יום טוב האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 3:29 pm
נאך וואס האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 3:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: ↑מאנטאג מערץ 18, 2024 3:01 pm
וועלכע שטאט אינדערהיים האט נישט געהאט קיין משכילים, אז יענע שטאט האט ער געוואלט נאכמאכן?
אוודאי האט ער געוואלט עס זאל זיין אינגאנצן ריין פון יעדע סארט השכה, אבער די צביון פון די שטעטל זאל זיין ווי אינדערהיים.
אמת אז אינדערהיים איז דאס נישט געועון אזוי בשלימות, אבער "ער" האט לוחם געווען אינדערהיים עס זאל יא זיין
די שטעטל וואס ער האט "געוואלט" האבן אינדערהיים האט ער "געוואלט" האבן אין אמעריקע
גערעכט אבער כדי דאס צו האבן אין אמעריקע האט ער געוואוסט אז דאס קען ארבעטן נאר מיט היימישע גוטע פריינד וואס ווילן זיך מכניע זיין מכל וכל ווייל אין אמעריקע ארבעט עס נישט ווי אינדערהיים און טאקע פארדעם איז ער נישט געבליבן אין וויליאמסבורג ווייל עס האט געמוזט זיין אן אייגן געגרינדעט שטעטל מיט די אייגענע מענטשן און אויב ווילן נאך אידן דארט קומען אדעתא דהכי ווייסט ער צו וואס ער קומט און ער גייט זיך צושטעלן און במציאות האט זיך טאקע אזוי אויסגעשטעלט.
אים האט טאקע נישט געשטערט אז עס קומען אנדערע אידן אויך , אבער אז זיי וויסען אז זיי קומען אין זיין שטעטל און זענען זיך מבטל , און אויב זענען נישט דא אזעלכע אידן וואס קומען זיך מבטל זיין זאלן זיי בלייבן אינדערהיים
סתם א נקודה למחשבה אז די קהילה סאטמאר איז בעצם ווי א שטאט אין דער אלטער היים און נישט קיין חסידות , און מיט די דאזיגע קהילה אידן האט דער רבי געגרינדעט זיין שטעטל
אמת אז קהל יטב לב איז די מערסטע ענדליך צו א קהילה אין דער אלטער היים, און עס איז נישט בלויז א חסידות.
למעשה מער אדער ווייניגער זענען היינט אלע חסידות'ער מער ווייניגער א קהילה ווי אינדערהיים, נאך וואס אינדערהיים האט די חצר געהאט קיין שייכות מיט שטאטישע זאכן, און היינט האט דאס יא יעדער.
די אופן וויאזוי א סיגוטע רבנות איז צוגעגאנגען איז געווען צו פארנעמען ביידע שטעלעס אויף איין מאל, סיי דאס רבנות אין שטאט, און סיי דאס אדמו"רת פון די חסידים
דאס אדמו"רת האט אין קיין פאל נישט צוגערירט צו קיין שום איד אין די קהילה וואס איז נישט געווען קיין חסיד פון רבי'ן, ער איז טאקע געווען געבינדען צו די רבנות'דיגע הוראות אנבאלאנגט יסודי יהדות, אבער נוסח אדער לבוש אדער זמני סדרי ואופן תפילה אדער מנהגים, האט נישט געהאט די מינדערסטע שייכות מיט סתם א שטאטישע איד, יעדער איז זיך באגאנגען כמנהגו וכמנהג אבותיו.
דאס גענוי איז וואס עס וואלט געדארפט זיין אין קרית יואל, דאס אלעס וואס ער האט געוואלט.
ווי פארשטענדילך וואלט אזא שטאט געהאט א השפעה אויף פיל מער מענטשן, און דעם רבינס שיטה וואלט געווען גאר שטארק מפורסם אין די וועלט אין אלע שיכטן און קרייזן, און פאר די תושבים וואלט געוויס אויך געווען בעטעמטער אביסל.
למעשה איז "די" שטעטל נישט צושטאנד געקומען, אבער וואס יא? א שטאט פון 8000 סאטמארע חסידים, נישט חלילה אוועק צו מאכן, אבער עס איז נישט דאס