלכע אינוועסטן נאך אין די מארקעט געקומען צום מסקנה אז אן אקטיוולי מענידזשד פראטפאוליאו איז נישט ווערד די מענדזשמענט פי’ס דעריבער אינוועסטן היינט רוב אינוועסטערס אין פאסיווע אינוועסטמענטס דוגמת די SPY וועלכע פאלאו’ט די S&P 500. אלעס ביז אהער איז פיין. די אינוועסטמענט קאמפעניס שטעלן אהער ETF פראדוקטן כפי ראות עיניהם און איר קענט איינקויפן דערפון.

אבער זייט וויסן אז
1 די קאמפעניס האבן אומגעהויערע מאכטן, זיי קענען קויפן וועלכע קאמפעני זיי ווילן און זיי קענען בויקאטירן וועלכע קאמפעני זיי ווילן. זיי מוזן נישט קויפן ”יעדעס” פון די S&P קאמפעניס וכו’ זיי קענען בורדענען כפי ראות עיניהם. און זיי דרייען דורך אינטער זייערע לאפעס די אמעריקאנער עקאנאמיע, ליטערערלי.

2 מער פון דעם, היות זיי זענען אן אינדעקס פאנד האבן זיי די רעכט צו וואוטן אין יעדע פון די S&P קאמפעניס אויף דיין ביהעלף.. יא, קענסט דיך איינ’עקשן’נען צו אליינס וואוטן אבער דאס איז נישט די דעפאלט און סאיז כלל נישט לייכט. אה.. און סגייט נאך אסאך טיעפער, טאמער לייגן זיי אריין א חלק געלט ביי זיך אליינס (און זיי לייגן) וועט זיך די מענעדזשמענט אליינס אריינוועלן אין זייער אייגענע פאזיציע נאכאמאל אין אייער נאמען מיט אייער שטימע רעכט, כהלכות אינדעקס פאנד... לחיים.

----------

ווער אונט בלעק ראק?
1 45% פראצענט פון בלעק ראק איז כהיום געאונט דורך א קאמפעני גערופן מעריל לינטש.
2 ווענגארד 8.65%
3 בלעק ראק 6.43%
4 סטעיט סטריט 3.93


מעריל לינטש האט זיך צוזאמענגעשטעלט מיט בלעק ראק אום 2006 למספרם און האט דערביי באקומען בעלות אויף 49% פראצענט.
די קאמפעני מעריל לינטש איז אפגעקויפט געווארן דורך בענק אוו אמעריקע אום 2009 למספרם.
ס”ה, די פאבליק טרעידעד קאמפעני בענק אוו אמעריקע האט א 49% בעלות און א 45% וואוטינג רעכט אויף די קטמפעני בלעק ראק דורך די אפגעקויפטע קאמפעני מעריל לינטש.

און ווער אונט בענק אוו אמעריקע?
1 בערקשייר העטעוועי (ווארען באפעט) 13.3%
2 ווענגארד 7.7%
3 בלעק ראק 6.2%
4 סטעיט סטריט 5.2%

נו ווער אונט בערקשייער?
1 ווארען באפעט 15.6%
2 ווענגארד 6.3%
3 בלעק ראק 4.8%
4 סטעיט סטריט 3.3%

אמת מאיז שוין דיזי? גענוג פאר יעצט. קודם דארף מען כאפן די גאנג און סדארף זיך נאך זעצן.

פאר דערווייל עטליכע סאורסעס
https://theconversation.com/these-three ... rica-77072
https://www.kamilfranek.com/who-owns-be ... reholders/
https://www.investopedia.com/terms/m/merrilllynch.asp
https://www.cnbc.com/2023/10/23/vanguar ... tions.html
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 4184
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 7343

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך וואוילער »

אוי טאטע, וויפיהל צאלסטו מיר אויב כ'פארהער מיך?
.
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111
לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס
אנדערער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3773
זיך איינגעשריבן: דינסטאג אקטאבער 31, 2023 9:41 pm
x 4692

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך אנדערער »

איך פארשטיי גארנישט אבער קודם איז @מסתמא דא צוריק
אסמכתא בעלמא האט געשריבן: מיטוואך אוגוסט 09, 2023 9:57 am ס'ממש אומגלויבליך וואס מען ליינט דא.

והחי יתן אל לבו!!! עס דרייען זיך הונדערטער אזעלכע אידן וואס בויען וועלטן שטילערהייט! בין איך איינער פון זיי?!
לע"נ חיים דוב ע"ה בן חנני' יו"ט נ"י
דער רבי איז געזונט
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 262
זיך איינגעשריבן: מיטוואך דעצעמבער 13, 2023 3:16 pm
x 324

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך דער רבי איז געזונט »

@מסתמא פארשטייט @מסתמא וואס @מסתמא האט געשריבן
אבער איך [דערווייל] נאכנישט
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2307
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8183

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך מסתמא »

אנדערער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 1:06 am איך פארשטיי גארנישט אבער קודם איז @מסתמא דא צוריק
שוין.. דער עיקר פארשטייט איר.
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2307
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8183

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך מסתמא »

הקדמה?

וואו הייבעך אן? מיט עמיצער וועלכע קען נאך כלל נישט די מארקעט? דאהי איז דאך נישט די אלגעמיינע מארקעט טעמע.

בס”ה וואס סאיז וויכטיג צו וויסן איז

*די חילוק צווישן סינגל סטאקס און א כאפטע סטאקס באופן פעקעדזש אלל-אין-וואן גערופן ETF.

*אן עקטיוולי מענידזשד פראטפאוליאו באדייט אז אן עקספערט זיצט אויף אייערע אינוועסטמענטס און ארבעט כסדר ארום דערמיט. ווידעראום א פעסיוולי מענעדזשד פראטפאוליאו באדייט אז מקויפט און מלאזט עס זיצן.

*די אנגענומענע מהלך פאר יעדן טיפישן בירגער ווערט מער און מער צו איינקויפן ETF’ס וואס איז א פעקעדזש פון אסאך סטאקס צוזאמען, דוגמת א רעפרעזענטאציע פון די S&P 500 וכו’ און עס לאזן יושבן, סאיז ביליגער אז מצאלט נישט פאר א לעבעדיגע אקטיווע מענידזשער נאר מקויפט א הארטע זאך וואס מטוישט נישט ארום, ס’פערפארמד אין די לאנגע טערמין גאר גוט.

*ווער פארקויפט די פאסיווע ETF'ס? קאמפעניס וועלכע זענען כאילו דיין בראוקער און (פאסיווע) מענידזשער. זיי שטעלן אהער א פעקידזש, זיי קויפן איין די סטאקס אין די מארקעט פאר די וועלכע ניצן זיי אלץ בראוקער און פעקידזשן עס צוזאמען און האלטן עס פאר דיר.

*עקסטערדעם זענען די דאזיגע בראוקערידזש/מענידזשמענט קאמפעניס אליינס אויף די מארקעט און מקען אין זיי גופא אינוועסטן.

*האט זיך אויסגעשטעלט א בילד אז די מענידזשמענט קאמפעניס האבן די מארקעט אין טאש און די קאנצעקווענצן זעהט מען אין פילצאליגע אופנים.

ובלי”נ או צוזאג וועלמיר ממשיך’ן
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12675

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך פופציגער »

אינטערסאנט.

וואו ספעציפיש איז דער פראבלעם חל? און פארוואס איז דאס וואס איר רופט פרייע עקאנאמיע?
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2307
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8183

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך מסתמא »

פופציגער האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 2:03 am אינטערסאנט.

וואו ספעציפיש איז דער פראבלעם חל? און פארוואס איז דאס וואס איר רופט פרייע עקאנאמיע?
פיין פיין, האלט מיר נאכנישט ביי דעם. קודם לאמיר פארשטיין ריעליטי און נאכדעם קען מען פרעגן צו די ריעליטי איז דאס אדער יענץ... אין לו לדיין אלא מה שעיניו רואות.. קודם דארף מען רואותן..

אבער דערווייל האמיר שוין בארירט צוויי נקודות, טאקע דרך אגב, אבער פארט עטוואס בארירט:

1 די נקודה אז זיי זענען אזוי מאכפול אריינצולייגן אדער ארויסצולייגן עמיצן פון ביזנעס, היות זיי קענען באשליסן מיט וועמען יא אדער נישט צו דיעלן. אין אנדערע ווערטער עפעס אן אומערוועלטע ענטיטי רולד די עקאנאמיע.

2 די נקודה אז די דאזיגע בראוקערידזש/מענידזשמענט קאמפעניס וואוטן פאר דיך אינוועסטירער אין אלע סטאק קאמפעניס היות זיי דינען אלץ דיין מענידזשער (טאקע א פאסיווע אבער פארט א מענידזשער), די תוצאות איז אז די ריזיגע פאבליק סטאק קאמפעניס דארפן נישט געבן קיין דין וחשבון פאר די אינוועסטירער דירעקט, טאקע צוליב דעם שטופן זיי לדוגמה קראנקע ליבעראלע שיגיונות וכדומה ווייל זיי האבן זעראו מורא פונעם טיפישן אינוועסטירער כ”ז זיי זענען שוה בשוה מיט די 3 אליגארכן וועלכע האלטן זיי אין ביזנעס

אבער למען האמת מדארף נאך אסאך מאריך זיין, זאלמיר נאר האבן די כח, צייט און מוח
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 8764
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 21970

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך דער תהלים איד »

בינעך נישט דער מומחא נומער איינס צו קענען מחולק זיין מיט @מסתמא, אבער דער פאקט בלייבט אלעמאל עס פאללאוס:

ווי לאנג ס'איז דא מאכטפולע קאמפאניס וואס דאמינירן זאכן דורך לאביאיסטס אין אלבאני, אדער דורך אוינערשיפ אויף גרויסע ענטיטי'ס, איז דא ווער עס זאל אינוועסטירן אין מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פיוטשער'ס פאר די עקאנאמיע, און אלעס פארט ווייטער.

און, ווען זאכן גייען ארויס פון קאנטראל, אויב שאדט עס פאר די עקאנאמיע, איז דא גענוג (אדער מער ווי גענוג) דעפארטמענט'ס אין די גאווערמענט וואס זאלן זיך אריינמישן, בפרט אין די היינטיגע ליבעראלע רעגירונג.
די וועלט איז לעכטיג (פונדערווייט זע איך 3 פיצעלע רויטע פלעקן: 1) קארופציע, 2) ליגנט זאגער, 3) טפשים)
תרמב
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
x 47

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך תרמב »

דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 11:05 am בינעך נישט דער מומחא נומער איינס צו קענען מחולק זיין מיט @מסתמא, אבער דער פאקט בלייבט אלעמאל עס פאללאוס:

ווי לאנג ס'איז דא מאכטפולע קאמפאניס וואס דאמינירן זאכן דורך לאביאיסטס אין אלבאני, אדער דורך אוינערשיפ אויף גרויסע ענטיטי'ס, איז דא ווער עס זאל אינוועסטירן אין מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פיוטשער'ס פאר די עקאנאמיע, און אלעס פארט ווייטער.

און, ווען זאכן גייען ארויס פון קאנטראל, אויב שאדט עס פאר די עקאנאמיע, איז דא גענוג (אדער מער ווי גענוג) דעפארטמענט'ס אין די גאווערמענט וואס זאלן זיך אריינמישן, בפרט אין די היינטיגע ליבעראלע רעגירונג.
דיין טענה איז אז די עקאנאמיע איז פארזיכערט, די פראבלעם איז אבער אז דער יחיד איז קיינמאל נישט פארזיכערט, דו קענסט עפענען א פירמע און זיי וועלן דיר ארויסזעהן, ווייל זיי גלייכן נישט דיין נאז.

נישט אז איך טראכט אז דו האלסט ביים עפענען א ריזיגע פירמע וואס גייט אויף די עס ענד פי, אבער מסתמא'ס נקודה איז אז אמעריקא איז נישט פריי, וואס דאס שטעלט זיך ארויס פון זיינע לינקס צו אויסקוקן אמת.

די פראבלעם איז ווען די פאר חברה שטופן אגענדעס.
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3735
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 12675

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך פופציגער »

תרמב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: פרייטאג מערץ 22, 2024 11:05 am בינעך נישט דער מומחא נומער איינס צו קענען מחולק זיין מיט @מסתמא, אבער דער פאקט בלייבט אלעמאל עס פאללאוס:

ווי לאנג ס'איז דא מאכטפולע קאמפאניס וואס דאמינירן זאכן דורך לאביאיסטס אין אלבאני, אדער דורך אוינערשיפ אויף גרויסע ענטיטי'ס, איז דא ווער עס זאל אינוועסטירן אין מולטי מיליאן דאלאר'דיגע פיוטשער'ס פאר די עקאנאמיע, און אלעס פארט ווייטער.

און, ווען זאכן גייען ארויס פון קאנטראל, אויב שאדט עס פאר די עקאנאמיע, איז דא גענוג (אדער מער ווי גענוג) דעפארטמענט'ס אין די גאווערמענט וואס זאלן זיך אריינמישן, בפרט אין די היינטיגע ליבעראלע רעגירונג.
דיין טענה איז אז די עקאנאמיע איז פארזיכערט, די פראבלעם איז אבער אז דער יחיד איז קיינמאל נישט פארזיכערט, דו קענסט עפענען א פירמע און זיי וועלן דיר ארויסזעהן, ווייל זיי גלייכן נישט דיין נאז.

נישט אז איך טראכט אז דו האלסט ביים עפענען א ריזיגע פירמע וואס גייט אויף די עס ענד פי, אבער מסתמא'ס נקודה איז אז אמעריקא איז נישט פריי, וואס דאס שטעלט זיך ארויס פון זיינע לינקס צו אויסקוקן אמת.

די פראבלעם איז ווען די פאר חברה שטופן אגענדעס.
פריי און פארזיכערט איז גארנישט.

נישט מעגליך צי פארמיידן דאס
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

יעדער האט געשריבן: אידטיש איז ווייטער אידטיש, אויך אָן "דער תהלים איד" - ס'טע געהערט אזאנס...

נאנסענס איז נישט קיין קינדערשפיל™
אוועיטער
מסתמא
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2307
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 1:41 am
x 8183

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך מסתמא »

ווען א בראוקערידזש קומט צו אינוועסטן אין אינדיווידועלע קאמפעניס די מארקעט, אויף וואס קוקט ער?
נאטורליך וואלטן מיר אלע געקוקט אויף די קאמפעניס פיינענסעס, איר פאטענשעל און אויף איר שטארקע פירערשאפט. סאיז נישט מער ווי נארמאל אז אן אינוועסטמענט זאל קומען בלויז נאך א שטארקע דו דילידזשענס. קיינער האט נישט צו געטרויען א צווייטן מיט די אייגענע געלט.

יעצט לאמיר זיך באקענען מיט די אינוועסטמענט פאליסיס וואס ווערט לעצטנס מער און מער געשטופט און ארויפגעצווינגען דורך די לינקע חדר גערופן ESG, וואס דאס שטייט פאר די פאלגענדע:

E ענווייראמענטעל
- קלימאטן טויש און קארבאן עמישאנס
- נאטורליכע רעסורסן שאדנס
- וואסער און לופט פעלושאן
- וועיסט מענעדזשמענט
- בייאודייווערסיטי און קאנסערוואציע

S סאושעל
- ארבעטס סטאנדארטן און הומען רייטס
- דייווערסיטי, עקוויטי און אינקלוזשאן (אלע מיני לשונות של ערוב)
- ארבעטערס סעיפטי און געזונט
- קאמיוניטי שייכות און דעוועלאפמענט
- קאסטומער פרייוועסי און דאטא פראטעקציע

G גאווערנענס (פירערשאפט
- די באורדס צוזאמענשטעל און אומאפהענגיגקייט
- וויפיל די עקזעקיוטיווס נעמען ארויס אין קאמפענסאציע
- שעירהאלדערס רעכטן
- טרענספערענסי און דיסקלאוזשער
- עטיקס און קאמפלייענס

איז קודם כל, דא ליגט א געוואלד נכלל אין די 3 קאודס און אסאך דערפון זענען רעלעוואנט און ריכטיג. אבער! דאס ווערט אבסאלוטלי אויסגענוצט אין שיפטן די גאנצע לאנד פאליטיש.
צו זיין קלארער, די ESG פאליסיס איז געבויט און שטייט אויף אריינרעכענען אינעם אינוועסטמענט חשבון נאך פאקטארן אינדערויסן פון ריינע פיינענסעס. דאס צילט צו אריינלייגן א ”סאציאלע אחריות”אזוי צו זאגן אין וועלכע קאמפעניס מ’אינוועסט. גארנישט מיט אקטועלע רווחים!

די שיגעון פון אינוועסטירן קוואוט ענד קוואוט ”אחריות’דיג” טרעפט מען שוין דמיונען אין די 60’גער יארן אבער הערשט אין די אנהייב צוויי טויזנט יארן האט דער נוצלאזער יו ען סערעטערי דזשענעראל צוזאמען מיט די שווייצער גאווערנמענט געלאזט אין גאנג א פראפעגאנדע קאמפיין אינטערן סלאגאן ”who cares wins" אן אינציאטיוו וועלכע האט געצילט צו מוטיגן דאס אינוועסטירן לויט די ESG פאליסיס. און פון דארטן איז עס געווארן ציביסלעך ציביסלעך מעינסטריעם.

סאו... קודם כל זעהט איר אז צוזאמען מיט כפירה בד’ און אין סיי וואס העכערס איז מיטגעקומען א נייע גלויבונג פון ”סאציאלע ווירדן”.. אקוראט די זעלביגע פעריאדע, די לעצטע בערך 30 יאר. און סאיז נישט קיין קא-אינצידענט! אזוי גייט עס נאטורליך. קיינער זאל מיר נישט פארקויפן אז רעליגיע באצווינגט, דו באצווינגסט אויכעט! נאר אנשטאט דעם וואס איך זאל דיר געבן ספעיס.. גלויבסטו גאר אז איך טאר נישט האבן קיין ספעיס.. נייס...

צוריק צום נושא, די אינוועסטמענט אין די מארקעט האט אנגעהויבן צו שיפטן מער און מער צו אינדעקס פאנדס אנשטאט דאס קויפן אינדיווידועלע סטאקס און די גרויסע אינוועסטמענט קאמפעניס וועלכע האבן אהערגעשטעלט די בעסטע etf'ס זענען אויסגעשטיגן די העכסטע און מערסטע פאפולער אדורכדרייענדיג ביליאנען און טריליאנען דאללארן פון די אמעריקאנער מאסן. די פאקט אז דיין פירמע מענעדזשט די עקאנאמיע אינעם בוכשטעבליכן זינן פון ווארט באדייט דאס אן אומגעהויערע מאכט! ליטערערלי דו זיצט ביים רעדל פון די אמעריקאנער עקאנאמיע.

בעפאר מיר זענען ממשיך דארפן מיר פארשטיין וואס טייטשט דאס פאוער. פאוער באדייט אז מיין ווילן ווערט ארויפגעצווינגען אויף אנדערע, סאיז א געוואלדיגע תאוה וואס כמעט יעדער האט למחצה לשליש אבער מהאט נישט די מעגליכקייטן דערצו. אנדערש אבער איז עס מיט די וועלכע האבן די מאה, איר קענט עס אין אייער קהילה אויף א מייקראו לעוול אבער דא רעדן מיר פון אמעריקע די מערסט מאכטפולע עקאנאמיע אויף א מעקראו לעוול. ויותר מזה, סאיז היינט דא צווישן די גאר רייכע די ווינט פון שפילן כביכול גא-ט, דאס קומט פון טיעפע כפירה און איגאו צוזאמען... בעיסיקלי אז מהאט אזויפיל געלט און אזויפיל איינפלוס אז מווערט פשוט באפאלן פון אן אחריות צו וואטשן אויף קיום העולם... אם אין אני לי מי לי. מי לי בשמים, זאגן זיי עפ”ל.
סאיז נישט אן אמונה וואס כפרוביר אייך צו פארקויפן.. ניין! גייטס הערטס אויס זאקערבערג, ביל געיטס אדער סיי ווער פון יענע קלאס אמאל רעדן וועט אייך באפאלן א גרויל.. סאיז נישט אז זיי געבן ביזנעס עדווייס אדער וואס, זיי נעמען קעיר אין זייער קאפ פון די וועלט בתורת גא-ט. שוטים, רשעים וגסי רוח.

די דריי גרעסטע עסעט מענעדזשמענט קאמפעניס
1 בלעק ראק
2 ווענגארד
3 סטעיט סטריט
האבן זיך געטראפן אין אן אבנארמאל מאכטפולע פאזיציע. זיי זענען פילפאכיג מער מעכטפול ווי די דריי רייכסטע מענטשן פון דער וועלט, אילאן מאסק, דזשעף בעזאס און ביל געיטס. ווען זיי באשליסן צו ארויסציען אלע זייערע אינוועסטמענטס פון טעסלא איז טעסלא אין דער ערד. זיי קענען טון דאס זעלביגע צו ווארען באפעט און צו סיי ווער אנדערש. סאיז היינט ביי א פוינט אז די סטאק קאמפעניס קוקן אך ורק אויף די עסעט מענעדזשערס און בכלל נישט אויף די אינדיווידועלע סטאק קויפער.
1 די עסעט מענעדזשערס טראגן די וואוטינג פאוער פון אונז אינדיווידועלן וועלכע קויפן אירע etf'ס.
2 די עסעט מענעדזשערס האבן די גרעסטע האלדינגס אין די קאמפעניס און דערמיט האלטן זיי איר ביים קארג.

סהאלט היינט ביי א פוינט אז דיזני קען שטיפן די אלע בריאות משונות שיקאנעס ווייל זיי קעירן זעראו איבער מיך אינדיווידועלע סטאק האלדער און מיין פרוסטראציע... זיי ווילן וויסן וואס די דריי ”גרויסע” גייען זאגן... און די דריי גרויסע זענען מארר דען העפי מיטן העלפן שטופן דייווערסיטי, אינקלוסיוויטי און איקוואליטי... (ווער סקען מיר מסבירן די באדייט פון די 3 דערמאנטע ווערטער גייט אריין אין א גורל)

עניוועי, די גילט און גאוה פון די רייכע עליטע קלאס טראגט זיי צוזאמען מיט די אמעריקאנער עקאנאמיע אין דער ערד. סאיז ברור אז די etf'ס וועלכע קוקן ווייניגער און ווייניגער אויף די פינאנציעלע אספעקטן און קוקן אויף נאך און נאך שטותים און לאקשען, אז אזא סטראטעגיע וועט פירן etf'ס צו פערפארמען שלעכט אין די לענגערע טערמין און אז אינטערוועגנס וועלן אסאך אמעריקאנער ”יחידים” דערלייגן די הויזן בשעת די אליגארכן וועלן זיך קלאפן שישי מעי פארן בעסער מאכן פלאנעט ערד, לאמיר נישט פארגעסן, סאיז נישט זייער געלט... פילע ענערדזשי און רויעך שפייענדע סטאקס זענען נידעריג בלויז צוליב זייערע בויקאטן. ווייטער, וויפיל אנדערע כעלעמע סטאקס זענען הויעך ווייל סאיז אין עפעס א וועג פארבינדן צו דראגס, בריאות משונות און פון א הרי אררט ראסע, און די דריי ”גרויסע” ווילן עס שטיצן אלץ א חלק פון זייער אינקלוסיוויטי דייווערסיטי איקוואליטי פאליסי... און איר פשוטער אינוועסטער ווייסט גארנישט דערפון וואס מיט אייער געלט ווערט געטון. זיי מאכן פינאנציעלע און קולטורעלע חרבנות פון לאנד אמעריקע.

https://corpgov.law.harvard.edu/2023/02 ... d-in-2022/
https://www.bing.com/search?q=Asset+man ... orm=METAWA
https://www.forbes.com/sites/chriscaros ... e2b0d22cbe
https://www.bing.com/search?q=ESG+and+E ... orm=METAWA
קינה ודימונה ועדעדה (עיין גיטין ז.)
תרמב
ניי צום טיש
פאוסטס: 14
זיך איינגעשריבן: פרייטאג יולי 14, 2023 5:23 pm
x 47

Re: פרייע עקאנאמיע; א דמיון

פאוסט דורך תרמב »

מ'גיימיר מופן קיין טשיינע...

מ'מוז דא בלייבן?
שרייב פאוסט