ער שרייבט דארט קלאר 3 ארס, די מערסטע וואס מען האט געלערנט איז געווען היסטערי און אפשר געגראפי נישט קיין סייענס און נישט קיין סאשעל סטאדיס, די חילוק איז אז סייענס און סאשעל סטאדיס איז חכמות חיצוניות, און לערנען היסטארי פון א בוך, ווער עס איז געווען פרעזידענט, איז סתם ליינעןצווייזייטיג האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 21, 2024 6:30 pm ס'איז אינטערסאנט פון ווי נעמט זיך די זאך פון די דריי אר'ס...
און די געזעץ שטייט נישט קיין ווארט דערפון.
און אויך במציאות זאגן די עלטערע אידן האט מען אויך געלערנט נאך זאכן (קען זיין מ'האט עס אריינגערעכנט אין ריעדינג?..)
אפשר מסורה וועט עס אויסקלארן...
אגב, די היינטיגע היסטארי קען שוין זיין פול מיט שמיץ און מינות.
די צו לייגן סייענס מיט סאשעל סטאדיס, איז קעגן די "מסורה" און קעגן די קלארע ווערטער פון רבין זי"ע און פון כולל ענינים, פונקט פארקערט כולל ענינים האט א גאנצע פרק קעגן חכמות חיצוניות, און שרייבט קלאר, אז חכמות חיצוניות טאר מען נישט לערנען אויף קיין שום פאל ווייל דאס איז נגד התורה!