וועלכע ברכה מאכט מען אויף…

אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: וועלכע ברכה מאכט מען אויף…

פאוסט דורך טראפקעלע »

אלעמאל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 5:36 am
טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:47 am
אלעמאל האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:15 am

100%

נישט נאר עס איז נישט קיין מהלך פאר'ן ציבור.
נאר דייקא ביי ברכות שטייט אז מברכותיו של אדם דארף זיין ניכר אז ער איז א ת"ח.
און מ'ניצט ענדערש א לשון וואס איז נישט אזוי פשוט אז עס מיינט דער פשוט'ער כוונה, נאר צו ווייזען אז מ'איז א תלמוד חכם.
ער פסק'נט נישט אזוי,

נאר פאר זיך -זייענדיג א ת"ח, וואס קען אלע שיטות- וויל מחמיר זיין יוצא צו זיין אליבא דכו"ע.
אזויווי אויבן שוין ארויסגעברענגט.
כ'וועל איבער זאגן.

קוק אין גמרא ברכות לח.

משתבחין ליה רבנן לרבי זירא [את] בר רב זביד אחוה דר"ש בר רב זביד דאדם גדול הוא ובקי בברכות הוא אמר להם לכשיבא לידכם הביאוהו לידי זמנא חדא איקלע לגביה אפיקו ליה ריפתא פתח ואמר מוציא אמר זה הוא שאומרים עליו דאדם גדול הוא ובקי בברכות הוא וכו'
און דער פשט איז ווייל מוציא איז לכו"ע, און המוציא איז נאר דעת רבנן.

מברכותיו של אדם ניכר אם תלמוד חכם הוא, נישט ווי אזוי מ'דרייט זיך ארויס נאר ווי אזוי מ'פסק'נט.

ממילא עסן ברויט ווען מ'וויל נישט עכט, נאר כדי מוציא זיין מכח ברכות, איז נישט עכט קיין היכר אם הוא תלמוד חכם.

ובעצם אדרבה ואדרבה, בפשטות איז עס נישט אויסגעהאלטן לויטן מג"א קע"ז ס"ק א (ווענד זיך ווי אזוי מ'לערנט עס אפ, אבער עכ"פ ווי טייל פוסקים לערנען פשט אין מג"א, איז זיכער צ"ע)

און נאכאמאל, דער דיין ווייסט זיכער בעסער, אבער איך פארשטיי עס נישט.
מ'קריגט זיך ארום דארט אין סי' קעז וואס עס איז ענדערש,
ווייזן אז מ'ווייסט ווי וועם מ'פסק'נט, אדער צו קענען יוצא זיין אליבא דכו"ע (טו"ז,מג"א,ועוד).

אבער דא איז נאכאלטס אנדערש, א תנא האט א כח צו באשליסן ווי וועם מ'פסק'נט,
אבער ווען ס'איז דא א מחלוקה פון די שפערטערדיגע ווי שועה"ר, מ"ב, שבה"ל, ועוד ועוד,
און געוויסע היינטיגע נעמען אן איין וועג, און געוויסע א אנדער וועג (אויף וויפיל שאלות וועט דיך יעדע דיין ענטפערן אנדערש?),
און דער דיין פסק'נט אויך ווי איין וועג, איז נאכאלטס חשוב ווען ער וויל טוען יוצא צו זיין לכו"ע (זע אויבנדיגע תגובות) .

און בענין זיך צו וואשן כדי נישט צו האבן שאלות, איז עפעס וואס דער שו"ע ניצט אסאך אין הל' ברכות.
אלעמאל
פרישער באניצער
פאוסטס: 26
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:42 pm
x 22

Re: וועלכע ברכה מאכט מען אויף…

פאוסט דורך אלעמאל »

טראפקעלע האט געשריבן: פרייטאג יולי 28, 2023 1:15 pm

1. וואס איז אנדערש קע"ז, עס איז דאך אויך נישט לכו"ע?
גערעכט, אבער עס איז פשטות מג"א, וואס דאס קען מען נישט אוועק קוקן. און לכאורה רוב פוסקים לערנען אזוי.

2. דער הבדל צווישען א תנא, צו א היינטיגע, וואס דארף פסקנען ווי אונזערע אחרונים, איז פשוט'ער פון פשוט, און וואלט נישט געדארפט ארויס געברענגט ווערן בכלל
נאר אז עס איז משמע פון מיינע ווערטער, איז דאך זייער גוט אז איהר האט ארויסגעברענגט להיפוך.
בעיקר האב איך געמיינט צו זאגן, אז עס וואלט לאור דעם כלל פון מברכותיו של אדם ניכר וכו' אז טאקע נאר ביים עסן קניידלך פחות מכזית, וכדומה זאל מען טאקע זיך וואשען פאר דעם (לולא דברי המג"א הנזכרים), אבער נישט מאכן עפעס א כלל, אז נישט צו דארפן טראכטן אדער וויסען וואס פאר א ברכה צו מאכן.
כ'האב חלילה נישט געמיינט אז יעדער תלמיד שלא קרא ולא שנה זאל פראווענען הכרעות בין גדולי באחרונים, ווי וועמען ער זאל אננעמען.

3. ווי ניצט דער שו"ע אן עצה פון וואשען, בכדי נישט צו האבן שאלות?
אפשר אז מ'זאל עס נישט עסן נאר אינמיטן סעודה.
אויב מיינט איהר דאס איז עס הימל און ערד.

גלייך עס נישט צו.

און עס איז אויך ווערט צו צוברענגען דא, דעם באקאנטע דעת קדשו פונ'ם גאון הדורות, דער רע"א וואס לערנט בכלליות אז ספק ברכות להקל איז נישט קיין הלכה ביי ברכת הנהנין, וואס דארט קען מען זאגן עס נישט, וועסטו קיין שאלות נישט האבן, און וועסט נישט אריינגיין בדין ובחומר פון לא תשא חלילה.
נאר דייקא ביי ברכת המצוות וואס איז א חיוב.

בקיצור.

גוט שבת
ויה"ר מלפני אבינו שבשמים, שנזכה כולנו להתנחם בכפליים, לעלות במהרה לירושלים, במהרה באלו הימים, ע"י משיח צדקנו אתנו חיים.
אוועיטער
טראפקעלע
אידטיש שרייבער
פאוסטס: 742
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 12:53 am
x 662

Re: וועלכע ברכה מאכט מען אויף…

פאוסט דורך טראפקעלע »

יונתן אהרן שטייט אויף שבת נאכמיטאג, טרוקן און פארקלעבט, הונגעריג און אנגעפאקט, מיד און אויסגעשלאפן,
זיכנדיג וואס צו עסן, נעמט ער א סלייס קאקאש קעיק, די איבריגע פון די טשולנט מיט אסאך בארלי אין דעם, א קאלטע גלעזל גרעיפ זשוס, (אפשר אייסעס?..), א גיטן גרינצייג סאלאט מיט היבש ארליוו'ס דערין, און א זאפטיגן מילגרוים. (אלעס שטימט לויט זיין יעצטיגן מצב).

די וואך (עקב) שטייט די פסוק (ח,ח) פון די ז' מינים וואס לפי סדר זה מאכט מען די ברכות.
ארץ- חטה, שעורה, גפן, תאנה, רימון. ארץ- זית, דבש (תמרים),
זית איז פאר גפן וויבאלד ער איז די ערשטע צו ארץ, משא"כ גפן איז די צווייטע צו ארץ.
חטה איז אבער פאר זית, וויבאלד ער איז די ערשטע פון די ערשטע ארץ.
פיי
פרישער באניצער
פאוסטס: 31
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 9:26 pm
x 45

Re: וועלכע ברכה מאכט מען אויף…

פאוסט דורך פיי »

טראפקעלע האט געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 12:32 am יונתן אהרן שטייט אויף שבת נאכמיטאג, טרוקן און פארקלעבט, הונגעריג און אנגעפאקט, מיד און אויסגעשלאפן,
זיכנדיג וואס צו עסן, נעמט ער א סלייס קאקאש קעיק, די איבריגע פון די טשולנט מיט אסאך בארלי אין דעם, א קאלטע גלעזל גרעיפ זשוס, (אפשר אייסעס?..), א גיטן גרינצייג סאלאט מיט היבש ארליוו'ס דערין, און א זאפטיגן מילגרוים. (אלעס שטימט לויט זיין יעצטיגן מצב).

די וואך (עקב) שטייט די פסוק (ח,ח) פון די ז' מינים וואס לפי סדר זה מאכט מען די ברכות.
ארץ- חטה, שעורה, גפן, תאנה, רימון. ארץ- זית, דבש (תמרים),
זית איז פאר גפן וויבאלד ער איז די ערשטע צו ארץ, משא"כ גפן איז די צווייטע צו ארץ.
חטה איז אבער פאר זית, וויבאלד ער איז די ערשטע פון די ערשטע ארץ.
דער רמ"א פסק'נט ווי דער טור אז יין קומט בעפאר, וויבאלד דאס האט א עקסטערע ברכה.
ובעיקר ההלכה, טוט יונתן אהרן זייער גוט, אויב דאס שטימט לויט זיין מצב, ווייל מ'פסק'נט אז מ'קען זיך רואיג סומך זיין על שיטת הרמב"ם להלכה כדעת חכמים אז חביב איז עיקר.
ענותן
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 466
זיך איינגעשריבן: זונטאג אוגוסט 06, 2023 4:02 pm
x 389

מזונות ברויט

פאוסט דורך ענותן »

יו"ל ע"י חבורת להצדיק את הצדיקים שע"י כולל תו"י
גיב אכטונג! די צונג ליגט אין נאסקייט
דעריבער קען זי זיך שנעל גליטשן... (די בלעטל)
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: וועלכע ברכה מאכט מען אויף…

פאוסט דורך המברך יתברך »

איינער זאגט מיר אז די שאלה פון ספראוטס איז בכלל נישט דאס וואס מ'רעדט, ווייל ס'וואקסט אין וואסער, און טאמער זאל עס וואקסן אין ערד וועט עס זיכער זיין האדמה. ער טענה'ט אז ספראוטס איז פשוט קליינטשיגע ביימעלעך וואס איז נאכנישט געווארן הארט, און דאס דארף לכולי עלמא זיין א שהכל.

דעם עולם קען עפעס אריינווארפן?
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3226
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4487

Re: וועלכע ברכה מאכט מען אויף…

פאוסט דורך וואוילער »

המברך יתברך האט געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 11, 2023 7:58 pm איינער זאגט מיר אז די שאלה פון ספראוטס איז בכלל נישט דאס וואס מ'רעדט, ווייל ס'וואקסט אין וואסער, און טאמער זאל עס וואקסן אין ערד וועט עס זיכער זיין האדמה. ער טענה'ט אז ספראוטס איז פשוט קליינטשיגע ביימעלעך וואס איז נאכנישט געווארן הארט, און דאס דארף לכולי עלמא זיין א שהכל.

דעם עולם קען עפעס אריינווארפן?
די קומסט שוין פון ערגעץ, טייל אונז מיט, וועלכע שאלה?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין
845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אוועיטער
המברך יתברך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 351
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 31, 2023 8:11 pm
Location: מאנסי נוא יארק
x 284

Re: וועלכע ברכה מאכט מען אויף…

פאוסט דורך המברך יתברך »

שהכל אדער האדמה.
צו איבערקומען סענסיטיוויטעט איז שווער. פאקטיש, ביטער שווער. אבער אויב קענסטו דאס באווייזן, דאן עפענען זיך דיר אלע טויערן ממש!!! (לערן וויאזוי).
שרייב פאוסט