וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

געשמאקע שמועסן על דא ועל הא
פשוטות און גראד
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:40 pm
x 105

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך פשוטות און גראד »

פשוטות און גראד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 6:12 pm
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:13 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:11 pm
(depends whats tznias means)
נא לאמיר הערן וואס מיינט ביי דיר צניעות?
צניעות מיינט איידל און באשיידען, (כל כבודה בת מלך פנימה)

מען קען זיין ח"ו אויפפאלענד אין עני טייפ אף פארום (לבוש), יעצט איז די שאלה וואס מיינט אויפפאלענד, ביי יעדעם איינעם אנדערשט.

פארשטייסט אז קיינער וויל נישט זיין יאנטשי, יעדער האט זיין קלעסס טעיסט.

סיי דער שפיצל און סיי דער שייטעל וכו’, עס לאנג מען איז איידעל און צוריק געצויגען איז מען מקיים די מצוה פון צניעות,

ביי די מענער, פארשטייסטו אז קיינער וויל נישט האבן א נידריגערע שטריימל, כמעט קיין חילוק צו ס’איז א שווארצע גלעזער קאטאגאריע אדער מעין סטרים (בלע"ז), פי כמה איז עס ביי די פרויען.

יעדער ווייסט אז רבינו הקדוש דער צדיק הדורות זי"ע האט זייער געוואלט ארויפברענגן די ענין פון שפיצלעך וכו’ (ליין קאטאגאריע) ביי אינז,

קען זיין הלכה אדער סיי וואס, ער איז דאך געווען א מנהיג און געהאט די דעת תורה הקדושה, און געהאט א בליק אויפן עתיד, און וואס נישט.. אינז האמיר בכלל נישט די חוצפה פון ניטאמאל וועלן פארשטיין דעת קדשו כביכול

אבער אין מקרא יוצא מידי פשוטו, וואס די אלף בית פון צניעות איז.. איידל און באשיידען..
פשוטות און גראד
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:40 pm
x 105

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך פשוטות און גראד »

פשוטות און גראד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 6:36 pm
פשוטות און גראד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 6:12 pm
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:13 pm

נא לאמיר הערן וואס מיינט ביי דיר צניעות?

צניעות מיינט איידל און באשיידען, (כל כבודה בת מלך פנימה)

מען קען זיין ח"ו אויפפאלענד אין עני טייפ אף פארום (לבוש), יעצט איז די שאלה וואס מיינט אויפפאלענד, ביי יעדעם איינעם אנדערשט.

פארשטייסט אז קיינער וויל נישט זיין יאנטשי, יעדער האט זיין קלעסס טעיסט.

סיי דער שפיצל און סיי דער שייטעל וכו’, עס לאנג מען איז איידעל און צוריק געצויגען איז מען מקיים די מצוה פון צניעות,

ביי די מענער, פארשטייסטו אז קיינער וויל נישט האבן א נידריגערע שטריימל, כמעט קיין חילוק צו ס’איז א שווארצע גלעזער קאטאגאריע אדער מעין סטרים (בלע"ז), פי כמה איז עס ביי די פרויען, קיינער וויל נישט זיין יאנטשי.

סטאנדארט..
יעדער ווייסט אז רבינו הקדוש דער צדיק הדורות זי"ע האט זייער געוואלט ארויפברענגן די ענין פון שפיצלעך וכו’ (ליין מדריגות הצניעות) ביי אינז, און ער האט זייער געוואלט אז אנשי שלומו זאלן טראגען שפיצלעך. און צום שבח פון קרית יואל איז טאקע אז גאר אסאך נשים כהיום גייען מיט די לבוש און אשרי להם. (אבער ס’איז נאר א סטאנדארט)

אבער אין די קאנצעפט פון זיין באשיידען, איז קרית יואל מער אהער געשטעלט? ס’קוקט אויס אז ס’איז א עבודה קשה, ביי די פרויען און מענער צוגלייך.

אינז זענען אלע ליידיג פון עני עכטע תוכן, און אינז שטייען עכט נישט אויף סאליד יסודות, אזוי אז קומט עני רוח אפי א רוח א געווענליכע, בלאזט אינז אוועק קיין...

אוודאי האט קרית יואל די אידיש אינפראסטרוקטור ביי פאר. אבער מנעמט עז עס א דיפאולט און ס’איז נישט בארבייט, ממילא איז עס די מענטש נישט מחשיב, איז עס טאקע נישט חשוב (אין די אייגענע אויגען)

משא"כ און שטאט מוז מען בע"כ פייטן שטערקער צו בלייבן אידיש, ממילא איז דא א סברה צו זאגן אז זיי קוקען אויס בעסער.
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך יום טוב »

פשוטות און גראד האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 6:12 pm
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:13 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:11 pm
(depends whats tznias means)
נא לאמיר הערן וואס מיינט ביי דיר צניעות?
צניעות מיינט איידל און באשיידען,
יישר כח פארן ענטפערן, אבער איך האב געפרעגט פון א צווייטן און איך וויל הערן פון אים
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6267

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך פופציגער »

דארפסמאן האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:57 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 2:33 pm

כ'האב גראדע נישט געהערט קיין דרשות לעצטענס, אבער מיטן מציאות קען מען זיך נישט שלאגן אז די מצב הצניעות אין קרית יואל איז 10 מאל בעסער ווי אין סיטי!

(איך וואוין אין סיטי, און איך בין אסאך אין קרית יואל)
ס'איז נאריש צו זאגן אנדערש.

בפרט אז אין פראצענט פרומע משפחות איז קרית יואל אויטאמאטיש ממש דאפלט.
מען רעדט דייקא פון א גרויסע פארצענט פון די אזוי גערופענע פרומע שפיצעלעך אין קרית יואל ,זענען אסאך שוואכער אין יעדע הינזיכט אין צניעות ווי נישט שפיצלעך אין וויליאמסבורג , דאס איז א מציאות וואס איז ליידער קיין סוד,
ווי די וויליאמסבורגע רב האט זיך אויסגעדריקט פאר די אינגעלייט ביי די כינוס פאר צניעות די פארגאנגענע חודש אלול אין גינות קליין , אז א שפיצעל מיינט היינט 0 , לבוש היינט צוטאגס ליידער מיינט נישט אז סאיז צניעות אטאמאטיש
סתם א נאסע ליילעך, אדער בעסער געזאגט: סתם נאך א דארפסמאן תגובה.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6267

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך פופציגער »

דארפסמאן האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:20 pm
וועליך האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:18 pm
דארפסמאן האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:13 pm
מעו רעדט דייקא פון א גרויסע פארצענט פון די אזוי גערופענע פרומע שפיצעלעך אין קרית יואל זענען אסאך שוואכער אין יעדע הינזיכט אין צניעות ווי נישט שפיצלעך אין וויליאמסבורג , דאס איז א מציאות וואס איז ליידער קיין סוד,
ווי די וויליאמסבורגע רב האט זיך אויסגעדריקט פאר די אינגעלייט ביי די כינוס די פארגאנגענע חודש אלול אין גינות קליין , אז א שפיצעל מיינט היינט 0 , לבוש היינט צוטאגס ליידער מיינט נישט אז סאיז צניעות אטאמאטיש
ווייט ווייט פון אמת, אין קרית יואל איז די צניעות אויף סאך א העכערע סטאנדארט ווי ווילימסבורג, אין זיכער בארא פארק,

ס'נישט קיין סוד,

פרעגט אייך אביסל נאך...
קרית יואלע אידן זאגן דאס, פרעג פון די נשים צדקניות אין קרית יואל וואס זיי זאגן
כווייס נישט צי דו ווייסט וואס צניעות מיינט... אבער אויב די מענער זאגן אזוי איז פשט אז ס’איז אזוי, ודוק ואכמל.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך וואוילער »

רעגענדיגע זונטאג האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 6:28 pm איך בעט ענק.....

פליזזזזז

די שמועס גייט דרום....

קוקט אויס ווי עני מינוט גייט אנהייבן דא ארויפצופליפן בילדער פון נשים און פון זייערע בגדים, און מ' גייט אנהייבן צו דיסקאסען, צו עס איז צניעות'דיג אדער נישט...


די טעמע איז געפענט געווארן אין די נושא פון וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט, נישט וועלכע ווייבער גייען מער צניעות'דיג, און נישט וועלכע שטאט עס האט מער שטאפענע הוטן....
גיי מיר פאר אן עקסטערן טעמע "דאס מציאות פון צניעות"

ווער עפענט?
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
אויגעלעך
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 291
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 03, 2023 1:38 pm
x 447

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך אויגעלעך »

דארפסמאן האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:57 pm
צווייטער האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 2:33 pm

כ'האב גראדע נישט געהערט קיין דרשות לעצטענס, אבער מיטן מציאות קען מען זיך נישט שלאגן אז די מצב הצניעות אין קרית יואל איז 10 מאל בעסער ווי אין סיטי!

(איך וואוין אין סיטי, און איך בין אסאך אין קרית יואל)
ס'איז נאריש צו זאגן אנדערש.

בפרט אז אין פראצענט פרומע משפחות איז קרית יואל אויטאמאטיש ממש דאפלט.
מען רעדט דייקא פון א גרויסע פארצענט פון די אזוי גערופענע פרומע שפיצעלעך אין קרית יואל ,זענען אסאך שוואכער אין יעדע הינזיכט אין צניעות ווי נישט שפיצלעך אין וויליאמסבורג , דאס איז א מציאות וואס איז ליידער קיין סוד,
ווי די וויליאמסבורגע רב האט זיך אויסגעדריקט פאר די אינגעלייט ביי די כינוס פאר צניעות די פארגאנגענע חודש אלול אין גינות קליין , אז א שפיצעל מיינט היינט 0 , לבוש היינט צוטאגס ליידער מיינט נישט אז סאיז צניעות אטאמאטיש
דאס האט די רב געזאגט אין קרית יואל און וואס האט די רב געזאגט אין וויליאמסבורג?
און וויליאמסבורג מיינט א שפיצל יא עפעס? זיכער אז נישט פונקט ווי אין קרית יואל די מציאות איז אז א גרויסע פראצענט גייען שפיצלעך נישט זיי זענען באמת באשיידן נאר ווייל זייער מאמע גייט אזוי, און די זעלבע זאך איז מיט סיי וועלכע אנדערע לבוש, סיי שפיצלעך און סיי צוגעדעקטע שייטלעך א.א.וו.
ס"ה יעדע מענטש וואס איז נישט מחשיב זיין לבוש וועט ער/זי טוהן איינע פון די צוויי זאכן אדער עס אויסטוהן אדער גיין דערמיט געצווינגענערהייט, און אויב גייט מען מיט א לבוש געצווינגענערהייט וועט מען עס קענען אנזעהן, ממילא אין קרית יואל זאגט מען עס אויף שפיצלעך אבער אין וומ"ס קען מען עס פונקט אזוי זאגן אויף אנדערע קאפ לבושים, און אויב זאגט מען עס נישט איז עס ווייל דארט טוט מען אויס די לבוש וואס מען גלייכט נישט אוטן אויב טוט מען עס נישט אויס איז פשט אז מ'גייט מיט די פרומע לבוש געצווינגענערהייט, ממילא קען מען דארט זאגן "א צוגעדעקטע שייטל מיינט נישט אלעס"
לקדש שם שמים
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 278
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 16, 2023 11:02 pm
Location: גלילות
x 161

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך לקדש שם שמים »

יום טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:13 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:11 pm
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:09 pm

דאס איז א מציאות (עס קוקט נישט אויס פום אייערע מעסעדזשעס אז איר האט אן אינטערעסע בכלל פאר צניעות )
(depends whats tznias means)
נא לאמיר הערן וואס מיינט ביי דיר צניעות?
@פשוטות און גראד האט שוין געענטפערט.
יעדע זאך וואס איז און סטייל און נישט ארויסשטארנד איז צניעותדיג. און פארשטייט זיך אויב עס נישט קעגן הלכה מנהג
(למשל זומער מאנטלן איז לכאורה נישט צניעותדיג :lol: )
יום טוב
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2660
זיך איינגעשריבן: מאנטאג יולי 17, 2023 1:04 pm
x 1980

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך יום טוב »

לקדש שם שמים האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:10 am
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:13 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:11 pm
(depends whats tznias means)
נא לאמיר הערן וואס מיינט ביי דיר צניעות?
@פשוטות און גראד האט שוין געענטפערט.
יעדע זאך וואס איז און סטייל און נישט ארויסשטארנד איז צניעותדיג. און פארשטייט זיך אויב עס נישט קעגן הלכה מנהג
(למשל זומער מאנטלן איז לכאורה נישט צניעותדיג :lol: )
ווי איך פארשטיי פון אייערע מעסעדזשעס און בעיקר די לעצטע אז איר זענט שטארק קעגן גדרים אין צניעות , איר ווילט נישט קיין קאנטראל , איך בין שוין גענוג גרויס און יעדער פארשטייט אליינס וואס ער האט צו טון
פשוטות און גראד
פרישער באניצער
פאוסטס: 83
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 12:40 pm
x 105

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך פשוטות און גראד »

לקדש שם שמים האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 11:10 am
יום טוב האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:13 pm
לקדש שם שמים האט געשריבן: מאנטאג מערץ 11, 2024 4:11 pm
(depends whats tznias means)
נא לאמיר הערן וואס מיינט ביי דיר צניעות?
@פשוטות און גראד האט שוין געענטפערט.
יעדע זאך וואס איז און סטייל און נישט ארויסשטארנד איז צניעותדיג. און פארשטייט זיך אויב עס נישט קעגן הלכה מנהג
(למשל זומער מאנטלן איז לכאורה נישט צניעותדיג :lol: )
אין מיינע אויגען איז עס זייער א צניעותדיגע און חשובע מלבוש
וועליך
פרישער באניצער
פאוסטס: 76
זיך איינגעשריבן: מאנטאג מערץ 04, 2024 2:59 pm
Location: קיאסק
x 138

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך וועליך »


א שאד צו ווארטן אויף די איכה קעפלען!?
ר' מנשה
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:26 pm
x 131

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך ר' מנשה »

פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 9:39 am
דארפסמאן האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:13 pm
דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 3:57 pm

ס'איז נאריש צו זאגן אנדערש.

בפרט אז אין פראצענט פרומע משפחות איז קרית יואל אויטאמאטיש ממש דאפלט.
מען רעדט דייקא פון א גרויסע פארצענט פון די אזוי גערופענע פרומע שפיצעלעך אין קרית יואל ,זענען אסאך שוואכער אין יעדע הינזיכט אין צניעות ווי נישט שפיצלעך אין וויליאמסבורג , דאס איז א מציאות וואס איז ליידער קיין סוד,
ווי די וויליאמסבורגע רב האט זיך אויסגעדריקט פאר די אינגעלייט ביי די כינוס פאר צניעות די פארגאנגענע חודש אלול אין גינות קליין , אז א שפיצעל מיינט היינט 0 , לבוש היינט צוטאגס ליידער מיינט נישט אז סאיז צניעות אטאמאטיש
סתם א נאסע ליילעך, אדער בעסער געזאגט: סתם נאך א דארפסמאן תגובה.
ביטע סטאפ די בוליאינג דא!
געניג געהאט ביי די דירות פון די קינדערישע שפראך!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6267

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך פופציגער »

ר' מנשה האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 2:03 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 9:39 am
דארפסמאן האט געשריבן: זונטאג מערץ 10, 2024 4:13 pm
מען רעדט דייקא פון א גרויסע פארצענט פון די אזוי גערופענע פרומע שפיצעלעך אין קרית יואל ,זענען אסאך שוואכער אין יעדע הינזיכט אין צניעות ווי נישט שפיצלעך אין וויליאמסבורג , דאס איז א מציאות וואס איז ליידער קיין סוד,
ווי די וויליאמסבורגע רב האט זיך אויסגעדריקט פאר די אינגעלייט ביי די כינוס פאר צניעות די פארגאנגענע חודש אלול אין גינות קליין , אז א שפיצעל מיינט היינט 0 , לבוש היינט צוטאגס ליידער מיינט נישט אז סאיז צניעות אטאמאטיש
סתם א נאסע ליילעך, אדער בעסער געזאגט: סתם נאך א דארפסמאן תגובה.
ביטע סטאפ די בוליאינג דא!
געניג געהאט ביי די דירות פון די קינדערישע שפראך!
אט דאס האב איך געמיינט צו שרייבן.
וואונדערבאר, ברוך שכוונתי.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
ר' מנשה
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:26 pm
x 131

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט.

פאוסט דורך ר' מנשה »

פופציגער האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 2:10 am
ר' מנשה האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 2:03 am
פופציגער האט געשריבן: דינסטאג מערץ 12, 2024 9:39 am

סתם א נאסע ליילעך, אדער בעסער געזאגט: סתם נאך א דארפסמאן תגובה.
ביטע סטאפ די בוליאינג דא!
געניג געהאט ביי די דירות פון די קינדערישע שפראך!
אט דאס האב איך געמיינט צו שרייבן.
וואונדערבאר, ברוך שכוונתי.
k גיי אן, עס געט צו א מוראדיגע געשמאק שכח.
ר' מנשה
פרישער באניצער
פאוסטס: 78
זיך איינגעשריבן: זונטאג דעצעמבער 03, 2023 5:26 pm
x 131

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך ר' מנשה »

אקדמות מילין איז קלאר אז יעדע פלאץ האט זיך זיינע מעלות און חסרונות און וואס איז א מעלה ביי איינעם מוז נישט זיין ביי א צווייטן.
נאך איין הקדמה: די תגובה איז פאר ווער עס וויל באמת וויסן און נישט פאר איינעם וואס זיכט צו טרייבן אגענדעס.
איך גיי מיך בעיקר באציען צו 3 פאקטרן 1) קאסט אוו ליווינג 2) די פרומקייט פאקטאר 3)מענטאליטעט.
קאסט אוו ליווינג:
לאמיר צוטיילן די פאקטאר אין 3, די לאו אינקאם,די שיינע פארדינער און די מיטל קלאס, א לאו איקאם יונגערמאן וואס האט סעק. 8 איז א עבירה צו מופן קיין אפסטעיט. אין וומ"ס דארפסטו נישט האבן קיין קאר פשוט ווייל דו האסט אלעס ביים קארנער(נישט ווי איינער וואס קען נישט די מציאות האט געשריבן אז מען וויל נישט וועגן די טרעפיק) דאס אליין שפארט א שיינע פאר טאלער, ער דארף נישט צאלן שכ"ל ווייל ער האט וואוטשערס, ער דארף צאלן ווייניגער רענט (שוין נאכן רעכענען די העכערע רענט אין סיטי) ווייל ער באקומט סאך סאך מער פון דער אכטער, די עוורידש סכום וואס זיי געבן פאר א יונגערמאן וואס קוואליפייד פאר א 3 בעדרום דירה און פארדינט די סכום וואס א לאו אינקאם יונגעמאן פארדינט ביי אונז יודעלעך, איז $3200, ווידער איינער וואס פארדינט שיין קען זיך דאך ערלויבן צו וואוינען פאר טייערער, די פראבלעם ווערט ביי די מיטל אינקאם וואס זיי ליידן אייביג די מערסטע, די פרייזן אין סיטי זענען אומדערטרעגליך פאר אים אבער מאידך גיסא שטעלט נישט קרית יואל אדער מאנסי צו פאר אים פאר אזוי פיל ביליגער אז ער זאל יעצט מקיים זיין דעם לך לך מארצך וואס איז גארנישט אזוי גרינג.
פרומקייט:
עס איז א פאקט אז אין קרית יואל איז דא סאך סאך מער בחורים וואס גייען מיט סאך א פרומערע לבוש ווי למשל גיין שבת מיט א בעקיטשע אדער גיין מיט שווארץ-ווייסע גלעזער,ענדשויען זיך צו טיילן שומרים קארטליך וכו' ווי אויך איז א פאקט אז איבער פופציג פראצענט (צו אפשר שוין אפי' כמעט %60) פון ק"י ווייבלעך גייען מיט דעם ערליכן שפיצל לבוש, האבעך אבער געכאפט א שמועס מיט א מנהל אין ישיבה קטנה אין ק"י שטעלט זיך ארויס אז סיז נישט אזוי פשוט, און דאס איז וואס ער האט מיר מסביר געווען: אין וומ"ס זענען די ישיבה קטנה'ס ממש ווי דעם רב'ס אויג אין קאפ ער געט זיך אפ מיט יעדע דבר גדול וקטון און ער ארבעט אויף א מהלך פון לאנג טערמיניגע פרומקייט, דאס הייסט מער זיך פארלייגן אויף די פנימיות און איידער דער בחור לויפט גיין מיט א בעקיטשע וואס איז א דרגה העכער ווי זיין טאטע איז געגאנגען זאל דער בחור געזינטערהייט גיין מיט א רעקל שבת אזוי ווי מען פלעגט אייביג גיין אבער ס'זאל אים נישט אנגיין פינקטליך צו זיין גארטעל איז צו טייט אדער צו זיין קאפל שטעקט זיך ארויס פון די היט ווידער אין ק"י ארבעט מען מער אויף א מהלך אז מען מאכט גיין די פרומערע לבוש פאר א סטייל צו גיין אזוי ממילא וועסטו זען געניג ישיבה קטנה בחורים אין ק"י וואס גייען מיט די פרומע יוניפורעם אבער צו די זעלבע צייט מאכן זיי זעכער אז די גארטעל איז חלילה נישט צו טייט אדער דו קאפל שטעקט זיך נישט חלילה ארויס צו סאך פון די היט פשוט ווייל מ'האט עס נאכנישט געמאכט פאר די סטייל ווידער טיילן שומרים קארטלעך איז יא אין סטייל (אפי' יעדע רעכטדענקוגער מענטש פארשטייט אז עס נישט קיין שום מהלך צו הייסן בחורים טיילן שומרים קארטלעך פאר א בעה"ב).
האבענדיג די אינפארמאציע וואס איך האב נאכדעם קאנפירמט ביי גאנצע 3 מגידי שיעור אין די מתיבתא אז זיי זעען עס אויך קלאר אזוי בינעך געגאנגען צו גרויסע שדכן וואס איז היינט גאר גרויס אין אויספירן שידוכים (וואוינט אין ק"י) און אנגעפרעגט וועגן די שפיצלעך ביי די נשים די ענטפער איז געווען גראדע גאנץ אן אינטערסאנטע זי זאגט (א פרוי שדכניות צו וועם מיין ב"ב האט גערעדט א לאנגע שמועס, די תמצות איז) אז עס איז אמת אז אין ק"י גיין מער ווייבלעך מיט שפיצלעך אבער זי זאגט אז טראץ אין וומ"ס איז דא ווייניגער שפיצל פרויען זענען אבער די וואס גייען מיט א שפיצעל "בדרך כלל" א ריכטיגע שפיצעל משפחה מיט די גאנצע לבוש און אפי' ווער ס'גייט מיט א שייטל איז דא געניג און נאך פשוטע שייטלעך משא"כ אין ק"י וואו די פאקט אז דו גייסט מיט א שפיצעל "קען" נאכאלץ מיינען ריכטיג פענסי מיט די איבעריגע לבוש, און ווער עס גייט מיט א שייטל גייט בדרך כלל גוט פענסי,דאס וואס איך האב גערעדט פון די בחורים און ווייבלעך האב איך קלאר נישט געזאגט אז דאס איז די פאקט אין גאנץ ק"י/וומ"ס,אוודאי איז איבעראל דא פון אלע סארט אבער מען רעדט בדרך כלל.
מענטאליטעט:
סיז אביסל שווער אריינצוגיין ווייל ס'וועט בהכרח אריינקומען אין בילד נעמען פון יחידים אבער סיז געניג אנצוווייזן אז ווען א אויטא פון א מצילי אש מעמבער פארט אריין אין שטאט איז עס גאר שטארק מערקבאר, ווער רעדט נאך ווען אסאך מאל האט מען גרויסע סטיקערס מיט אויפשריפטן פון דרויסן אויף די קאר וו.צ.ב. KJFD וכדו' אדער אז מען וויל האבן א שטיקל איידיע די חילוק אין מענטאליטעט קען מען קוקן די חילוק פון רולס ביי "חסד דוויליאמסבורג" ווערסעס "גמ"ח הצלה" (קום נישט יעצט זאגן ווי גיט גמ"ח הצלה איז,איך ווייס אויך פון דעם ושכרם הרבה מאוד איך רעד יעצט אבער ווען מען שטעלט עס קעגן חסד דוויליאמסבורג).
אוועיטער
דער תהלים איד
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 5240
זיך איינגעשריבן: דינסטאג יולי 18, 2023 10:36 am
x 9635

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך דער תהלים איד »

וברוב חלומות לא יחדל דברים
אוועיטער
הימל
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 215
זיך איינגעשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2023 6:00 pm
x 342
פארבינד זיך:

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך הימל »

דער תהלים איד האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 11:49 am וברוב חלומות לא יחדל דברים
הממממ...

איי דאונט לייק דיס...

א איד קומט און און קלאפט 4400 מאל אויפן קיבאורד צוטיילענדיג די נושא אין דריי, אנשטאט ענטפערן כאטש אויף איינס פון די דריי, גיט מען מען א מאך א מליצה, און שוין יענער איז אפגעפרעגט....

@ר' מנשה האט געשריבן א נארמאלע ערוואקסענע פאוסט, און אן נעמען קיין שטעלונג, גלייך איך נישט די וועג פון ענטפערן.
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 149

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך נאך וואס »

גם אני מצטרף צו @הימל,

א איד איז ארויפגעקומען אויף אידטיש און געטראפן אן אשכול ווי מען רעדט די מעלות און חסרונות פון וואוינען אין סיטי/אפסטעיט, איז ער געגאנגען און אפגעשריבן זיין מיינונג מיט א תמימות, ווי קומט דא אהער די מליצה?

אויב איר האלט אנדערש קענט איר

1) צוריק שרייבן אייער מיינונג
2) גייט צו א צווייטע אשכול
3) נישט גיין צו א פארום ווי מען זעט אנדערע מיינונגען

אויב עס עס איז אייך שווער צו הערן אנדערש ווי איר ווילט קענט איר

1) גיין פאר הילף און מאכן דאס לעבן גרינגער
2) עס לאזן לויפן
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6267

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך פופציגער »

אקעי, לאמיר צולייגן מיינע צוויי צענט וויאזוי איך זע עס

בנוגע די קאסט אוו ליווינג:

ווען מ'מאכט אזא סארט חשבון דארף מען קודם זיין זייער קלאר: רעדן מיר פון פאקטן? אדער פון טעאריע?
דאס הייסט, מען קען רעדן וויפיל מ'קען טעארעטיש ענדיגן דעם חודש, אדער וויפיל מען ענדיגט למעשה. לדוגמה, דער פאקט איז אז א ריזן פראצענט וויליאמסבורג'ע אידן פון יארגאנג 30 און ארויף, פארמאגן יא קארס, און האבן נישט סעקשאן 8, וואר?

אבער איך גיי נישט יעצט רעדן וועגן דעם, כהאב נאר דאס גענוצט פאר א נקודה ווי איר וועט שפעטער זען.

איך האב אסאך געפרעגט און שטודירט די קאסט אף ליווינג, אין סיטי איז דא זייער אסאך עקספענסעס וואס אין אפסטעיט איז נישט דא. די ערשטע און גרעסטע עקספענס איז פעיר פרעשור. מען קען אריינגיין און דעבאטירן, איינער זאל נאכזאגן פון א שוועגערין וואס קען קרית יואל'ע ווייבלעך וואס האבן יא פעיר פרעשור וכו' וכו', איך ווייס, איך ווייס אז ס'דא אזעלכע, און אויך איז דא אזעלכע וואס האבן קארס אין וויליאמסבורג... איך רעד אין דזעשנעראל וואס די פאקטן זענען.

געשעפטן וואס האבן לאקאלן אין ביידע געגנטער וועלן אייך מעיד זיין, אז אין קרית יואל וועלן מענטשן קומען איינקויפן ווען מ'מאכט א סעיל, ווידעראום אין וויליאמסבורג וועלן מענטשן קומען צולויפן ווען די אנאנסירסט אז דו פארקויפסט די טייערע סחורה... אין וויליאמסבורג באטרעפט א כלה שטאפיר דאפלט ווי אין קרית יואל, און ווען איך רעד מיט וויליאמסבורגע אינגעלייט וועגן זייער בודזשעט הער איך ציפערן פון געלטער וואס גייען פאר קליידונג, שיך, און אנדערע סטיילס, וואס זענען גאר ווייט פון מיינע ציפערן - און איך בין נישט דער שפארזאמער אינגערמאן... ביי מיר אין שטוב ווייסט מען אז איך פארהער נישט ווען מ'וויל עפעס קויפן... די קרעדיט קארטל איז אלעמאל עוועילעבל לויט וויפיל די יכולת איז.

איך בין געווען אינוואלווד אין א שטיקל חלום צו עפענען אן ארגאניזאציע אין קרית יואל וואס זאל העלפן אידן פינאנציעל, און רעדנדיג מיט עסקנים האב איך דאס געהערט פון אלעמען, אז קרית יואל איז מיט דעם גרינגער, דער ציבור זוכט נישט צו שפענדן איבריג, משא"כ אין וויליאמסבורג, וואס די פעיר פרעשור קאסט אפ צענדליגע אלפים ורבבות.

און דאס איז נישט נאר ביי פרויען... די טרוקענע פלייש און גע'פייגער'טע פיש טעצער זענען ריזיג מצליח אין וויליאמסבורג, די טייערע מוזיק סטעידזשעס ביי חתונות זענען פיל מער מצוי אין וויליאמסבורג, און יוקאן דרייווערס ביי חלוקות אויכעט...

דערנאך איז דא עפעס וואס איז נישט אפן פאר דעבאטעס אפילו, דאס איז די קאנטרי און קעמפ הוצאות. א רעגולער משפחה אין וויליאמסבורג וואס גייט אין קאנטרי און האט 4 אדער 5 קינדער אין קעמפ, ווישט אראפ אזא 35 אלפים אדער מער אינעם זומער סעזאן.

בקיצור, אונטערשטע שורה, קאמפעיר דעם גאנצן בודזשעט וועסטו זען אז דער וויליאמסבורגער האט א טייערערן חודש.

-

בנוגע ערוואקסנקייט:

עס איז אמת אז אין קרית יואל זענען דא מער לעלו-טאטעס, הגם די וועיטינג ליסטע אריינצוגיין אין הצלה אין וויליאמסבורג איז פיל לענגער... אבער דער פאקט איז אז אין קרית יואל איז גרינגער צו האבן א קאר מיט לייטס, ווי אין וויליאמסבורג וואס האבן א קאר בכלל איז שווער...

אבער אז דו פרעגסט מיר? דאס אז אינגעלייט פון 30 יאר אלט לויפן נאך סעלעברעטיס פאר סעלפיס, דאס אז דער וויליאמסבורגער בחור וואס קומט אין ישיבה פילט פאר וויכטיג צו לאזן וויסן קלאר פאר'ן קרית יואל'ער בחור אז ער איז העכער פון אים ווייל ער קומט מיט א לעפקאוויטש'ע סוט פון וויליאמסבורג, איז בס"ה אן אנדערן סארט אומערוואקסנקייט. ס'פיין.

איך בין געקומען פון וויליאמסבורג קיין קרית יואל אלס אינגע בחור, מיינע חברים אין וויליאמסבורג האבן זיכערגעמאכט איך זאל וויסן זייער קלאר אז איך גיי אראפ א דרגה... מ'האט מיר ארויסבאגלייט פון חדר מיט א פעקל בענדעידזשעס צו לייגן אויף די ברילן, און נאך אזעלכע מילביגע וויצן וואס קינדער האבן געמיינט אז דאס מאכט זיי גרויס.. דער אמת איז אז איך בין טאקע געווען זיכער אז איך קום אן צו אזא דארפיש מקום וואס איך גיי זיין די מערסט אינטעליגענטער בחור פון די כתה.

דער מציאות איז אבער געווען ווייט דערפון. אמת, מ'רעדט פון "אנדערע" השגות, אבער גארנישט קלענערע... די קרית יואלע קינדער זענען געווען פיל מער אויסגעקאכט אין נושאים וואס איך בין געווען רוי און גרין. זיי האבן טאקע נישט געוואוסט וואס ליפא שמעלצער'ס שני וחמישי שיעורים זענען, אבער זיי האבן געקענט אוצרות פון היסטאריע, און אנדערע עכט אינטערסאנטע נושאים, סיי אידיש און סיי אלגעמיין, וואס איך האב זיך ממש געשעמט פון מיר אליינס וואסערע ליידיגע קאפ איך בין...

-

און דאס איז אויך בנוגע דעם קומענדיגן נקודה פון ערליכקייט:

מענשט גלייכן זייער אנצוכאפן די שפיצלעך און פראוון אז א שפיצל איז חצניות... ס'איז אמת, לבוש איז א חצניות'דיגע זאך. קלאר אזוי. אבער לאמיר אונז זיין קלאר מיט עטליכע פאקטן.

אין קרית יואל איז דא א ריזן פראצענט שטאט וואס האבן נישט קיין טעקסט מעסעדזש, און אפגערעדט אז בכלל נישט קיין שייכות מיט סיי וועלכע טעכנאלאגישע אנגעהערן, און מ'רעדט פון א "ריזן" פראצענט שטאט.

אין קרית יואל'ע בתי מדרשים (די צענטראלע בתי מדרשים עכ"פ) שעמט זיך א אינגערמאן ארויסצונעמען א סמארטפאון.

אין קרית יואל וועט דער דורכשניטליכער אינגערמאן האבן א שטארקן פילטער אויף זיינע דעווייסעס.

און לאמיר יא נעמען די שפיצל פרויען... ערשטנס, דאס אז אזא ריזן פראצענט שטאט האט געטוישט לבוש צו א שפיצל, זאגט נישט עפעס?

צווייטנס, די שפיצל איז בלויז איין דעטאל, וואס דאס קען מען דעבאטירן, אבער דער פאקט אז רוב קרית יואלע פרויען שמירן זיך נישט, עכ"פ נישט מער ווי די מינימום, זאגט נישט עפעס?

יא, ס'זענען זיכער דא פון אלע סארטן און אין אלע קרייזן, אבער אין דזשענעראל איז דאס די קרית יואל'ע מענטאליטעט. אדרבה, זאל יעדער אנפרעגן אינדערהיים די חילוק וויאזוי ס'קוקט אויס א עזרת נשים ביי א חתונה מיט קרית יואל'ע פרויען און מיט וויליאמסבורגע פרויען... איך ווייס נישט צי דאס הייסט ערליכקייט, אבער יא א שטארקע אנדייטונג אויף פראסטקייט אין אנדערע שטעט, וואס אין קרית יואל זעט מען עס נישט.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6267

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך פופציגער »

יעצט בנוגע וואו צו וואוינען...

ס'זיכער אז די ערשטע זאך אויף וואס צו קוקן איז וואו די קרובים און ידידים וואוינען.

פארשטייט זיך, ווען ס'שייך.
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
אוועיטער
וואוילער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 3287
זיך איינגעשריבן: זונטאג יולי 23, 2023 1:35 pm
x 4657

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך וואוילער »

@פופציגער
👍👍👍👍👍👍👍
👍👍👍👍👍👍👍
מצילי אש ד'ראקלענד - 24/7 עמערדזענסי ליין - 845.426.9111 - לייגט אריין די נומבער אין אייער קאנטעקטס!
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 149

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך נאך וואס »

אפאר נקודות בנוגע קאסט אוו ליווינג

מאן קען נישט זאגן קיין 100%'טיגע כללים אבער בערך

1) אין קרית יואל מוז מען האבן א קאר און אויך זיך מער באנוצן מיט טעקסיס דאס קומט אויס צו לכה"פ 200 דאלער א וואך

3) אין קרית יואל מוז מען צאלן שכר לימוד

4) אין קרית יואל צאלט מען ווייניגער פאר ארבייטער און מלמדים וכד'

דאס מאכט אויס אינאיינעם לכה"פ 30.000$ א יאר

1) אין וויליאמסבורג צאלט מען מער רענט (אן סעק.8)

2) די זומער מוז אפקאסטן א 15.000 א יאר

דאס מאכט אויס אינאיינעם 30.000 א יאר

חושבנא דדין כחושבנא דדין

געוויס קען יעדער ספענדען ווי אימער ער וואוינט וואס וואס אימער עס גליסט אים אבער איך רעדט וואס מען מוז
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 149

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך נאך וואס »

אגב ווען מען רעדט פון אפסטעיט רעדט מען פון א 1 פאמילע הויז מיט א פראנט און בעק יארד אן קיין שכינים אין די נאז אריין
קרית יואל גייט איבערהויפט נישט אריין אין די קאטעגאריע
מען דארף אפשר טוישן די קעפעל
פאלגענד איז עטליכע ביישפילן, בילדער וואס איינער האט געלייגט און א צווייטע אשכול
פיילס
44.jpg
44.jpg (79.47 KiB) געזען געווארן 265 מאל
55.jpg
55.jpg (91.12 KiB) געזען געווארן 265 מאל
66.jpg
66.jpg (72.14 KiB) געזען געווארן 265 מאל
נאך וואס
אקטיווער באניצער
פאוסטס: 199
זיך איינגעשריבן: מאנטאג אקטאבער 09, 2023 4:54 pm
x 149

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך נאך וואס »

נאך עטליכע
פיילס
22.jpg
22.jpg (129.22 KiB) געזען געווארן 264 מאל
33.jpg
33.jpg (105.66 KiB) געזען געווארן 264 מאל
11.jpg
11.jpg (108.87 KiB) געזען געווארן 264 מאל
אוועיטער
פופציגער
אקטיווער שרייבער
פאוסטס: 2402
זיך איינגעשריבן: דאנערשטאג יולי 27, 2023 1:20 am
x 6267

Re: וואוינען אין די סיטי VS אפסטעיט

פאוסט דורך פופציגער »

נאך וואס האט געשריבן: זונטאג מערץ 17, 2024 3:05 pm אגב ווען מען רעדט פון אפסטעיט רעדט מען פון א 1 פאמילע הויז מיט א פראנט און בעק יארד אן קיין שכינים אין די נאז אריין
קרית יואל גייט איבערהויפט נישט אריין אין די קאטעגאריע
מען דארף אפשר טוישן די קעפעל
פאלגענד איז עטליכע ביישפילן, בילדער וואס איינער האט געלייגט און א צווייטע אשכול
דאכט זיך נישט דאס איז דער נושא
נאט אייך א געהענגל מיט פופציגערס געקליבן פון ארום דעם טיש

א פרייליכן תמיד!

לחיים לחיים.... ל-ביגטיים-חיים...!
שרייב פאוסט